חזן משה קאסאוויצקי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

חזן משה קאסאוויצקי

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 6:42 pm

חזנות פון משה קאסאוויצקי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 9:54 pm

א גרויסן יישר כח. כ'הער דאס יעצט מיט גרויס פארגעניגן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך פאברואר 27, 2008 1:21 am

מאנכע האלטן אז ער איז געווען דער בעסטער אין די אידישע וועלט פון חזנות.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך פאברואר 27, 2008 1:56 am

דער ניגון ישמח משה וואס ער זינגט דארט אויף'ן לינק, לייגט ער אראפ זייער שיין, אין מיט א געוואלדיגן געפוהל.
נאר עס איז נישט זיין אייגן קאמפאזיציע.

אנדערע זאגן. אז קיין איין ניגון פון די קאסאוויצקי'ס זיינען נישט זייעריגע.
אין א דאנק זיי איז אריין געקימען די היינטיגע סטייל, וואס זינגער'ס זינגען ניגונים וואס זיי האבן "געלאזט" קאמפאזן פאר אפאר דולר.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג פאברואר 29, 2008 2:09 am

פון א געוויסן קוק-ווינקל, האב איך אים מער ליעב, ביי די אידישע פאלקס-לידער.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוגוסט 20, 2010 5:02 am

א דאנק פאר הרוצה בעילום שמו פארן מיר עס צושיקן

דורך טאבאקא אום פרייטאג יולי 02, 2010 5:05 pm
אזוי ווי איך האלט מיך פאר א מבין אין חזנות ווי אויך אין אידישע לידער, וועל איך מיר ערלויבען דיר אפצווענדען
די וועג ווי אזוי מ'זינגט א שטיקל חזנות איז אין שארפן קעגנזאץ צו ווי אזוי מ'זינגט א ניגון
דעריבער אין אלגעמיין קען א חזן נישט אזוי שיין און געשמאק אראפלייגן א ניגון, אפי' יאסעלע במחילת כבודו איז נישט אזוי געשמאק ביי די ניגונים,
אבער אן אויסנאם איז מרדכי הערשמאן וואס ער איז מורא'דיג סיי ביי חזנות ווי ער איז שטארק און מעכטיג, און אויך ביי די ניגונים איז זיין שטימע הערליך און זינגעדיג
(ס'דא נאך אפאר געציילטע ווי צ.ב. משה אוישער, אבער למשל לייבעלע וואלדמאן לייגט אויך שיין אראפ א ניגון אבער ער האט נישט דעם זיסקייט)
אבער משה קאסעוויצקי לייגט אראפ אלע ניגונים זייער חזנות'דיג ווייל ער קען נישט געהעריג זינגען


דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 11:19 am

אין אלגעמיין קען א חזן נישט אזוי שיין און געשמאק אראפלייגן א ניגון.
וואס???
די וועג ווי אזוי מ'זינגט א שטיקל חזנות איז אין שארפן קעגנזאץ צו ווי אזוי מ'זינגט א ניגון.
אזוי??? חזנות איז געזינגען, נאר אויף א צען מאל העכערע שטאפל! אוודאי איז שייך אז א חזן זאל זינגען מער אויף א חזנישע סטייל, אבער ווייל ער זינגט נישט פונקט אויפ'ן סטייל פון היינטיגע צייטן, אדער די זעלבע סטייל ווי אייזיק האניג אדער שלמה דאסקאל איז ער ביי דיר שוין אפגעפרעגט?


אפי' יאסעלע במחילת כבודו איז נישט אזוי געשמאק ביי די ניגונים

אויב דו שפירסט נישט קיין געשמאק אין יאסעלע'ס אידישע לידער איז דא פארדעם דריי סיבות: 1, די רעקארדינגס זענען אלט. 2, ער האט נישט קיין היינטיגע סטייל "פולע כאר". 3, ווייל זיין אקצענט איז אנדערש פון די היינטיגע חסידישע אקצענט...


משה קאסעוויצקי לייגט אראפ אלע ניגונים זייער חזנות'דיג ווייל ער קען נישט געהעריג זינגען

מרי' דאברהם! די סטעיטמענט דיינס איז דאך מרפסין איגרא! ווען איך בין אביסל א גרעסערע חזנות קנאי וואלט איך זיך געריסן קריעה נאכ'ן לייענען די שונד רייד. פאטש זיך אויפ'ן מויל און גיס זייף אויף דיין קיבאורד דריי מאל! ער קען נישט געהעריג זינגען? און דו ביזט געקומען צו די מסקנה ווי אזוי?
נאכ'ן שטודירן און אינוועסטירן כח און מח אין מוזיק כאטש א צענטל פון משה קאסאוויצקי? אלס תשובת המשקל דארפסטו זיך איינשפארן אין א צימער פאר צען יאר נאכאנאנד און אויסהערן נאר משה'לען. אולי אכפרה פניו...

אלס איינער וואס פארקויפט זיך אלס מבין ברויכסטו מער אכטונג געבן אויף דיינע דערקלערונגען.

דרוק זיי מוחל נאכאמאל דעם אויבענדערמאנטן לינק וואס ליפא האט אראפגעברענגט, און הער אויס ווי משה קאסאוויצקי, דער "חזנ'ס חזן" מיט וועמען כמעט קיינער האט זיך נישט געקענט פארמעסטן, זינגט דעם הארציגן ליד "אויף דעם ביימעלע" (נומער 8). לייג צו אן אויער פון מינוט צייכן 2:00. און טאמער הייסט דאס ביי דיר נאך אלץ "נישט געהעריג געזינגען", דאן איז צו דיין פראבלעם קיין היילונג נישטא.



דורך אייניקעל פון אהרן הכהן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 11:45 am

ווידיאו ווי חזן משה זינגט ולירושלים עירך
watch?v=tMl9gSgZ7Oc

דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 12:35 pm

salads האט געשריבן:פון א געוויסן קוק-ווינקל, האב איך אים מער ליעב, ביי די אידישע פאלקס-לידער.


דאן הער אים דא. מיר געפעלט שטארק דער ערשטער ליד, א לידער קראנץ. היינט וואלט עס מסתם געהייסן א מעדלעי. ס'איז אבער נישט פונקט אזוי, נאר אריינגעפלאכטן 25 אידישע לידער איינע אין דעם אנדערן. אזא פורים'דיגע קידוש געדאנק.

עמיצער קען אידענטיפיצירן דעם "חסידישן ניגון"?

נאט אייך א קליפ פון חזן יעקב ראזענפעלד מיט משה שולהאף וואו זיי זינגען "דער חזן מיט'ן גבאי" (ניגון #3 אויף דעם אלבום פון משה קאסאוויצקי) ביי א קאנצערט.
watch?v=fsy-fRZOA7k


דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 11, 2010 7:14 am

אויב חזנות הייסט געזינגען, דעמאלט איז משה א שרייער...
איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי ברוגז געווארן, משה קאסעוויצקי איז ביי מיר בכלל נישט אפגעפרעגט, ער ווערט בכלל נישט קלענער ווען ער קען נישט אזוי גוט זינגען, ער איז א שטארקער חזן וואס "זינגט" ווארעם און הארציג אבער זיין עיקר קונץ איז זיין ארויפציען משוגע הויעך, וואס דאס האט געמאכט אז אין די קומענדיגע דור פון חזנים זאל מען קוקן אויף א חזן ווי הויעך ער קען ארויפציען.
איך וועל דיר אביסל פארברייטערן דעם נושא, אז מ'קוקט אויף די אמאליגע חזנים, זייער אסאך האבן טאקע מעכטיגע שטימעס, אבער דאס איז נישט געווען דער עיקר, א חזן מיינט א בע"ת, (ווען ס'שטייט אין סידור "חזן" מיינט עס נישט יאסעלע...) וואס איז געשמאק צו הערן און קען ווארים און הארציג אראפלייגן דאס דאווענען און מעורר זיין לבבות ישראל, און נאר פאר דעם זענען אזעלכע חזנים ווי דוד רויטמאן, און פינטשיק, און נאך געווען חזנים, אפי' דער גרויסער "קווארטין" קען נישט אזוי הויעך ארויפציען זיין עיקר מעלה איז זיין קרעכץ און הארציגקייט, (און מהאי טעמא איז דא אסאך וואס האלטן אז "ראזענפעלד" איז יא א חזן, כאטש ער פארמאגט נישט קיין שטימע, וויבאלד ער לייגט זייער ריכטיג אראפ א שטיקל [איך פריוואט האלט נישט אזוי, ווייל פארט עפעס מוז מען האבן])
און די אלע וואס האבן די געוואגקייט צו זאגן אז קאסעוויצקי איז א צווייטער -אדער נאך גאר מער פון- יאסעלע, מיינען אז א חזן באדייט ווי הויעך מ'ציהט ארויף, זיי ווייסן נישט -אדער ווילן נישט וויסן- אז יאסעלע'ס מעלה באשטייט נישט פון זיין ארויפציען, דאס איז נאר געווען איינע פון זיינע פילצאליגע מעלות וואס איז געווען קאנצעטרירט אין איין פערזאן, און דאס האט נישט קיין ערזאץ
און די זעלבע יעניגע קענען קרוינען "הלפגוט" אלס "וועלט'ס חזן" וואס נישט נאר ער איז נישט ווערט דעם טיטול, איז ער גאר קיין חזן נישט, נישט ער איז ווארעם, און נישט ער איז געשמאק צו הערן, (פאר א קאנצערט איז ער מעגליך גוט צו באצויבערן דעם עולם מיטן ארויפציען, אבער נישט מער פון דעם)
מיר זענען אביסל פארקראכן, לאמיר צוריקגיין צו די טעמע פון אידישע לידער, ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נאך נישט געהערט "מרדכי הערשמאן" זינגען א אידישע ליד, דעריבער הער ביטע אויס טאקע די לידער קראנץ וואס געפעלט דיר אזוי (וואס האט אגב אריינגעמישט נישט אזעלכע אויסגעהאלטענע לידער) און נאך, ווי ישמח משה, זאמד און שטערן, וואס ווערן געזינגען דורך ביידע, און נאכדעם זאג מיר אז משה "זינגט" גוט אראפ א ליד
איך דארף מיך נישט איינשפארן אין א שטוב צען יאר און הערן משה'לען..., איך האב אים שוין געהערט מער ווי דו מיינסט, אבער פאקט בלייבט פאקט, ער זינגט די לידער זייער חזנות'דיג, ס'איז בכלל נישט קיין פעלער פון אים, ס'איז נאר א געוואלדיגע מעלה פון דער וואס קען יא
איך שפיר גראדע א שטארקע געשמאק אין יאסעלע'ס אידישע לידער, בפרט פון זיין הארציגקייט, אבער למשל דאס ליד "קלי קלי" לייגט "שלום כ"ץ" אסאך שענער אראפ אלס ליד, כאטש ער האט נישט דעם הארציגקייט
אגב, אין דעם לינק וואס דו ברענגסט שטייט ביים ליד "שומר ישראל" -וואס ער זינגט זייער שטארק חזנות'דיג- "היברא", וואס דאס איז נישט ריכטיג, ווי אויך דאס ליד "ביים תהילים" איז דער זעלבער ווי דער ליד "אין אלטן ביהמ"ד" וואס ער זינגט אינעם לינק וואס ליפא ברענגט, וואס כ'האב נישט קיין אנונג וואס ער ברענגט ארויס מיט דעם ניגון
די לידער וואס רעדן פון חזנים ווי דער חזן און גבאי, זינגט ער טאקע זייער גוט אראפ, טאקע צוליב זיין חזנות'דיגן גאנג אפי' ביי לידער

דורך יודל מענדלזאהן אום זונטאג יולי 11, 2010 1:11 pm

איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי ברוגז געווארן, משה קאסעוויצקי איז ביי מיר בכלל נישט אפגעפרעגט, ער ווערט בכלל נישט קלענער ווען ער קען נישט אזוי גוט זינגען, ער איז א שטארקער חזן וואס "זינגט" ווארעם און הארציג אבער זיין עיקר קונץ איז זיין ארויפציען משוגע הויעך, וואס דאס האט געמאכט אז אין די קומענדיגע דור פון חזנים זאל מען קוקן אויף א חזן ווי הויעך ער קען ארויפציען.

איך וועל דיר אביסל פארברייטערן דעם נושא, אז מ'קוקט אויף די אמאליגע חזנים, זייער אסאך האבן טאקע מעכטיגע שטימעס, אבער דאס איז נישט געווען דער עיקר, א חזן מיינט א בע"ת, (ווען ס'שטייט אין סידור "חזן" מיינט עס נישט יאסעלע...) וואס איז געשמאק צו הערן און קען ווארים און הארציג אראפלייגן דאס דאווענען און מעורר זיין לבבות ישראל, און נאר פאר דעם זענען אזעלכע חזנים ווי דוד רויטמאן, און פינטשיק, און נאך געווען חזנים, אפי' דער גרויסער "קווארטין" קען נישט אזוי הויעך ארויפציען זיין עיקר מעלה איז זיין קרעכץ און הארציגקייט,

און די אלע וואס האבן די געוואגקייט צו זאגן אז קאסעוויצקי איז א צווייטער -אדער נאך גאר מער פון- יאסעלע, מיינען אז א חזן באדייט ווי הויעך מ'ציהט ארויף, זיי ווייסן נישט -אדער ווילן נישט וויסן- אז יאסעלע'ס מעלה באשטייט נישט פון זיין ארויפציען, דאס איז נאר געווען איינע פון זיינע פילצאליגע מעלות וואס איז געווען קאנצעטרירט אין איין פערזאן, און דאס האט נישט קיין ערזאץ
און די זעלבע יעניגע קענען קרוינען "הלפגוט" אלס "וועלט'ס חזן" וואס נישט נאר ער איז נישט ווערט דעם טיטול, איז ער גאר קיין חזן נישט, נישט ער איז ווארעם, און נישט ער איז געשמאק צו הערן, (פאר א קאנצערט איז ער מעגליך גוט צו באצויבערן דעם עולם מיטן ארויפציען, אבער נישט מער פון דעם)


אויף איין פרט זענען מיר דא איינשטימיג: די קאסאוויצקי ברודער (דוד נאכמער פון משה) האבן א שטיקל שאדן געטוהן פאר די חזנ'ישע וועלט מיט זייער הויכע שטימעס, ווייל זינט דאן קוקט מען בלויז צו דער חזן האט דערגרייכט די "טאפ סי" אדער ניין, און לויט דעם מעסט מען זיין מעכטיגקייט... אבער אין אמת'ן אריין, וואו קומט הויכע טענער צו חזנות? אוודאי איז שיין ווען דער חזן גרייכט דעם הויכן קלימאקס ביים ענדע פונעם חזנות שטיקל, אבער צו זאגן אז טאמער נישט איז ער אויס חזן, איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג.

איך בין אינגאנצן נישט אריין אין די וויכוח ווער איז גרעסער, משה אדער יאסעלע. יעדער חזנות ליבהאבער האט שוין געפאסט זיין פערזענליכע מיינונג דערין. איך גליייך שטארק יאסעלע'ן. אים קען איך אויסהערן שעה'ן נאכאנאנד, בשעת אנדערע חזנים (נישט אלע, אבער מערערע) הויבן אן צו גרילצען אין די אויערן נאך עטליכע מינוט. ווידער ביי געוויסע חזנים קען זיך צומאל דוכטן אז זיי זינגען איבער דעם זעלבן שטיקל, כאטש מען האט שוין לאנג איבערגעדרייט דעם טעיפ...
איך האלט גראדע יא אז ווען עס שטייט אין סידור "חזן" מיינט מען דוקא יאסעלע, טאקע ווייל ער האט נישט געלייגט דעם דגוש אויף ארויפציען נאר אויפ'ן דאווענען. נישט אומזיסט האט מען אים, נאך אין די סאמע "גאלדענע תקופה פון חזנות", געקרוינט אלס "מלך החזנים".
יאסעלע האט גראדע יא געקענט ארויפציען און טאקע גאר הויעך, אזוי ווי מען הערט עטליכע מאל. ער איז אבער ליבערשט אריין אין א קאפ שטימע, א זאך וואס זיינע קריטיקירער האבן גענוצט קעגן אים, און וואס איך האב דוקא יא גאר ליב.
לויט ווי איך האב געהערט האלט טאקע דר. סובול, (כאטש ער וועט עס נישט זאגן הויעך) אז יאסעלע איז סך הכל א בעל תפילה, נישט א חזן. קאסאוויצקי איז ביים אים דער גרויסער חזן. אפשר מיינסטו טאקע דעם דאקטער וועלכער יאוועט זיך אלס דער "מחזיר עטרת החזנות ליושנה" ווען דו באציהסט זיך צו "זעלבע יעניגע קענען קרוינען הלפגוט אלס וועלט'ס חזן", כאטש עס איז א שטיקל העזה פון דיין זייט צו זאגן אז העלפגוט איז "גאר קיין חזן נישט."

איך האלט נאך אלץ אז משה קאסאוויצקי האט געזינגען גאר ווארעם, און דאווענען האט ער טאקע אויך געקענט. עס איז דא צו הערן "לייוו" דאווענען פון אים. ער דאווענט גאר אנדערש ווי ער זינגט ביי א קאנצערט.
(נישט אז ער דארף מיין הסכמה...)

קווארטין איז געווען א געזונטע באריטאן, און דערפאר האט ער נישט געקענט ארויפציען גאר הויעך. לכבוד דעם האט ער אבער געהאט א מעכטיגע לייבן שטימע און זיינס א קרעכץ האט אויפגעשאקלט די הערצער פון דעם פארטעמפסטן דארפס איד.
אנדערש ווי דערמאנט דא אין א נאענטן אשכול, איז לייבעלע וואלדמאן נישט געווען קיין באריטאן, נאר א דראמאטישע טענאר.


(און מהאי טעמא איז דא אסאך וואס האלטן אז "ראזענפעלד" איז יא א חזן, כאטש ער פארמאגט נישט קיין שטימע, וויבאלד ער לייגט זייער ריכטיג אראפ א שטיקל [איך פריוואט האלט נישט אזוי, ווייל פארט עפעס מוז מען האבן])

דא ביזטו זיך אביסל סותר מיט דיינע פריערדיגע רייד, ווייל אזא געזונטע שטימע ווי פינטשיק פארמאגט ראזענפעלד נאך זיכער, נאר פיל שטערקער (פינטשיק האט פארמאגט א גאר קליינע קול'כל, פיל קלענער ווי דו הערסט אויף די רעקארדינגס. פרעג זיך נאך.), אויך זיסער און קלינגעדיגער ווען ער גרייכט די הויכע טענער, פיל מער קאנטראל אויפ'ן שטימע (זיין וויבראציע שאקלט נישט ווי א צוטרייסלטער הערינג'ל), און א גרעסערע Range. ווער עס האט אמאל געהערט די חזנישע דאווענען (איך מיין דא ריין חזנות, נישט אונגארישע בעל תפילה\חזנות סטייל) וואס ראזענפעלד לייגט אראפ, און איך האב אים שוין אסאך מאל געהערט, ווייסט אז ער האט היינטיגע צייטן גאר ווייניג קאנקורענץ אין די דעפארטמענט. אדער למשל ווי ער לייגט אראפ א מאלאווסקי שטיקל, וואס דאס דארף מען קענען. כולי עלמא מודה אז חזן ראזענפעלד איז א "זאגער" איינס אין די וועלט. ביים זעלבן מיינונג זענען אלי יפה, מרדכי סובול, און טאקע חזן העלפגוט אליין. ער לייגט נישט בלויז "זייער ריכטיג אראפ א שטיקל", נאר ער האט אזוי גוט ארויס חזנות און אלע אירע זיטן, אז ער קען דיר אראפלייגן סיי וועלכע שטיקל אויפ'ן סטיל פון כמעט יעדע חזן. למשל, ער וועט דיר זאגן ווי אזוי למשל יאסעלע אדער א צווייטער חזן וואלט געזאגט אזא אדער אזוי א שטיקל, און דו וועסט עס טאקע אויך הערן...
(פול דיסקלעימער: איך בין נישט זיין אגענט...)


מיר זענען אביסל פארקראכן, לאמיר צוריקגיין צו די טעמע פון אידישע לידער, ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נאך נישט געהערט "מרדכי הערשמאן" זינגען א אידישע ליד, דעריבער הער ביטע אויס טאקע די לידער קראנץ וואס געפעלט דיר אזוי (וואס האט אגב אריינגעמישט נישט אזעלכע אויסגעהאלטענע לידער) און נאך ווי ישמח משה, זאמד און שטערן, וואס ווערן געזינגען דורך ביידע, און נאכדעם זאג מיר אז משה "זינגט" גוט אראפ א ליד
איך דארף מיך נישט איינשפארן אין א שטוב צען יאר און הערן משה'לען..., איך האב אים שוין געהערט מער ווי דו מיינסט, אבער פאקט בלייבט פאקט, ער זינגט די לידער זייער חזנות'דיג, ס'איז בכלל נישט קיין פעלער פון אים, ס'איז נאר א געוואלדיגע מעלה פון דער וואס קען יא



מיר האבן שוין געהערט הערשמאנ'ן זינגען אידישע לידער אויך. ועל כגון דא כבר אמרו: על טעם וריח אין להתוכח.


דורך אינטעליגענט אום זונטאג יולי 11, 2010 4:40 pm

ר' יודל און טאבאקא;

מיר שיינט, דאס אויף רוב נושאים דא, זייט איר ניטאמאל מחולק. ס'איז נאר אז מ'קוקט פון אן אנדער פערספעקטיוו.

איך וואלט איינגעשטימט מיט רוב פון טאבאקא'ס רייד, און רוב פון ר' יודל'ן.

דאס איז איינמאל קלאר פאר יעדן וואס ווייסט וואס א ניגון איז, דאס חזנות און נגינה ווערן אויסדרוקליך אראפגעגעבן אנדערש. בעיקר מיט דעם אז חזנות גייט נישט אויף קיין טאקט, און נגינה יא, אבער ס'איז פיל מער ווי דעם.
מיר דוכט זיך, דאס ביז די גאלדענע חזנות תקופה, פלעגן די פאלקס לידער כלל נישט געזונגען ווערן דורך חזנים, נאר דורך זינגער.
איך בין גראדע אויך פון די וואס גלייכן הערשמאנען איבער יאסעלען, ווען ס'קומט צו אידישע לידער. פארפאלן, ער האט אזא מתיקות דערין אריינגעלייגט, אזש עס צעגייט אין די ביינער.. און צו דעם האבן אויך מסכים געווען רוב בני דורו, אויך א טייל פון די וואס זיינען זאגאר געווען געשוואוירענע אנהענגער פון יאסעלע'ן, האבן אבער אנדערש גערעדט ווען ס'קומט צו אידישע לידער. מיין פערזענליכע מיינונג איז, דאס הערשמאן אין חזנות, קומט נישט צו צו יאסעלע'ס קנעכלן.. אי מכח זיין קאלראטור, אי מכח יאסעלעס שארפע שטימע, און ווער רעדט פון זיינע קאמפאזיציעס, וועלכע זיינען מלא רייכקייט, און חידושים. ביי פילע אנדערע חזנות קאמפאזיטארן, קען מען גלייך כאפן דעם נעקסטן קנייטש בערך וואו אהין דאס וועט דיך פירן [חוץ ביי רויטמאנען, וואס יעדע תנועה איז געווען א חידוש, כאטש נישט אלעמאל אין פלאץ, ער פלעגט פליעהן ווי א צעבראכענע פארישוט, פון אונטן ארויף, און פון אויבן שיף רעכטס, פון דארט ווידעראום אינעם טיפן אפגרונד, נאכהער פלוצים מיט א שטימט ביז די וואלקענעס ארויף.. עם כל זה, זענען זייער פיל קאמפאזיציעס ביי אים ממש ענליך. ווער רעדט פון קווארטין, וואס ער האט לאמיר זאגן א סעט פון צען קנייטשעלעך, און טיילט עס איין ביי יעדן תפילה אביסל פון דעם אביסל פון דעם.. ער האט זאגאר עטליכע שטיקלעך, וואס ער זאגט איבער קנייטש ביי קנייטש, דא פונקט ווי דא].

אבער נאך די אלע רייד, האלט איך גראדע, אז יאסעלע איז פארט געווען א גרויסער פארשטייער דוקא אין נגינה. נאכמער, א גרויס חלק פון זיינע חזנות קאמפאזיציעס, זענען פיל מיט מוזיק סטיל שטיקלעך, פיל מער אין פארגלייך צו אנדערע קאמפאזיטער.

אפילו איך בין שטארק פאר הערשמאן, גלייך איך אבער מער משה אושר'ן. ווי ער האט אראפגעלייגט א ליד, איז לכאורה נישט פארהאנען. עד היום, פראבירן אנדערע אים נאכמאכן, אן ערפאלג.

לגבי ראזנפעלד. כ'וויל נישט רעדן צופיל, אבער טאבאקא האט גערעדט בעיקר פון זיין קול, וואס כ'גלייב אז יעדער איז מודה אז נישט דערמיט איז זיין אויסצייכענונג.. אבער לגבי זיין חזנות, לאזט זיך דעבאטירן, אדער ליבערשט לאזט זיך נישט דעבאטירן משום על טעם וריח..

כ'האב נאך פיל צו ריידן, אבער קיין צייט האבעך נישט איצט מער.

דורך טאבאקא אום דינסטאג יולי 13, 2010 1:42 am

איך האב אויך נישט צופיל צייט, וועל איך נאר ענטפערן אין קורצן
דאס וואס יודל שרייבט וועגן משה'ס ברודער דוד, איז די מעשה מיט אים אזוי, דוד מאכט טעראפי מיט די שטימע בשעתן זינגען, דעריבער די וואס ליגן אין שטימעס האבן אים ליב צו הערן, און ער איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו משה אדער צו זיינע אנדערע ברידער, אדער אפי' בכלל א אנדערע חזן (ווי ווייט איך ווייס)

יודל שרייבט:
לויט ווי איך האב געהערט האלט טאקע דר. סובול, (כאטש ער וועט עס נישט זאגן הויעך) אז יאסעלע איז סך הכל א בעל תפילה, נישט א חזן.

אויב דער ד"ר האלט אזוי ברויך ער א דאקטאר גאר דרינגענד...
יאסעלע איז טאקע אנדערש פון אלע אנדערע חזנים מיט דעם אז ער איז א געבוירענער חזן, מיט א הערליכע שטימע פון נאטור אויס וואס ער האט באקומען א געשאנק פון הימל, משא"כ די אנדערע חזנים דארפן גיין צו טעראפי צו אויפבויען און אויסארבעטן די שטימע, און כסדר מאכן איבונגען דערמיט, און טאקע צוליב דעם קען קיינער נישט נאכמאכן פערפעקט יאסעלע, ווייל ער איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אנדערע, ס'איז א באזונדערע זאך אינגאנצן (בפרט איז צו באוואונדערן ווען מ'זעהט מיט וואספארא לייכטקייט ער זינגט, בשעת די אנדערע חזנים ווערן רויט און בלוי) אבער היעלה על הדעת אז צוליב דעם איז נישט קיין חזן?! אתמהה?

יודל שרייבט:
איך האלט נאך אלץ אז משה קאסאוויצקי האט געזינגען גאר ווארעם, און דאווענען האט ער טאקע אויך געקענט. עס איז דא צו הערן "לייוו" דאווענען פון אים. ער דאווענט גאר אנדערש ווי ער זינגט ביי א קאנצערט.

מעגליך אז ער האט געזינגען ווארעם, אבער נישט זינגעדיג נאר מער חזנות'דיג (און ווי אויבנדערמאנט: ס'איז נישט קיין פעלער און דאס מאכט אים בכלל נישט קלענער)
אויף א וועלט בארימטן חזן שרייבט מען נישט אז ער האט "דאווענען 'אויך' געקענט", אונז דינג מיר זיך דא צו ער האט "זינגען" אויך געקענט דאווענען האט ער זיכער געקענט!
און ווי אויך איז זיכער אז ער זינגט אנדערש ווי ער דאוונט, ווייל סוכ"ס איז דאך דאס א ניגון און נישט קיין שטיקל, אבער ס'איז זייער ווייט פון זינגעדיג געשטימט, אדרבה הער אויס ווי ער זינגט: א די"ת מיט גא-ט, נעילה, שומר ישראל, חזן וגבאי, המבדיל, זאמד און שטערן און נאך

דאס וואס כ'האב געשריבן "מהאי טעמא" אויף ראזענפעלד, גייט ארויף אויף דאס וואס איך שרייב גלייך בעפאר אז ביי א חזן איז נישט דער עיקר די שטימע
איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט דיר ווער ס'איז מער פינטשיק אדער ראזענפעלד, אבער דאס יא, ער איז א געוואלדיגער "זאגער"

יודל שרייבט:
מיר האבן שוין געהערט הערשמאנ'ן זינגען אידישע לידער אויך. ועל כגון דא כבר אמרו: על טעם וריח אין להתוכח

טאמער זעהסטו נישט קיין חילוק צווישן -די הערליכע שטימע פון- ר' מרדכי און ר' משה לגבי די זינגעדיגקייט, דאן איז צו דיין פראבלעם קיין היילונג נישטא...

אינטעליגענט שרייבט:
מיין פערזענליכע מיינונג איז, דאס הערשמאן אין חזנות, קומט נישט צו צו יאסעלע'ס קנעכלן

ווער האט גערעדט (אדער אפי' געטראכט) פון אים פארגלייכן צו יאסעלע?, אבער ס'איז קלאר אז ער איז נומער צוויי אין חזנות, און ער איז היפש מער ווי קאסעוויצקי, מרדכי הערשמאן האט א זיסע "מעכטיגע" שטימע, און ציהט ארויף משונה'דיג הויעך מיט אזא 'פולקייט' אז ס'איז ממש נישטא בדומה לו
(ווען יאסעלע לעבט ווען נישט אין זיין צייט און פארטונקלט אים נישט מיט זיין געוואלדיגע הארציגקייט, וואלט ער זיכער געווען א וועלט'ס חזן)
און צו די אלע מעלות קומט צו אז ער לייגט אראפ א ליד זייער שיין און זינגעדיג, א מעלה וואס גאר ווינציג חזנים פארמאגן

אינטעליגענט שרייבט:
אפילו איך בין שטארק פאר הערשמאן, גלייך איך אבער מער משה אושר'ן. ווי ער האט אראפגעלייגט א ליד, איז לכאורה נישט פארהאנען. עד היום, פראבירן אנדערע אים נאכמאכן, אן ערפאלג.

ביסט גערעכט אז משה אוישער לייגט זייער שיין אראפ א ליד, (און פארדעם איז ער קודם געווען זייער א פאפולערע טיאטער זינגער און א פילם אקטיאר) אבער ער פארמאגט נישט מרדכי הערשמאן'ס זיסקייט, מעכטיגקייט און זיכער קומט ער ווייט נישט אן צו די טענער וואס ר' מרדכי קומט אן, דאס וואס הערשמאן האט באוויזן האט נאך קיינער ביז דערווייל נישט באוויזן

און נאך איין ווארט... א מזל ס'בכלל נישט אויפן זעלבן סטייל ווי אייזיק האניג (וואס האט -אגב- זייער הויכע טענער, נאר קיין חזן איז ער נישט) און שלומה דאסקאל


דורך לב טוב אום זונטאג יולי 18, 2010 7:58 pm

א אבנארמאלע הויכע שטיקל פון משה קאסאוויצקי אויף די ווערטער הקל הגדול הגבור והנורא קל עליון קונה שמים וארץ פון פרייטיג צונאכטס דאווענען.
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
דאס בילד מוז זיין גרויס 0 פיקסעלס אין די ברייט, 0 פיקסעלס אין די הייעך, און נישט מער ווי 600 פיקסעלס אין די ברייט און 600 פיקסעלס אין די הויעך.....

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג ינואר 25, 2011 9:18 pm

יודל האט דערמאנט אז דער ד"ר סובול האלט אז יאסעלע איז בסך הכל א בע"ת און נישט קיין חזן.

אט איז וואס יאסעלע'ס זון שרייבט איבער דעם:

מתנגדיו של אבא, בנסיונותיהם להוריד את כבודו ולמעט את ערכו כזמר, היו מכנים אותו לפעמים כינוי של זלזול וקוראים אותו "יאסעלע בעל-תפילה". בזאת רצו לשלול ממנו את עטרת השירה, המפארת כרגיל ראשיהם של חזנים מהוללים, ולשייר לו רק את הכושר לעבור לפני התיבה בנעימות-הנסח המקובלת.
אולם לאמיתו של דבר לא היה בכך משום המעטת דמות כלל, אלא להיפך, ציון-לשבח מיוחד במינו. שכן נתינות משמעות מוחשית ומובנת לפסוקי התפילה שבסידור בכוח הנגינה - היתה אחד מהשגיו המופלאים של יאסעלע ראזענבלאט כחזן.
בשעה שיצאו מפיו המילים: "אלקי, נשמה שנתת בי טהורה היא", יכולת לראות בחוש - כך אומרים - בכוח מתיקותה של הנעימה ובכוח התפוס של האמירה, כיצד עומדת הנשמה ושוטחת תחנוניה לפני רבון העולמים. ובשעה שחינן קולו לפני קונו ואמר: "הבט משמים וראה" - הרגיש כל אחד מציבור המתפללים בצערה ובעונתה של אומה זו המבקשת רחמים מלפני אבינו שבשמים.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט