איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שוין דא אן אלטע אשכול צו וויינען דערוועגן viewtopic.php?f=18&t=6670, און ס'איז כדאי איבערצוליינען וואס יידישיסט שרייבט, ספעציפיש פון די תגובה viewtopic.php?p=201502#p201502 און ווייטער, וינעם לך.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יעצט שטעל דיר פאר אז א קינד גייט לייוו פאר א פלא טיטל, ברויך ער דאך זיין אויסגעקאכט אין די אלע שמוץ.
פּוינד איז מעיד.
אוועטאר
יוסף פראמאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פראמאוויטש »

רבותי איך האב אסאך צו זאגן וועגן די נושא וואס מ'איז פארפארן צו, אבער איך מיין אז מ'זאל פארדעם מאכן אן עקסטרען אשכול, דא איז נישט די פלאץ פאר דעם,
לאמיר צוריקגיין צום פריערדיגן שמועס,
א איד האט מיר היינט פארציילט, וועגן עמית ליסטוואנד, וואס איינער האט שוין פריער ערווענט, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז ס'איז אמאל געוועהן א באשרייבונג מיט ילדי פלא,
אין איינע פון די אויסגאבן, און עמית ליסטוואנד שרייבט דארט אז ער איז געוועהן אין א דיפרעסיע ווען ער האט פארלוירן זיין שטימע, דאס איז איינס, און צוויי ער האט געשריבן דארט אז ער האט שוין געוואוסט ביי די פופצן וואס מענטשן פון די ניינציג ווייסן נישט, אין די פאלשקייט פון די וועלט,
און מאידך גיסא שרייבט דארט אהרן הלוי, אז ווען די סידי ווי ער האט געזינגען זענען ארויסגעקומען איז ער שוין געוועהן א בחור אין ישיבה, און וויבאלד ס'איז געוועהן אן קיין פירסום, און נאר אין א סטודיאוי, האבן נישט נאר טויזענטער אידן הנאה געהאט, נאר ער פלעגט אליינ'ס הנאה זיך צו הערן אויף די גאסן אין ירושלים, נאכדערצו ווען מענטשן האבן געהאלטן און איין פרעגן ווער איז דער אהרן הלוי, וואס ס'איז ניטאמאל זיין עכטע נאמען,
די פוינט איז קלאר, ס'איז דא א וועג וויאזוי צו טוען זאכן ריכטיג, ס'איז אפשר ווייניגער קאלערפול, און ווייניגער כבוד אויפן מאמענט, אבער זיכער אויפן צוקונפט האט עס א ווייטגרייכענדדער אפעקט,
רבותי מיט שרייבן נעגעטיוו, וועט מען נישט אינערגעץ אנקומען, זאל דער עולם שרייבן עצות און גוטע מעשות וויאזוי אידן האבן אויסגענוצט, אדער געגעבן פאר זייערע קינדער אדער תלמידים, א שאנס אויסצוניצן טאלאנטן, אז אויב א טאטע וואס האט געטראפן זיין קינד'ס טאלאנט, און ער האט צווייפלען וויאזוי און וואס צו טוען דערמיט, זאל ער באקומען גוטע ערליכע רעיונות, און קענען טוען צו דער זאך
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

און אז מאיז שוין אריינגעקראכן אין די נושא איז אויך כדאי ארויסצוברענגן די טיפע ווייטאג וואס איז און די לעצטערע פאר יאר פארשפרייט געווארן און עס ווערט מער און מער.
דאס איז די קליפס פון די ניגונים.
הערט א איד א הערליכע שיינע ווארימע ניגון פון 'אולי' א היימישע זינגער, ער ווערט נתעורר, עס גייט אים צום הארץ. הערליך שיין.
אפאר טעג שפעטער זעהט ער א קליפ פונעם ניגון, רח"ל, די גאנצע שיינקייט ווערט פארעקעלט, די גאנצע ווארימקייט ווערט פארמואסט ווי מ'זעהט די אלע אנגעפרעס.... זינגערס שאקלן זיך און טאנצען. צו איז עס אויף א שיף אין וואסער אדער ווי מען פרעס.. א סעודה אין גראף פאצטאצקי'ס פאלאץ. וכו' וכו' ממש מ'זעהט די 'נפשי חולת אהבתך'...
לא יאומן כי יסופר עד היכן הגענו
(נ.ב. אויך אנגעפאנגן דורך די יעניגע זינגער פון עירמאנט - הערה בעלמא)
לעצט פארראכטן דורך איתמר אום מיטוואך יוני 13, 2018 1:54 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוסף פראמאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 pm

טאלאנטן ביי קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פראמאוויטש »

און איך האב פארגעסן איין זאך, אז ס'וואלט אויך געוועהן אינטערסאנט ווען דער עולם פאנגט אן אריינשרייבן, וועלכע סארט טאלאנטן מ'קען אלץ האבן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ר׳ יוסף כ׳בין מיט אייך
בנוגע דעם טאלאנט, אפשר, דאס איז אויך א עקסטרע אשכול.
דער עולם זאל שרייבן, און מיר וועלן רעקאמענדירן.
באמת בלינדערהייט אן קענען עטוואס א קינד איז עס שווער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אייוועלט האט שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע אשכול.

וואס זאגט איר, זאל איך אריינקומען מיט מיין עכטע נאמען?...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אייוועלט האט שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע אשכול.

אגרי!

א דאנק אייך ר' יואל!

אוי וויי טאטע האט געשריבן:ממש נישט געגלייבט אז אין די מוזיק אינדוסטרי איז נאך דא אזעלכע יונגעלייט מיט אזא שכל הישר, לא אלמן ישראל!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס זאגט איר, זאל איך אריינקומען מיט מיין עכטע נאמען?...

נעוואדע! טו די זעלבע אוואו מאשקע האט געטוהן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס זאגט איר, זאל איך אריינקומען מיט מיין עכטע נאמען?...

נעה.. פעלט נישט אויס
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

איך וועל זאגן מיין דעה :

די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן נא איז דאך ממילא אז כ''ש אז קינדער קענען ח''ו אפפארען וועגן דעהם

צוייטענס אז א יונגעל ווערט פאפולער ממילא הייבן די קינדער אין כתה אהן עהם מקנא צו זיין און ער פארלירט אלע חברים

דריטענס די יונגעל ווארט א פארשטינקענע בעל גאוה ער וועט און זיין לעבן זיך נישט קענען מכניע זיין צו א משגיח אין ישיבה וואס וועט עהם טיילען דעות א גאנצען טאג אזוי ווי עס איז היינט די מצב אין ישיבות

פערדענס א עלטערע אינגעל פון עלעף צוועלעף לערנט אין חדר שווערע גמרות פון המפקיד און השואל דאס קען מען בשום אופן נישט פארשטיין ווען מען האט א גרויסע מעמד די קומענדיגע פאר טעג די קאפ איז נישט אין די גמרא ער קען נישט מיטהאלטען די שווערע בחינות אויף חומש רש''י און הלכות וואס מען לערנט אין די יארען און ממילא פאלט ער ארויס פון די לימודים און ער ווערט די ליידיגייער און חדר און עס העלפט נישט אז ביי די בר מצווה הערט ער אויף צו זינגען ער קומט אהן אין ישיבה קטנה ווי א ליידיגע שטרוי זאק

ממילא האלט איך אז כאטשיק איך האב ב''ה א פאר קינדער וואס קענען שיין זינגען זיי ואלטן זיך ראויג געקענט פארמעסטן מיט די אלע ילד הפלא'ס וואלט איך זיי קיינמאל נישט געלאזט ווערן זינגערס
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אייוועלט האט שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע אשכול.

די אינטרעסאנטע זאך איז אז מען האלט שוין פינעף בלעטער פון תגובות אויף הרב קליין'ס מאמר און דערווייל דינגט זיך קיינער נישט..

ווייזט אויס אז די עלטערן פון די זינגענדע'גע קינדער זענען נישט אויף אייוועלט (וועלעכע וועלט יא ווייסיכנישט... )

העלאו האט געשריבן:איך וועל זאגן מיין דעה :

די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן און ווערן זינגערס

שווער צו זאגן אז דאס אליינט איז די טעם (קענסט אפשר עפענן אן אשכול צו דעבאטירן פארוואס עס געשעהט)
אויף אזוי פיל איז זיכער אז די עולם המיוזיק איז די לעצטע פאר יאר געווארען זייער ריסקי און שעדליך
ווי הרב קעפעטש ריפט עס א סיילענט קיללער וואס דרייט זיך במחננינו
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

פראצעדור האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אייוועלט האט שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע אשכול.

די אינטרעסאנטע זאך איז אז מען האלט שוין פינעף בלעטער פון תגובות אויף הרב קליין'ס מאמר און דערווייל דינגט זיך קיינער נישט..

ווייזט אויס אז די עלטערן פון די זינגענדע'גע קינדער זענען נישט אויף אייוועלט (וועלעכע וועלט יא ווייסיכנישט... )

ווייזט אויס אז די עלטערן פון די זינגענדיגע קינדער האלטן נאך מער אזוי...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יוסף פראמאוויטש האט געשריבן:רבותי איך האב אסאך צו זאגן וועגן די נושא וואס מ'איז פארפארן צו, אבער איך מיין אז מ'זאל פארדעם מאכן אן עקסטרען אשכול, דא איז נישט די פלאץ פאר דעם,
לאמיר צוריקגיין צום פריערדיגן שמועס,
א איד האט מיר היינט פארציילט, וועגן עמית ליסטוואנד, וואס איינער האט שוין פריער ערווענט, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז ס'איז אמאל געוועהן א באשרייבונג מיט ילדי פלא,
אין איינע פון די אויסגאבן, און עמית ליסטוואנד שרייבט דארט אז ער איז געוועהן אין א דיפרעסיע ווען ער האט פארלוירן זיין שטימע, דאס איז איינס, און צוויי ער האט געשריבן דארט אז ער האט שוין געוואוסט ביי די פופצן וואס מענטשן פון די ניינציג ווייסן נישט, אין די פאלשקייט פון די וועלט,
און מאידך גיסא שרייבט דארט אהרן הלוי, אז ווען די סידי ווי ער האט געזינגען זענען ארויסגעקומען איז ער שוין געוועהן א בחור אין ישיבה, און וויבאלד ס'איז געוועהן אן קיין פירסום, און נאר אין א סטודיאוי, האבן נישט נאר טויזענטער אידן הנאה געהאט, נאר ער פלעגט אליינ'ס הנאה זיך צו הערן אויף די גאסן אין ירושלים, נאכדערצו ווען מענטשן האבן געהאלטן און איין פרעגן ווער איז דער אהרן הלוי, וואס ס'איז ניטאמאל זיין עכטע נאמען,
די פוינט איז קלאר, ס'איז דא א וועג וויאזוי צו טוען זאכן ריכטיג, ס'איז אפשר ווייניגער קאלערפול, און ווייניגער כבוד אויפן מאמענט, אבער זיכער אויפן צוקונפט האט עס א ווייטגרייכענדדער אפעקט,
רבותי מיט שרייבן נעגעטיוו, וועט מען נישט אינערגעץ אנקומען, זאל דער עולם שרייבן עצות און גוטע מעשות וויאזוי אידן האבן אויסגענוצט, אדער געגעבן פאר זייערע קינדער אדער תלמידים, א שאנס אויסצוניצן טאלאנטן, אז אויב א טאטע וואס האט געטראפן זיין קינד'ס טאלאנט, און ער האט צווייפלען וויאזוי און וואס צו טוען דערמיט, זאל ער באקומען גוטע ערליכע רעיונות, און קענען טוען צו דער זאך

יעדער איז מיט אייך אז 'מדארף לאזן ארויסגעבן טעלאנט
און איך בין אויך מיט דיר אז אויף א סידי מיט א ניק נאמען (ווי לשמל אהרן הלוי ווי איר האט דערמאנט) איז די בעסטע מהלך.
לעצט פארראכטן דורך eller אום פרייטאג יוני 15, 2018 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

העלאו האט געשריבן:די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן נא איז דאך ממילא אז כ''ש אז קינדער קענען ח''ו אפפארען וועגן דעהם

די פשט פון דעם איז, וויבאלד די אלע זינגערס ווילן אפיעלן צו גרויסע וועלט, און זיי האלטן אז נאר מיטן זיך צושטעלן צו זיי וועלן זיי ווערן אויפגעפיקט. און מזעהט טאקע אז די זינגערס וואס ווייסן ביי זיך אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן פאר די גרויסע וועלט בלייבן טאקע מער אין שעיפ.

אגב. די אלע זינגערס וואס טוישן זיך כלומרשט צוליב די אויבנדערמאנטע סבה, טוישן זיך נאר זייער חיצוניות, ווידעראום זייער פנימיות בלייבט די זעלבע ווי ביז דאן, דהיינו: זייער נישט גוט..... ודי בזה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקן »

נשמת השכל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן נא איז דאך ממילא אז כ''ש אז קינדער קענען ח''ו אפפארען וועגן דעהם

די פשט פון דעם איז, וויבאלד די אלע זינגערס ווילן אפיעלן צו גרויסע וועלט, און זיי האלטן אז נאר מיטן זיך צושטעלן צו זיי וועלן זיי ווערן אויפגעפיקט. און מזעהט טאקע אז די זינגערס וואס ווייסן ביי זיך אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן פאר די גרויסע וועלט בלייבן טאקע מער אין שעיפ.

אגב. די אלע זינגערס וואס טוישן זיך כלומרשט צוליב די אויבנדערמאנטע סבה, טוישן זיך נאר זייער חיצוניות, ווידעראום זייער פנימיות בלייבט די זעלבע ווי ביז דאן, דהיינו: זייער נישט גוט..... ודי בזה.

אין די מאמענט די וואך איז דא גאנץ אן אינטערעסאנטע שמועס מיט ר׳ עמרם אקער איבער די גאנצע נושא וועגן זינגען ביי חתונות.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זאקן האט געשריבן:אין די מאמענט די וואך איז דא גאנץ אן אינטערעסאנטע שמועס מיט ר׳ עמרם אקער איבער די גאנצע נושא וועגן זינגען ביי חתונות.

וואס איז די נקודה?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יוסף פראמאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פראמאוויטש »

eller האט געשריבן:
יוסף פראמאוויטש האט געשריבן:רבותי איך האב אסאך צו זאגן וועגן די נושא וואס מ'איז פארפארן צו, אבער איך מיין אז מ'זאל פארדעם מאכן אן עקסטרען אשכול, דא איז נישט די פלאץ פאר דעם,
לאמיר צוריקגיין צום פריערדיגן שמועס,
א איד האט מיר היינט פארציילט, וועגן עמית ליסטוואנד, וואס איינער האט שוין פריער ערווענט, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז ס'איז אמאל געוועהן א באשרייבונג מיט ילדי פלא,
אין איינע פון די אויסגאבן, און עמית ליסטוואנד שרייבט דארט אז ער איז געוועהן אין א דיפרעסיע ווען ער האט פארלוירן זיין שטימע, דאס איז איינס, און צוויי ער האט געשריבן דארט אז ער האט שוין געוואוסט ביי די פופצן וואס מענטשן פון די ניינציג ווייסן נישט, אין די פאלשקייט פון די וועלט,
און מאידך גיסא שרייבט דארט אהרן הלוי, אז ווען די סידי ווי ער האט געזינגען זענען ארויסגעקומען איז ער שוין געוועהן א בחור אין ישיבה, און וויבאלד ס'איז געוועהן אן קיין פירסום, און נאר אין א סטודיאוי, האבן נישט נאר טויזענטער אידן הנאה געהאט, נאר ער פלעגט אליינ'ס הנאה זיך צו הערן אויף די גאסן אין ירושלים, נאכדערצו ווען מענטשן האבן געהאלטן און איין פרעגן ווער איז דער אהרן הלוי, וואס ס'איז ניטאמאל זיין עכטע נאמען,
די פוינט איז קלאר, ס'איז דא א וועג וויאזוי צו טוען זאכן ריכטיג, ס'איז אפשר ווייניגער קאלערפול, און ווייניגער כבוד אויפן מאמענט, אבער זיכער אויפן צוקונפט האט עס א ווייטגרייכענדדער אפעקט,
רבותי מיט שרייבן נעגעטיוו, וועט מען נישט אינערגעץ אנקומען, זאל דער עולם שרייבן עצות און גוטע מעשות וויאזוי אידן האבן אויסגענוצט, אדער געגעבן פאר זייערע קינדער אדער תלמידים, א שאנס אויסצוניצן טאלאנטן, אז אויב א טאטע וואס האט געטראפן זיין קינד'ס טאלאנט, און ער האט צווייפלען וויאזוי און וואס צו טוען דערמיט, זאל ער באקומען גוטע ערליכע רעיונות, און קענען טוען צו דער זאך

יעדער איז מיט אייך אז 'מדארף לאזן ארויסגעבן טעלאנט
און איך בין אויך מיט דיר אז אויף א סידי מיט א ניק נאמען (ווי לשמל אהרן הלוי ווי איר האט דערמאנט) איז די בעסטע מהלך.
אגב דערציילט איבער אייער עקספעריענס פון שיר ושבח כאר, זענען די אלע טענות דא געווען אקטיוו ביי דיינע קינדער ? און ווי שטארק איז די חילוק צווישן א ילד הפלא מיט א אינגל וואס זינגט לייוו אין א כאר ?

איך וויל אייך נאר מוסר מודעה זיין אז די נאמען פון מיין קינדער קווייער איז "פרחי יפה"
שיר ושבח איז מיין חשובע ידיד חיים מאיר פליגמאן,
און אז איך האב שוין די פעדער אין די האנט "(איך ווייס נישט אויב איך מעג, אבער איך וועל עניוועיס)
אז איך קום יעצט ארויס מיט נייע "יפה פלעשל קארד'ס" אויף תרי"ג מצות,
ס'וועט זיין אין די געשעפטן נעקסטע וואך,
צוריק צום נושא
איך האב אמאל געפרעגט א ערליכע מורה הוראה, וועגן די נושא, צו איך מעג עפענען א לייוו קינדער קווייער,
די תשובה איז געוועהן, אז אויב א טאטע מאמע זענען משוגע גענוג צו לאזן, און פארלאנגען עס, פארוואס זאלסטו נישט מאכן פרנסה דערפון,
אבער מיין הארץ האט מיך נישט געלאזט, אלס יארן זיין אין חינוך, קען איך ביזדערוויל מיך עס נישט זעהן טוען
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אייוועלט האט שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע אשכול.

אגרי!

א דאנק אייך ר' יואל!

אוי וויי טאטע האט געשריבן:ממש נישט געגלייבט אז אין די מוזיק אינדוסטרי איז נאך דא אזעלכע יונגעלייט מיט אזא שכל הישר, לא אלמן ישראל!

אבער ליידער ליידער ווערט עס יעדן פארבייגייענדן טאג ווייניגער און ווייניגער! ר' יואל ני"ו איז נאך פארבליבן פון די יחידי סגולה!
ר' יואל ני"ו אפשר טאקע איז שוין די העכסטע צייט זיך צוזאם צונעמען צו דורך אייוועלט, אדער דורך אנדערע וועגן, און אונטער נעמען עפעס זאכליכע פעולות אז די יונגווארג וואס צוהט צו די מוזיק אינדוסטרי זאל קענען בלייבן כאטש "עפעס נארמאל"!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ברענגען אַווערנעס - אויפוואכונג, איז נומער 1.
נאכדעם געשעהן שוין זאכן פון זיך אליין
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זאקן האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן נא איז דאך ממילא אז כ''ש אז קינדער קענען ח''ו אפפארען וועגן דעהם

די פשט פון דעם איז, וויבאלד די אלע זינגערס ווילן אפיעלן צו גרויסע וועלט, און זיי האלטן אז נאר מיטן זיך צושטעלן צו זיי וועלן זיי ווערן אויפגעפיקט. און מזעהט טאקע אז די זינגערס וואס ווייסן ביי זיך אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן פאר די גרויסע וועלט בלייבן טאקע מער אין שעיפ.

אגב. די אלע זינגערס וואס טוישן זיך כלומרשט צוליב די אויבנדערמאנטע סבה, טוישן זיך נאר זייער חיצוניות, ווידעראום זייער פנימיות בלייבט די זעלבע ווי ביז דאן, דהיינו: זייער נישט גוט..... ודי בזה.

אין די מאמענט די וואך איז דא גאנץ אן אינטערעסאנטע שמועס מיט ר׳ עמרם אקער איבער די גאנצע נושא וועגן זינגען ביי חתונות.

די מערסטע אינטערעסאנט איז אז די זינגערס אזוי ווי מרדכי בן דוד הייבן אהן די לעצטע פאר יאר נאר צו זינגען מיט די חסידישע הברה וייל זיי טעהנען אז ביי די היימישע עולם מאכט מען מער געלט און דוקא די היימישע זינגערס זינגען מער אין מער מי די מאדערנע הברה און ענגלישע ניגונים וייל זי מיינען אז דארט וועל זיי מאכען מער געלט
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

wow אזא שווארץ בילד אראפ געלייגט דא
ר' יואל איהר זענט דאך געוועהן פון די ביגניערס יעצט האסטו טענת אז סאיז געגאנגען ווייטער
די פריעדיגע האבן געהאט טענות אויף דיר אויך
דו האסט איין געזעהן אז ספעהלט זיך אויס אין געמאכט א ביזנעס דערפון יעצט זעהט איינער אנדערש אז עפעס אנדערש פעהלט זיך אויס אין מאכט א ביזנעס דערפון
די וועלט איז אנדערש צו עטס ווילטס איא צו נישט גיי שריי אויף מוזיק יעצט, איהר זענט סטאק אין די ניינציגער יארן, מוזיק ליין איז א ביזנעס מענטשן לעבען פון דעים ער איז א טאלאנטפולער מענטש, גרעפיקס איז אמאל געוועהן א שיינע פרעים דעטס איט, הכל לפי הזמן די גרויסע Toys are us איז געגאנגען באנקראט ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די היינטיגע פארלאנג די זעלבע איז מיט דו אלע זינגערס דאס איז וואס די עולם פארלאנגט דאס איז זייער ביזנעס זאגסטו אז זיי מאכן א בעסערע דזאב ווי די שפילערס אין ברענדינג סא זיי זענען די זאך טאבעד זאל די שפילער מאכן ברענדינג אפשר קוקסטו וואס זיי טוהן יא, דו ווייסט וויפיהל פון דעי זינגערס לכבוד זיי איז דא מחיצות אויף די חתונה נאכט, געהאקט א קאפ, וויפיהל פראצענט פון זיי די היימישע זינגערס שטיצן די בארד ניטאמאל צוויי פראצענט יא גרויסע סילעבערטיס פולע בארד אין פיאות אן נעמען
האט עס אן עפעקט אויף די קינדער? זיכער נישט ווי אמאל. אויב דו כאפסט האט מען דא אראפ געברענגט דריי ילד הפלע וואס האבן אנגעהאלטן פאר א שיינע פאר יאר סא יא דעמאלטס איז עס געוועהן א זאך אין געהאט סאך א גרעסערע עפעקט
היינט וואס איז שוין א ילד הפלע יעדע שיעור האט זיבן קינדער וואס קענען זינגען סאיז נישט אזא גרויסע זאך
דעי טאטעס אין די מנהלים ווייסן נאך אזוי פוהל אין נאך בעסער ווי אינז דא ווי פיהל דעי קינדער האלטן יא אדער נישט מיט אין חדר... אין דו קענסט זיין רהאיג אז זיי האבן גדרים
דעי קינדער זענען ביים חופה אין אפשר סעודה מעקס
אין זינגן שיינע ווארעמע יודישע נגונים
סא מיין ענטפער צו דיין קשיא
זאל יעדע טאטע וואס זיין קינד קען זינגן שיקן אויף חתונות? ניין.
אז א קינד "לעבט" אין ניגינה אין קען אנווארעמען יודן אין ער שטרעבט פארדעים? יא מיט גדרים אין עקסטערע חינוך אין די זייט.

איך טו מיך אן די בלעכענע הויזן
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

אין בן דוד איז געווארן אויסגעהאלטן ווען ער האט תשובה געטוהן אין צירוק געגעבן געלט פאר יעדער וואס ברענגט איהם צירוק די אלטע סידיס
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4041
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:wow אזא שווארץ בילד אראפ געלייגט דא
ר' יואל איהר זענט דאך געוועהן פון די ביגניערס יעצט האסטו טענת אז סאיז געגאנגען ווייטער
די פריעדיגע האבן געהאט טענות אויף דיר אויך
דו האסט איין געזעהן אז ספעהלט זיך אויס אין געמאכט א ביזנעס דערפון יעצט זעהט איינער אנדערש אז עפעס אנדערש פעהלט זיך אויס אין מאכט א ביזנעס דערפון
די וועלט איז אנדערש צו עטס ווילטס איא צו נישט גיי שריי אויף מוזיק יעצט, איהר זענט סטאק אין די ניינציגער יארן, מוזיק ליין איז א ביזנעס מענטשן לעבען פון דעים ער איז א טאלאנטפולער מענטש, גרעפיקס איז אמאל געוועהן א שיינע פרעים דעטס איט, הכל לפי הזמן די גרויסע Toys are us איז געגאנגען באנקראט ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די היינטיגע פארלאנג די זעלבע איז מיט דו אלע זינגערס דאס איז וואס די עולם פארלאנגט דאס איז זייער ביזנעס זאגסטו אז זיי מאכן א בעסערע דזאב ווי די שפילערס אין ברענדינג סא זיי זענען די זאך טאבעד זאל די שפילער מאכן ברענדינג אפשר קוקסטו וואס זיי טוהן יא, דו ווייסט וויפיהל פון דעי זינגערס לכבוד זיי איז דא מחיצות אויף די חתונה נאכט, געהאקט א קאפ, וויפיהל פראצענט פון זיי די היימישע זינגערס שטיצן די בארד ניטאמאל צוויי פראצענט יא גרויסע סילעבערטיס פולע בארד אין פיאות אן נעמען
האט עס אן עפעקט אויף די קינדער? זיכער נישט ווי אמאל. אויב דו כאפסט האט מען דא אראפ געברענגט דריי ילד הפלע וואס האבן אנגעהאלטן פאר א שיינע פאר יאר סא יא דעמאלטס איז עס געוועהן א זאך אין געהאט סאך א גרעסערע עפעקט
היינט וואס איז שוין א ילד הפלע יעדע שיעור האט זיבן קינדער וואס קענען זינגען סאיז נישט אזא גרויסע זאך
דעי טאטעס אין די מנהלים ווייסן נאך אזוי פוהל אין נאך בעסער ווי אינז דא ווי פיהל דעי קינדער האלטן יא אדער נישט מיט אין חדר... אין דו קענסט זיין רהאיג אז זיי האבן גדרים
דעי קינדער זענען ביים חופה אין אפשר סעודה מעקס
אין זינגן שיינע ווארעמע יודישע נגונים
סא מיין ענטפער צו דיין קשיא
זאל יעדע טאטע וואס זיין קינד קען זינגן שיקן אויף חתונות? ניין.
אז א קינד "לעבט" אין ניגינה אין קען אנווארעמען יודן אין ער שטרעבט פארדעים? יא מיט גדרים אין עקסטערע חינוך אין די זייט.

איך טו מיך אן די בלעכענע הויזן

אונז זעמער אידישע קינדער וואס דארפען קוקן אויף א תורה'דיגער מהלך און דערנאך קען מען רעדן פון ביזנעס. פונקטליך וויאזוי די האסט יעצט געשריבן האבן די משכילים בכל הדורות געשריגן.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”