נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גם זקנתי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זקנתי »

אל תדאג האט געשריבן:נאך איינער רילעיט מיט דעם?

"שטיי דארט מיטן שופר, און בלאז און בלאז און בלאז
טו עס פאר דיינע קינדער און פרעג שוין נישט פארוואס,
די שטערקסטע תּקיעה מיט בלוט אנשטאט מיט טינט,
איך בעט דיר איין זאך היט אויף מיינע אויגן
אוי אוי איך בעט דיר היט אויף דיין מאמע'ס אויגן."

אוי גדולת רחמיך, מפינו ומפי זרענו, ומפי זרע זרענו מעתה ועד עולם...

אז מ'זוכט, טרעפט מען
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גם זקנתי האט געשריבן:אוי גדולת רחמיך, מפינו ומפי זרענו, ומפי זרע זרענו מעתה ועד עולם...

גוט! געשמייכלט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
גם זקנתי האט געשריבן:אוי גדולת רחמיך, מפינו ומפי זרענו, ומפי זרע זרענו מעתה ועד עולם...

גוט! געשמייכלט.

ר' משה גאלדמאן ז"ל האט געזאגט אז פון זיך מעג מען גנב'ענען... ס'מאכט'צעך אסאך ביי קאמפאוזער'ס איבערנוצן בטעות שטיקלעך פון זיך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אן קיין הפסק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 10:38 am

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן קיין הפסק »

אל תדאג האט געשריבן:נאך איינער רילעיט מיט דעם?

"שטיי דארט מיטן שופר, און בלאז און בלאז און בלאז
טו עס פאר דיינע קינדער און פרעג שוין נישט פארוואס,
די שטערקסטע תּקיעה מיט בלוט אנשטאט מיט טינט,
איך בעט דיר איין זאך היט אויף מיינע אויגן
אוי אוי איך בעט דיר היט אויף דיין מאמע'ס אויגן."

WOW איר האט גרויסע כוח הדמיון
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
גם זקנתי האט געשריבן:אוי גדולת רחמיך, מפינו ומפי זרענו, ומפי זרע זרענו מעתה ועד עולם...

גוט! געשמייכלט.

ר' משה גאלדמאן ז"ל האט געזאגט אז פון זיך מעג מען גנב'ענען... ס'מאכט'צעך אסאך ביי קאמפאוזער'ס איבערנוצן בטעות שטיקלעך פון זיך...

די ניגון קומט פון מאטי?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
גם זקנתי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זקנתי »

סטיטשינער האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
גם זקנתי האט געשריבן:אוי גדולת רחמיך, מפינו ומפי זרענו, ומפי זרע זרענו מעתה ועד עולם...

גוט! געשמייכלט.

ר' משה גאלדמאן ז"ל האט געזאגט אז פון זיך מעג מען גנב'ענען... ס'מאכט'צעך אסאך ביי קאמפאוזער'ס איבערנוצן בטעות שטיקלעך פון זיך...

די ניגון קומט פון מאטי?

תזכנו פון יואלי גרינפעלד איז פון מאטי.
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דעם שבת האב איך ספיציעל אנגעלאזט מיין טלית אויפן קאפ נאך שטילע שמונה עשרה כדאי צו קענען פילן דעם תאווה...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איך קען קוים ווארטן אויף די קליפ וואס וועט (האפנטליך?) ארויסקומען אויפן אידישע תאוות ניגון... אוי גייט עס זיין נייעס...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

סטיטשינער האט געשריבן:דעם שבת האב איך ספיציעל אנגעלאזט מיין טלית אויפן קאפ נאך שטילע שמונה עשרה כדאי צו קענען פילן דעם תאווה...

און? אן עי סקעיל אוו וואן טו טען, האו דיד איט פיל?...
---
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:דעם שבת האב איך ספיציעל אנגעלאזט מיין טלית אויפן קאפ נאך שטילע שמונה עשרה כדאי צו קענען פילן דעם תאווה...

און? אן עי סקעיל אוו וואן טו טען, האו דיד איט פיל?...

מיין צדיק פון א בעל תפילה האט פונקט די וואך נישט געזינגען. גיימער פראבירן נאכאמאל נעקסטע וואך. אוי, ראש השנה. נעה. שוין וועט עס מוזען ווארטן אויף שבת שובה...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
לייזר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 5:32 am

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייזר »

איינער האט די נאטן פון די סידי?
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לייזר האט געשריבן:איינער האט די נאטן פון די סידי?

גא"מ
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

האט איינער די ווערטער פון די שופר ניגון ?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

משיח האט געשריבן:האט איינער די ווערטער פון די שופר ניגון ?

בס״ד
ס'איז ערב ראש השנה, מ'שפירט דעם הייליגקייט
דער מנחת אלעזר זיצט אין צימער פארטראכט,
זיין מחזור, זיין שופר, אויפן טיש שוין גרייט
די לעצטע ראש השנה אויף די וועלט פארבראכט.
זיין קליין אייניקל הערשעלע אריין צום זיידן טרעט
זיין בליק פאלט צום שופר אויפן טיש,
זיידע, איך וויל דאס הערן, בלאז פאר מיר - ער בעט
אבער דער צדיק ענטפערט, היינט בלאזט מען נישט.
שעפעלע ניין - ער גיט צו פארשטיין
לייג דעם שופר'ל אראפ
מען בלאזט טאקע א גאנצן חודש, אבער היינט מען שטעלט זיך אפ.
ער איז מסביר דעם תּינוק – אזוי איז די מנהג
ערב ראש השנה איז מען שטיל
ווייל צומישן דעם שלעכטן שטן מען וויל.
אבער הערשעלע וויינט – פארשטייט נישט וואס מיינט
איין תקיעה'לע בלאז
איך וויל נישט ווארטן ביז מארגן, זיידע פארוואס ווילסטו נישט יעצט, פארוואס?
מיט רחמנות פארשוועמט - דער צדיק נעמט
דעם שופר לייגט ער צום מויל
וכל העם רואים את הקול.
תּקיעה, תּרועה, אוי שברים
די קולות ברעכן אויף אלע שערים,
די שברים צובראכן, צעהאקט איז די תּרועה
אן אמת'ע קול פון בּכיה.
ער שטייט דארט מיטן שופר, ער בלאזט און בלאזט און בלאזט
די טרערן פון זיינע אויגן קען אנפילן א גלאז,
דאס קינד ווערט בארואיגט, פון צימער גייט ארויס
דער צדיק זיינע הענט שפרייט ער אויס.
טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג, זיי מיר מוחל איך בעט-דיך,
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר, כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען, וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט,
אוי תּקע בּשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערן באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט."

אבינו אב הרחמן המרחם רחם
וויאזוי האלטסטו אויס דעם געשריי,
קיין איין טאטע קען נישט זעהן ביי זיך אינדערהיים
ווי זיין קינד וויינט און עפעס טוט וויי.
קוק ווי הויעך מ'וויינט ביי דיר, זיך אוועקדרייען דו טארסט-נישט
טאטעניו, דיין טיר פארמאך נישט,
יעדן איינציג טאג, וואס מיטן שופר דו בלאזט-נישט
דער שטן ווערט רואיג, מיר ווערן צומישט.
צובראכן און ארעם – פונקט ווי שברים
מיטן אונזער אטעם דעם לעצט
לבבות נשבּרות – פון אזויפיל צרות – צובראכן און צוזעצט.
מחלות, פראבלעמען – כל מיני נעמען
עס גיסט א ים פון טרערן
וויפיל מעג מען דען דעם קול פון שברים הערן.
מען זוכט רפואות – מען שרייט תּרועות
צוהאקט אויף פיצלעך צושניטן
חולי ישראל – תּרועות אין שפיטאל –קליינע קינדער וואס בליטן,
דער פלאגט זיך מיט קינדער – דער בעט פון-דיר
לשובע ולא לרזון
וויפיל שברים און תרועה'ס איז די שיעור צו בלאזן.
אוי תּקיעה, תּרועה, אוי שברים
די קולות ברעכן אויף אלע שערים,
מיר ווארטן צו הערן די איינע תּקיעה
דעם אמת'ן קול פון ישועה.
שטיי דארט מיטן שופר, און בלאז און בלאז און בלאז
טו עס פאר דיינע קינדער און פרעג שוין נישט פארוואס,
די שטערקסטע תּקיעה פון אלע תּקיעות גדולות
וכל העם רואים את הקולות.
"טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג, זיי מיר מוחל איך בעט-דיך,
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר, כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען, וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט,
אוי תּקע בּשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערן באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט."
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איצל פיצל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האט איינער די ווערטער פון די שופר ניגון ?

בס״ד"

שכוח
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

האט איינער די ווערטער פון די אידישע תאוות ניגון ביטע ?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

משיח האט געשריבן:האט איינער די ווערטער פון די אידישע תאוות ניגון ביטע ?

ס'איז סוף פון די סעודה שבועות ביינאכט
איבער טעלער פלייש זיצט דער איד פארטראכט
איך גיי דאך היינט נאכט אויפזיין זאגן תיקון
אין אפאר שעה ארום דאווען איך שוין ותיקין
ש'טייצעך אז פארן דאווענען א קאווע װיל איך
אבער אויב עס איך יעצט די פלייש וועל איך נישט קענען האבן קיין מילעך
דער איד טוט קווענקלען אין זארגן
ער ברויכט מחליט זיין: אדער פלייש יעצט אדער א קאווע מארגן
לכאורה איז דער איד סתם א בעל תאוה
מאכט חשבונות פון אכילה פלייש אדער קאווע
האט אבער א גוטער איד מסביר געווען אזוי
באטראכט די חילוק אין תאוות פון א איד און א גוי
א גוי'ס תאוות איז נידריג מיאוס אין טרייף
דעם איד'ס תאוה איז אבער געבויט אויף לא תבשל גדי בחלב
דער איד'ס תאוה קען טאקע האבן גשמיות'דיגע טעמים
אבער ס'שרייט ארויס פון זיך דעם אתה בחרתנו מכל העמים
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די צאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער נאכן מקווה מיט די נאסע פאות
די תאוה מוצאי שבת פון צאמלייגן דעם טלית און טון עפעס פאר שלום בית
די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה
דודי ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט
און פון צו גיין צום עמוד און זיך
גארגלען ביים ברעטל בשעת דער עולם קראכט
עולה זיין שישי זיצן אויף מזרח שווענדן מפטיר יונה אן אוצר
אויסלאזן תחנון אדער איבערהיפן דעם לאנגן שטיקלע יוצר
שריין די ערשטע יעלה ויבוא ס'איז א שמחה ממש אז מ'קען וויינען
גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם פון מאכן קידוש אינמיטן ליינען
זיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע ממקומך אראפציען דעם טלית פונעם קאפ
די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ
שרייען חזק שטויסן עמלק מיט א צארן א שארפן
און ווארפן אויפן חתן א ציקערל
נאכדעם וואס יעדער האט געענדיגט שוין ווארפן
מיטברומען וטהר לבנו אדער שרייען שבחחח אזוי קרעכציג
אויסצופאסטן נאך א לאנגע תענית כאפענדיג א מעריב ביי די זעכציג
א שמעק טאביק א קוגל ליל ששי א אידישע הבנה
די דילעמע פון קלייבן וועמען צו פרעגן שלום עליכם ביי קידוש לבנה
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די תאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף
שבת נישט קיין חילוק ווי שפעט ס'איז די זמן
די תאוה פון נעמען צווי האנטוכער אין
מקוה אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן
זארגן אין שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש
צו גרעפ דזשויס אויף הבדלה וועט נאך זיין
די תאוה פון האלטן שוין די כוס אין די
האנט אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך אריין
די תאוה פונעם טאטע'ן צו פרעגן ביי יחץ נו קינדער וועלכע חלק איז גרעסער
צו דרייען מיט א בעזעם ביי שריפת חמץ אז די פייער זאל ברענען בעסער
מאכן זיכער יעדער ווייסט אז איך פאר
אוועק אויף יו'ט אין קאנטרי אדער לעבר הים
די פילינג פון פארזוכן דעם האלאפטשע פון באבע'ן כאטשיג עס איז חק בלי טעם
די געשמאק פון קענען בראקן אחרון של פסח נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט
חוהמ"ד באזוכן דעם טיר גארטן ווייל א גאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט
דאס וועלן קלאפן נאך איינמאל די הושענא און זעהן ווי די בלעטלעך צעפליעט
טרעפן א בלאט פלעק אויפן חבר'ס אתרוג די שמחה פארשטייט נאר א יוד
בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין זאל יעדער פרעגן ווי ביסטו געווען
און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם
אריין ארומגיין פרעגן וואס איז געשען
קוקען צו די פעניט איז טאקע טריקן מיט די פינגער געבען א טייטל
די כיטערישקייט פון דערווישן יענעמס
נאמען מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטל
אויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער
און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען
שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשוון דוקא אין די 9 טעג דאס צו פראווענען
געבן מזל טוב פארן חתן פונקט ווען צום חופה ער גייט שוין
וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן ווען יעדער איינער אויפשטייט שוין
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די תאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן
כאטשיג וואס דער דאקטאר שרייט געוואלד
די תאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך מל'ן ביי די 40 יאר אלט
די תאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד אסאך מער ווי פאר זיך אליין
די תאוה פון א קינד וואס וויל ברענגן
נחת און גייט אויס מ'זאל אים פארשטיין
די תאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה באמת וויל ער זיין גוט
נישטא נאך אזא תאוה ווי א אידיש קינד'ס
תאוה וואס אוועקשטיין פון א תאוה ער טוט
איך דאנק דעם קל חי שלא עשני גוי
כאטשיג תאוות ומחשבות לבנו ס'איז לעבודתו יתברך שמו
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יישר כח
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

אידישע תאוות Official Music Video

https://drive.google.com/file/d/19VqCDR ... p=drivesdk
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

מקווה איד האט געשריבן:אידישע תאוות Official Music Video

https://drive.google.com/file/d/19VqCDR ... p=drivesdk

ווער האט דאס ארויסגעגעבן?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מקווה איד האט געשריבן:אידישע תאוות Official Music Video

https://drive.google.com/file/d/19VqCDR ... p=drivesdk

צוקער זיס :grin:
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שמייכל תמיד האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:אידישע תאוות Official Music Video

https://drive.google.com/file/d/19VqCDR ... p=drivesdk

ווער האט דאס ארויסגעגעבן?

עס שטייט קרעדיטס נאכן ווידיא
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נייע סידי רעיונות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מקווה איד האט געשריבן:
שמייכל תמיד האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:אידישע תאוות Official Music Video

https://drive.google.com/file/d/19VqCDR ... p=drivesdk

ווער האט דאס ארויסגעגעבן?

עס שטייט קרעדיטס נאכן ווידיא

קוקט אויס וואו א כח היחיד זאך.

אגב, טויש קעפל צו Unofficial Music Video
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

https://www.yiddishvideos.com/%d7%9e%d7 ... y-subtitl/
יעדער קיינער official music clip
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”