בלאט 1 פון 1

קיבוץ גליות!!!

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2008 1:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
קיינער זאלמעך נישט אויסכאפן!!

WOW!!!! קיבוץ גלויות!!! אזוי ספעלטערעס!

משה לאופער, בכבודו ובעצמו איז ארויס מיט א טעיפ, מיטן נאמען "KIBUTZ GALUYOT" "קיבוץ גלויות!!!" ס'האט א פיקטשער פון א וועלט,

דיטעלס טו פאלאו!!

צייטליך שעלט!!!

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2008 1:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט פארשטייעך שוין, ער האט זינגערס פון די גאנצע וועלט!!!

שמוליק סאפרין, LA,

מיכאל שטרייכער, IL, ספעשעל געסט סטאר!!!

יוני שלאמאו, FR,

אלי שאהנפעלד, BE,

יאמי, ראוזענבוים, AU,

אריאל, עקשטיין, BE,

דוב פארקאש, AU,

ס'האט א פיטשער פון אפאר פענער, אמעריקאנע, יוראפעיאישע, די אנדערע בינעך נישט זיכער, כ'מיין אוסטראליע, און נאך איינס, ווייסעכנישט!

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 10:16 am
דורך יצמח
און די נגינים זענען נייע, אלטע?

אויב נייע, ווער האט עס קאמפאזט?

שכוח וויכי פאר די אינפארמעשאן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 11:32 am
דורך צייטליך
איין זאך איז אביסל אינטערסאנט.

איך זעה אז מיכאל שטרייכער זינגט דארט, וויפיל מיר איז באוויסט זיצט ער יעצט אין תפיסה רח"ל, (גראדע נישט פאר קיין גרויסע זאכן, מ'האפט אז ער וועט שנעל מאכן דעם וועג ארויס אי"ה) איך האב געזעהן עטליכע בילדער און ווידיאו קליפס ווי ער זינגט אין תפיסה פורים ביי א גרויסער סעודה וואס מ'האט דארט צוגעשטעלט פאר די ארעסטאנטן, און ער איז נישט דארט געווען אלץ זינגער נאר אלץ ארעסטאנט.

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 12:30 pm
דורך וואס
אויסער מיכאל שטרייכער קען איך קיינעם נישט פון די ליסטע, פון ווי קומען זיי ? ווי נאך האבן זיי געזינגן

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 1:16 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס האט געשריבן:אויסער מיכאל שטרייכער קען איך קיינעם נישט פון די ליסטע, פון ווי קומען זיי ? ווי נאך האבן זיי געזינגן


איך האב שוין גראדע געהערט אפאר זינגערס, יוני שלאמאו, דוב פארקאש, האבן שוין געזינגען אויף אנדערע טעיפס, כ'מיין אז יוני שלאמאו, האט א אייגענע טעיפ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 1:19 pm
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך האט געשריבן:איין זאך איז אביסל אינטערסאנט.

איך זעה אז מיכאל שטרייכער זינגט דארט, וויפיל מיר איז באוויסט זיצט ער יעצט אין תפיסה רח"ל, (גראדע נישט פאר קיין גרויסע זאכן, מ'האפט אז ער וועט שנעל מאכן דעם וועג ארויס אי"ה) איך האב געזעהן עטליכע בילדער און ווידיאו קליפס ווי ער זינגט אין תפיסה פורים ביי א גרויסער סעודה וואס מ'האט דארט צוגעשטעלט פאר די ארעסטאנטן, און ער איז נישט דארט געווען אלץ זינגער נאר אלץ ארעסטאנט.


צייטליך, א טעיפ זינגט מען נישט 2 וואכן פאר ס'קומט ארויס, ספעשעל אזא טעיפ ווי משה לאופער, ער ארבעט שוין מסתם אויף דעים אפאר יאר, מיכאל שטרייכער, קען זיין, האט געזינגען נאך פאר ער איז אריין,

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 1:47 pm
דורך צייטליך
איהכ"נ, קען זיין.

געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 8:38 pm
דורך דארפסמאן
ער איז אריין 3 וואכען ציריק און ער קומט שוין ארויס בעזהשי"ת

(עס איז געווען א מסירה)

געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2008 10:15 am
דורך יצמח
וויכי גיב ארויס נאך אינפערמעשאן

די נגינים זענען נייע, אלטע?

אויב נייע, ווער האט עס קאמפאזט?