לחיים - שירה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

לחיים - שירה

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 02, 2008 9:38 pm

אין די טעג קימט ארויס א נייע טעיפ מיטן נאמען "לחיים שירה" דער טעיפ ווערט ארויסעגעגבן דורך די באקאנטעא ארויסגעבער "לחיים" דיסטריביוטערס און ווערט געזינגען און אראנדזשירט דורך די גאר באקאנטע און הערליכער קאור "שירה".

אויסצוגען קען מען ביזדערוויל הערן אויף "קול מבשר" נאכן דריקן נומער 6 אויף די מעין מעניו.

וויפיל איך האב דארט געהערט קוקט עס אויס זייער שיין, אביסל אנטוישט ביניך, ווייל וויטער איז עס אלטע ניגונים און נישט קיין נייער טעיפ מיט נייע ניגונים, וואס דעראויף וויין איך שוין א לאנגע צייט, מענטשן זיכן נישט צו צאלן געלט פאר אלטע ניגונים, און אויב יא, נישט קיין פופצן דאללער פאר א סידי.

מיט דעם אלעם גיי איך עס מיסתמא קויפן, איך ווער 'משוגע' פאר שירה, איך האב זייער ליב זייערע קווייער'ס און עס איז מיסתמא א הערליכער טעיפ.

דער טעיפ וועט זיין צובאקימען אין די געשעפטן ראש חודש אדר ב'.

לויפט און קויפט, ס'איז דא צובאקימען אין אלע געשעפטן (כנוסח קאלמע וואסער)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מארטש 03, 2008 12:47 pm

איך האב ליב ביידע המזמרים און שירה, יעדער מיט זיין סטיל, אבער פאר אלטע ניגונים וואלט איך נישט געספענד קיין גרייצער.
נישט קיין חילוק ווי שיין סזאל נאר זיין, איך קען אבער די ניגונים.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג מארטש 03, 2008 3:13 pm

I coudn't agree more
פאר אלטע ניגונים לוינט זיך נישט צו צאלען 15 דאללאר. יעדער בעל שמחה וואס דינגט שירה, גיבט אייך גערען אומזיסט א קאפי פון די ניגוני, דארט הערט איר צוויי שעה אדער מער פאר ביליגער.
א שאד יעדע פעני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 03, 2008 11:33 pm

איך האב געהערט דעם פריוויו אויף קול מבשר, און איך מוז אייך זאגן אז עס איז מיר גראדע גאנץ גוט געפאלן געווארן.

1. קען זיין ווייל ביי מיר זענען דאס נייע ניגונים (איך פארמאג דאך נישט קיין טעיפס אין שטוב, כמעט)

2. איך וועל דעם טעיפ אויך נישט קויפן, אזוי ארום וועלן די ניגונים בלייבן ניי ביי מיר...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 2:10 pm

איך האב יעצט אביסעלע אויסגעהערט דעם טעיפ, עס איז א הערליכער טעיפ, ער נעמט ניגונים וואס מ'זינגט כמעט נישט, טאקע אלטע אבער נישט באקאנטע ניגונים, עס איז זייער שיין אראפגעזינגען. גיימער עס קויפן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 2:48 pm

"טאטי; איז אמת אז שירה גיט ארויס א נייע טעיפ?"

יא מיין קינד, צו הערן א פריוויו דרוקט נאמבער 6..........

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 4:32 pm

יעצט הער איך דעם סידי, ממש א מחיה, כ'האב שוין פון לאנג געוויסט אז 1 ווען שירה זינגט אלטע ניגונים קען מען משוגע ווערן. 2 ווען לחיים קאנדאקט קען מען צודרייט ווערן. יעצט ווען ביידע זענען צוזאמען קען מען זיכער ווערן משוגע צודרייט. 1+2=3
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » זונטאג מארטש 16, 2008 2:38 am

כ'האב עס געקויפט אין געהערט אין כ'האב עס נישט ליב מיט א "נ" הידוע
יעצט שטייט די סידי צים פארקויפען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 16, 2008 10:50 am

איך האב עס געקויפט און ס'איז א מעסטער פיעס, עס ארבעט ביי מיר אינדערהיים ממש נאן סטאפ.

הער לאקשען: ווי אזוי איז א נו"ן א ידוע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מארטש 16, 2008 2:54 pm

לאקשן אפשר פארקויפסטו מיר עס פאר 5 טאללער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 17, 2008 1:03 am

יעצט געהערט דעם פריוויו אויף קאלמע (פארגעסן זיין לעצטע נאמען...), און כ'האב באשלאסן עס יא צו קויפן. רוב ניגונים האב איך נאכנישט געהערט (אדער שוין פארגעסן), און דאס איז טראץ דעם וואס כ'קען אסססאאאאךךך ניגונים, אלטע ווי נייע.

און אפילו די געציילטע ניגונים וואס מ'הערט אמאל ביי א שמחה, איז עס געווענליך אן מוזיק אדער העכסטנס מיט א וואן-מען-בענד; נישט אזוי פראפעסיאנאל ווי אויף א געהעריגן אלבוים מיט א געהעריגן בענד.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 17, 2008 1:28 am

העלמיר ערשט הערן ווואסער'ן עס זינגען, אוןד אן העלמיר באשליסן צי יא צי ניין.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מארטש 17, 2008 9:13 am

אפילו איך האב ליב ניגונים צו הערן, העליך די פופצן דאלאר ענדערש אוועקלייגן פאר א דריי א פערטל פונט פסח מצה...
אבער מסתמא איזעס שיין.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג מארטש 17, 2008 4:49 pm

איך האב דעם קאסעט נישט געקויפט. כ'האב עס נאר געהערט אויף קולמבשר.
עס סאונד הערליך און פראפעסיאנעל, געשמאקע חידושים און תנועות און אויך זייער רילעסקינג.

דער בעסטער איז מיר געפאלן דער זינגער מיט די נידריגע טיפע באזע שטימע, כ'ווייס נישט ווער דאס איז, אבער ער איז א ריכטיגער זינגמאן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 17, 2008 5:20 pm

אלץ-ווייסער, די מיינסט אוודאי ר שרגא פייוול גאלד דער ארענדזשירער און בעה"ב פון די קווייער "שירה".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 17, 2008 5:20 pm

אה דער זינגמאן מיטן נידריגע-טיפע-באזע שטימע, נו ער איז דאך פון די חברת שירה, ער זיצט אלס לעבן דעם אנדערן זינגמאנטשיק מיט א נידריגע אבער פלאטשיקע באזע שטימע, תיכף דערנאך קומען די זינגמענער מיט די הויעכע ברייטע פלאכע שטימעס, האטר דערנאך זיצט א זינגאיד מיט א הארמאנישע דינע קלארע שטימע, פאר דעם זינגאידל מיט די ברייטע....... אם וואס נאר....... יא וואנצעס

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 17, 2008 5:23 pm

חחחחחחחחחחחחחח, מיללללער, ביסט גוט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 17, 2008 7:04 pm

מילער, אזוי שרייבענדיג דעי תגובה, לאך איך נאך אלץ. שכוח.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מארטש 17, 2008 8:02 pm

farshlufen האט געשריבן:הער לאקשען: ווי אזוי איז א נו"ן א ידוע?

א NUT :lol:
the SCY is the limit

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מארטש 19, 2008 2:52 pm

אויב איר האט אלע געלאכט, פארשטיי שוין אליינס אז אז מיינע מילס זענען שיעור צעגאנגען פון לאכן.

עניוועי, איך האב עס געזאגט מיט א גאנץ ערנסטע מינע, איין זינגמייסטער איז מיר זייער געפאלן. ער זינגט מיט א דיקע-נידריג-באזע שטימע, ווי א שיף וואס פארט SMOOTH גאנץ גאנץ אונטן און מ'שפריט זיין ווייבראציע איבערן גאנצן ים.

דער זינגער מיט די נידריגע שטימע, זינגט טיף, אבער ער הערט זיך בעסער ווי די הויכשטאפלערישע צאצקערייען פון די דינטשיגע שטימעס.

איך וועל מוז איבערהערן קאלמעוואסער'ס אינטרעדוקציע צו וויסן ביי וועלכן פונקט יענער זינגט.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 30, 2008 5:24 pm

כ'האב שוין געקויפט דעם טעיפ, און איך האב נישט קיין חרטה. ס'איז אן עכטע געשמאקע טעיפ.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך יוני 29, 2016 2:42 am

איך זע דער עולם דא איז נישט העפי געווען מיט די סי די, גראדע האט איך עס זייער ליב געהאט, איז עס נאך דא צו באקומען אין די געשעפטן?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך יוני 29, 2016 12:23 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך זע דער עולם דא איז נישט העפי געווען מיט די סי די, גראדע האט איך עס זייער ליב געהאט, איז עס נאך דא צו באקומען אין די געשעפטן?

https://mostlymusic.com/collections/lch ... m-shira-cd

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יוני 29, 2016 1:03 pm

@אויסגערעכנט,

איך זעה אז דו ביסט אויך פון די וואס ליינען נאר די ערשטע דריי תגובות פון א אשכול...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך יוני 29, 2016 9:05 pm

איך בין מודה אז איך האב נאר געליינט די ערשטע פאר תגובות פונעם בלאט, איך האב נישט אייביג אזוי נערווען צו ליינען די גאנצע, נאר ארויסנעמען בערך וואס דער עולם האלט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש, שדה ורוד און 13 געסט