מען נוצט נאך סידי'ס ביי ענק אינדערהיים? אויב נישט, וואס יא?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע אוידיאו פלעיר נוצט מען ביי אייך אין שטוב פאר די משפחה?

איך נוץ נאך דעם אלטן טעיפ-ריקארדער
3
3%
איך נוץ א סידי / mp3 פלעיער
30
34%
איך נוץ א אייפאד אדער סענסא פלעיער
40
45%
איך פארמאג א ספיקער אין וואס מ'קען איינשטעקן א USB
4
5%
איך פארמאג נישט קיין שום אוידיא פלעיער אין שטוב
2
2%
ביי מיר אין שטוב הערט מען מוזיק דורכ'ן טעלעפאון
9
10%
 
סך הכול שטימען: 88

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

מען נוצט נאך סידי'ס ביי ענק אינדערהיים? אויב נישט, וואס יא?

תגובהדורך פישל » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:29 pm

היינט ביי א מיטינג ביי אונז אין מוסד, האט מען דן געווען איבער פארשידענע ענינים, און עס איז ארויפגעקומען א אינטערעסאנטע שאלה אויפ'ן טיש.

אין די פארגאנגענע יארן איז אויסגעקומען עטליכע מאל וואס די הנהלה האט ארויסגעשיקט פארשידענע סידי'ס פאר די עלטערן אויף די פאסט, אדער אהיים געשיקט סידי'ס מיט די קינדער.
אמאל איז עס געווען א וויכטיגע דרשה וואס מ'האט געוואלט אז די עלטערן זאלן עס אויסהערן, אמאל האט מען אהיים געשיקט מיט די קינדער א מזכרת פון א מעמד אינעם מוסד, און נאך.

אזוי אויך איז פאראן פארשידענע פראגראמען אינעם מוסד אמאל ביי די מיידלעך און אמאל ביי די יונגלעך וואס ס'קען זיך מאכן מ'זאל געבן פארשידענע מוזיק סידיס זיך אויסצולערנען געוויסע ניגונים וכדומה.

היינט צו טאגס האט זיך גענצליך געטוישט די טעכניק פון די מוזיק אינדוסטריע, אויב ביז עטליכע יאר צוריק האט נאך כמעט יעדער פארמאגט א טעיפ-ריקארדער/קאסעטע פלעיער, האט זיך עס דערנאך געטוישט צו סידי'ס און MP3, און פון דארט איז עס געטוישט געווארן צו די דידזשיטעל כלים צו אלע סארט אוידיאו פלעיערס.

רוב קארס פארמאגן שוין נישט קיין פלאץ וואו אריינצולייגן א סידי. יעצט שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?

איך ווייס פון א מוסד וועלכע פלעגט ארויסשיקן סידי'ס פאר זייערע תומכים, און זיי האבן דאס אנגעהויבן איינטוישן צו שיקן USB קארטלעך אנשטאט סידי'ס, אבער זייער פידבעק איז צוריקגעקומען אז זייער אסאך מענטשן האבן נישט וואו דאס איינצושטעקן.

היינט צו טאגס ווען א יונגערמאן האט חתונה, קויפט מען מער נישט קיין צענטראלע פלעיער פאר די שטוב, נאר אנשטאט דעם נוצט מען די טעלעפאון פאר פאר אלע ערליי דרשות און מוזיק דורך די אלע האטליינס.

בפשטות פאר איינער וואס האט א שטוב מיט קינדער וואלט לכאורה געווען די גרינגסטע צו האבן אינדערהיים א אייפאד אדער א סענסא פלעיער צוגעטשעפעט צו גוטע ספיקערס וואס אויף דעם זאל מען ארויפלייגן אלע אלבוים'ס וואס מ'וויל געבן פאר די קינדער צו הערן. דאס קומט אבער אויך מיט מיט די שווערעקייטן פון כסדר נעמען די כלי עס אנצופולן מיט נייע זאכן, ווי אויך אז דאס איז נישט ווי א אמאליגע סטיריאו פלעיער וואס זיצט אויף איין פלאץ אין שטוב, נאר דאס איז א דבר המיטלטל וואס ווערט פארשלעפט און ס'קען זיך גרינג פארלירן און צעבראכן ווערן.

און איבער אלעם איז דאס נאר ווערד פאר דעם מענטש אליין וואס וויל עפעס קויפן און אפלאודן, אבער אויב וויל איך אים שיקן א מתנה, למשל אויב מיין קינד איז איינגעשטאנען עטליכע טעג ביי מיין קרוב, און איך וויל קויפן א מתנה פאר יענע משפחה א נייעם הערליכן טעיפ, וועלן זיי גארנישט קענען טון דערמיט.

דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?

איך שטעל אויך ארויס א אנקעטע צו זען וועלכע סארט אוידיאו כלים דער עולם נוצט
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:41 pm

ביי מיר האט מען א סידי פלעיער מיט א אייפאד סאו כ'קען נישט וואוטען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:53 pm

היינט איז געווען עדווערטייזט אויף כל העולם עפעס א נייע פלעיער. כ'ווייס נישט וואס דאס איז.
נישט די נקי

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:00 pm

nmi האט געשריבן:ביי מיר האט מען א סידי פלעיער מיט א אייפאד סאו כ'קען נישט וואוטען

קענסט טאקע נישט אויסקלויבן נאר איינס, אבער אויף די פראגע וואס ווערט געפרעגט דורכ'ן פותח האשכול (אני הק') דורך וועלכע וועג א מוסד וועט קענען דיסטריביוטן מוזיק אדער אודיאו פיילס צו אייך אין שטוב, איז דער תירוץ אז איר פארמאגט נאך יא א סידי פלעיער
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אביונה
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:08 pm

ביי מיר נוצט מען מיינע אלטע סעלל פאונס, א אנגעפילטע שד קארד, און א בלויע-ציין ספיקער
[א בעקאפ פונם שד קארטל ביי מיר אין קאמפיוטער, אין קעיס ס'גייט א גאנג....]

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:25 pm

באן אינז איז נאר דא אן אייפאט (חאטשיק איך קום פון דער אלטער היים....), ווען די קינדער ברענגן טאקע אהיים די פורים שפיל פון חדר, נעמט טאקע א שיינע שטיק צייט ביז עס ווערט ארויף געלייגט
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:42 pm

האמיר אן מוזיק פלעיער (נישט סענסא... אבער אויף דעם גאטונג) מיט א פארטעבעל ספיקער.

איך האב א לעפטאפ וואס איך טראג מיט מיר אהיים סאו איך פיל עס אן/נעם אראפ כסדר, אבער אריבערלייגן פון א סידי איז א העסעל פשוט ווייל זייער אסאך לעפטאפס קומען שויניש מיט א סידי דרייוו, ברויך מען ארויסשלעפן דער פארשטויבטער USB סידי דרייוו... סאו איך טו עס טאקע נאר ווען עס איז טאקע עפעס אינטערסאנט און נישט סתם יעדע יאצמעך סידי וואס איינער האט מחליט געווען אז אפשר זאלעך עס הערן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:58 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:האמיר אן מוזיק פלעיער (נישט סענסא... אבער אויף דעם גאטונג) מיט א פארטעבעל ספיקער.
מקום חותם הבד"ץ

ואיני יודע מה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm

תגובהדורך ואיני יודע מה » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:31 pm

אין די היים א קאמיוטער אין קאר סידי.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:13 am

מיר ניצן music play פונעם קלוגן פאון
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:15 am

דל גאה האט געשריבן:מיר ניצן music play פונעם קלוגן פאון



דעמאלטס קענט איר שטומען פאר די לעצטע אפציע.

מ'פרעגט נישט דארט צו דער טעלעפאון איז קלוג אדער דום.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:45 am

מחשב האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:מיר ניצן music play פונעם קלוגן פאון



דעמאלטס קענט איר שטומען פאר די לעצטע אפציע.

מ'פרעגט נישט דארט צו דער טעלעפאון איז קלוג אדער דום.

דאס וואס מהאמיר געטון
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

גפת
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 4:41 pm

תגובהדורך גפת » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:54 am

nmi האט געשריבן:ביי מיר האט מען א סידי פלעיער מיט א אייפאד סאו כ'קען נישט וואוטען


גא''מ

מימוני
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:02 am

ביי אונז איז דא עטליכע עם פי טרי פלעירס, מיר קויפן דאס אויף עלי עקספרעס פאר זייער ביליג, אין א גוטע פארטעבל בלוטאט ספיקער.

Programming
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:07 am

אביונה האט געשריבן:ביי מיר נוצט מען מיינע אלטע סעלל פאונס, א אנגעפילטע שד קארד, און א בלויע-ציין ספיקער
[א בעקאפ פונם שד קארטל ביי מיר אין קאמפיוטער, אין קעיס ס'גייט א גאנג....]


Same here

כ'פלעג אזוי טון ביז די אלטע טעלעפאן האט זיך צובראכן. האמיר ענדליך געקויפט א טעיפ רעקארדער / סידי פלעיער, ארבעט אבער נישט די מפ3...

נישט געהערט ביז איצט פון נאכאיינעם וואס טוט עס...

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:41 pm

סענסא+סידי פלעיער

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

שוין קרוב צו 20 יאר האב איך נישט קיין CD אין שטוב,
אלע CD ווערט גלייך קאנווערטעד אויף MP3.

אלע אלטע קאסעט טעיפס האב איך קאנווערטירט צו MP3 און אועקגעווארפן אלע טעיפס, אלע CD'ס און פטוראנייעסיק.

נאו מאור צעקריצטע CD'ס. נישטא מער דער פראבלעם.

אלע מוזיק / דרשות גייט ארויף אויף אן אייפאד, אלע קינדער האבן זייער סעלעקציע וואס זיי ווילן הערן.

פאלקאוויטש123
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:02 pm

ניס קראכער האט געשריבן:סענסא+סידי פלעיער

same here

programmer
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 4:13 pm

איך נוץ א סענסע פשוט ווייל די סידי פליער האט זיך צובראכן און איך האב נאכנישט געקויפט קיין נייע
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:08 pm

פישל האט געשריבן:דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?

איך גלייב אז די ביסטע ענטפער אויף דיין פראגע קענסטו באקומען ביי די וואס זענען אין די ליין, ליע עוועניו פאטא, קרן שמואל ישעי' וכדו'.

זיי זענען אין די ליין פון פארקויפן די כלים, ווי אויך אודיא פראדוקטן, זיי וועלן דיר דאס בעסטע וויסן צו ענטפערן.

טשעק עס מיט זיי.

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:18 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:סאו איך טו עס טאקע נאר ווען עס איז טאקע עפעס אינטערסאנט און נישט סתם יעדע יאצמעך סידי וואס איינער האט מחליט געווען אז אפשר זאלעך עס הערן.

:roll:
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:21 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?

איך גלייב אז די ביסטע ענטפער אויף דיין פראגע קענסטו באקומען ביי די וואס זענען אין די ליין, ליע עוועניו פאטא, קרן שמואל ישעי' וכדו'.

זיי זענען אין די ליין פון פארקויפן די כלים, ווי אויך אודיא פראדוקטן, זיי וועלן דיר דאס בעסטע וויסן צו ענטפערן.

טשעק עס מיט זיי.

א MP3 געשיקט אויף בליץ פאסט

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:26 pm

טא סאם איט אפ,
די היינטיגע וועג צו דיסטריבוטען מוזיק, איז דורך קלאוד. עס קען קיין א סינק אדער א דירעקט דאונלאוד,
איז דאך דאס אבער נישט גלייך ווען עס קומט צו די בית השם, א אידישע שטוב,
ברויך מען ניצן אן אלטארנעטיוו, איז די מעשה אז יעדע אלטארנעטיוו האט זיך זיינע פראס און קאנס,
און במילא איז נישטא קיין קאמאן אלטארנעטיוו.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:28 pm

יאצמעך האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:סאו איך טו עס טאקע נאר ווען עס איז טאקע עפעס אינטערסאנט און נישט סתם יעדע יאצמעך סידי וואס איינער האט מחליט געווען אז אפשר זאלעך עס הערן.

:roll:

הייסט אויב איך וויל דיר צוריקזען דא, דארף איך פשוט מער רעדן פון דיר.. גוט צו וויסן.
מקום חותם הבד"ץ

עטיש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 1:54 pm

תגובהדורך עטיש » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 6:30 pm

פישל האט געשריבן:
דעריבער קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע, וויאזוי קען מען היינט צו טאגס דיסטריביוטן סיי וועלכע מוזיק אדער אודיאו צום ברייטן ציבור?


SD card?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט