בלאט 1 פון 1

עורה - כשר לפסח בעגל

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 9:56 am
דורך צייטליך
אאאאאאוי, ותתן לנו חיים, חיים ארויייייכים, חיים ארוכים חיים של שלום, חיים שלללל ברכה. אאאאאוי, ותתן לנו אוי חיים.....

וואס וויל ווייטער דער שלמי דאסקאל פון מיר? איך צוגיי ממש ווי ער זינגט.
נאכאמאל, אוי ותתן לנו חיים , אוי חיים ארוכים.. שוין, זייי שטיל, לעש עס אויס. אזוי.

די מעשה גאר אין קורצן איז אזוי:
די וואך בעצם השבת קודש האט די יונייטעד סטעיט'ס פאסטעל סערוויס דערליווערט צו מיר אין פאסט באקס א פעקעלע פאסט, דערונען איז געליגן א ביכל פון די וואויל באקאנטע ארגענעזאציע "עורה" (מיט די פיאות..) מיט פולע ווערטפולע גורלות און ראפעל'ס פאר די נישטיגע סומע פון 5 דאללער. גוט. איך בין זייער צופרידן, איך האב שוין וואס צו ליינען און קוקן און איך האב שוין וואס צו גיבן פארן קליינעם מיינער.

אבער נאך עפעס איז דארט געליגן וואס דאס איז שוין יא ווערט אן עקסטערען באגריסונג.

ווי די פארגאנגענע יאר, האבן זיי די יאר אויך מיט געשיקט א סידי מיט עטליכע שיינע ניגונים געזינגען דורך עטליכע זינגער, (אזוי אויך עטליכע זאכן צו זעהן אויפן קאמפיוטער, וואס דאס איז פארשטייט זיך גע'אסר'ט דורך אלע מזל טוב צעטלעך, אריינגערעכנט 'לוח המודעות' און 'דבר יום ביומו' און עס פעלט נישט אויס דא מעריך צו זיין בגודל האיסור..) אריינגערעכנט מרדכי ווערדיגער (MBD) אברהם פריעד, שלמי דאסקאל, שלמה ובנו דאקס, ישראל ווערדיגער און נאך איינער וואס איך ווייס נישט זיין נאמען (זאל ער אויפהייבן די הענט)

עס איז א הערליכער סידי, אבער דאס מערסטע האב איך הנאה פון די ניגון וואס שלמי דאסקאל זינגט, טאקע נוסח שלמי דאסקאל, מיט אזא מתיקות, אזוי שיין, איך גיי ממש אויס (נאר א אויסדריק) בקיצור, ס'איז זייער שיין.

איך וויל דא בעטן די אלע וואס האבן נאכנישט גענימען די פאסט פון שב"ק זאלן דאס זאפארט גיין נעמען, רייסט אויף דעם פעקל, נעמט ארויס דעם קלענערן ענוועלאופ, מאכט אויף אייער סידי פלעיער און לייגט דאס אריין און צינדט אום אן. (שלמי'ס ניגון איז די צווייטע טרעק) איך זאג אייך איר וועט הנאה האבן!

זינגט נאכאמאל די הויעכע פאל.
אאאאאאוי, ותתן לנו חיים, חיים ארויייייכים, חיים ארוכים חיים של שלום, חיים שלללל ברכה. אאאאאוי, ותתן לנו אוי חיים, א זיס געבענטשט לעבן, אוי חיים ארוכים, חיים של שלום, חיים של ברכה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:04 am
דורך אלטעבחורל
נ'אויך באקומען אויף די פאסטע, אבער לדעתי ברויך איך שוין נישט הערן דער בעגל-סי די, די סיבה דערפון? פשט איז אז נאכן ליינען צייטלעכען'ס אראפלייג איז בעסער נישט צו הערן, ווייל מען קען נאך ווערן דיסעפוינטעט אז די ניגון גייט אביסעלע אנדערש אין נישט אזוי געוואלדיג ווי ער זאגט, אזאנס? אפילו די הארמעניע האט ער מיר אריינגלייגט אין פליסקל!

אבער ניין איך הער דעם סי-די אין עהה גאר גוט ממש דעם ריכטיגן מוזיקאלשער טעמפ פילט מען ליינענדיג ס'געפרינטע צעטל פונעם ארטיקל.

גוד דזשאחב ליילעך! כמיין צייטלעך... אין עס דערקענט זיך אז דו פארשטייסט גוט צו מוזיק וכדו'.

בי די וועי קענסט נאטטן?

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:09 am
דורך צייטליך
ניין, אמאל געקענט אביסעלע.

שכויעך פאר דיין תגובה. איך האב הנאה דערפון.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:04 am
דורך יגרסהדותא
איך ליין אזוי: עורה, שוין ווייטער מיט דעם יונגעל מיטן מאחסק, וואס וויל צייטליך? ער האלט אז זיין בילד פונעם אלטיטשקן מיטן געשעפטן בלאטרד קען קאמפיטען מיט יענעם יונגעלע?

כשר לפסח; נו אידאך גוט, וואס האט אבער עורה דערמיט? און וואס וויל צייטליך דערמיט זאגן?

ווייטער, א בייגל, כשר לפסח? רחמנא לשיזבן, ער האט נישט געטראפן עפעס בעסער'ס דער עורה, נאר צו באקן כשר לפסח בייגעלעך?

א קיצור וואס גייט דא צייטליך שרייבן?

אהה, מ'עפענט אויף דעם אשכול, און געס וואחט: צייטליך זינגט! אבער נישט סתם, אזוי מיטן גאנצן חסידישן געשמאק!!

סוף פסוק: צייטליך דיין באשרייבונג איז צוקער זיס. ס'מערסטע איז מיר געפאלן די שורה: אזוי אויך עטליכע זאכן צו זעהן אויפן קאמפיוטער, וואס דאס איז פארשטייט זיך גע'אסר'ט דורך אלע מזל טוב צעטלעך...

ס'איז א גוטס.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:22 am
דורך מאשקע
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב עס נאכנישט באקומען.

צייטליך, דו ביזט געשמאק.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:32 am
דורך איזאק
איך געדענק נישט צו איך האב דיר שוין געשריבן אמאל צייטליך, אז יעדע תגובה דיינע איז זאפטיג, נישט קיין חילוק וואס די אישו איז, לייגסטו אריין מארך ביינער אין יעדע שורה.

ממש זיך צום באלעקן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:07 pm
דורך 3x0
איך עגרי מיט אלע תגובות פון דעם אשכול.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:13 pm
דורך זיידעניו
און איך עגרי נאר מיט טראוי

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 2:29 pm
דורך יגרסהדותא
חחאחאחאח, באנדע לצים. צייטליך, לאך דיך אויס פון זיי..

עניוועי, צייטליך כ'האב א טענה צו דיר. קום אהער דריי ארויף דיין פיאות, כמיין צו זאגן צו דיר איין דאס פנים ווייל ס'גייט דיר נישט געפעלן, קום אהער דו, פארוואס זאגסטו נישט גראד וועלכע ניגון דאס איז?

איך טריי די ערשטע איך זעה אז ס'איז נישט דאס, טריי איך די פיפטע, יויש, דאס פאסט דאך פאר "עורה יונגעל אליינס".. נאך פאר'ן זיך מגייר זיין..

אקיצור, עולם, עס איז די צווייטע ניגון.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:32 pm
דורך צייטליך
כדי שלא יבייש מי שאי.. נא, שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מנן דני.. אויך נישט. נו, וואס זאגט מען נאר? להציל העשוק מיד עוש.. אויך נישט. אהה, איך כאפ שוין, לקיים והיותם נקיים מה' וישראל וויל איך נאר ארויסשרייבן אז מ'זאל נישט חלילה מיינען אז איך האב דא געוואלט פארהוילן פון מענשטן די דאזיגע ניגון וועלעכע טרעק דאס איז. נאר פונקט פארקערט, איך האב קלאר ארויסגעשריבן די וערטער "שלמי'ס ניגון איז די צווייטע טרעק" און די וואס האבן נישט באמערקט די ווערטער זאלן אזוי גוט זיין און דאס איבערליינען.

ובזה יצאתי.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 5:55 pm
דורך קרעמער
יישר כח צייטליך פאר די שיינע באשרייבונג, יעצט ערלעדיג אז איך זאל דאס אויך באקומען אויף די פאסט.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 6:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס צייטליך האט א סי די און איך נישט,

כ'זאג ענק ס'איז הערליך, איי כ'האבעס נאכנישט?

כ'האדעך געליינט צייטליך'ס באשרייבונג, ס'איז שענער ווי לייוו,

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 7:02 pm
דורך ליפא
און איך האב דאס באקומען (זונטאג) אין אימעיל:

This year's Oorah CD, cleverly masquerading its way into your mailbox
as an everything-bagel, is sure to satisfy any pre-Passover craving
with a well-deserved break.

Performing artists include five of the most talented singers in the
Jewish music world today.

Enjoy the six new tracks, produced exclusively for Oorah, in your CD
player or listen to them online at Oorah's website.

Included is hours of multimedia enjoyment. Your little ones will
be entertained by The Marvelous Middos Machine, a light-hearted dramatization of
Journey's song "Sfashkenaz, and a a moving look at Oorah's kiruv
mission.

Click here to view the CD online: http://www.oorah.org/auction/2008/cd_08.html?acp=7503

.

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 7:42 pm
דורך קרעמער
שערקויך ליפא

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 2:10 am
דורך salads
כ'ווארט נאך אויך אויף מיין קימחא דפסחא פעקל.
כ'האף אז עורה וועט נישט פארגעסן פון מיר.

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:05 am
דורך יצמח
עורה כשר לפסח בייגל
פאר ווער ס'האט עס נאך נישט באקומען, אדער האט עס אינדערהיים און וויל עס זעהן/הערן אין ארבעט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:42 am
דורך מאשקע
יישר כח, יצמח.

כ'זעה אז מ'קען דארט אויך באשטעלן דעם סי-די אומזיסט.

http://www.oorah.org/auction/2008/cd_free.asp

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:42 pm
דורך יגרסהדותא
יוש צייטליך,כ'האב עס נישט באמערקט. קענסט שוין צוריק אויסציען דיין פנים..

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 6:27 pm
דורך גד
צייטליך האט געשריבן:אאאאאאוי, ותתן לנו חיים, חיים ארויייייכים, חיים ארוכים חיים של שלום, חיים שלללל ברכה. אאאאאוי, ותתן לנו אוי חיים.....

וואס וויל ווייטער דער שלמי דאסקאל פון מיר? איך צוגיי ממש ווי ער זינגט.
נאכאמאל, אוי ותתן לנו חיים , אוי חיים ארוכים.. שוין, זייי שטיל, לעש עס אויס. אזוי.

ווי די פארגאנגענע יאר, האבן זיי די יאר אויך מיט געשיקט א סידי מיט עטליכע שיינע ניגונים געזינגען דורך עטליכע זינגער, אריינגערעכנט מרדכי ווערדיגער (MBD) אברהם פריעד, שלמי דאסקאל, שלמה ובנו דאקס, ישראל ווערדיגער און נאך איינער וואס איך ווייס נישט זיין נאמען (זאל ער אויפהייבן די הענט)

עס איז א הערליכער סידי, אבער דאס מערסטע האב איך הנאה פון די ניגון וואס שלמי דאסקאל זינגט, טאקע נוסח שלמי דאסקאל, מיט אזא מתיקות, אזוי שיין, איך גיי ממש אויס (נאר א אויסדריק) בקיצור, ס'איז זייער שיין.

איך וויל דא בעטן די אלע וואס האבן נאכנישט גענימען די פאסט פון שב"ק זאלן דאס זאפארט גיין נעמען, רייסט אויף דעם פעקל, נעמט ארויס דעם קלענערן ענוועלאופ, מאכט אויף אייער סידי פלעיער און לייגט דאס אריין און צינדט אום אן. (שלמי'ס ניגון איז די צווייטע טרעק) איך זאג אייך איר וועט הנאה האבן!

זינגט נאכאמאל די הויעכע פאל.
אאאאאאוי, ותתן לנו חיים, חיים ארויייייכים, חיים ארוכים חיים של שלום, חיים שלללל ברכה. אאאאאוי, ותתן לנו אוי חיים, א זיס געבענטשט לעבן, אוי חיים ארוכים, חיים של שלום, חיים של ברכה.


גוטע נייעס פאר צייטליך, ער האט א געלעגנהייט נאכאמאל אויסצוגיין, (נאר א אויסדריק).
איך האב געהערט א נייע טעיפ וואס קומט ארויס יעצט פון שלומי, ס'איז ממש אויסצוגיין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 1:55 pm
דורך גד
איך ציטער אז צייטליך האט עס שוין געהערט, און ער איז שוין ל"ע אויסגעגאנ........ רח"ל.

צייטליך וואו ביסטו? שלמי גייט שוין זיך ווייטער נעמען צו דיינע ביינער, פותח את ידיך, עפן אויף דיין הענט און באצאל אפאר טאלער, דאן פותח את ידיך, עפן אויף דיין האנט און לייג אריין דעם סידי אין שפילער, דעמאלט וועסטו זען אז, פותח את ידיך, דיינע הענט וועלן זיך אויפהויבן מיטן ניגון צוזאמען.
אוי, הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל.