מען נוצט נאך סידי'ס ביי ענק אינדערהיים? אויב נישט, וואס יא?
אחראי: אחראי
מען נוצט נאך סידי'ס ביי ענק אינדערהיים? אויב נישט, וואס יא?
היינט ביי א מיטינג ביי אונז אין מוסד, האט מען דן געווען איבער פארשידענע ענינים, און עס איז ארויפגעקומען א אינטערעסאנטע שאלה אויפ'ן טיש.
אין די פארגאנגענע יארן איז אויסגעקומען עטליכע מאל וואס די הנהלה האט ארויסגעשיקט פארשידענע סידי'ס פאר די עלטערן אויף די פאסט, אדער אהיים געשיקט סידי'ס מיט די קינדער.
אמאל איז עס געווען א וויכטיגע דרשה וואס מ'האט געוואלט אז די עלטערן זאלן עס אויסהערן, אמאל האט מען אהיים געשיקט מיט די קינדער א מזכרת פון א מעמד אינעם מוסד, און נאך.
אזוי אויך איז פאראן פארשידענע פראגראמען אינעם מוסד אמאל ביי די מיידלעך און אמאל ביי די יונגלעך וואס ס'קען זיך מאכן מ'זאל געבן פארשידענע מוזיק סידיס זיך אויסצולערנען געוויסע ניגונים וכדומה.
היינט צו טאגס האט זיך גענצליך געטוישט די טעכניק פון די מוזיק אינדוסטריע, אויב ביז עטליכע יאר צוריק האט נאך כמעט יעדער פארמאגט א טעיפ-ריקארדער/קאסעטע פלעיער, האט זיך עס דערנאך געטוישט צו סידי'ס און MP3, און פון דארט איז עס געטוישט געווארן צו די דידזשיטעל כלים צו אלע סארט אוידיאו פלעיערס.
רוב קארס פארמאגן שוין נישט קיין פלאץ וואו אריינצולייגן א סידי. יעצט שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?
איך ווייס פון א מוסד וועלכע פלעגט ארויסשיקן סידי'ס פאר זייערע תומכים, און זיי האבן דאס אנגעהויבן איינטוישן צו שיקן USB קארטלעך אנשטאט סידי'ס, אבער זייער פידבעק איז צוריקגעקומען אז זייער אסאך מענטשן האבן נישט וואו דאס איינצושטעקן.
היינט צו טאגס ווען א יונגערמאן האט חתונה, קויפט מען מער נישט קיין צענטראלע פלעיער פאר די שטוב, נאר אנשטאט דעם נוצט מען די טעלעפאון פאר פאר אלע ערליי דרשות און מוזיק דורך די אלע האטליינס.
בפשטות פאר איינער וואס האט א שטוב מיט קינדער וואלט לכאורה געווען די גרינגסטע צו האבן אינדערהיים א אייפאד אדער א סענסא פלעיער צוגעטשעפעט צו גוטע ספיקערס וואס אויף דעם זאל מען ארויפלייגן אלע אלבוים'ס וואס מ'וויל געבן פאר די קינדער צו הערן. דאס קומט אבער אויך מיט מיט די שווערעקייטן פון כסדר נעמען די כלי עס אנצופולן מיט נייע זאכן, ווי אויך אז דאס איז נישט ווי א אמאליגע סטיריאו פלעיער וואס זיצט אויף איין פלאץ אין שטוב, נאר דאס איז א דבר המיטלטל וואס ווערט פארשלעפט און ס'קען זיך גרינג פארלירן און צעבראכן ווערן.
און איבער אלעם איז דאס נאר ווערד פאר דעם מענטש אליין וואס וויל עפעס קויפן און אפלאודן, אבער אויב וויל איך אים שיקן א מתנה, למשל אויב מיין קינד איז איינגעשטאנען עטליכע טעג ביי מיין קרוב, און איך וויל קויפן א מתנה פאר יענע משפחה א נייעם הערליכן טעיפ, וועלן זיי גארנישט קענען טון דערמיט.
דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?
איך שטעל אויך ארויס א אנקעטע צו זען וועלכע סארט אוידיאו כלים דער עולם נוצט

דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5108
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
ביי מיר האט מען א סידי פלעיער מיט א אייפאד סאו כ'קען נישט וואוטען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

nmi האט געשריבן:ביי מיר האט מען א סידי פלעיער מיט א אייפאד סאו כ'קען נישט וואוטען
קענסט טאקע נישט אויסקלויבן נאר איינס, אבער אויף די פראגע וואס ווערט געפרעגט דורכ'ן פותח האשכול (אני הק') דורך וועלכע וועג א מוסד וועט קענען דיסטריביוטן מוזיק אדער אודיאו פיילס צו אייך אין שטוב, איז דער תירוץ אז איר פארמאגט נאך יא א סידי פלעיער
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
- אלטער
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7244
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
באן אינז איז נאר דא אן אייפאט (חאטשיק איך קום פון דער אלטער היים....), ווען די קינדער ברענגן טאקע אהיים די פורים שפיל פון חדר, נעמט טאקע א שיינע שטיק צייט ביז עס ווערט ארויף געלייגט
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.
- קנאפער ידען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13835
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט וויל
- פארבינד זיך:
האמיר אן מוזיק פלעיער (נישט סענסא... אבער אויף דעם גאטונג) מיט א פארטעבעל ספיקער.
איך האב א לעפטאפ וואס איך טראג מיט מיר אהיים סאו איך פיל עס אן/נעם אראפ כסדר, אבער אריבערלייגן פון א סידי איז א העסעל פשוט ווייל זייער אסאך לעפטאפס קומען שויניש מיט א סידי דרייוו, ברויך מען ארויסשלעפן דער פארשטויבטער USB סידי דרייוו... סאו איך טו עס טאקע נאר ווען עס איז טאקע עפעס אינטערסאנט און נישט סתם יעדע יאצמעך סידי וואס איינער האט מחליט געווען אז אפשר זאלעך עס הערן.

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

- קלאָצקאָפּ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7215
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1978
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm
אביונה האט געשריבן:ביי מיר נוצט מען מיינע אלטע סעלל פאונס, א אנגעפילטע שד קארד, און א בלויע-ציין ספיקער
[א בעקאפ פונם שד קארטל ביי מיר אין קאמפיוטער, אין קעיס ס'גייט א גאנג....]
Same here
כ'פלעג אזוי טון ביז די אלטע טעלעפאן האט זיך צובראכן. האמיר ענדליך געקויפט א טעיפ רעקארדער / סידי פלעיער, ארבעט אבער נישט די מפ3...
נישט געהערט ביז איצט פון נאכאיינעם וואס טוט עס...
- ניס קראכער
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5497
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
שוין קרוב צו 20 יאר האב איך נישט קיין CD אין שטוב,
אלע CD ווערט גלייך קאנווערטעד אויף MP3.
אלע אלטע קאסעט טעיפס האב איך קאנווערטירט צו MP3 און אועקגעווארפן אלע טעיפס, אלע CD'ס און פטוראנייעסיק.
נאו מאור צעקריצטע CD'ס. נישטא מער דער פראבלעם.
אלע מוזיק / דרשות גייט ארויף אויף אן אייפאד, אלע קינדער האבן זייער סעלעקציע וואס זיי ווילן הערן.

- תגובות: 147
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am
-
- שר מאה
- תגובות: 210
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am
איך נוץ א סענסע פשוט ווייל די סידי פליער האט זיך צובראכן און איך האב נאכנישט געקויפט קיין נייע
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
-
- שר מאה
- תגובות: 248
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm
פישל האט געשריבן:דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?
איך גלייב אז די ביסטע ענטפער אויף דיין פראגע קענסטו באקומען ביי די וואס זענען אין די ליין, ליע עוועניו פאטא, קרן שמואל ישעי' וכדו'.
זיי זענען אין די ליין פון פארקויפן די כלים, ווי אויך אודיא פראדוקטן, זיי וועלן דיר דאס בעסטע וויסן צו ענטפערן.
טשעק עס מיט זיי.
א נייע מעשה האט געשריבן:פישל האט געשריבן:דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?
איך גלייב אז די ביסטע ענטפער אויף דיין פראגע קענסטו באקומען ביי די וואס זענען אין די ליין, ליע עוועניו פאטא, קרן שמואל ישעי' וכדו'.
זיי זענען אין די ליין פון פארקויפן די כלים, ווי אויך אודיא פראדוקטן, זיי וועלן דיר דאס בעסטע וויסן צו ענטפערן.
טשעק עס מיט זיי.
א MP3 געשיקט אויף בליץ פאסט
טא סאם איט אפ,
די היינטיגע וועג צו דיסטריבוטען מוזיק, איז דורך קלאוד. עס קען קיין א סינק אדער א דירעקט דאונלאוד,
איז דאך דאס אבער נישט גלייך ווען עס קומט צו די בית השם, א אידישע שטוב,
ברויך מען ניצן אן אלטארנעטיוו, איז די מעשה אז יעדע אלטארנעטיוו האט זיך זיינע פראס און קאנס,
און במילא איז נישטא קיין קאמאן אלטארנעטיוו.
די היינטיגע וועג צו דיסטריבוטען מוזיק, איז דורך קלאוד. עס קען קיין א סינק אדער א דירעקט דאונלאוד,
איז דאך דאס אבער נישט גלייך ווען עס קומט צו די בית השם, א אידישע שטוב,
ברויך מען ניצן אן אלטארנעטיוו, איז די מעשה אז יעדע אלטארנעטיוו האט זיך זיינע פראס און קאנס,
און במילא איז נישטא קיין קאמאן אלטארנעטיוו.
- קלאָצקאָפּ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7215
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 6 געסט