בלאט 1 פון 2

מה נספר ומה נדבר - אחד מי יודע אידיש

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:37 am
דורך farshlufen
מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס איינס באדייט וואס איינס באדייט?

איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס צוויי באדייט וואס צוויי באדייט?

צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס דריי באדייט וואס דריי באדייט?

דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס פיר באדייט וואס פיר באדייט?

פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס פינעף באדייט? וואס פינעף באדייט?

פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס זעקס באדייט? וואס זעקס באדייט?

זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס זיבען באדייט? וואס זיבען באדייט?

די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס אכט באדייט? וואס אכט באדייט?

די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס ניין באדייט? וואס ניין באדייט?

ניין חדשים איז צום געוואונען, די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס צען באדייט? וואס צען באדייט?

צען זענען די געבאטן, ניין חדשים איז צום געוואונען, די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס עלעף באדייט? וואס עלעף באדייט?

עלעף זענען די שטערנס, צען זענען די געבאטן, ניין חדשים איז צום געוואונען, די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס צוועלעף באדייט? וואס צוועלעף באדייט?

צוועלעף זענען די שבטים, עלעף זענען די שטערנס, צען זענען די געבאטן, ניין חדשים איז צום געוואונען, די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער, ווער קען רעדן און ווער קען ציילען וואס דרייצען באדייט? וואס דרייצען באדייט?

דרייצען זענען די מדות, צוועלעף זענען די שבטים, עלעף זענען די שטערנס, צען זענען די געבאטן, ניין חדשים איז צום געוואונען, די אכטע טאג איז מילה, די זיבעטע טאג איז שבת, זעקס זענען די משניות, פינעף זענען די חומשים, פיר זענען די אמהות, דריי זענען די אבות, צוויי זענען די לוחות, און איינס איז דער באשעפער.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:53 am
דורך יאנאש
אויף וועלכע טון גייט דער ניגון, א באקאנטע?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:07 pm
דורך צייטליך
גם אני מצטרף לבקשת יאנאש.

אויף וואספארא ניגון ווערט דאס געזינגען ?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:28 pm
דורך farshlufen
רבותי איך וואלט אייך גערן געזאגט דעם ניגון, נאר שתי תשובות בדבר:
איך ווייס נישט פון א באקאנטע ניגון אויף ווערטער מיט דעם טאן,
און דערווייל קען איך נישט קיין נאטן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
G מעידזשער,

פארשלאפען, געווענדלעך ווען מ'האלט ביי אחד מי יודע, שלאפטע, פארדעים זינגסטעס יעצט, הע?

כ'האב געהערט דעים ניגון, און אביסל (טראפקי) אנדערש די ווערטער, טענקס

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:48 pm
דורך צייטליך
נו, וויכטיגער, אפשר קענסטו דא אראפ'משל'ן ואספארא טאן דאס איז?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
אי אפשר לפורטם כי, אםם שווער הם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 1:13 pm
דורך יגרסהדותא
איי טריי ליי ליי ליי ליי, איי איי איי איי היי היי X2





איך קען דעם ניגון, אבער וויאזוי ווילסטו איך זאל עס "זינגן" דא אין דעם אשכול?

(איך גיי יעצט געבן א שנעלען בליק אויף מיין הארד-דרייוו, צו איך פארמאג עס)

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:06 am
דורך salads
כ'קען אויך דער ניגון, אבער ווי שוין אפגעענטפערט פון אנדערע, קען כ'אויך נישט טרעפן אן אנדערע ניגון צו וואס עס צושטעלן.
אבער מסביר זיין וועל כ'יא בראבירן.

דער ניגון איז א שנעלער, אבער נישט זייער שנעל. ס'לויפט אז נארמאל זינגט מען עס מער צו די שנעלע זייט, אבער מ'קען זיך פאר'דביקות'ן דערין אין ס'זאל ווערן א שטאטע ניגון.

ס'האט נישט מערערע פעלער, ווי א דורכשניטליך ניגון. ס'האט נאר בערך איין פאל, וואס דאס גייט איבער אין איבער.

די ערשטע העלפט פינעם ניגון, קען מען (שווערליך?) אריינלערנען א פראגע דריק. אין די צווייטע העלפט איז מער ווי דער תירץ.

די גאנצע טאן דערפון איז אבער אויסגעשטעלט אויף א פרייעליכקייט, ארויסצוווייזן ווי פרייעליך אינז זעמיר מיטן באשעפער אין מיט אלעם וואס מ'רעכנט דארט אויס.


אגב.
אויב האט איר צוצילייגן אדער אראפצונעמען, זענט איר העפליך געלאדענט.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:16 am
דורך מאשקע
פלאגטס ענק נישט אזוי. איך האב אפגעשפילט דעם ניגון אויף מיין קיבאורד (קעיסי"א בלשון ילדים...) און כ'וועל דאס אי"ה מארגן ארויפלייגן.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:36 am
דורך מאשקע
אקעי, דא איז עס:

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:44 am
דורך בני היכלא
שכוח מאשקע

יוי פליסטו עס אפ, ממש נישט צום דערקענען. דו ווייסט ווי שטאט מיין שוועסטער פלעגט דאס זינגען אין די נאכט אריין פאר פסח.

ווען מען זינגט דאס שטאט, בפרט די ווערטער, פון מה נספר ביז טאטע זיסער, גייט מען אויס פאר דביקות ונעימות.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:46 am
דורך מאשקע
גוט, די פאמעליכע נוסח וועט נאכפאלגן.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:50 am
דורך בני היכלא
גוט, זע דער אוי וויי טאטע זיסער, זאל אריינגיין אין די ביינער, אויב מעגליך מיט א יאמא פלעגן די קינדער זאגן אז ס'נאך בעסער ווי א קעסיא. חחח

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:15 am
דורך מאשקע
נו, מ'רעדט דאך פון א יאמאהא... (נישט פארמישן מיט יא-מא-מיי...)

כ'האב עס שוין אריינגעשפילט, אבער דאס וועט בדרך הטבע נישט קענען ארויפגעלייגט ווערן בעפאר מארגן.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:25 am
דורך בני היכלא
עמער ווארטן מיט געדולד מאשקע.
וויאזוי מאכסטו עס דידזשיטעל?

אגב.

איך קען דעם ניגון מיט אן אנדער אויספיר.

איינס איז דער באשעפער - פון הימל און דער ערד, ער איז איינער און מער קיינער - אוי מה נספר וכו'.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:34 am
דורך מאשקע
איך האב עס געזונגען לויט ווי איך קען עס, מיט א דריטע נוסחא: איינס איז דער באשעפער, דער באשעפער איז איינער, און מער נישט קיינער.

*

דאס ערשטע מאל האב איך עס רעקארדירט אלט-מאדיש, אנגעצינדן דעם וואויס-רעקארדער אויפ'ן טעלעפאן און עס רעקארדירט. דערנאך האב איך מיר עס געאימעילט, אזוי האב איך געהאט א פייל דערפון.

אבער דאס צווייטע וועט שוין זיין בעסער. דאס האב איך רעקארדירט דיגיטאליש אינעם דיסק וואס כ'האב אריינגעזעצט אינעם יאמאהא. דאס ווערט רעקארדירט אלס א MIDI פייל. דערנאך וועט מען דאס קאנווערטן צו א WMA פייל, וואס וועט אי"ה זיין פיל קלארער פון די ערשטע.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:37 am
דורך בני היכלא
דער דיסק וואס ס'גייט אריין אין דיין יאמאהא, גייט אריין אין דיין קאמפיוטער. וויאזוי?

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:39 am
דורך מאשקע
א רעגולער 3 און א האלב אינטשיגער פלאפיגער דיסק. רוב קיבאורדס האבן א פלאץ דערפאר.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:43 am
דורך בני היכלא
הער איך שוין.

מ'קען דאס אויך רעקארדן מיט א אודיא ווייער, וואס מ'שטעקט איין ביים העד פאון דזשעק, אזוי ווי מ'כאפט אפ פון א קאסעטע צו א קאמפיוטער מיט א פראגראם ווי אודעסיטי? דאס איז א שאלה?

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:45 am
דורך מאשקע
יא, זיכער, מ'קען אזוי אויך.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 3:48 am
דורך בני היכלא
מאשקע, נאך אזויפיל הארעוואניע האסטו מיך עפעס דערלערנט, עפעס כאפ איך שוין טעכניק.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 4:53 am
דורך יצמחפורקניה
א גרויסען יישר כח פאר דעם טייערען ליד, און פאר דעם הערליכען ניגון

ס'האט מיר גכאפט א חשק, עס צו זינגען מיט די קינדער במשך דעם פסח (לכאורה די קינדער וועלען לעבען אין האפקען מיט אזא ליד)

אבער איך כאפ נאך נישט ווי אזוי צו זעצען די ווערטער לויט דעם ניגון, ובפרט ביי די לעצטערע שטיקלעך וואס האבען מער ווערטער

אפשר קען איינער ארויף לייגען דעם ניגון מיט די ווערטער ?

(ס'מוז נישט זיין פראפעשנעל, מען זאל נאר פארשטיין וויאזוי זיך צו מסדר זיין)

יישר כח למפרע

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 10:15 am
דורך farshlufen
א דאנק הרב ר' משקה

דו שפילסט עס גוט, איך בין אבער געוואוינט עס צו זינגען שטאט.

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 2:54 pm
דורך צייטליך
מאשקע, א גויסן דאנק פאררן נעמען די מיה און עס אריינשפילן און ארויפלייגן דא אין קרעטשמע.

איך קען עס אבער נאכנישט זעצן געהעריג מיט די ווערטער. מאשקע, די קענסט דאך זינגען... זינג עס אריין אין אודיסיטי קענסט אביסל פארדרייען דיין קול צוליב חשש גילו און עס וועט זיין א הערליכער טעיפ. (קענסט עס אפילו איבערזינגען עטליכע מאל און אזוי מאכן א כמו-קווייער מיט הארמעני, עס וועט אויסקוקען זייער פראפעסינאל, איך זאג דיר, עס לוינט! רבותי, היימישע קרעטשמע קומט ארויס מיט א טעיפ! לויפט און קויפט! ס'איז נישטא צובאקומען און קיינע פון די געשעפטן, דערווייל.)