איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

אשריכם ישראל! אשריך ר' יואל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

אין מיינע אויגן איז די אשכול איינס פון די נארמאלסטע אשכולות וואס איך האב נאר געטראפן דא אויפן וועלטל די לעצטע יאהר........
מ'רעדט צום זאך, ערליך און אויסגעהאלטן, און געמאסטן - אפילו מ'טענה'עט זיך איז עס אין די ראמען פון ארטאדאקסישע אידן.
ועל כולם ווער איך נתפעל פון די צוויי קווייער אנפירערס אז לא אלמן ישראל! ס'נאך דא ערליכע אידן וואס פארשטייען גוט גוט צו נגינה (תש-18) ואעפ"כ עקעלט זיי די גרויליגע משוגענע מוזיק, גייטס אהן אוןן דערליווערטס גוטע זאכן פארן ציבור וואס זוכט עס נאך, און ס'וועלן זיך מערן בעזה"י נאך און נאך אידן, והאמת עד לעצמו.
און יעצט פארשטיי איך אויכעט פארוואס ביי מיר שטוב און אין אפיס און אין די קאר, האט מען געקענט איבערהערן דעם יפה קינדער סידי הונדערטער מאהל בלי גוזמא (און עס היינט נאכאמאהל אויפגעזוכט און זיך נאכאמאהל מחי' געווען) און אפילו ביים שבת טיש האט מען גע'חזר'ט דעם ורוח כל בשר תפאר ותרומם.... מפני רחמיו וחסדיו הההגדולים.... מה נאמר לפניך יושב ממממרררום, ועוד ועוד, ביים שפאצירן זומער אויף די שווייצע הערליכע בערג האבן די קינדער פון זיך אליין געזינגען די ניגונים אהן א שיעור מאהל, בקיצור כאב געזעהן אז ס'איז תוכן'דיג - יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס - יש"כ.
און די נקודה פ"וו מ'קומט נישט ארויס און מ'קלערט אויף דעם עולם אויף דעם הארבן ענין, איז טאקע זייער א ווייטאגליכע זאך, איך האב מיך אמאהל אנגעטראפן מיט א קונטרס / ספר וואס א איד אין אר"י האט ארויסגעגעגבן לבאר הענין, הן די תורה'דיגע חלק, אבער בעיקר די היסטאריע הביאו ספר יחוסיכם, פון וואו רבונו דעלמא כולא די ניגונים שטאמען, מהגרועים שבאומות, און וואסערע מדות און געפיהלן די ניגונים זענען געמאכט און געציהלט ספעציעל מעורר צו זיין, נישט בדרך אגב, נאר דווקא; ניגון כנגד מדה רעה, ניגון כנגד תאווה מגונה, וכו' וכו', איך האב פונקט גערעדט מיט א חבר מיינס פאריגע וואך אז מ'ברויך דאס אפירזוכן און עס איבערטייטשן אויף מאמע לשון און עס מפרסם זיין - אויפצוקלערן דער עולם זאל זיין אביסל אפען מיינדעד.........
נאכמאהל א גרויסן יש"כ פארן גאנצן ציבור ובפרט פאר ר' יואל הי"ו - כה לחי!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

“מ׳קען היינט נישט אריינברענגען א ערליכע תמימות׳דיגע איידעלע אינגל צו א אידישע חתונה, אן דעם וואס ער זאל זעהן די קאלארדיגע לייטס, מיט די פארפוילטע פארשטעלטע היימישע זינגערס ליידער”
WOW!!
א ברייטע ווילדע סטעיטמענט, כמדומה שאתה מפריז על המידה.
אפילו ביי א חתונה ווי עס איז דא א זינגער מיט איינע פון די היימישע קווייערס, אפילו מען זינגט צומאל די פוסטע ניגונים וואס די היינטיגע יוגנט גלייכט, איז נאכאלץ נישט אזוי ביטער ווי איר מאכט עס.
״פארפוילטע פארשטעלטע״? פון וויפיל פראצענט רעדט איר? אז מען באשטעלט נארמאלע ניגונים איז עס גאנץ נארמאל.
(אויב עפעס, אולי דארפט מען רעדן פון די חול המועד ״קאנצערטס על טהרת הקודש״ פענאמענאן....איין באשעפער ווייסט ווי דאס וועט אונז פירן.)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

הרב יואל קליין האט געשריבן:מ׳קען היינט נישט אריינברענגען א ערליכע תמימות׳דיגע איידעלע אינגל צו א אידישע חתונה, אן דעם וואס ער זאל זעהן די קאלארדיגע לייטס, מיט די פארפוילטע פארשטעלטע היימישע זינגערס ליידער, וואס זינגען געהעריגע גוי׳איש חאזעריי מיט געהעריגע גוי׳אישע מוזיק איינס ווילדער פינעם צווייטן. פוי! דאס איז מטמא דעם מוח, דעם הארץ, עס קילט אפ דעם אידישן ווארעמקייט און צערייסט דעם הארץ פון יעדן נארמאלן פשוט׳ן ערליכן איד.

די מערהייט פון די זינגער דעליווערן אויף וואס מען באשטעלט זיי פאר. אלזא עס איז די פארפוילטע מחותנים און קאמפאזיטירער, מיט סתם באצאלטע זינגערס
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ר׳ שאלעשידעס,
וויפיל עכט היימישע ״טאפ אף די ליין״ זינגערס זענען היינט דא? ביטע קום אריין מיט נעמען.
אוודאי קען מען אריינגיין אין פרדת צבי/פיגא סטיל זאלן און נאך זעהן עפעס ״פערטל״ נארמאל, ווייל דריי פערטל זינגען זיי אויך שוין היינט ווי א גרויל,אפגעזעהן ווי פרום און יאנטשי די מחתנים זענען.

כ׳בין געווען דעם פארגאנגענעם ל״ג בעומר אויף א חתונה, און מען האט געהעריג ״געקאווערט״ ליטערלי ״אלע״ האָראַס וואס זייערע קאמפאזערס און זינגערס מיט זייערע אלבומס זענען אידישע גארביטש. און דאס איז שוין ווען די נארמאלע זינגער האט עס געזונגען ״נארמאל״.

אבער מיין סטעיטמענט וועגן אריינברענגען א קינד צו א חתונה, רעדט איך רוב חתונות היינטיגע צייטן וואס קומען שוין מיט קאלירטע לייטס, מיט א אנערקעטע זינגער וואס בעט טאפלט פון וויפיל די שפילער בעט, און ער שטעלט זיך אויף ״פּערפארמען״, איז עס א אידישע גרויל ליידער.

נעם פאר א משל דעם זינגער און פארפּאסער פינעם ואהבת לרעל כמוך ניגון, פרעג איך אייך, ״איז דאס נארמאל?????״ זייט ווען זענען די סארט עלמענטן היראו׳ס פאר אונזערע קינדער??? געוואלד געשריגן!!! יעדע היימישע בחורים גרופע פורים האט געהאצקעט צעלאזטערהייט אינמיטן די גאס, אויף די ראודס, מיט זיינע פארפּעסטעטע ניגונים!
״דאס״ קעיטערט מען פאר׳ן ״היימישן״ עולם היינט?? סיריעסלי???? די זינגערס דארפן ממש דערקלערן זייער שטאנד אין אידישקייט אזוי ווי די קאמפאזער פון מזרח מעריב דרום צפון, אז מיר זאלן ״איינזעהן״ אז אונז עסן נישט זיינע הכשרים?!

אנצינדן היינט א היימישע מענער קווייער ביים ״סעקאנד דענס״ (הארא) איז גאר נישט אנדערש ווי די מוזיק וואס שפילט ביים מעקסיקאנער מיקעניק. איך ברויך אפשר שטעלן ביישפילן?!

איך בין אמאל געווען ״די גרעסטע״ פראגרעמער פאר די שפילערס קיבארד, ביז בן דוד איז ארויסגעקומען מיטן אמר ר׳ עקיבה, וואס האט געהאט א גאר נייע דערהער און ״טעקנאו״ מיוזיק, און אלע שפילערס האבן נאר געוואלט דעליווערן די ״נייע סטייל לעקטעריק״ מיוזיק.

איך האב מיר געציפט די אויערן, און געהאפט אז דאס איז נאר א חלום, אבער פון דארט אין ווייטער, האבן מיר שפילערס געבעטן דאס צו מאכן פאר זיי, און ווען כ׳האב עפעס געמאכט אזוי בערך דאס, האבן זיי קאמפלעינט אז ס׳איז ״נישט געניג גוי׳איש״! בזה הלשון! דאן האב איך געזאגט, דעטס איט!! איך פראגרעם מער נישט. און כ׳האב דאן אנגעפאנגען צו מאכן די סעריע ״איך האב ליב די הייליגע יום טוב סידס פאר אינגע קינדער״ און געגרינדעט די ״הייליגע קינדער קווייער״.

איך בין געווען עטליכע יאר צוריק אל הקודש פנימה פון איינע פון די גרעסטע רבי׳ס היינט, און געבעטן ער זאל רעדן צו די ישיבה בחורים זיי זאלן מאכן א ווינט און פארלאנגען אויסדריקלעך נאר נארמאלע ניגונים וואס זייערע קאמפאזער׳ס און זינגערס זענען איידעלע מענטשן און רעדן ״אידיש״ אינדערהיים מיט אונזער הברה. די אדמו״ר האט נישט געהאלטן דערביי. און ער איז איינער וואס ווייסט וויאזוי צו מאכן א שטורעם אין שטאט. (מיין אישי אין אפן)

צו איך גיי אויפטאן מיט׳ן עס שרייבן דא? ווייסעך נישט, אבער ווען איינער ווארפט אריין א קוואדער אין מיר און דריקט דעם קנעפל, קומט עס ארויס.
און דאס איז נאר די הקדמה...
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

משה ישר האט געשריבן:
נישט קיין חילוק ווי הארציג זיי זאלן זיין! בלוטיגט מיר דאס הארץ!
ווי קענען עלטערן זיין אזאנע ר... פאר זייערע קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא!


די אייציגסטע נחמה און לימוד זכות וואס איך האב ווען איך זעה די לעכטיגע איידעלע קינדעליך מיט שיינע פייעלעך זינגען אן סטעיזש
איך טראכט צו מיר
אולי ווען איך וואלט געזעהן ווי אזוי זייערע טאטעס קוקן אויס וואלט עס מיך נישט אזוי געעגבערט
אפשר זענען די טאטעס פון די היינטיגע באפוצטע יונגעלייט וואס לעבען א חיים טובים פון ליוו ענד לעף ענד ליוו מי עלוין
קאלדנט קער לעס
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

ניין! מיר זענען מחולק מיט דיר ר' יואל! במחילת כבודך טוהט איר יא אויף א געוולד מיטן שרייבן.
וועל איך מיטטיילן מיין עקספיריענס, איך בין נישט קיין זינגער און קיין שפילער, קיין קאמפאזער, און ווייט דערפון, אבער מ'וויאזוי מ'לעבט היינט אז די סארט משוגענע גרויליגע גאוישע אפריקאנישע מוזיק זינגעריי ווערט א חלק פונעם היינטיגן טאג טעגליכן מהלך החיים, ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט, ווערט מען אטאמאטיש אויסגעקילט און צוגעוואוינט דערצו.
און ווען איך האב געוואלט אנפילן מיינע קינדערס רעקארדערס האב איך דאונלאוידעד פונעם וועלטל מוזיק פון 'היימישע' חתונות און אן טראכטן צוויי מאהל עס געגעבן פאר זיי, די וואך פרייטאג זעהענדיג דיין אשכול, בין איך געווארן נתעורר ווי ווייט אונזערע געפיהלן זענען אזוי פארטעמט געווארן, האב איך אנגעהויבן מסביר צו זיין פאר די צעירי צאן קדשים די הארבקייט פון די ניגונים, און האבן ניטאמאהל פארשטאנען וואס איך רעד אפילו......
האב איך איינגעזעהן אז מ'דארף רעדן און מעורר זיין דעם עולם מער און מער, אשר ע"כ ר' יואל המתחיל במצוה ביטע הערט נישט אויף צו רעדן, מיר זענען אלע דא מיט דיר.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

Wow, אקעי.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

ר' יואל איר זענט זייער גערעכט מען וואלט געדארפט איינמאל פאר אלעמאל אסערן די אלע זינגערס מיט געשטיצטע בערד און אפריקאנישע ניגונים דאס האט נישט מיט אונז קיין שייכות און פערטיג
אבער איך בין מחולק מיט אייך די חלק וואס איר זאגט אז אמאל זענען חתונהת געווהן מער ערליך ווי היינט דאס איז נישט די מציאות וייל פאר דרייסיג יאר צירוק ווען אונז זענען געוועהן קינדער פלעגט בכלל נישט זיין קיין חסידישע זינגערס ביי קיין חתונות עס פלעגט זיין א סעבען מען בענד וואס זיי אליינס פלעגן אויכעט זינגען אלא מינע ניגונים און מב''ד ניגונים איז שוין געוועהן גאלד אבער היינט איז אכשר דרא עס זינגט נאר היימישע חסידישע יונגעלייט ממילא דארף מען נישט א גאנצען טאג ויינען אז היינט איז ערגער ווי אמאל
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

שטיצן די בארד איז שוין היינט נישט דער סימן, א לעצטיגע סטייל זאגט פאר צו לאזן וואקסן דעם בארד ווי לענגער און ברייטער
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך גיי טרייען צו ציגעבען אביסל רעד פעפער צו די שמיס דא,
מיין טאטע שטוב איז דא יעצט 3 בחורים, אלע פון זיי און די עלטער פון 15-19,
מיין טאטע האט געזען אז זיי זענען נישט די וועלט'ס תלמידי חכמים, איז ער אויפגעקומען מיט א עצה וויאזוי אונציפילען זייער צייט מיט תכלית.
אזוי ווי אונזער פעמעלי האבן זייער שטארק די כוח המוזיקא, האט ער איין בין הזמנים גענימען יעדעם קיין מוזיק סטאר אין יעדער האט זיך געקאנט אוסוועלן א אינסטערמענט!
איינער האט גענימען א פלוט.
איינער א טראמפעט.
איינער א טראמבום.
די ערשטע פאר וואכן האט מען נישט געקאנט אריין קומען אין מיין טאטע'ס הויז,
מע האט געהערט קולות פון די אינסטרעמענט'ס אין נאך...
האט מיין טאטע געדינגען א אינגערמאן וואס לערנט די עולם שפילן, ער איז אריבער געקומען צו מיין טאטעס הויז יעדער שני וחמישי אין געטישט די עולם,
נאך א חודש האט יעדער געקאנט נאוט'ס, אין בלאזן,
חנוכה ביי די פארטי היי יאר איז געווען אוסערגעווענדליך שיין, איך האב געשפילט אויף פעינו, מיינע 3 ברודער'ס אויף בלאזער'ס,
מיין טאטע אויף א שופר, אין די קונדער האבן געזינדען, אזוי גייט עס שוין יעדע חול המועד נאכט אין נאך, סע האט געראטוועט מיינע ברודער'ס זאגט מיין טאטע!
מיין טאטע זאגט אז די געלט איז וויכטיגער ווי שכר לימוד פאר די ישיבות, דארטן שלאגט מען זיך מיט משגיחים, קומט שפעט, אין נאך,
דא האט יעדער סיפוק, זיך אויסגעלערנט א טאלאנט, שטארקע אחדות געווארן, מיין טאטע שעפט נחת, מיין מאמע איז רואיגער,
זה נהנה וזה נהנה
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די געלט איז וויכטיגער ווי שכר לימוד פאר די ישיבות,

איר מיינט מסתם אז עס איז וויכטיגער ווי די שכר לימוד פון אייערע געשוויסטער....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קיינער האט דא נישט געזאגט אז עס איז א פראבלעם צו שפילן סתם אזוי....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

סע איז מער די איידיע פון בויען טעלענט
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

נשמת השכל האט געשריבן:קיינער האט דא נישט געזאגט אז עס איז א פראבלעם צו שפילן סתם אזוי....

לאן הגענו?! אל תאמר נשתנו העתים
IMG_20160512_171841.jpg
IMG_20160512_171841.jpg (21.68 KiB) געזען 2341 מאל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך גיי טרייען צו ציגעבען אביסל רעד פעפער צו די שמיס דא,
מיין טאטע שטוב איז דא יעצט 3 בחורים, אלע פון זיי און די עלטער פון 15-19,
מיין טאטע האט געזען אז זיי זענען נישט די וועלט'ס תלמידי חכמים, איז ער אויפגעקומען מיט א עצה וויאזוי אונציפילען זייער צייט מיט תכלית.
אזוי ווי אונזער פעמעלי האבן זייער שטארק די כוח המוזיקא, האט ער איין בין הזמנים גענימען יעדעם קיין מוזיק סטאר אין יעדער האט זיך געקאנט אוסוועלן א אינסטערמענט!
איינער האט גענימען א פלוט.
איינער א טראמפעט.
איינער א טראמבום.
די ערשטע פאר וואכן האט מען נישט געקאנט אריין קומען אין מיין טאטע'ס הויז,
מע האט געהערט קולות פון די אינסטרעמענט'ס אין נאך...
האט מיין טאטע געדינגען א אינגערמאן וואס לערנט די עולם שפילן, ער איז אריבער געקומען צו מיין טאטעס הויז יעדער שני וחמישי אין געטישט די עולם,
נאך א חודש האט יעדער געקאנט נאוט'ס, אין בלאזן,
חנוכה ביי די פארטי היי יאר איז געווען אוסערגעווענדליך שיין, איך האב געשפילט אויף פעינו, מיינע 3 ברודער'ס אויף בלאזער'ס,
מיין טאטע אויף א שופר, אין די קונדער האבן געזינדען, אזוי גייט עס שוין יעדע חול המועד נאכט אין נאך, סע האט געראטוועט מיינע ברודער'ס זאגט מיין טאטע!
מיין טאטע זאגט אז די געלט איז וויכטיגער ווי שכר לימוד פאר די ישיבות, דארטן שלאגט מען זיך מיט משגיחים, קומט שפעט, אין נאך,
דא האט יעדער סיפוק, זיך אויסגעלערנט א טאלאנט, שטארקע אחדות געווארן, מיין טאטע שעפט נחת, מיין מאמע איז רואיגער,
זה נהנה וזה נהנה

הה"ד קאפ אויף די פלייצע!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:חנוכה ביי די פארטי היי יאר איז געווען אוסערגעווענדליך שיין, איך האב געשפילט אויף פעינו, מיינע 3 ברודער'ס אויף בלאזער'ס,
מיין טאטע אויף א שופר, אין די קונדער האבן געזינדען, אזוי גייט עס שוין יעדע חול המועד נאכט אין נאך, סע האט געראטוועט מיינע ברודער'ס זאגט מיין טאטע!.., מיין טאטע שעפט נחת, מיין מאמע איז רואיגער,
זה נהנה וזה נהנה

צ"ל מיין מאמע אויף א שופר....
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

Naftule האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:קיינער האט דא נישט געזאגט אז עס איז א פראבלעם צו שפילן סתם אזוי....

לאן הגענו?! אל תאמר נשתנו העתים
IMG_20160512_171841.jpg

כבר רבו המתירים בזה מחמת חולשת הדור, ובפרט שמאוד צריכים ליזהר מן הבטלה, ווי צדיקים זאגן אז 'גיין ליידיג' איז די ערגסטע, והכל לפי המצב בכלל ובפרט.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

העתקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

Naftule האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:קיינער האט דא נישט געזאגט אז עס איז א פראבלעם צו שפילן סתם אזוי....

לאן הגענו?! אל תאמר נשתנו העתים



Untitled (3).png
Untitled (3).png (120.1 KiB) געזען 2200 מאל
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אריין אין די דזשי. פי. עס. אשכול אפשר וועט מען טרעפן די וועג צוריק.
viewtopic.php?f=5&t=5306
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

הרב יואל זענט איר אמאל געווען אין אולם עקשטיין אין ק"י?... דארט איז נישטא קיין זינגער שפילער יא בארד אדער נישט בארד.... אלעס איז אראפגעשפילט פינעם עם פי טרי, אין דייקא נאר אויסגעהאלטענע סחורה.

לדעתי וועט נישט געדויערן לאנג אין אסאך חתונות וועלן אינעם ציקונפט ניצן טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען עם פי טרי די זשעי וכד', אין די אחריות וועט בלייבן אויסשליסליך אויף די מחותנים צי קלויבן די ניגונים אדער זינגער אין סטייל, דהיינו ביז היינט האט דער מחותן ברוב ענוותנותו געטענה'ט אז דער זינגער טוט וואס ער וויל....
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

לייבעלע הירש האט געשריבן:הרב יואל זענט איר אמאל געווען אין אולם עקשטיין אין ק"י?... דארט איז נישטא קיין זינגער שפילער יא בארד אדער נישט בארד.... אלעס איז אראפגעשפילט פינעם עם פי טרי, אין דייקא נאר אויסגעהאלטענע סחורה.

לדעתי וועט נישט געדויערן לאנג אין אסאך חתונות וועלן אינעם ציקונפט ניצן טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען עם פי טרי די זשעי וכד', אין די אחריות וועט בלייבן אויסשליסליך אויף די מחותנים צי קלויבן די ניגונים אדער זינגער אין סטייל, דהיינו ביז היינט האט דער מחותן ברוב ענוותנותו געטענה'ט אז דער זינגער טוט וואס ער וויל....


אגב אז דו רעדסט פון קלויבן די ניגונים אדער זינגער און סטייל
אין אולם עקשטיין איז נישטא אזא אפציע
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יא יא ווען איך גיי אריבער אולם עקשטיין אן אריינגיין מאר פון ארויסהערן די ניגונים קען איך דיר זאגן וויפיל מינוט צירוק די חתן איז אריינגעקומען
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נאך די צייטן פון די רוסישע שפילער׳ס, וואס האבן אגב געשפילט מער איידעלער פינעם היינטיגן לעצטיגע ״ווארעמע וכל מאמינים״. אמאל אמאל דא דארט פלעגט איינער נעמען די מייק און זינגען, און יעדער האט פארשטאנען אז מען דארף היימישע אינגעלייט זאלן טאן דעם דשאב, ווייל די רוסישע זינגען בן דוד מיט פריעד.

סאו אנגעפאנגען מיט ר׳ מאיר פערל, שבתי פרנס, ר׳ אהרן לעוו,ר׳ דוד משה בערקאוויטש ר׳ ישראל חיים ווייזער, און די חתונות זענען געווען הערליך ב״ה.
נאכדעם איז אנגעקומען א געוויסע זינגער, און אנגעפאנגען א נייע באוועגונג און נייע סטייל זינגען, מיט זיינע באקאנטע תנועות, און דעם וועג וויאזוי ער פלעגט האלטן זיין מייק, מיט זיין קליינע מאשינקע וואס געבט צו אן עקאו, און יאללא!! ער האט דאס ערשטע געבעטן 800 פאר א חתונה בשעת ר׳ משה יודא גאלדבערגער האט געבעטן בערך 300.

ער האט אנגעהויבן אריינברענגען שוועקי, מיט אלע אנדערע פינעם נישט היימישן חדר, ציונים, אגודיסטן, און אנגעהויבן מיט די נידריגע ניגונים וואס איז אגב גין גאלד אנטקעגן היינטיגע.

נאכדעם איז געוארן א תקנות זאל, און געוויסע האבן געהאט דאס פלאץ אויסשליסלעך פאר זיי פאר חדשים חדשים לאנג. דארט איז ער געווארן אנגענומען אלץ מער סטענדערט פארן היימישן עולם, אבער ערגעץ אנדערש ביי אלע שמחות, איז די שפילער נאך אלץ געווען באלעבאס און געפירט די מוזיק. היינט קומט אן דער זינגער מיט די שאלדער פּעדס ביזן הימל, זיי פּאסט נישט צו זיין יאנטשי, און זיי זענען די וואס פירן די ניגונים, די שפילער איז דער וואס פאלאוט, און די זינגער ווארט ביז די בחורים קומען, און דאן פרויבירט ער באיינפלוסן זיינע אגענטן מיט די ״עידש״ אז ״ער״ איז יעצט דער זינגער. נישטא קיין מחותן, נישטא קיינער, ער היידשעקט דעם סטעידש פאר זיינע אייגענע אינטערעסן פאר זיין אדווערטייזמענט, און וואס ער טראכט אז עס גייט באיינדריקן די ״עידש״ אזוי טוהט ער, און ער פארגעסט בכלל אז ער דארף ״קודם״ געפעלן פארן מחותן. ווייל ווער ברענגט די דשאבס? זיינע אגענטן! צו וועם רעדן זיינע אגענטן? צו די גאנצע ״עידש״, סאו ווי קומען די מחותנים בכלל אריין אינעם בילד?!

נאכדעם איז געקומען דער גרעסטע פורק עול פון ערמאונט, און געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז ״מ׳קען טאן וואס מען וויל״. ווי ער דריקט זיך אליין אויס צו א טעלעוויזיע סטאנציע, אז ער האט געוואלט אראפנעמען די ״בעריערס״ (גדרים) פון די אידישע מוזיק און אריינברענגען עני טינג און עווריטינג וואס די נישט אידישע וועלט האט צו אפפערן. - עפרא לפומי.

ווייסט וואס?? יא! ס׳איז אים ליידער געלונגען!!
כ׳בין היינט געווען אין א היימישע מוסד אפיס, הער איך א ״חתונה מוזיק״ שפילן, מען זינגט דארט אלעס און אלעם, פלוצים הער איך מזרח מזרח, מעריב מעריב, למעלה... פרעג איך דעם ביים דעסק, זאג מיר איז דאס נארמאל??? זאגט ער מיר, אויסדריקלעך נישט!! און ער טוישט די מוזיק צו ריספּלער׳ס שבע ברכות, און ער פרעגט מיר, דעס האסטו ליב? וואטעווער.
באדעם ליין, דא ברענט א פייער ״ערגער פון סמארט פאונס מיט אינטערנעט״ און דער עולם פארט אין קאנטרי מיט די נייע גארביטש דעליווערט לכבוד שבועות תשע״ח.

סאו לאמיר צוריק קומען צום ערשטן פאראגראף,
ווען איז בן דוד געווארן אקעי??? אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם????? ברענג צוריק די רוסישע!
לעצט פארראכטן דורך הרב יואל קליין אום דינסטאג יוני 12, 2018 7:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

הייליג גערעכט.

כ'האב שוין דערמאנט און אן אנדערע אשכול, אז אלס מהאי טעמא און פרינציפ גיי איך שוין מער נישט צו קיין דינער'ס וואס דו חסד און ישיבה מוסדות'ן מאכען, וויבאלד זיי ברענגען דו אלע שמונה שרצים וכל חניכא דאית להו, און מ'האט מיר גע'ענט'פערט אז כ'בין נישט גערעכט, און ס'איז יא אויסגעהאלטן.

דו רעדסט אלס דו זינגערס דארפן געפעלן דו בחורים, למעשה פון דו מוסדות וואס ברענגן דו אלע נידריגע עלעמענטען זעה איך אז דער 'טאטעס' דארפען עס שוין ליידער אויך.

אונז זענען נידריג פארקראכען, מיט דו אלע זינגערס שפילערס, זיי פירן אונז דער יודישקייט, יא, זיי ברענגן אריין מכלומרשט אמונה און אונז.. און זיי טונקען אונז אלע איין ביון מצולה, און נידריגע תהום.

דער מושג פון 'פענס' און זייערע פארשטינקענע סטייל גלעזער.

וואס דארפן מיר א גרעסערע ראיה צו ענין האשכול ווי איין לייוו זינגער פערפארמער, יא, ווי זיין טאטע איז איבעראל מיטגעגאנגען מיט איהם, האט געדארפט קובע משכנו זיין ערגעץ אנדערש, כ'ווינדער זיך פארוואס?
איבערצייגט אייך טלע אליין, וואס זיין אייגענע קלאס האט צו זינגען וועגן איהם?
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

ממש נישט געגלייבט אז אין די מוזיק אינדיסטרי איז נאך דא אזעלכע יוגעלייט מיט אזא שכל הישר, לא אלמן ישראל,
ווי איך זע האט דער אשכול גענומען א דריי אוועק פונעם אנפאנג, אריין אין די עצם נושא פון די מוזיק סטיילס,
וואס באמת פעלט אסאך הסברה אין דעם נושא ווי ווייט 'מוזיק' האט א השפעה אויפן מענטשן'ס הרגשים, און די עמקות וואס ס'ליגט אין די היינטיגע רידעמ'ס,
און ווי אזוי די רידעמ'ס זענען איינגעטיילט ארויס צוברענגן פארשידענארטיגע הרגשים ווי ר' סעדי' גאון איז שוין מעריך אין ספר אמונות ודעות, אויפן דעמאלטדיגן שטייגער,
ווען מענטשן וואלטן געוויסט אז די זאכן זענען פעסטגעשטעלט און נישט סתם טעאריעס און געפילן וואלט די רעאקציע געווען אסאך שארפער.
און דאס איז סיי אויף די רידעמס און סיי אויף די נאטן.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”