בלאט 6 פון 11

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 1:29 pm
דורך האסט נייעס
אהער אין אהין האט געשריבן:וואף ......... דעס איז מוראדיג ..

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 1:54 pm
דורך אין כל חדש
נישט געוואוסט
מאטטי דו ביסט
אין די אייוועלט ליסט

מ'וואלט געמוזט
מינימיזירן די אנטריסט
נישט פויקן מיסט

אזא טאלאנט
איז באקאנט
מ'זעט נישט היינט

עס איז רעלעוואנט
צו זאגן קראנט
אין די העכסטע שטאנד

לענינינו פותחין בשבח, איך ווער משוגע פון מאטי'ס טאלאנט, איינער האט אנגעצייגט אז עס איז די ערשטע מאל מאטי דרייט ווערטער, אבער מיר איז פשוט אז ער האט שוין גענוג געוויזן אויף סטענדערד גראמען, יעצט האט ער געוואלט איבערראשן מיט Art, דאס קינצלען מיט די ווערטער איז שיין ארטיסטיש

אבער עס איז ידוע אז קריטיק איז נאטורליך דא א שטערקערע דראנג ארויסצוגעבן, די זעלבע פאסירט דא.
איך וואלט אבער געוואלט פארשטיין וואס איז פשט איו די לעצטיגע משוגעת אז גראמערס דארפן דעליווערן מעסידזשעס?? (עד כדי כך אז קול מבשר הטא גאר געללייגט א שטארקע דגוש אויפן מעסידזש, ביים כשרונות פראגראם), מעסידזשעס לאזט מען פאר רבנים ומשפיעים, (אדער אנאנים דא אויפן וועלטל...) אוודאי אין דעם היינטיגן יוניווערס קען מען נישט ארויסגעבן א א סי די אן א מעסידזש, אבער פארוואס?? לאמיר צוריקגייין צו צען יאר צוריק, דוכט זיך נשמה פלאם איז געווען בלויז סיפורים אן קיין שום מעסידזש

ווי געווענליך
קריטיק און ענליך
נעמטס נישט פערזענליך

ווערטער וועל-איך
מאטי איז מלך
בכל פלך ופלך

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 6:14 pm
דורך eller
זייער זייער שיינע גראמען
אבער למעשה מעג מען אויף א פאבליק פלאץ ארויפקומען און זאגן קאמענטארן (פונקט ווי אויף יוא טוב..)
און יא די עולם מעג ארויסגעבן זייער געפילן און ווייטאג אז אפילו די סידי איז אויסערגעווענליך שיין, האט עס אבער נישט די אידישע חן.. פארשטייסט פונקטליך וואס כ'מיין, ס'איז נישט וואס כ'האב גערעכענט אז ס'גייט זיין, און כ'האב פון דעם פיין, ווען איך אליין, פלעג שטענדיג פאר מאטי גיין, און יעצט איז עס היבש געמיין.....
ביז יעצט איז מאטי געווען פון מיין פעיווערד און יעצט איז ער אראפ א לעוואל.
און יא זאל ער (דו ? !) דערהערן אז די עולם דארף ווארימע חסידישע סחורה און טאקע פון אזוינע געלונגענע ווי דיר מאטי, און נישט טרייען צו פארן מער לינקס.
עללער און נאמען פון אסאך אנדערע (עס שוין געהערט פון גאר אסאך חבירים)

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 7:08 pm
דורך וואס הערט זיך
קודם א קאמפלימענט די סידי איז זייער שיין (יא איך האב עס געקויפט)
עטליכע הערליכע ניגונים
אבער די ערשטע סידי מחשבות האט דאך געהאט אזא אידישן טעם
פארוואס אוועק גיין דערפון ??
עס האט מיר שטארק געבאדערט געב איך עס דא ארויס

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 7:45 pm
דורך fiena nieas
מיין זון הייסט חיים איך הייס בערל. לאוו איט

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 10:08 pm
דורך נשמת השכל
eller האט געשריבן:זייער זייער שיינע גראמען
אבער למעשה מעג מען אויף א פאבליק פלאץ ארויפקומען און זאגן קאמענטארן (פונקט ווי אויף יוא טוב..)
און יא די עולם מעג ארויסגעבן זייער געפילן און ווייטאג אז אפילו די סידי איז אויסערגעווענליך שיין, האט עס אבער נישט די אידישע חן.. פארשטייסט פונקטליך וואס כ'מיין, ס'איז נישט וואס כ'האב גערעכענט אז ס'גייט זיין, און כ'האב פון דעם פיין, ווען איך אליין, פלעג שטענדיג פאר מאטי גיין, און יעצט איז עס היבש געמיין.....
ביז יעצט איז מאטי געווען פון מיין פעיווערד און יעצט איז ער אראפ א לעוואל.
און יא זאל ער (דו ? !) דערהערן אז די עולם דארף ווארימע חסידישע סחורה און טאקע פון אזוינע געלונגענע ווי דיר מאטי, און נישט טרייען צו פארן מער לינקס.
עללער און נאמען פון אסאך אנדערע (עס שוין געהערט פון גאר אסאך חבירים)

גא"מ

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 10:37 pm
דורך Goodmorning
נשמת השכל האט געשריבן:

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 12:12 am
דורך א. לערנער
שבתי בוים האט געשריבן:פון דעם אשכול זעט אויס ווי ס'איז דא א מצוה חייב אדם לדון את חבירו לכף חוב.
מאטי איז א פיינער איד, ער האט זיכער געמיינט גוט, ער שרייבט א מקור און א ביאור אז מזאל נישט מיינען חלילה אז מיר האבן א השגה אין משה רבינו, קיין דאורייתא האט ער זיכער נישט עובר געווען און אויך נישט קיין דרבנן, סך הכל רעדט מען געפילן ארויף און אראפ, וואס די מצוה פון מעייל זיין פלא במחתא אבי צו אטאקירן, אפשר מעג מען יענעם דן זיין לכף זכות און קוקן פאזיטיוו און נישט אזוי קריטיקל?

גא"מ

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 12:21 am
דורך איסר האטלקי
לגבי דער וואס פרעגט איבער מעסעזשעס פון גראמערס יש ליישב, יעדער איד האט א תפקיד אויפצוטון סיי אויף זיך און סיי משפיע זיין אויף אנדערע כפי שידו מגעת. איינער אין בית המדרש ביים קופקע, איינער ביים פראטעסטירן לש''ש און א דריטער ביים זאגן מוסר פאר די בני בית....

א שרייבער, בדחן, מלחין, ידען, בעל מספר, האבן דעם עבודה אסאך לייכטער, מען קען אויפטון און מחזק זיין אנדערע אידן לעבודת הבורא - אשרי חלקם!! האלטס נישט פון זיין מהלך? הער אויס א צווייטן. וואויל איז אים וואס ער פרובירט אויפצוטון מיט זיין טאלאנט!

נאכמער, א ניגון איז א שטארקע השפעה, אין יעדע ניגון ליגט עפעס, א באהאלטענער מעסעזש, פארוואס זאל עס נישט זיין מיט שטארקע דברי השפעה, חיזוק, מוסר פאר די וואס ווילן אים אויסהערן?

מאטי, חזק ואמץ, עלה והצלך!! משה רבינו האלט זיך קליין פון דיינע מעשים!

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 6:54 pm
דורך נשמת השכל

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 7:23 pm
דורך אין כל חדש
עס באציט זיך צו דורו של שמד אזוי ווי 2טע וועלט קריג

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 7:29 pm
דורך הלשון
אין כל חדש האט געשריבן:עס באציט זיך צו דורו של שמד אזוי ווי 2טע וועלט קריג

מאן יימר, אפשר צו דורו של טעכנעלאגיע...?

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 8:27 pm
דורך וואס עפעס?
לאמיר גיין אביסעל פאזעטיוו
מוטיס שטימע איז הערליך שיין!! אין אוועראל א הערליכע סידע

א טייל נגונים שטארק געגליכענט די אינהאלט מיט די גראמען:
על לבבך
בערל
טאהשער רבי
שעפעלע
און די לעצטע פאהר לעבעדיגע ניגונים זענען אויכעט שיין

א טייל כאפ איך נישט וואס ער וויל , א שטייגער וואו א-ב ניגון ,

היטב איטיב
איז די ווערטער/פסוק א מעסעדש? אדער סתם אזוי וואו א ניגון אויף ויקץ פרעה משנתו ויחלום שנית

די ניגון וואס איך קען ממש נישט פארשטיין איז די שכר לימוד ניגון - וואו א שלעכט הארץ קען א מנהל האבן?!
ניטאמאל די נמשל וויל איך הערן

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 9:42 pm
דורך fiena nieas
און די אויגן מעשה פארשטייסטו יא? דאס איז דיירעקט זיין ציל דיינע אייגעלעך זאלן ווערן נאס וזה הוא

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:55 am
דורך וואס עפעס?
fiena nieas האט געשריבן:און די אויגן מעשה פארשטייסטו יא? דאס איז דיירעקט זיין ציל דיינע אייגעלעך זאלן ווערן נאס וזה הוא

די אויגן מעשה האט א מורא׳דיג מוסר השכל
אז די אויגן איז א פיקדון

די טאהשער מעשה מיט בערל ניגון זענען אויכעט שטארק

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:23 am
דורך ווי זע' מיר
Goodmorning האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זייער זייער שיינע גראמען
אבער למעשה מעג מען אויף א פאבליק פלאץ ארויפקומען און זאגן קאמענטארן (פונקט ווי אויף יוא טוב..)
און יא די עולם מעג ארויסגעבן זייער געפילן און ווייטאג אז אפילו די סידי איז אויסערגעווענליך שיין, האט עס אבער נישט די אידישע חן.. פארשטייסט פונקטליך וואס כ'מיין, ס'איז נישט וואס כ'האב גערעכענט אז ס'גייט זיין, און כ'האב פון דעם פיין, ווען איך אליין, פלעג שטענדיג פאר מאטי גיין, און יעצט איז עס היבש געמיין.....
ביז יעצט איז מאטי געווען פון מיין פעיווערד און יעצט איז ער אראפ א לעוואל.
און יא זאל ער (דו ? !) דערהערן אז די עולם דארף ווארימע חסידישע סחורה און טאקע פון אזוינע געלונגענע ווי דיר מאטי, און נישט טרייען צו פארן מער לינקס.
עללער און נאמען פון אסאך אנדערע (עס שוין געהערט פון גאר אסאך חבירים)

גא"מ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:30 pm
דורך קלוגער
ענדלעך אויכעט געקויפט און געהערט, א הערלעכע ארבעט, טאלענט מיט שטימע ביינעזאמען!

כ'אב אויכעט קליינע קאמענטס, אבער כ'וועל זיי האלטען ביי זיך

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:28 pm
דורך טינט
נישטא וואס צו רעדן דער אינגערמאן האט א גאלדענע שטימע, הגם ער זינגט אביסל צו איינגעהאלטן, צו שטייף - לויט מיין מיינונג, ער קען זיך ווען מער צועפענען ביי די הויכע פעלער, נאר אויף דעם מנהל האב איך געפערליכע טענות, יא כ'פארשטיי, מ'קען נישט מאכן קיין אויסנאם, אבער אזא קעיס?, כ'מיין, וואו איז זיין הארץ? נישט אזוי זענען מיר מחנך אונזערע קינדער,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:49 pm
דורך שטאטסמאן
וואס עפעס? האט געשריבן:[

די אויגן מעשה האט א מורא׳דיג מוסר השכל
אז די אויגן איז א פיקדון

פארשטיי איך נישט ווי די זעסט אזא מוסר השכל אין די ניגון. אפשר קענסטו אביסל מרחיב זיין.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:10 pm
דורך בדרך אפשר
לעניות דעתי איז עס א ערליכע סידי!
די איינציגסטע שייכות וואס די סידי האט מיט ליפא איז די טאלענט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:12 pm
דורך בענקעל
נאר מיט שמחה האט געשריבן:והאיש מרדכי היהודי
...

מייסטער דזשאב. איך שטים צו.

שטאטסמאן האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:[

די אויגן מעשה האט א מורא׳דיג מוסר השכל
אז די אויגן איז א פיקדון

פארשטיי איך נישט ווי די זעסט אזא מוסר השכל אין די ניגון. אפשר קענסטו אביסל מרחיב זיין.

די משל האב איך שוין בעפאר געהערט פון א באקאנטן בעל דרשן. איך געדענק נישט די נאמען אויף די מינוט. די נמשל איז די נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, דער רבש"ע בעהט מען זאל עס אפהיטן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:52 pm
דורך דונש
קלוגער האט געשריבן:כ'אב אויכעט קליינע קאמענטס, אבער כ'וועל זיי האלטען ביי זיך

ממך ילמדו וכן יעשו!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:59 pm
דורך שטאטסמאן
בענקעל האט געשריבן:
פארשטיי איך נישט ווי די זעסט אזא מוסר השכל אין די ניגון. אפשר קענסטו אביסל מרחיב זיין.

די משל האב איך שוין בעפאר געהערט פון א באקאנטן בעל דרשן. איך געדענק נישט די נאמען אויף די מינוט. די נמשל איז די נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, דער רבש"ע בעהט מען זאל עס אפהיטן.[/quote]

שכח.

כ'בין נישט זיכער אז אונז רעד מיר פון די זעלבע ניגון.
איך רעד פון די צווייטע ניגון אויף מחשבות ווי מאטי פארציילט א מעשה פון א קינד וואס האט געהאט א בלינדע מאמע ל"ע. די קינד האט זיך אייביג געשעמט מיט איר מאמע און זיך נישט ליב געהאט צו דרייען מיט די מאמע. נאך די חתונה האט די קינד אפילו אוועק געמאפט פון די מאמע. האט די מאמע איר געשריבן א בריוו און געלאזט וויסן אז באמת איז זי, דאס קינד, געבוירן בלינד, און די מאמע האט איר אוועק געגעבן אירע אייגענע אויגן כדי זי זאל זענען האבן א גוט לעבן.

עד כאן המעשה.

יעצט, צו די מעשה איז אמת, לכאורה נישט, ווייל ס'איז נישט מעגליך במציאות אוועקצוגעבן אויגן. איא? פיין.
מוז מען זאגן אז ס'איז א משל.
איז וואס איז די נמשל? מאטי זאגט אונז נישט.
דארפן מיר אליינס טראכטן. און, לכאורה, קען מען מסביר זיין אויף דעם מיר ווי איין נמשל.
איז דא וואס זאגן אז די נמשל איז, אז די נשמה איז א חלק אלוקי ממעל וואס די באשעפער האט אראפ געשיקט אויף די וועלט און מ'דארף עס אפהיטן.
דערווייל זע איך נישט וואס די נמשל האט מיט די משל. איינער מוז דאס מסביר זיין פוינט פאר א פוינט כדאי כ'זאל פארשטיין. כ'גלייב נישט מאטי האט דאס געמיינט ווייל דאס איז זייער טיף, און רוב עולם האט, לכאורה, נישט דאס געזען אינעם משל.

עוד יש לומר, אז מאטי וויל ארויסברענגען וויפיל עלטערן געבן זיך אוועק פאר די קינדער, און די קינדער אנערקענען עס נישט, און זיי שפייען נאך אפילו אמאל די עלטערן אין פנים אריין רח"ל.

איז אזוי, ס'קען זיין אז מאטי האט געמיינט די ערשטע מהלך; ס'קען זיין אז ער האט געמיינט די צווייטע מהלך; ס'קען גאר זיין אז ער האט געמיינט עפעס א דריטע פשט.
אדער האט ער געזען אז מ'קען פון דעם אזוי סאך ארויסלערנען, האט ער געוואלט אז יעדער איינער זאל אליינס עפעס ארויסנעמען.
אדער האט ער סתם געוואלט פארציילן עפעס אן עמאציאנעלע מעשה אין זיך סתם ארומשפילן מיט די געפילן פונעם עולם. (וואס כ'האב געהערט פון מענטשן אז די מעשה האט זיי געברענגט צו טרערן, און ווען זיי זענען געוואויר געווארן אז די מעשה איז נישט אמת, זענען זיי געווען זייער ברוגז. זעט אויס אז זיי האבן נישט געכאפט אז ס'דארף גאר זיין דא עפעס א מעסעדז.)

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:14 pm
דורך איינס
שטאטסמאן האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:אדער האט ער געזען אז מ'קען פון דעם אזוי סאך ארויסלערנען, האט ער געוואלט אז יעדער איינער זאל אליינס עפעס ארויסנעמען.

אזוי האט ער דעמאלטס געזאגט אויף קול מבשר

(אבער פארשטיי איך נישט וואס מאכסטו אזא גאנצע גמרא רש"י תוספות)

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:15 pm
דורך בענקעל
מיר רעדן יא פון די זעלבע ניגון. די אנהייב פון די משל איז מער די ספייס צו די מעשה.

א שאד איך קען מיך נישט דערמאנען ווער דער בעל דרשן איז. ער העלפט ארויס אסאך מיידלעך וואס זענען ל"ע שוואך אין אידישקייט. ווער עס קען מיר דערמאנען, וועל איך איהם מכיר טובה זיין, איך וויל עס נאכאמאל הערן. ער איז נישט פונעם חסידישן קרייז, אבער א שטארקע פרומער.

ער לייגט עס אראפ אנדערש פון מאטי און מער דראמאטיש וואס ברענגט שטארק ארויס דעם נמשל.