מאטי אילאוויטש - תשע"ח

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

מאטי האט א ערנסטע פראבלעם. אז לעצטע מאל איז די סידי געווען ממש א באמבע, די גאנצע איידיע פון די ניגונים, די צווייטע טרעק, בכל צער וצער, די גראמען ניגון. בקיצור יעדע טרעק איז געווען מורא'דיג קריעטיוו.
יעצט ווען ער קומט ארויס מיט א נייע סידי מוז ער זיין זייער קריעטיוו צו מיטן דעם עולם'ס עקספעקטעישנס.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

שם המפורש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ביים דריטן ניגון "איטיב" אין די PDF, איז ארויסגעשריבן דער הייליגער שם המפורש.

פארוואס? פארוואס? ווער נעמט אחריות?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

ווער נעמט אחריות? איך האף אז נישט מזל מידיע...

בד"וו פאר די שרייבסט קוק פריער, מען האט שוין גערעדט דערפון,
עס איז געשעהן א טעות און פערטיג
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

איבערבליק אויפן סידי תשע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ווען איך האב געהערט אז מאטי אילאוויטש גרייט זיך ארויסצוגעבן א נייע סידי האב איך געמוזט נעמען הארואיגונגס פילן אז איך זאל נישט פלאצן פון ווארטן אויף דעם, ענדליך איז דער סידי שוין געווען אין די געשעפטן צו באקומען און איך בין געלאפן עס קויפן, דער דעקל האט מיר נישט אזוי געכאפט נאר די צוויי ווערטער מאטי אילאוויטש האבן מיר מבטיח געווען אז עס קומט אן אויפרייס.
איך האב זיך באקוועם געמאכט אויפן ריקליינער מיט א פריזינג קאלע און א פרישע פושקע רויטע מארלבארא און אנגעצינדן דעם סידי.

ניגון נומער 1
והאיש משה עניו מאד, איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם טיפן געדאנק אבער נישט פונקטליך ליב געהאט די וועג פון דעם דעליווערי, געווען צו ווילד פאר מיר אבער עס האט דעפענעטלי געפעסט.
ניגון נומער 2
די רייע, א פרישע מאטי ניגון ער זינגט עס אראפ אזוי שיין און פראפעסיאנעל, פאר די וועלכע האבן זיך געדרייט אין טאהש איז עס א שטארקע רימיינדער צום רבין'ס מידות.
ניגון נומער 3
איטיב, א שיינע טאנץ ניגון, איך האב נישט ממש קאנעקטעד דערצו, איך מיין אז קדשינו איז געווען שענער.
ניגון נומער 4
א' ב', איין שטיק הארץ און איין שטיק ארט, הערליך אראפגעזינגען און ווער רעדט נאך פונעם ניגון, א ווארימע טיש ניגון וואס מען קען נוצן ביי סיי וועלכע געלעגנהייט.
ניגון נומער 5
בערל, לויט מיין מיינונג איז עס די שענסטע ניגון פונעם סידי סיי די מעלאדי אוןו סיי די תוכן, די אינטערסאנטע מוזיק אינדערמיט האט מיר דערמאנט פון חיים ישראל'ס "מלך העולם" עס איז הערליך שיין און אראפגעלייגט פרייליך און קאמיש און די ענדינג איז די בעסטע... מיין זון הייסט חיים, איך בין בערל...
ניגון נומער 6
כשה אובד, די קומענדיגע בכל צער וצער וק"ל
ניגון נומער 7
שכר לימוד, די ניגון איז הערליך און די מעשה איז הארצרייסנד, ווער רעדט נאך פון די מוזיק, עס איז הערליך און רייך און מען דערקענט אז עס איז אריינגעגאנגען ארבעט דערין, עס איז א שווערע מעיזשאר ניגון און דאך אזוי הארציג און רייך, די דראמאטישע חלק פון די שווערע שטיקער פיאנא וואס ער ווארפט דארט אריין וואף! ער איז רררייייזזזיייגגג!

דא האלט איך יעצט, העמיר ווייטער אנאליזירן און ארויפלייגן מארגן...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

געהערט דעם סידי עטליכע מאל, זייער בייאנדרוקט, ס'איז הערליך, מלא תוכן.

צוויי שטארקע נקודות וואס מאטי האט דא צוגעשטעלט:
א - א נייע איידיע פון ארויסנעמען שיינע געדאנקן פון מגידים און עס אראפזונגען און א קאסעטע. ס'איז א נייע דערהער, און ס'פאדערט זיך דרייסטקייט, אבער מאטי האט דאס גוט און פיין דעליווערט.
ב - ויותר מזה, זינגען ניגונים אין אונזער שווערע תקופה אבער אלעס אויף א - שטארק פאזעטיוון און זייער ארט-פולן אופן - איז באמת א קונץ. עס ליגט אין דעם א סך 'מחשבה'.
הן צו ברענגן ניגונים מיט א סאך פאזעטיווע 'סחורה', דאס מאכט דעם איד קוקן אויף די זיסקייט אין אונזער תקופה "תשע"ח".
און הן ניגונים פון מיטמאכעניש, אנשטאט עס אראפ זינגען מיט א דיפרעסטן 'מאטיוו', זינגט דאס 'מאטי' מיט תחנונים ולב נשבר, אבער צו די זעלבע צייט מיט האפענונג, אוואו די בעלי מנגנים וחזנים אין אלע צייטן.

מאטי, האסט א געוואלדיגע מתנה, כה לחי.
על מי מנוחות ינהלנו
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

גם אני האב איך שנעל אוועקגעמישט דעם סי די ביים הערן דעם ניגון פון ומשה עניו מאד
איך וויל פרובירן אביסל ארויסברענגן מיינע געפילן
עס הייבט זיך אן מיט די באקאנטע קושיא, וויאזוי האט משה רבינו אדון הנביאים געקענט זיך האלטן דער קלענסטער בזמן וואס ער ווייסט אז נאר ער האט זוכה געווען צו די אלע מדריגות, פה אל פה אדבר, משה קיבל תורה מסיני א.א.וו.
און וואס איז די תירוץ?
אה ער האט געזען אונזער דור!
נעמליך אז ביז תשע"ח האט משה רבינו נישט געזען קיין דור וואס איז העכער נאר אונזער דור
איך מיין אז עס פעלט נישט אויס צו ברענגן מ"מ פון טויזענטע ספרי קודש איבער די שפלות פון אונזער דור

למעשה אבער ברענגט ער דאך א מקור?
ניתי ספר וניחזי..
קיין ספר המאמרים תרע"ט האב איך נישט געקענט אפירקראצן אויף hebrewbooks אבער דאס האב איך יא געפונען
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=333

נו דא זאגט ער דאך מוראדיג קלאר
וראה את נעיצת ההתחלה שבזה דוקא מבחינת פנימי׳ ועצמות אין-סוף
היה בתכלית השכלות (אוצ"ל השפלות) בעצמו מפני היתרון הזה שהם גדולים הרבה ממנו״.
אפגערעדט אז אין אתי יודע עד מה וואס דאס איז בחינת פנימי׳ ועצמות אין-סוף, זאגט ער דאך קלאר מפני היתרון הזה

אחרי ככלות הכל קען איך פארשטיין א איד צולאזט זיך און זאגט עס שטעקט דא השכ...
עס באדערט אים, זאגט ער וואס ער האט צוזאגן, די וועלט ענדיגט זיך נישט, ער האט קיינעם נישט וויי געטון סל הכל ארויסגעברענגט זיינע געפילן
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

וויכי ביסט דא?

מילא ווען אונז פשוטע פליישעלעך בעטן א רעוויו, נו שוין. אבער אז חנוך'ל בעט איז שוין אנאנדערע מעשה..
חנוך גרינבערגער אינעם מאמענט אויסגאבע האט געשריבן:
"כ'בין דערווייל א שרייבער און כ'קען פרובירן זאגן הגהות אויף שריפט, ליריקס און גראפיקס, אבער אין די אלע מוזיק טערמינען בין איך נישט אזוי באהאוונט, דאס וועל איך איבערלאזן פאר די מוזיקאלישע וויכטיג מאכער וואס פארשטייען בעסער.."
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אודיע צערי לרבים. איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף די סידי נאכן מורא'דיג הנאה האבן פון זיין ערשטע "מחשבות" סידי. (אויסער די משה-רבינו-לעק-אוף-סעלף-קאנפידענס ניגון).

די נייע סידי אבער שמעקט כל כולו שמעלצער סטייל. און אפילו די הארציגע ניגונים אויף דעם סידי האבן די אומ-בא'טעמ'טע נאכ-טעמ'ן אן קיין אידישען טעם.א גרויסע שאד. שוין, וואס זאל איך טוהן איך בין נישט פון די היינטיגע טעיסט. ביי מיר זענען די קילע צו ווילדע געשרייען און דרייען ביים זינגען א ווארעמען ניגון פשוט אומ-בע'חן'ט.

ס'א ווייטאג ווייל מאטי קען דעלעווירן געפיל מיט אזויפיל טעם און חן. אבער נו שוין, פארפאלן, מאטי זעהט אויס, אלס א גוטע חבר פאר ליפא'נען, האט ער גענומען זיין סטייל. א שאד געווען דאס קויפן.

די סידי האט אסאך טעלענט אבער קיין טראפ אידיש חן. כ'האב געזוכט און געזוכט א ניגון וואס איך זאל זיין באקוועם צו אנצונדען פאר די קינדער, און ממש נישט געפינען.

בין איך נאר נייגעריג צו דער עולם באמערקט נישט די נידעריגערע לעוועל פון די סידי אקארדינג די ערשטע. אדער האט דער עולם מורא צו זאגן....?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

עס זעיט דיר אויס אז איינער האט מורא צו זאגן עפעס ?....

עס איז ענדערש אז דער עולם באמערקט נישט עפעס מוראדיג שלעכט

אפילו די משה רבינו אישו וואלט איך געזאגט איז דעס מאל בעסער ווי לעצטע מאל לעצטע מאל איז אויך נישט געווען געפערליך עז האט נאר אויסגעקוקט אז ער ווייסט אז משה רבינו איז געווען לאו אין קאנפידענט........ אבער ער האט דעמאלס אויך נישט דעס געמיינט אבער דאס מאל איז עס זייער א יתכןדיגער פשט ר' יוחנן דער תנא האט אויף זיך געזאגט ייתי ולא אחמיני'

אפשר שאצטו נישט גענוג אפ ווי הויעך דו ביסט אין הימל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

איך האב אויך נישט געזאגט ס'איז "מורא'דיג שלעכט".. :lol: נו שוין
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

פאראויס האט געשריבן:אודיע צערי לרבים. איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף די סידי נאכן מורא'דיג הנאה האבן פון זיין ערשטע "מחשבות" סידי. (אויסער די משה-רבינו-לעק-אוף-סעלף-קאנפידענס ניגון).

די נייע סידי אבער שמעקט כל כולו שמעלצער סטייל. און אפילו די הארציגע ניגונים אויף דעם סידי האבן די אומ-בא'טעמ'טע נאכ-טעמ'ן אן קיין אידישען טעם.א גרויסע שאד. שוין, וואס זאל איך טוהן איך בין נישט פון די היינטיגע טעיסט. ביי מיר זענען די קילע צו ווילדע געשרייען און דרייען ביים זינגען א ווארעמען ניגון פשוט אומ-בע'חן'ט.

ס'א ווייטאג ווייל מאטי קען דעלעווירן געפיל מיט אזויפיל טעם און חן. אבער נו שוין, פארפאלן, מאטי זעהט אויס, אלס א גוטע חבר פאר ליפא'נען, האט ער גענומען זיין סטייל. א שאד געווען דאס קויפן.

די סידי האט אסאך טעלענט אבער קיין טראפ אידיש חן. כ'האב געזוכט און געזוכט א ניגון וואס איך זאל זיין באקוועם צו אנצונדען פאר די קינדער, און ממש נישט געפינען.

בין איך נאר נייגעריג צו דער עולם באמערקט נישט די נידעריגערע לעוועל פון די סידי אקארדינג די ערשטע. אדער האט דער עולם מורא צו זאגן....?


הגם דיין תגובה איז נאן-סענס מהחל עד סופה איז אבער די חברותא'שאפט מיט ליפא בלויז פיקציע זינט דאס האט זיך שוין הערמעטיש געענדיגט יארן צוריק ווען ליפא'נענס לאָקן זענען נאך געווען במלוא הדרו
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פאראויס האט געשריבן:אודיע צערי לרבים. איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף די סידי נאכן מורא'דיג הנאה האבן פון זיין ערשטע "מחשבות" סידי. (אויסער די משה-רבינו-לעק-אוף-סעלף-קאנפידענס ניגון).

די נייע סידי אבער שמעקט כל כולו שמעלצער סטייל. און אפילו די הארציגע ניגונים אויף דעם סידי האבן די אומ-בא'טעמ'טע נאכ-טעמ'ן אן קיין אידישען טעם.א גרויסע שאד. שוין, וואס זאל איך טוהן איך בין נישט פון די היינטיגע טעיסט. ביי מיר זענען די קילע צו ווילדע געשרייען און דרייען ביים זינגען א ווארעמען ניגון פשוט אומ-בע'חן'ט.

ס'א ווייטאג ווייל מאטי קען דעלעווירן געפיל מיט אזויפיל טעם און חן. אבער נו שוין, פארפאלן, מאטי זעהט אויס, אלס א גוטע חבר פאר ליפא'נען, האט ער גענומען זיין סטייל. א שאד געווען דאס קויפן.

די סידי האט אסאך טעלענט אבער קיין טראפ אידיש חן. כ'האב געזוכט און געזוכט א ניגון וואס איך זאל זיין באקוועם צו אנצונדען פאר די קינדער, און ממש נישט געפינען.

בין איך נאר נייגעריג צו דער עולם באמערקט נישט די נידעריגערע לעוועל פון די סידי אקארדינג די ערשטע. אדער האט דער עולם מורא צו זאגן....?

The last time Motti spoke with lipa was around 10 years ago
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

דארף מען עפענען א ספעשיל אויספארשונג פון קאלאשען ציווישן מאטי און ליפא..!
על "טעם וריח" אין להתווכח
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

אגב, אין א נייע שיעור פון ר' יוסי מזרחי ווען ער וויל ארויסברענגן די שעדליכקייט פון גיין אין גואישע יוניווערזיטעטן, צייכט ער אן אלס א דוגמא דעם "באקאנטע חסידישע זינגער" (אנע נאמען) וואס האט א שול אין מאנסי פאר שוואכערע סארט, אבער זינט ער איז אריין אין קולומביע קאלעדזש האט נישט גענומען מער וויע עטליכע חדשים און זיין פיאות האט ער אראפגענומען, און געג'ט זיין ווייב און פארקויפט זיין שול, און ער האט לעצטענס געזעהן א קליפ וי ער האלזט זיך מיט... אינעם קאלעדזש!
וכשהן יורדין יורדין...
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

abeg האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:אודיע צערי לרבים. איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף די סידי נאכן מורא'דיג הנאה האבן פון זיין ערשטע "מחשבות" סידי. (אויסער די משה-רבינו-לעק-אוף-סעלף-קאנפידענס ניגון).

די נייע סידי אבער שמעקט כל כולו שמעלצער סטייל. און אפילו די הארציגע ניגונים אויף דעם סידי האבן די אומ-בא'טעמ'טע נאכ-טעמ'ן אן קיין אידישען טעם.א גרויסע שאד. שוין, וואס זאל איך טוהן איך בין נישט פון די היינטיגע טעיסט. ביי מיר זענען די קילע צו ווילדע געשרייען און דרייען ביים זינגען א ווארעמען ניגון פשוט אומ-בע'חן'ט.

ס'א ווייטאג ווייל מאטי קען דעלעווירן געפיל מיט אזויפיל טעם און חן. אבער נו שוין, פארפאלן, מאטי זעהט אויס, אלס א גוטע חבר פאר ליפא'נען, האט ער גענומען זיין סטייל. א שאד געווען דאס קויפן.

די סידי האט אסאך טעלענט אבער קיין טראפ אידיש חן. כ'האב געזוכט און געזוכט א ניגון וואס איך זאל זיין באקוועם צו אנצונדען פאר די קינדער, און ממש נישט געפינען.

בין איך נאר נייגעריג צו דער עולם באמערקט נישט די נידעריגערע לעוועל פון די סידי אקארדינג די ערשטע. אדער האט דער עולם מורא צו זאגן....?

The last time Motti spoke with lipa was around 10 years ago

צוה איך צוריק לגבי דעם חבר'שאפט ענין.

למעשה איי סעקאנד מיי פוינט אז ס'שמעקט כל כולו מיט די היינטיגע "קילע" דרייען און געשרייען און האט נישט קיין טראפ אידיש חן, אנדערש ווי זיין ערשטע סידי.

דאס איז מיין פערזענליכע געפיל, ואפשר לחלוק עליו. כ'בין נישט קיין ראשון.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ל. שווימער »

מען קען זיך נישט אליין 'סעקאנד'ן נאר א צווייטער קען סעקאנד'ן... וואס ברענגט מיך טאקע צו מיין פאוינט אז איך גלייב נישט איינער גייט מיט דיר מיט-שטימען. צו לייגן מאטי'ס חסידישע סידי אויפן זעלבע לעוועל ווי ליפא...? איז נישט מער ווי א געלעכטער... אדער האסטו שוין נישט 20 יאר אויסגעהערט קיין סידי פון ליפא.

אז די גלייכסט נישט דעם טעיפ, פיין, אבער מאך נישט סתם קיין העסליכע צושטעלן וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

לגבי דאס אז דו גלייבסט נישט אז איינער גייט מיט מיר מיט-שטימען.

well:

hmmm.jpg
hmmm.jpg (120.15 KiB) געזען 5005 מאל



לגבי צו לייגן מאטי'ס סידי אויפן זעלבע לעוועל ווי ליפא, ח"ו, כ'האב נישט געזאגט ס'איז די זעלבע לעוול, נאר אז ס'האט פון יענע סטייל. אפשר איז עס צופיל בכלל עם צו שרייבן מיט איין שורה מיט ליפא, גערעכט. פארגעס פון ליפא. מיין פוינט איז די סידי האט אסאך פון די היינטיגע "קילע" דרייען און געשרייען און האט נישט דעם אידישן חן ווי זיין ערשטע סידי.

אפשר די ניגון על לבבך איז גאנץ גוט.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום מאנטאג מאי 28, 2018 7:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פאראויס האט געשריבן:אודיע צערי לרבים. איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף די סידי נאכן מורא'דיג הנאה האבן פון זיין ערשטע "מחשבות" סידי. (אויסער די משה-רבינו-לעק-אוף-סעלף-קאנפידענס ניגון).

די נייע סידי אבער שמעקט כל כולו שמעלצער סטייל. און אפילו די הארציגע ניגונים אויף דעם סידי האבן די אומ-בא'טעמ'טע נאכ-טעמ'ן אן קיין אידישען טעם.א גרויסע שאד. שוין, וואס זאל איך טוהן איך בין נישט פון די היינטיגע טעיסט. ביי מיר זענען די קילע צו ווילדע געשרייען און דרייען ביים זינגען א ווארעמען ניגון פשוט אומ-בע'חן'ט.

ס'א ווייטאג ווייל מאטי קען דעלעווירן געפיל מיט אזויפיל טעם און חן. אבער נו שוין, פארפאלן, מאטי זעהט אויס, אלס א גוטע חבר פאר ליפא'נען, האט ער גענומען זיין סטייל. א שאד געווען דאס קויפן.

די סידי האט אסאך טעלענט אבער קיין טראפ אידיש חן. כ'האב געזוכט און געזוכט א ניגון וואס איך זאל זיין באקוועם צו אנצונדען פאר די קינדער, און ממש נישט געפינען.

בין איך נאר נייגעריג צו דער עולם באמערקט נישט די נידעריגערע לעוועל פון די סידי אקארדינג די ערשטע. אדער האט דער עולם מורא צו זאגן....?

איך בין זייער איינשטומיג מיט דיר, נישט אזוי ווייט אז ס'האט צוטוען מיט ליפא אבער אונז האב מיר זיך געעקלט פון די סידי..
קיין שום פארגלייך צו זיין פאריגע.
#תשע"ח.....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

more

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הערט מיר אויף צו שיקן אין אישי...

more.jpg
more.jpg (107.29 KiB) געזען 5030 מאל


די זינגערס דארפן עס הערן פונעם ציבור אליין. קאנסטראקטעוו קריטיק איט איז.

מאטי שטיינמעץ מיט זיין היימישע סידי איז שלעכט געווען? דאכט זיך ער האט פארקויפט אסאך מער ווי די אלע קילע סידיס. דער עולם האט זיך מחי' געווען. געב נאר א קוק אויף זיין אשכול.

כ'האב באמת ארויסגעקוקט אויף מיין אנדערע פעוועריט מאטי אילאוויטש צו דעליווערן א סידי מיט א אידישען טעם. און כ'בין זייער דיסעפוינטעט. און ניין, כ'בין נישט אליין.

אגב, די לעצטע פאר ניגונים אויפן סידי זעה איך יעצט זענען יא גאנץ פיין. העט איך ווען אנגעפאנגען צוריקוועגס... בין איך אבער געווען צו דיסעפוינטעט פון די ערשטע פינף אז כ'האב שוין געהערט די לעצטע פאר מיט א שלעכטע נאכ'טעם.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

איך מיין די נאמען תשעח מאכט אייך האבן א פראבלעים
בערך אזוי ווי לויט וואס דו טראכסט, יעני אדער לארעל, דאס הערסטו

עניוועי א הערליכע מייסטער ארבעט אראפ געלייגט
הערליך אראפ געזינגען איך קען נישט סטאפן הערן דעים אלבוים,!!!
באגראב נישט דער וואס טרייען דיר נאך יא צו צישטעלען באלד בלייבסטו מיט גארנישט
רבונו של עולם שטעלט אייך פאר יוט ערליך קומט היינט ארויס וואס ער וואלט ווען נישט געכאפט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

והאיש מרדכי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

והאיש מרדכי היהודי
האט באוויזן א הערליכן סידי
מוטי אליין
גארנישט קליין
די סידי רעדט צו כל האדם

א כליל המעלות פאר אונז ער גיט
קאמפאזט שרייבט און ער איז דער וואס רעדט
מוטי אליין
מלא חן
מיט שניצלער סטודיו מתחת ידם

יעדער איינער ווייסט גוט זיין חשיבות
נו וואס איז פשט פון די'ע תגובות
ווען מ'באטראכט'צעך
ווי יעדער דא לאכט'צעך
סי' נישט קיין קונצן סי' האט נישט קיין טעמ'ן

יעדער איינער ווי גרויסע למדנים
מקיים דעם להלבין פנים
די דורות העתידות
לעכצט דאך נאך סידי'ס
איז פארוואס שיסט מען אויף זיינע גראמען

דו שרייבסט און די רעצט
פארביסן און צוזעצט
א אומפארגינקייט ממש ס'איז געפערליך
צרת עין, צרת
ביליגע הערות
און פארשטייט'צעך יעדער מיינט עס ערליך

תשע"ח
די סידי מציין-איך-עס
מוטי איז צו אונז אזוי געטריי
דערפאר זאג איך נאר
די ליצני הדור
כ'האב גרויסע טענות קעגן זיי

מ'איז צוגעוואוינט יעדן אוועקמאכן
בפרט ווען יענער טוהט הויעך דערגרייכן
גדולי ישראל
וואלטן געווען קיינמאל
ווען זיי וואלטן זיך פון אנדערע דערשראקן

איך טראכט צו מיר זייט'ס מודה ס'איז אמת
געוואלדיג גרויס היינט מאטי'ס שם-איז
ווייל מאטי איז א מחמיר
ער לייגט כוחות סאך-מער
מ'זעהט די תוכן וואס אין סידי איז אריינגעבראקן

מאטי קוקט אונז אן און קען נישט גלייבן
מענטשן שרייען פונקט ווי ווילדע לייבן
פארשטעלט אינטער א מאסקע
אזא חוצפה יסגי
בעיקבתא דמשיחא

יעדער ברענט און שלעפט פון יעדן זייט
איך פרעג און שטוין וואס קען זיין די פשט
די מסירות נפש מיינע
צו זיין מענטשן מהנה
נעמט אוועק זייער מנוחה

פון ערשטן ביזן לעצט
וואס שרייט בילט און העצט
מ'שרייבט גאר שטותים אן זיך איינצוהאלטן
מ'זוכט צוווישן די שורות
קשיות און סתירות
מ'גראבט מ'אקערט ציווישן די שפאלטן

תשע"ח
איך דערקוויק זיך, איך קיי-און-איך-עס
גם כי אלך בגיא
דערפאר זאג איך נאר
די ליצני הדור
איך שפיר זיך זייער קעגן זיי

יעדן מאל וואס דו שרייסט, אז ער איז נישט ערליך – ווערט נישט מאטי קליין
באשמיצן איהם דו גייסט, אויף דיין טעכנעלאגישע (ניק) שטער'עלעך - ווערט נישט מאטי קליין
דו פארפירסט און שפייסט, פונקט ווי קינדער בערל'עך... – ווערט נישט מאטי קליין
ווען דו טרעפסט נישט קיין טרייסט, נאר ווען דו מאכסט יענעם שווער'ליך - ווערט נישט מאטי קליין

פון יעדן קליינטשיג קינד, וואס שרייבט דא א תגובה - ווערט נישט מאטי קליין
ווען דיין געזונט, גיבסטו ארויס פארן סביבה – ווערט נישט מאטי קליין
ווען אן האבן פארדינט, שרייבסטו א טענה עלובה – ווערט נישט מאטי קליין
ווען דיין פעדער רינט, אן צו טראכטן מה טיבה – ווערט נישט מאטי קליין

תשע"ח
ערנסט מיין-איך-עס
פון היינט און ווייטער ווען צו יענעם ווענדסטו
נסיונות און צרות
איך בעט דיר פארשפאר-עס
ווען דו קוקסט אן יענעם מיט די אויג די שענסטע

לולא התמהמהתי
באשרייבן אזא-מאטי
וואלט איך נישט געענדיגט סיי ווי סיי
ווייל ער ברענגט א אור
פאר אונזער דור
גדול מאד, ורצוי ל[רוב]אחיו האיש מרדכי

...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מוראדיג!!!!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וואאאף!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שמעקט פון מאטי'ס פעדער...
דביה תחדי נפשא
אהער אין אהין
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער אין אהין »

וואאאאאאף ......... דעס איז מוראדיג ..
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”