פארברענג דורך אברהם מרדכי שווארץ און שירה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אפריל 12, 2019 6:42 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:I don't want to rip down V.S. of KM but i think he has a big part in this situation by praising week after week all this Balai Menagnim (most of them big megishoomim, in best case) as the PERZENLICHKEITEN and the ppl in Klal Yisroel should look up on them, its mamesh ugly to hear how he ask them in all
kinds of HASHKUFE shales what their apinion is, who are they ?! just empty ballei taave, i don't want to go further but i think this needs to be said

Just like all movie stars and sport athletes when the mix in politics.
Our kids should know that all the talents is a gift from God and this dosnt make them smarter than the average person.
On the other side a Talmid Chacham who sits in learn all day becomes smart even in secular things this what we have to teach our kids avery day.to look up the them and not say they only understand to learning .
And all the singers god chose to give them something what's the average people doesn't have and doesn't make them bigger than us and yes you can enjoy listening to them and respect them but not to take their opinion over others

אויב האב איך א מתנה פון גאט אז איך קען זייער גוט שפילן ביי ספארטס. וויזוי זאל איך דעמאלס מחנך זיין מיינע קינדער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:20 pm

nmi האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:I don't want to rip down V.S. of KM but i think he has a big part in this situation by praising week after week all this Balai Menagnim (most of them big megishoomim, in best case) as the PERZENLICHKEITEN and the ppl in Klal Yisroel should look up on them, its mamesh ugly to hear how he ask them in all
kinds of HASHKUFE shales what their apinion is, who are they ?! just empty ballei taave, i don't want to go further but i think this needs to be said

Just like all movie stars and sport athletes when the mix in politics.
Our kids should know that all the talents is a gift from God and this dosnt make them smarter than the average person.
On the other side a Talmid Chacham who sits in learn all day becomes smart even in secular things this what we have to teach our kids avery day.to look up the them and not say they only understand to learning .
And all the singers god chose to give them something what's the average people doesn't have and doesn't make them bigger than us and yes you can enjoy listening to them and respect them but not to take their opinion over others

אויב האב איך א מתנה פון גאט אז איך קען זייער גוט שפילן ביי ספארטס. וויזוי זאל איך דעמאלס מחנך זיין מיינע קינדער?

גיט וואך...
ליין איבער וואס איך האב געשריובען
Sorry for my misspellings

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אפריל 14, 2019 1:08 am

פרידן האט געשריבן:בשורה טובה
אויף קול מבשר ביי די ליל שישי אינטערוויאס הער מיר די פריילעכע בשורה פין הרב אברהם מרדכי שווארץ שליט"א
אז אזוי ווי יעצט בתור הכנה לליל הסדר וועט אויך ווערן צוגעשטעלט די דערהויבענע הכנה פאר ראש השנה אריין צוגיין צום יו"ט מיט א התרוממות אן די גאלף קלאב

אבער מאנכע ווילן נישט ווארטן ביז די מלך קומט אין שטאט אין פלאנען שוין אנצוהייבן די דערהויבענע הכנה אין די זוממער וואכן בהתבודדות צווישן די ביימער מיט א קליין פייער וואס וועט אריין געבן די ריכטיגע ווארעמקייט לקראת ראש השנה
אין אנדערע נייעס מארעוואנע איז אויפן וועג צו ווערן לעגאל

:lol:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

שמא קא גרים
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm

א ריכטיגע בושה

תגובהדורך שמא קא גרים » זונטאג אפריל 14, 2019 1:29 am

האב איך באקומען יעצט א רעקארדירונג פון א שמועס פון אברהם מרדכי ווי ער רעדט איבער דעם שוי  (Show) אין עס איז ממש לא יאומן כי יספור!

עס לאזט זיך נישט גלייבען ווי אונז שטייען, קומט א יונגערמאנטשיג פון 25 יאר און גייט אנגרייטען א ראש המשפחה וויאזוי אפצורעכטען א סדר?

ווען מען רעדט פין איינעם וואס איז א יושב באהלים א גאנצען טאג, נא קען עס שוין מיטגיין, די גמרא זאגט דאך שוין והדרת פני זקן מוז נישט מיינען זקן בשנים נאר קען אויך מיינען זקן שקנה חכמה. 

אבער דא רעדט מען דאך קלאר פון איינעם וואס תורה לאו אומנתו, עס זאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער אונזער דור דארף זיך נישט אנגרייטען צו איינע פון די הייליגסטע נעכט און יאר פון איינעם וואס לייגט כסדר ארויס זאכן אויף וואטס עפפ, אינסטגרעם און פעיסבוק.

 
אדורכליינעדיג וואס אלע חברים האבן דא געשריבען, וויל איך נאר נאכזאגן אפאר זאכן פון דעם רעקארדירונג און איך מיין עס רעדט פאר זיך אליינס...

"אברהם מרדכי זאגט"

 "דאס איז אן איידיע וואס איך דריי מיך שוין ארום מיט פאר א יאר צייט דער עולם האט דאך נישט קיין צייט צו לערנען א בני יששכר אדער צו אריינבליקען אין א מהרי"ל במילא האב איך געטראכט אז עס די פאסיגע זאך פאר א יום טוב, פאר א פסח, פאר א ראש השנה.... צו מאכן אזא פאברענג."

"האב איך מיך צוזאם געשטעלט מיט די צדק ארגענאזאציע"

"ווער עס וועט קומען וועט הנאה האבן פון דעם דעם שוי"  

"מען וועט אויסלערנען דעם עולם וויאזוי אריינצוברענגען דעם ריכטיגען  Vibes "

"דער עיקר פון די תורת וועט זיין די פאנטש ליין"
 

עד כאן דברי """הרב""" מכאן ואילך........

ער זאגט קלאר אז דאס איז זיין איידיע. פאר די אלע וואס האבן אויבן געטענה'עט אז עס איז גארנישט אנדערש ווי א דונער פאר סיי וועלכע ארגענאזאציע - פארשטייט קלאר, אברהם מרדכי נעמט די ארגענאזאציע און נישט זיי עם ( עס קומט מיר אויף די געדאנק ווי די בחורים וואס ווילען גיין הוטצקענען פורים אויף א מאביל זוכן אויס א ארגענאזאציע...) 
 
"דער עולם האט דאך נישט קיין צייט צו לערנען א בני יששכר אדער צו אריינבליקען אין א מהרי"ל" - אבער צו גייען צו א שוי ווי ער אליינס רופט עס, צו דעם איז יא דא צייט???

 פאנטש ליין Vibes. איין מינוט, וואס? אה, הכנה צו פסח מיט דעם..

ווען מען פרעגט עם אויב ער קען זאגן כאטשיג איין ספר ווי ער קוקט זיך פאר, האט ער נישט געקענט ענטפערן די נאמען פון  אפילו איין ספר! בלויז זאגענדיג די ווייסט דאך איך קען אסאך... בבחינה הודאת בעל דין כמאה עדים..

קאמענטארן זענען איבריג....

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג אפריל 14, 2019 2:06 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:צו די טייערע אידן וואס פרובירן צו קעמפן מיט ציין און נעגל פאר די וועג וויאזוי מיר זענען אויפגעוואקסן, און מיט רעכט קעמפן זיי דערפאר, אבער פון זיצן דא אויף אייוועלט און אראפרייסן אלעס וואס עס ערשיינט אין די היינטיגע עפאכע וועט מען קען סאך נישט אויפטון, נישט קיין חילוק ווי ערנסט די מיינסט עס, די גאס איז מגושם און ציהט צו גשם שטארקער ווי סיי וועלכע וואקיום קלינער, מ'קען בלעימען דעים אדער יענעם אבער דאס בלייבט די מציאות, מיר לעבן אין א מגושמדיגע אוויר און דאס איז עס, איין עצה איז דא אן נאר די עצה גייט בלייבן, און די עצה איז צו רעדן ביי דיר אינדערהיים מתוך שמחה דוקא די שיינקייט און געשמאק פון די אלטע וועגן, איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכמאל מיט א געשמאק, דערצייל זיי וויאזוי אידישקייט דארף ווען עכט צו אויסקוקן און ווי געשמאק עס איז וכו', נאר אזוי וועסטו זיי אפשר און האפענטליך קענען זיי צוריקהאלטן פון די השפעת הסביבה

ס'איז נישט שלעכט צו טון וואס דו זאגסט. אבער ווילאנג דיינע קינדער לערנען אין דאוונענען צוזאמען אינטער איין דאך מיט די אלע חברה. וועט ליידער קיין סאך נישט העלפן.

yid
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג אפריל 14, 2019 3:30 am

בראשית ברא האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:צו די טייערע אידן וואס פרובירן צו קעמפן מיט ציין און נעגל פאר די וועג וויאזוי מיר זענען אויפגעוואקסן, און מיט רעכט קעמפן זיי דערפאר, אבער פון זיצן דא אויף אייוועלט און אראפרייסן אלעס וואס עס ערשיינט אין די היינטיגע עפאכע וועט מען קען סאך נישט אויפטון, נישט קיין חילוק ווי ערנסט די מיינסט עס, די גאס איז מגושם און ציהט צו גשם שטארקער ווי סיי וועלכע וואקיום קלינער, מ'קען בלעימען דעים אדער יענעם אבער דאס בלייבט די מציאות, מיר לעבן אין א מגושמדיגע אוויר און דאס איז עס, איין עצה איז דא אן נאר די עצה גייט בלייבן, און די עצה איז צו רעדן ביי דיר אינדערהיים מתוך שמחה דוקא די שיינקייט און געשמאק פון די אלטע וועגן, איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכמאל מיט א געשמאק, דערצייל זיי וויאזוי אידישקייט דארף ווען עכט צו אויסקוקן און ווי געשמאק עס איז וכו', נאר אזוי וועסטו זיי אפשר און האפענטליך קענען זיי צוריקהאלטן פון די השפעת הסביבה

ס'איז נישט שלעכט צו טון וואס דו זאגסט. אבער ווילאנג דיינע קינדער לערנען אין דאוונענען צוזאמען אינטער איין דאך מיט די אלע חברה. וועט ליידער קיין סאך נישט העלפן.


וואס אבי גערעדט זאגט איז זייער אמת דאס איז די וועג וויאזוי צו מחנך זיין אונזערע קינדער און דורכדעם וועלן אונזערע קינדער זיין צופרידן און נישט זוכן גליקן ביי אנדערע

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג אפריל 14, 2019 11:17 am

nmi האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:לאמיר צוזאמען צונעמען די זאך.
ווער גייט אלס גיין אהין? א נארמאלע יונגערמאן גייט דאך די ווייב זיכער נישט לאזן אוועקגיין א זונטאג נאכט די וואך פון פסח. בחורים מיט האלב נארמאלע עלטערן אויך נישט.
נאר ווער דען? יודן וואס גייען אין האטעל פאר פסח. נא, פאר זיי איז עס דאך עס א ריכטיגע הכנה...
(געדענק'עך טאקע איין יאר ערב פסח בינעך געווען אין געז סטעישען אינגענצן אנגעצויגן, נעבען מיר האט אנגעפילט איינע פון די גרויסע זינגערס/פרעפארמערס אינגאנצן רואיג מיט די קינדער אין די מיניווען, מ'פארט צום האטעל...)
#א_שיינעם_חלום_האב_איך_געזען

כ'טרעף אמאל א יוד א אר טאג פאר פסח און איך פרעג אים ווי האלסטו מיטן פסח'דיג מאכן? ענטפערט ער מיר אז ער מאכט נישט פסח'דיג ווייל ער פארט צו א האטעל. פרעג איך אים על מה ולמה א חשובה יונגערמאן ווי דיר זאל אזוי מחנך זיין דיינע וואוילע קינדער? ענטפערט ער מיר אז זיין אשת חיל האט א שווערע מחלה ר"ל............. אוי האב איך מיר געוואלט פארשטעקן.

#נישט יעדער וואס פארט פסח אין א האטעל איז משיגע.

האט מיר אמאל פארציילט אן עלטערע איד וואס געפונט זיך אין א רעזארט שטאט א גאנץ יאר צוליב רפואה פאר זיין ב"ב שתחי' אז ער איז אנגעקומען דארט פאר אפאר יאר צוריק צום ערשטן מאל גראד בעפאר פסח און כמובן איז ער געווען זייער צובראכן איבער זיין מצב צוריק טראכטענדיג זיינע פריערדיגע יארן פירענדיג זיין סדר ארום גענומען בבניו וחתניו און זיינע אייניקלעך, דארט איז דא א היימישע האטעל, זאגט ער מיר בזה"ל "קיינער וואס איז דא אויף פסח קומט נישט פאר שוואוילטאג".... (אין דעם האטעל איז נישטא קיין זינגערס, קאנצערטן, פראגראמען וכו') בליל שביעי של פסח זענען זיי אלע בענעזאם ארויס צום וואסער זאגען דעם שירה, פארציילט ער מיר אז דאס התעוררות וואס איז דארט פארגעגאנגען מיט די בכיות איז געווען עד לב השמים, דעמאלסט האט זיך זיין זעהל אביסל בארואיגט

בארעכטיגט נישט דאס גיין אין האטעל, אבער א נקודה'לע למחשבה איבער אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו איז עס זיכער, והשי"ת יעזור אז קיינער זאל קיינמאל נישט מגיע זיין למקום כזה מתוך סיבות אלו... נאר קענען פראווענען דעם הייליגען יו"ט ביי זיך אינדערהיים מתוך נחת והרחבת הדעת ברו"ג אכי"ר
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » זונטאג אפריל 14, 2019 11:54 am

6F0DDB66-B9F8-4234-9689-172F5A59FB84.jpeg
6F0DDB66-B9F8-4234-9689-172F5A59FB84.jpeg (154.94 KiB) געזעהן 1371 מאל

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » זונטאג אפריל 14, 2019 11:55 am

AFD77535-682A-4338-906C-778B5D6B560D.jpeg
AFD77535-682A-4338-906C-778B5D6B560D.jpeg (177.94 KiB) געזעהן 1370 מאל

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » זונטאג אפריל 14, 2019 11:59 am

וואס עפעס? האט געשריבן:דער כאפט ניטאמאל די עוולה פון נעמען א זינגער און אים מאכן אלס משפיע פאר אונזערע בחורים , מ׳באטיטעלט אים הרב און מ׳לייגט אריין א הייליגע קעפל צום מודעה און פארטיג


און פון היינט אין ווייטער האט יעדער די בחירה צו ער ווויל הערן דברי התעוררות פון הרב מלאך/הרב בידערמאן/ ועוד אדער קען מען הערן דברי התעוררות פון הרב א.מ. שווארץ און אפשר נעקסטע יאר העט זיין הרב ליפא שמעלצער

דעיס מישן זינגער סעלעברעטי׳ס און זיי אויפנעמען אלס משפיע איז א חורבן נורא וואס דער עולם קען ניטאמאל משיג זיין

אוי ווי ביטער גערעכט...

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג אפריל 14, 2019 12:02 pm

שמא קא גרים האט געשריבן:אריינבליקען אין א מהרי"ל

איז דא עפעס ספעציעל פון מהרי"ל אויף פסח, אדער די סטענדערט מנהגים ווי יעדע יו"ט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 14, 2019 12:04 pm

מן הסתמא צ"ל מהר"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג אפריל 14, 2019 12:15 pm

farshlufen האט געשריבן:מן הסתמא צ"ל מהר"ל.

פשוט. אבל נראה יותר כשגגת תלמוד..

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג אפריל 14, 2019 12:26 pm

נעבעך אויף אונז אלע... ס׳איז באקאנט די נוסחא פון רבי בונים פון פרשיסחא....

בד״א, ווער איז דער הרה״צ וואס קומט פון ארה״ק אויפצופלאקערן די הערצער?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אפריל 14, 2019 12:42 pm

דא דארף מען שוין ניצן די כלל פון "לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב...''
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג אפריל 14, 2019 12:45 pm

דאס איז ספינקא-אומאן?
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 14, 2019 12:51 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דאס איז ספינקא-אומאן?

יא.
בן כ"ק מתולדות צבי שליט"א
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אפריל 14, 2019 1:08 pm

דער איינציגער פאזיטיווע זאך פונעם מעמד איז לכאורה אז עס נעמט דעם חוצפה יסגי צו א נייעם לעוועל, האפנטליך פירענדיג אונז אט שוין צום גאולה האמיתית.

איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

תגובהדורך איש פשוט אני » זונטאג אפריל 14, 2019 1:10 pm

דער אשכול איז איין שטיק נעגעטיוועטי פון אנהייב ביזן סוף
איך ווייס נישט פארוואס מען ערט נישט אויף צו האקן און שרייען, אז די ווילסט נישט גיין גיי נישט וואס ווילסטו פון א צווייטען וואס טראכט אנדערש ווי דיר, און ער גייט קלאר נישט טוישן זיין מהלך המחשבה ווייל די שרייסט,
און אז די ביסט זייער באזארגט וועגן דיינע דורות מאך זיכער צו אריין ברענגען לעכטיגע אידישע געפילן ביי דיר אין שטוב, יעדער איז דאך מודה אז העיט ארבעט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער מענשטן קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער אנגעגעסנקייט
stop the hate
מעט אור דוחה הרבה מן החושך

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג אפריל 14, 2019 1:16 pm

הורביץ מיט א ״ב״ מאכט עס אויסזעהן מער קיל.... נישט א טיפיקעל ״האראוויץ״

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 pm

איש פשוט אני האט געשריבן:דער אשכול איז איין שטיק נעגעטיוועטי פון אנהייב ביזן סוף
איך ווייס נישט פארוואס מען ערט נישט אויף צו האקן און שרייען, אז די ווילסט נישט גיין גיי נישט וואס ווילסטו פון א צווייטען וואס טראכט אנדערש ווי דיר, און ער גייט קלאר נישט טוישן זיין מהלך המחשבה ווייל די שרייסט,
און אז די ביסט זייער באזארגט וועגן דיינע דורות מאך זיכער צו אריין ברענגען לעכטיגע אידישע געפילן ביי דיר אין שטוב, יעדער איז דאך מודה אז העיט ארבעט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער מענשטן קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער אנגעגעסנקייט
stop the hate
מעט אור דוחה הרבה מן החושך

איז "ויואל משה" אויך פיל מיט נעגעטיוויטי? אדער דארט פארשטייסטו אז עס פעלט אויס?

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אפריל 14, 2019 1:19 pm

איש פשוט אני האט געשריבן:דער אשכול איז איין שטיק נעגעטיוועטי פון אנהייב ביזן סוף
איך ווייס נישט פארוואס מען ערט נישט אויף צו האקן און שרייען, אז די ווילסט נישט גיין גיי נישט וואס ווילסטו פון א צווייטען וואס טראכט אנדערש ווי דיר, און ער גייט קלאר נישט טוישן זיין מהלך המחשבה ווייל די שרייסט,
און אז די ביסט זייער באזארגט וועגן דיינע דורות מאך זיכער צו אריין ברענגען לעכטיגע אידישע געפילן ביי דיר אין שטוב, יעדער איז דאך מודה אז העיט ארבעט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער מענשטן קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער אנגעגעסנקייט
stop the hate
מעט אור דוחה הרבה מן החושך

האמיר שוין מזומן וואס זעהט דא נעגעטיוועטי נעבעך
איך זעה נעגעטיוועטי אין אנדערע אשכולות
ארויס פין בבל

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג אפריל 14, 2019 1:21 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:דאס איז ספינקא-אומאן?

יא.
בן כ"ק מתולדות צבי שליט"א

אין דער משפיע איז דאך די בדחנא דמלכא אין ספינקא
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

תגובהדורך איש פשוט אני » זונטאג אפריל 14, 2019 1:24 pm

תענית חלום האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:דער אשכול איז איין שטיק נעגעטיוועטי פון אנהייב ביזן סוף
איך ווייס נישט פארוואס מען ערט נישט אויף צו האקן און שרייען, אז די ווילסט נישט גיין גיי נישט וואס ווילסטו פון א צווייטען וואס טראכט אנדערש ווי דיר, און ער גייט קלאר נישט טוישן זיין מהלך המחשבה ווייל די שרייסט,
און אז די ביסט זייער באזארגט וועגן דיינע דורות מאך זיכער צו אריין ברענגען לעכטיגע אידישע געפילן ביי דיר אין שטוב, יעדער איז דאך מודה אז העיט ארבעט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער מענשטן קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער אנגעגעסנקייט
stop the hate
מעט אור דוחה הרבה מן החושך

איז "ויואל משה" אויך פיל מיט נעגעטיוויטי? אדער דארט פארשטייסטו אז עס פעלט אויס?

ווען א רבי שרייט האט עס א שטארקע עפעקט אויף זיינע חסידים, אבער ווען די שרייסט במחילת כבודך גייט דיר קיינער נישט אויסהערן,
רגזן לא עלתה בידו אלא....

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » זונטאג אפריל 14, 2019 1:25 pm

ער האט א שייכות מיט אדמו"ר מ'ספינקא
צוגעלייגטע
Screenshot_9.png
Screenshot_9.png (695.29 KiB) געזעהן 1059 מאל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט