נון בוי דיין טעמפל שירה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

נון בוי דיין טעמפל שירה

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:11 pm

הועתק מסידור של"ה

אחלמזעכטהיגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

בלחארהים החארצהיגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

גרוייסזער גטאט, דזעמולטולגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

הויכהיר גטאט, וזוערדהיגזער גטאט, זהיסזער גטאט, חזענהיגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

טויגלהיכזער גטאט, יולדהישזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

כלרזעפטהיגזער גטאט, לזעבלהידהיגזער גטאט, מזעכטהיגזער גאט, נטאמהחאפטהיגזער גטאט, סזענפטהיגזער גאט, עזבלהיגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

פטארכצולמזער גטאט, צהימלהיכזער גאט, קזענזעגלהיכזער גטאט, רוייכזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

שויינזער גטאט, תרוייסזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

דולא בלהיסט גטאט אולן קויינזער מזער, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה, יויא שסהירטה, נולן בלוייא, נולן בלוייא, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג מארטש 31, 2008 12:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:12 pm

עס איז דא אסאך ווערטער וואס איך ווייס נישט די באדייט דערפון קען איינער דא ארויסהעלפן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:16 pm

זיידעניו, יו גאטטע סלאו דאון, כ'קען נישט אזוי שנעל.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:28 pm

עס איז דא ערגעץ דא אין קרעטשמע אן אשכול דערויף.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:33 pm

די פאריעריגע ארבייט אוודאי נישט, דא האט איר עס נאכאמאל.
http://download.yousendit.com/5585D37A5C29766D
ישר כח זיידעניו

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מארטש 31, 2008 2:33 pm

אויב פארשטייסטו נישט א ווארט, עס איז איבערגעזעצט אויף דויטש פון אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, זעה די לשה"ק ווארט וועסטו אי"ה פארשטיין.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג אפריל 04, 2008 1:52 am

אלעקסיי

כ'זינג שוין יאהר'ן דעם נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה, ווי עפעס א לחש וואס געוויסע אידן פירן זיך צו זינגען נאכן סדר.
אין איך ווי א פרומער, וואס טוט מען נישט פסח ביינאכט..

אבער ניגונים אויף דייטש.. דאס האב'כ געניג. כ'ברויך נישט צוקימען צום נון בוי.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אפריל 04, 2008 1:59 am

סאלאטים

איך פארשטיי נישט דיין פראבלעים.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג אפריל 04, 2008 2:42 am

קיינע פראבלעמען ב"ה.
ס'איז מיר נאר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז ס'האט עפעס מיט "אדיר הוא".

נאר אויב פסח ניגונים אויף דויטש, האב כ'אויך אחד מי יודע.
אז ס'וועט זיך מאכן צייט וועל כ'עס בלי נדר אראפשרייבן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אפריל 04, 2008 2:49 am

אהא, פארשטאנתי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 04, 2008 11:15 am

כ'פארשטיי נישט דיין פראבלעם מיט די דייטשע ניגונים דער חשיבותפון דעם ניגון איז אז די קדמונים האבן דאס געזונגן מיט גרויס דביקות נאכן פראווען א ליל שימורים
נאך אזוי פרי ווי דער שלה הקדוש

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אפריל 04, 2008 11:27 am

ער האט נישט קיין פראבלעם, זאגט ער.

ער זאגט נאר אז די אנדערע ניגונים האט ער אויך אויף דויטש. כך הבנתי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אפריל 04, 2008 11:49 am

אינטערעסאנט צו עס איז באקוועם צו זינגן א ניגון אויף די שפראך פון די ריינע ראסע...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 04, 2008 11:51 am

ניין און אוודאי אז א נאצאנאלע הומנע אדער א פאלקס זמר איז נישט באקוועם אבער א ניגון וואס גדולי ישראל האבן געזונגען איין געהויבענע מאמענטן איז א צווייטע דערהער אינגאנצען

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג אפריל 06, 2008 1:44 am

אזוי ווי כ'ביך א דויטשער אפשטאמיגער, דרייעט זיך אין אינזער משפחה דער אדיר הוא אויף דויטש.

מעיגליך אז ס'איז גלייך פאר'ן קריג פארפאסט געווארן, אין ס'איז גאר מעיגליך אז ס'איז אויך פון די פריעריגע צייטן, א שטייגער ווי דער של"ה הק'. ווער ווייסט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג אפריל 06, 2008 2:41 am

אלמעכטיגער איז א אפטייטש פון אדיר הוא.
און דאס איז שוין אן אלטער טעות אז ס'קומט פון של"ה.

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג אפריל 06, 2008 3:54 am

בני היכלא האט געשריבן:אלמעכטיגער איז א אפטייטש פון אדיר הוא.
און דאס איז שוין אן אלטער טעות אז ס'קומט פון של"ה.


דאס איז טאקע אן אפטייטש פון 'אדיר הוא',
אבער דער של"ה הק' האט דאס אפגעטיישט אויף אידיש-דייטש,
און עס ווערט געברענגט אין סידור 'שערי שמים' ביים סוף פון די הגדה.
[align=center]נישט יעדע זאך וואס גלאנצט איז גאלד - נישט יעדער וועלכער שמייכלט צו דיר איז דיין פריינד[/align]

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » דאנארשטאג יולי 17, 2008 3:08 pm

די ניגון איז גאר א שיינער דביקותדיגע ניגון וואס אסאך ערליכע אידן פלעגן פייערליך זינגן און קיינער האט נישט געהאט די ספיקות וואס די זויפערס דא אין קרעטשמע האבן,
איבער די ניגון וואס איז פארשפרייט ווייס איך נישט פון ווי דאס שטאמט, נאר איך ווייס פון א געוויסע משפחה אייניקלעך פונעם של"ה וואס זינגן די וועלטס ניגון און זאגן אז זיי האבן דאס מקובל דורי דורות

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג יולי 18, 2008 1:44 am

חיים'ל

זאג נאר.
די עסט יעדן טאג עטליכע מאל? די עסער איינער!

די טרינקסט געניג איבער'ן טאג? די זויפער!

די גייסט אין גאס יעדן טאג? די גאסן מעסטער!

ועוד ועוד..


איר ווייסט מיט וועם איר פארברענגט דא?!
גלייבט מיר, אז אין אפענער וועלט איז שווער זיך צו דרייען אין אזא ערליכע בטעם'טע חסידישע סביבה.. א אמת'ער סעודה וואס ת"ח מסובים בה.. אין איר ריפט אינז אן זויפער'ס?! זייער נישט שיין..


לויט ווי איייער שרייבן-גאנג קוקט אויס, זענט איר זייער א נארמאלער מענטש, אין א גיטער פארברענגער, מיר נעמען אייךל אריין אין אינזער סביבה מיטן גרעסטן כבוד, אין פולסטן מאס רעספעקט. מיר לאזן אייך אפי' מיט זינגען דעם דביקות'דיגער ניגון'דל וואס איז געדריקט אין הייליגן של"ה הגדה, אבער ניצט ביטע אינזער איידעלן שפראך אויך.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג יולי 18, 2008 8:50 am

סאלאדס, יפה דברת.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 2:00 pm

הרוצה לנסך יין על המזבח ימלא גרונם של תלמידי חכמים יין, דאס טייטשט ער זאל אנזאפען די ת"ח מיט וויין, נישט אזא שלעכטע אויסדרוק לפי זה.

סאלאדס ;l;p-

ברוך מבנים אשר.

דער זמר א'למעכטיגער ג'ט איז שוין געדרוקט געווארן נאך בעפאר דער של"ה הקדוש איז געבוירן געווארן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 18, 2008 3:54 pm

סאלאדס, מיר שטייען מיט דיר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג יולי 18, 2008 3:55 pm

שאלאטע,
יו קאדענדט סעי איט בעטער!
the SCY is the limit

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג יולי 18, 2008 4:51 pm

סאלאדס, שכח פאר'ן צוהעלפן. כ'בין מיט דיר!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 12:35 am

זיידעניו שרייבט:
עס איז דא אסאך ווערטער וואס איך ווייס נישט די באדייט דערפון קען איינער דא ארויסהעלפן


אוודאי, לויט ווי דער שיר איז אראפגעברענגט אויבן איז נישט מעגליך צו פארשטיין קיין איין ווארט!!!

אחלמזעכטהיגזער גטאט, נולן בלוייא דויין טזעמפלאל שסהירטה:

אחלאזוי שסהיר, אולן אחלזוי בלחאלד, אולן אולנזאראן טחאגאן שסהירטה

וואס דארף דאס צו מיינען?......

דא איז די פארראכטענע גירסא:

אלמעכטיגער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

בארים הארציגער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

גרויסער גאט, דעמוטיגער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

הויכר גאט, ויינער גאט (י"ג - ווערדיגער גאט), זיסער גאט, חניגר גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

טויגליכער גאט, יודישער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

כרעפטיגער גאט, לעבידיגער גאט, מעכטיגער גאט, נאמהאפטיגער גאט, סענפטיגער גאט, עביגער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

פורכצומער גאט, צימליכער גאט, קעניגליכער גאט, רייכער גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

שיינער גאט, תרויטר גאט, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:

דוא בישט גאט און קיינער מער, נון בויא דיין טעמפל שירה:

אלזוי שיר, און אלזוי באלד, און אונזרן טאגן שירה, יויא שירה, נון בויא, נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירה:


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט