שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע סידי איז די שענסטע פון היי יאר?

כולנו נלך - בני פרידמאן
4
3%
הערצליך 2 - אלי הרצליך
1
1%
געוואלדיג - ליפא שמעלצער
24
15%
שבתדיג
13
8%
פיני - פיני איינהארן
1
1%
רעיונות - מאטי אילאוויטש
29
19%
אנה אלך - נפתלי קמפה
11
7%
דא וואוינט א איד - ישראל ווערדיגער
8
5%
לחיים חסידים - יוסף משה כהנה
16
10%
יונגערליך 2 - יושע ראזן
46
29%
מודה אני - משה טישלער
1
1%
כל הכבוד - שמחה ליינער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
יש לי הכל - ארי גולדווג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ונפשי - דוד הילל
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
מיין נשמה זינגט - עקיבא געלב
2
1%
 
סך הכול שטימען: 156

אשריכם ישראל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:02 am

שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך אשריכם ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 8:19 am

מ'האלט שוין אט אט ביים ענדע פון די יאר גאר שיינע זאכן זענען ארויסגעקומען די יאר פון אלע מיני זינגערס איז אינטערעסאנט צו זעען וואספארא סידי האט אייך געכאפט די יאר און איז ביי אייך די שענסטע סידי פון תש"פ!

אוועטאר
אל תדאג
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: בין קודש לחול, ווייל די ביסט דער אדון הכל..

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 8:45 am

נעוואדע שבתדיג! וואסעשאלהבכלל..
לעצט פאראכטן דורך אל תדאג אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 8:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Sent from my iphone
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] ,VitzeBot ,MimcheBot ,AdmiralBot
____________________________________________________________________________________________________

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 8:53 am

פ״װ איז נישטא א אױסװאל פון די סקולענע סי די װאס דאס איז לכאורה די שענסטע סי די?

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 8:54 am

לכאורה איז זיין כוונה פון היינטיגע פרישע ניגונים (אזוי האב איך פארשטאנען זיין כוונה).

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 9:16 am

געוואוט פאר אנא אלך, עפעס אנדערש עפס פריש עפעס חידוש׳דיג, איך ווייס אליין נישט וואס, סאמטינג....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 9:54 am

abeg האט געשריבן:פ״װ איז נישטא א אױסװאל פון די סקולענע סי די װאס דאס איז לכאורה די שענסטע סי די?

גא"מ
פון די שענסטע אויב נישט די שענסטע תש"פ סידי.
לעצט פאראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 1:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:12 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ איז נישטא א אױסװאל פון די סקולענע סי די װאס דאס איז לכאורה די שענסטע סי די?

גא"מ
פון די שענסטע אויב די שענסטע תש"פ סידי.

רט

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך שמייכל תמיד » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:31 am

געשטימט יונגערליך 2
הגם קען זיין אז שבתדיג איז געווען שענער, אבער עס איז נישט קיין סידי, עס איז א .........
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:39 am

איינס האט געשריבן:געוואוט פאר אנא אלך, עפעס אנדערש עפס פריש עפעס חידוש׳דיג, איך ווייס אליין נישט וואס, סאמטינג....

איך אויך! אזאנס איז נאך קיינמאל געווען, עפעס אזוי הייליג און העכער,
זייט די סידי איז ארויס געקומען, הער איך אים א גאנצען טאג, ער איז עפעס מעכטיג!
האט די רבי געזאגט: מיט א פאלטשע חסידות קען מען נישט בויען קיין אמת'ע אידישקייט!

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:41 am

גראדע זיין ערשטע סידי איז נאך בעסער (אפשר די מיוזיק איז בעסער די אנא אבער די ניגונים איז לייחדא שמא סאך בעסער)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:44 am

נישט געוואוט

און ווי פארשטעלדליך וועט דא געווינען די לעצטע, פשוט ווייל דאס שפילט יעצט
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:51 am

איינס האט געשריבן:גראדע זיין ערשטע סידי איז נאך בעסער (אפשר די מיוזיק איז בעסער די אנא אבער די ניגונים איז לייחדא שמא סאך בעסער)

ר"ט.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re:

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:59 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גראדע זיין ערשטע סידי איז נאך בעסער (אפשר די מיוזיק איז בעסער די אנא אבער די ניגונים איז לייחדא שמא סאך בעסער)

ר"ט.

גערעכט! אבער די ניגון אנה אלך מיט עמך עמי, לב נשבר, און אפגערעדט חמדת כל ישראל זענען עפעס מעכטיג לויטער, עפעס וואס מהערט שוין נישט היינט!!
אוי אם אסק שמים שם אתה....
האט די רבי געזאגט: מיט א פאלטשע חסידות קען מען נישט בויען קיין אמת'ע אידישקייט!

אור
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:07 am

ביני ובינך
איז ארויס די יאר גאנץ שוואכע סחורה

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: Re:

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:13 am

לפנות בוקר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גראדע זיין ערשטע סידי איז נאך בעסער (אפשר די מיוזיק איז בעסער די אנא אבער די ניגונים איז לייחדא שמא סאך בעסער)

ר"ט.

גערעכט! אבער די ניגון אנה אלך מיט עמך עמי, לב נשבר, און אפגערעדט חמדת כל ישראל זענען עפעס מעכטיג לויטער, עפעס וואס מהערט שוין נישט היינט!!
אוי אם אסק שמים שם אתה....

גערעכט סאיז גארנישט אוועק צו מאכן, און לדעתי אנדערע סידיס קענען זיך אין א געוויסע זין פארטעקן פאר יעדע איינציגע ניגון
אבער ושם נעבדך, עברו בשערים, כל הנחלים, ליחדא שמא, ווער רעדט נאך פון וידוי ניגון.. עפעס מוראדיג...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:30 am

נישט געטראפן אויף וואס צו שטימען
גאר שוואכע סחורה היי יאר

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:55 am

ברכה משולשת איז פון די יאר? איך הער עס איבער און איבער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך Jobless » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:59 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ איז נישטא א אױסװאל פון די סקולענע סי די װאס דאס איז לכאורה די שענסטע סי די?

גא"מ
פון די שענסטע אויב די שענסטע תש"פ סידי.

וועלכע סידי?

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:11 pm

ווייסעך ניט וויאזוי מאנכע קאנען שרייבן אז ס'ארויס שוואכע סחורה דעם יאר.
ווען מיר האמער א יונגערליך 2 אויפן ליסטע.
מלא טעם, חסידיש, שיין און פראפעסיאנאל!
שוין.. איי געס על טעם וריח..

("רעיונות" גייט דא געווינען דעם פארמעסט - פשוט ווייל ס'איז דאס נייעסטע..)

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:14 pm

Jobless האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ איז נישטא א אױסװאל פון די סקולענע סי די װאס דאס איז לכאורה די שענסטע סי די?

גא"מ
פון די שענסטע אויב די שענסטע תש"פ סידי.

וועלכע סידי?


סקולען מיט יודיש נחת

אשריכם ישראל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:02 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך אשריכם ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:25 pm

בדווקא נאר ארויפגעלייגט סידיס מיט פרישע ניגונים
קעלעקשעןס איז ארויסגעקומען גאר אסאך סקולען אברהם פריד שיר ושבח עקיבא געלב אהר'לע סאמעט און נאך

סאיז ארויסגעקומען ווייניגער סידיס די יאר בפשטות צוליב די קארנא אבער צו זאגן אז
סאיז ארויסגעקומען שוואכע סחורה איז לפי דעתי נישט גערעכט ס'איז דא גאנץ גוטע זאכן
איך האב געשטימט פאר אנא אלך פון נפתלי קמפה סיי אלץ זיין שטימע און איבער זיינע ניגונים וואס איז פיל מיט חידושים נפתלי קמפה איז א נאמען וואס מ'וועט נאך אסאך הערן ...ער האט וואס צו פארקויפן
און אזוי אויך גלייך איך זייער פיני איינהארן סידי אינטערסאנט געשמאק צו הערן און ס'איז פון די סידיס וואס איך הער כסדר און פארשטייט זיך די רעיונות סידי וואס מ'קען זאגן מאטי האט נישט אנטוישט ער האט געברענגט הערליכע סחורה אוי גדולת רחמיך.. מאטי נעקסטע מאל לייג אריין נאך א ניגון בלויז לשון הקודש סגיבט צו צום סידי חלילה נישט אוועקצומאכן די אידישע ניגונים אבער דאך איז אלץ גוט צו האבן פון אלע מיני

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך שמייכל תמיד » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 1:08 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ברכה משולשת איז פון די יאר? איך הער עס איבער און איבער.

פון וועם איז דאס?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך באטעמטקייטן » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 1:38 pm

געוואוט הערצליך 2 א הערליך אלבום רייכע מוזיק שטארקע ניגונים א דבר השלם.
טעמו וראו. כי...

דאס לעבן איז ווי א פיענא. ווייסע שטיקלעך און אזוי אויך שווארצע. אבער אז מען ווייסט וויאזוי צו שפילן. שפילט זיך א הערליכע ליד.

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 2:02 pm

איינס האט געשריבן:גראדע זיין ערשטע סידי איז נאך בעסער (אפשר די מיוזיק איז בעסער די אנא אבער די ניגונים איז לייחדא שמא סאך בעסער)

זייער ריכטיג, די ערשטע סידי קען מען איבערהערן א גאנצע טאג איינמאל און נאכאמאל
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: שענסטע אלבוים פון יאר תש"פ

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 2:24 pm

אשריכם ישראל האט געשריבן:מ'האלט שוין אט אט ביים ענדע פון די יאר גאר שיינע זאכן זענען ארויסגעקומען די יאר פון אלע מיני זינגערס איז אינטערעסאנט צו זעען וואספארא סידי האט אייך געכאפט די יאר און איז ביי אייך די שענסטע סידי פון תש"פ!

א שיינע פאר סידי'ס פעלט בעיקר די שענסטע סידי. "סקולען מיט אידיש נחת" אזוי אויך די נייע הארציג סידי.
מאך איבער די פאול ביטע
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוסי מ'ברוקלין, פרינדזשעס.., שלג כצמר און 15 געסט