איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:33 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


הא? ער זינגט די משניות?


איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן אבער סגייט שוין נישט
איהר זאלט מיר מוחל זיין אבער אויב ווייסט דיין קינד אז ער האט א טאלאנט איצטעט אז ער קען זינגן אין איהר מאכט איהם זינגן משניות אויסענווענדיג
הייבט אן יעצט אוועק צו לייגן געלט פאר די טערעפי מחנכים אין נאך...

פארוואס?
ער וועט סך הכל זיין אזוי ווי אלע פון אונז, שרייבן אויף אייועלט

די האסט דען א טאלאנט פון זינגען? די האסט א טאלאנט פון שרייבן און טאקע דערפאר האסטו הנאה פון אייוועלט און זיך איינגעשריבן....

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:41 pm

אפילו פאר א יונגערמאן איז ריסקי די מיזוק ליין. כ׳׳ש א קינד.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:55 pm

איידיעס פאר קינדער וואס קענען זינגען, און זיכן ווי עס אויסצוגעבן
קויף אים א רעקארדער און ער זאל אריינגיין אין א שטוב אראפזינגען ניגונים פאר א שטיק צייט יעדע וואך.
ענקארידשן צו זינגען לכה דודי מיט אנדערע ניגונים בשעת התפילה.
אים געבן דעם כיבוד שבת ביים טיש פאר א שטיקל זמירות, אדער אידישע ניגון, וואס ער אליין גרייט זיך אן לכבוד שבת.
גיין צו די זיידע באבע פאר א מלוה מלכה און זינגען עטליכע ניגונים,
ביי א נאנטער קרוב שמחה נעמען די מייק בשעת די סעודה פאר א ניגון צוויי.
אויב וויל מען צאלן געלט:
נעמען איינעם זאל אים אויסלערנען נאטן
באצאלן פאר א סטודיאו פאר א שעה צוויי, ער זינגט און מען שפילט אים צו וואן מען בענד סטייל מיוזיק. ער גייט אהיים מיט א אייגענע סידי. (בדרך אגב מענטשן טוהן דאס גאנץ אסאך פאר זייערע קינדער)
איינער זאל אים גיבן פּיאנאו לעקציעס (אויב ער קען אויך שפילן) ווי אזוי מען שפילט פּיאנאו/פּיאניסט.
וכדומה.
איך פרעזענליך האלט נישט פון אויסלערנען א קינד גיטאר, און ווערן א קאלבאך פען. אבער זיך לערנען פידל, דאס יא. א פידל איז אן איידעלע אינסטרומענט. אלע אנדערע פייפערס ברויך מען דן זיין לפי המצב.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:35 pm

עס איז שווער צו ענפערן אזא שאלה אין דשענעראל פארמאט, עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס.

עס איז זיכער א סכנה, והא ראי'
1) קוק ביי גוים וואס רוב פראבלעם'ן וואס דו רעכנסט אויס גייט נישט אן, און רויב סעלעברעטיס ענדיגן נישט גוט, און האבן אין בעסטען פאל א מיזרעבל לייף פאר זיך און משפחה.
2) אז עלטערע זינגער קענען נישט האנדן אביסל אטענשן, און מוזן זיך נעמען צו די גלעזער אינדוסטרי, און צו די בערד וכד', מה יעשה הבן...

עס האט אבער אסאך צו טון וויאזוי "זינגען" און "העלדן " ווערן אנגעקוקט אינדעהיים, און א שטוב וואס תורה איז חשוב, און דיינים און רבנים איז די שאיפה מיט וואס מ'לעבט און מ'וואקסט אויף, און דער טאטע וואס זינגט אויך גוט ווי דו זאגסט נוצט עס צום גוטן, מאכט נישט דערפון קיין בראטל, און ווייזט כסדר אז חשוב איז ערליכקייט, און זינגען איז פשוט געשמאק, און א מתנה פון הימל צו נוצן ווי מ'דארף, שאדט עס נישט געווענליך.

מ'דארף זיכער מאכן די גאנצע צייט אז דער זון נוצט עס טאקע גוט, און עס שטערט נישט פון לערנען, אבער בעצם די זאך אז מ'קען זינגען, אדער אז מ'גייט אין סטודיא, וואס אן א שיעור קווייער'ס עקזעסטירן שוין היינט, און איז נישט אזוי גרויסע גדולה, איז נישט געפערליך.

עס איז דא אסאך ילד הפלא'ס וואס זענען שיין אויפגעוואקסן, ביי זיי אין שטוב אין מערסטנעס פאל האט מען נישט ארויסגעהויבן זיין סטאטוס אלץ דער גרויסער זינגער, וואס דארף געבן אינטערוויאס יעצט, נאר פשוט א קליינע אינטערטעמענט וואס דער טאטע קען באשטיין ער זאל טון און הנאה האבן.

און אסאך אסאך מער האבן געזינגן אויף טעיפס קווייערס אד"ג און עס האט "גארנישט" געשאט, מ'דארף פשוט וויסן ווי איין און ווי אויס.

איך למשל שטופ נישט מיין זון אין ערגעץ, כאטש ער האט ילד הפלא קוואלעפיקאציעס, אבער איך לאז אויף אויסגעהאלטענע זאכן ווי איך זע נישט שטער צו מיינע פרינציפן.

ווייזן פאר א קינד ווי חשוב ער איז יעצט מיטן זינגען, און ארויסהייבן די סטאטוס, אים געבן סעלעברעטי פאער אלץ קינד, קען האבן שווערע נאכפאלגן סיי אויב ער בלייבט מיט די קול, און סיי אז ער פארלירט עס.

עס איז אויך היינט א שטארקע טעראפי פאר קינדער וואס דארפן א שטופ, און עס העלפט אסאך, במילא איז שווער צו רעדן אויף א פאבליק פארמאט, ווי אנגעהויבן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:53 pm

farshlufen האט געשריבן:יואלי, איך גיב דיר גערעכט, א באזונדער דאנק פארן דאס ארויסשרייבן ברבים.

תחזקנה ידיכם, שרייבט ווי אן איידעלער ערליכער אינגערמאן.

זאל ער קומען האט געשריבן:עס איז שווער צו ענפערן אזא שאלה אין דשענעראל פארמאט, עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס.

עס איז זיכער א סכנה, והא ראי'...
...

וועגען די סכנות הייניטיגע טעג, דארף מען נישט מיין מיינונג; אנדערע אנהויבענדיג מיט דער פותח האשכול האבען עס גוט ארויס געברענגט.

וויל נאר אריין ווארפען וואס איך האב צו געזעהן אלץ קינד (מער פון 40-45 יאר צוריק); אז א קינד אין חדר וואס האט אויסערגעווענליך געקענט זינגען און מען האט אים געוואלט ניצען צו זינגען אויף א רעקארד (יא וואס מען שפילט אויך א רעקארד פלעיאר) מיט אנדערע קינדער אין זיין חדר; אבער זיין טאטע האט אים צוריק געהאלטען. קוקענדיג אויף צוריק מיין איך אז עס האט אים געשאט, און הלוואי וואלט מען אים יא גענומען. ער איז געווארען אראפ געקלאפט (פון דעם און אנדערע זאכען אויך) און פארלוירען זיין זעלבסט ווירדע. ער וואלט לכאורה א סאך געזונטער אויס געוואקסען אויב ער וואלט דענמאלט געזינגען.

נאכאמאל איך רעד נישט פון היינטיגע צייטען וואס איז א סאך מער קאמפליצירט און א סאך מער מסוכן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:27 pm

farshlufen האט געשריבן:יואלי, איך גיב דיר גערעכט, א באזונדער דאנק פארן דאס ארויסשרייבן ברבים.

תחזקנה ידיכם, שרייבט ווי אן איידעלער ערליכער אינגערמאן.


סאט מיך שוין לאנג געעגבערט.........

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:47 pm

זאלער, דיין זוהן האט ילד הפלא קוואליפיקאציעס? דו ווייסט וואס מיין מיינונג איז בנוגע דעם ״פלא״ ווארט, יא?!

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:52 pm

הרב יואל קליין האט געשריבן:זאלער, דיין זוהן האט ילד הפלא קוואליפיקאציעס? דו ווייסט וואס מיין מיינונג איז בנוגע דעם ״פלא״ ווארט, יא?!

פארשטייט זיך אז איך רעד פון די ווארט וואס דער עולם נוצט...
און איך בין נישט אין די שמועס דא... כ'נוץ עס נאר אלץ משל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:56 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:עס איז שווער צו ענפערן אזא שאלה אין דשענעראל פארמאט, עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס.

עס איז זיכער א סכנה, והא ראי'
1) קוק ביי גוים וואס רוב פראבלעם'ן וואס דו רעכנסט אויס גייט נישט אן, און רויב סעלעברעטיס ענדיגן נישט גוט, און האבן אין בעסטען פאל א מיזרעבל לייף פאר זיך און משפחה.
2) אז עלטערע זינגער קענען נישט האנדן אביסל אטענשן, און מוזן זיך נעמען צו די גלעזער אינדוסטרי, און צו די בערד וכד', מה יעשה הבן...

עס האט אבער אסאך צו טון וויאזוי "זינגען" און "העלדן " ווערן אנגעקוקט אינדעהיים, און א שטוב וואס תורה איז חשוב, און דיינים און רבנים איז די שאיפה מיט וואס מ'לעבט און מ'וואקסט אויף, און דער טאטע וואס זינגט אויך גוט ווי דו זאגסט נוצט עס צום גוטן, מאכט נישט דערפון קיין בראטל, און ווייזט כסדר אז חשוב איז ערליכקייט, און זינגען איז פשוט געשמאק, און א מתנה פון הימל צו נוצן ווי מ'דארף, שאדט עס נישט געווענליך.

מ'דארף זיכער מאכן די גאנצע צייט אז דער זון נוצט עס טאקע גוט, און עס שטערט נישט פון לערנען, אבער בעצם די זאך אז מ'קען זינגען, אדער אז מ'גייט אין סטודיא, וואס אן א שיעור קווייער'ס עקזעסטירן שוין היינט, און איז נישט אזוי גרויסע גדולה, איז נישט געפערליך.

עס איז דא אסאך ילד הפלא'ס וואס זענען שיין אויפגעוואקסן, ביי זיי אין שטוב אין מערסטנעס פאל האט מען נישט ארויסגעהויבן זיין סטאטוס אלץ דער גרויסער זינגער, וואס דארף געבן אינטערוויאס יעצט, נאר פשוט א קליינע אינטערטעמענט וואס דער טאטע קען באשטיין ער זאל טון און הנאה האבן.

און אסאך אסאך מער האבן געזינגן אויף טעיפס קווייערס אד"ג און עס האט "גארנישט" געשאט, מ'דארף פשוט וויסן ווי איין און ווי אויס.

איך למשל שטופ נישט מיין זון אין ערגעץ, כאטש ער האט ילד הפלא קוואלעפיקאציעס, אבער איך לאז אויף אויסגעהאלטענע זאכן ווי איך זע נישט שטער צו מיינע פרינציפן.

ווייזן פאר א קינד ווי חשוב ער איז יעצט מיטן זינגען, און ארויסהייבן די סטאטוס, אים געבן סעלעברעטי פאער אלץ קינד, קען האבן שווערע נאכפאלגן סיי אויב ער בלייבט מיט די קול, און סיי אז ער פארלירט עס.

עס איז אויך היינט א שטארקע טעראפי פאר קינדער וואס דארפן א שטופ, און עס העלפט אסאך, במילא איז שווער צו רעדן אויף א פאבליק פארמאט, ווי אנגעהויבן.


;l;p-
יעדע ווארט בהשכל ובדעת אמת ויציב!
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:21 pm

יא, ר׳ זאלער ווייסט וואס ער רעדט

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:44 pm

פראצעדור האט געשריבן:אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם

נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה

איר זענט גערעכט יעדעס ווארט ר' "פראצעדור"!
אבער אפשר קענט איר זיך מסביר זיין ווי אזוי איר ארבעט מיט דעם: איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7898
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:46 pm

farshlufen האט געשריבן:יואלי, איך גיב דיר גערעכט, א באזונדער דאנק פארן דאס ארויסשרייבן ברבים.

תחזקנה ידיכם, שרייבט ווי אן איידעלער ערליכער אינגערמאן.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:06 pm

עס ווענד זיך וועלכע קינד און פון וועלכע שטוב

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:12 pm

משה ישר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם

נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה

איר זענט גערעכט יעדעס ווארט ר' "פראצעדור"!
אבער אפשר קענט איר זיך מסביר זיין ווי אזוי איר ארבעט מיט דעם: איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


קודם פראביר איך אינזין צו האבן ביי אנחנו וצאצאנו ווי אויך זאג איך אסאך תפלת השלה און ער איז איינגעשריבן און א משניות פראגראם וואס גיבט אים די שטופ

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:16 pm

איך מיז זאגן דאס הארץ צוגייט מיר ווען איך זעה קינדער קוויערס ביי חתונות צו אפילו ביי משפחה שבע ברכות
איז דאס די וועג ווי די עלטערן זענען מקיים די למען אשר יצוה את בנך וכו' ???
פאר אביסעל עטענשען מיטן תירוץ אז מען בויט די קינדס טעלענטס איז מען גרייט איינצושטעלן די גאנצע עתיד פון א קינד ??
איטס זשאסט נאט נארמאל!

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:25 pm

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:אגב ממנו ילמדו אריינצקומען כאטש מיט 1 ניק מיטן עכטן נאמען

איך מיין אז ער האט זיך דאס געלערנט פון דיר :lol:

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:36 pm

פראצעדור האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם

נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה

איר זענט גערעכט יעדעס ווארט ר' "פראצעדור"!
אבער אפשר קענט איר זיך מסביר זיין ווי אזוי איר ארבעט מיט דעם: איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


קודם פראביר איך אינזין צו האבן ביי אנחנו וצאצאנו ווי אויך זאג איך אסאך תפלת השלה און ער איז איינגעשריבן און א משניות פראגראם וואס גיבט אים די שטופ

כה לחי ר' "פראצעדור"! חזק ואמץ!
איר זאלט זען אמתע אידיש נחת פון אים!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:43 pm

פראצעדור האט געשריבן:איך מיז זאגן דאס הארץ צוגייט מיר ווען איך זעה קינדער קוויערס ביי חתונות צו אפילו ביי משפחה שבע ברכות
איז דאס די וועג ווי די עלטערן זענען מקיים די למען אשר יצוה את בנך וכו' ???
פאר אביסעל עטענשען מיטן תירוץ אז מען בויט די קינדס טעלענטס איז מען גרייט איינצושטעלן די גאנצע עתיד פון א קינד ??
איטס זשאסט נאט נארמאל!

איך פיל די זעלבע!
נישט קיין חילוק ווי הארציג זיי זאלן זיין! בלוטיגט מיר דאס הארץ!
ווי קענען עלטערן זיין אזאנע ר... פאר זייערע קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:44 pm

משה ישר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:איך מיז זאגן דאס הארץ צוגייט מיר ווען איך זעה קינדער קוויערס ביי חתונות צו אפילו ביי משפחה שבע ברכות
איז דאס די וועג ווי די עלטערן זענען מקיים די למען אשר יצוה את בנך וכו' ???
פאר אביסעל עטענשען מיטן תירוץ אז מען בויט די קינדס טעלענטס איז מען גרייט איינצושטעלן די גאנצע עתיד פון א קינד ??
איטס זשאסט נאט נארמאל!

איך פיל די זעלבע!
נישט קיין חילוק ווי הארציג זיי זאלן זיין! בלוטיגט מיר דאס הארץ!
ווי קענען עלטערן זיין אזאנע ר... פאר זייערע קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא!


אינטרעסאנט..

זעהט אויס די אלע טאטעס זענען נישט אויף אייוועלט..
דערווייל נעמט זיך קיינער נישט אן
און מען הערט נישט א צוויטער צד :!:

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:54 pm

א קינד ווערט געבארן מיט א טאלאנט
אין איהר צודריקט דעים טאלאנט מיטן מאכן לערנען משניות אין זאגן תפילות השלה
גייט איהר ליידן פאר דעים יארן שפעטער, איהר טוט אסאך ערגער פון דער טאטע וואס שטעלט זיין קינד אויפן סטעיזש

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג יוני 08, 2018 12:20 am

משה ישר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:איך מיז זאגן דאס הארץ צוגייט מיר ווען איך זעה קינדער קוויערס ביי חתונות צו אפילו ביי משפחה שבע ברכות
איז דאס די וועג ווי די עלטערן זענען מקיים די למען אשר יצוה את בנך וכו' ???
פאר אביסעל עטענשען מיטן תירוץ אז מען בויט די קינדס טעלענטס איז מען גרייט איינצושטעלן די גאנצע עתיד פון א קינד ??
איטס זשאסט נאט נארמאל!

איך פיל די זעלבע!
נישט קיין חילוק ווי הארציג זיי זאלן זיין! בלוטיגט מיר דאס הארץ!
ווי קענען עלטערן זיין אזאנע ר... פאר זייערע קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא!

איך רעד נאר לגבי זינגען אויף א סטעידזש ברבים פאר באצאלט.
זינגען ביי משפחה אדער ביי חברים אדער אפילו ביי א דינער פון זיין אייגענע ת"ת אדער ביהמ"ד איז שוין אינגאנצען אן אנדערע מעשה. און אפילו זינגען אויף א טעיפ. אויב איז עס א עכט חסידישע סביבה האט עס שוין אויך אינגאנצן אן אנדערע השפעה.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » פרייטאג יוני 08, 2018 12:25 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:א קינד ווערט געבארן מיט א טאלאנט
אין איהר צודריקט דעים טאלאנט מיטן מאכן לערנען משניות אין זאגן תפילות השלה
גייט איהר ליידן פאר דעים יארן שפעטער, איהר טוט אסאך ערגער פון דער טאטע וואס שטעלט זיין קינד אויפן סטעיזש

סאו דו האלסט אויך אז די סטעידש איז נישט גוט, נאר איינהאלטן איז נאך ארגער.
כהאב פאר דיר נייעס,
נישט יעדע קינד וואס קען קעריען א טאן און זינגען אויפן ביט איז דאס ביי אים זיין ערשטע טאלאנט ווי ער שפירט ער מוז עס ארויסגעבן. עס זענען דא אסאך קינדער וואס קענען באמת גוט זינגען אבער עס אינטערסירט זיי נישט דעם עסק בכלל. אויב פאר א קינד זיך פארהערן משניות וכדומה בויעט אים אויף, אזוי ווי ר׳ זאלער האט שוין מסביר געווען, דאן האט ער געטרייע עלטערן וואס באצאלן גאר געלט אז ער זאל זיך משלים זיין אין פארהערן! מישן עקאמפלישד!
פארשטייסט?
נישט אייביג איז זינגען די ריכטיגע פעולה צו בויען א קינד! אפילו ער קען זינגען! (און זינגען מיינעך נישט גיין לייוו, נאר אפילו פריוואט)
בתקוה להבן
לעצט פאראכטן דורך הרב יואל קליין אום פרייטאג יוני 08, 2018 12:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג יוני 08, 2018 12:27 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:א קינד ווערט געבארן מיט א טאלאנט
אין איהר צודריקט דעים טאלאנט מיטן מאכן לערנען משניות אין זאגן תפילות השלה
גייט איהר ליידן פאר דעים יארן שפעטער, איהר טוט אסאך ערגער פון דער טאטע וואס שטעלט זיין קינד אויפן סטעיזש

וויאזוי צודריקט משניות און תפילות טאלאנטען? אז ער מאכט אים שטיל ווען ער צוזינגט זיך אדער לאזן אים נישט ארויסגעבן ביי זמירות א.א.וו. צודריקט ער אים.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » פרייטאג יוני 08, 2018 12:29 am

ווער זאגט אז מען מאכט שטיל??

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג יוני 08, 2018 12:33 am

נישט דאס געזאגט. געזאגט אז צודרוקן מיט השפעה אויפן עתיד ווי פאטאצקי טענה'ט, איז נאר וועם מען לאזט ממש נישט זינגן, מאכט חוזק א.א.וו.
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן משי, טאלנער יונגערמאן, ראש חדשים און 17 געסט