טעם וריח האט געשריבן:אפשר קומט עס נישט דא אריין אין דעי אשכול אבער ליידער די גאנצע מארקעטינג היינט איז וועי-אוף...
נעכטן הער איך אויף 'קול מבשר' א עד פון 'גפן' ממש א איד איז געפערליך אויפגערעגט אזאש ער בייזערט זיך אז זיין הויז איז ליידיג פסח!!! קומט א צווייטער און 'בארויגט' איהם 'פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן?? אמער 'גפן' שטעלט צו אלעס פאר דיין קאך... און ער רעכנט אויס אלע מיני פסח פראדאקטן ...
רבונו של עולם!! די אלע זאכן זענען בדוחק 'אפשר' פאר קינדער.. אונז האט מען מחנך געווען אז 'טאטעס' עסן נישט פסח אלעס !! אין שטוב מישט מען זיך נישט!! און ניין מען הונגערט נישט!! קענסט עסן פאטעיטאס אייער פלייש און זיין זאט!!
און אונזערע קינדער הערן דאס און דאס גייט אריין אין קאפ!! סא וואס פארלאנגסטו פון זיי? פארוואס זאל זיין 'הכנה' צום סדר נישט זיין קומזיץ און בשר?? ודי בזה.
איך האלט שוין לאנג אז 'קול מבשר' זאל האבן א וועד הרבנים וואס זאל איבערקוקן זייערע עד'ס אויב ס'איז אין איינקלאנג מיט השקפה. א עד וואס מען הערט האט א שטערקערע השפעה אויפן מענטש.
און איין ווארט "כלל ישראל היינט איז (ליידער) איין גרויסע קינדערגארטן"