נייע קינדער קווייער "יונגערליך"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

נייע קינדער קווייער "יונגערליך"

תגובהדורך אויסטערליש » מיטוואך מארטש 28, 2018 3:49 pm

נעכטן אריינפארנדיג צו א וועג פון איין שטאט צו די צווייטע מיט א חבר וואס האט געטראגן זיינע קינדער ערגעץ, האט געארבעט דארט א שיינע טעיפ מיט א קינדער קווייער. איך בין זייער אויסגעקאכט אין מוזיק, סא האב איך מיר געווינדערט אז איך קען נישט די סידי

יענער דרייווער זאגט מיר אז דאס איז א נייע קווייער "יונגערליך" וואס איז מוראדיג א שיינע פראפעשענאל קווייער, און זיי האבן יעצט ארויסגעגעבן א סידי. די קווייער ווערט אנגעפירט דורך איינער א מלמד ר' יהושע ראזען

עס האט מיר זייער שטארק דערמאנט פון די מחנה שלוה קעמפ סידיס, די היימישע געשמאקע געוואלדיגע זיסע און באחנטע ניגונים מיט א תמימות, פארצייטיש און קלעסיק.

איך האב נישט דערקענט אלע ניגונים דארט, די ערשטע איז עפעס גראמען איבער די קדש ורחץ...

נאכדעם איז דא די געוואלדיגע ניגון "די מאמע האט געהייסן", וואס דער צדיק נשגב וקדוש רבי שלמה'לע באבובער זצ"ל האט קאמפאזט. די הארמאניס איז זייער שיין און הימליש, ס'האט זיך געזינגען אין קאפ א שיינע שטיק צייט.

די ניגון "כולו ממתקים" ופון די סקולענער רבי זי"ע, ווערט אראפגעלייגט זייער זייער שיין און געשמאק, די קינדער זינגען אזוי זיס, די מוזיק איז הערליך שיין (זעט אויס עכטע אינסטרומענטס)

אהההה... מיין פעיווערט ניגון "יום ליבשה", וואס דער צדיק נשגב וקדוש הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל האט קאמפאזט מ'זינגט טאקע דעם ניגון ביי יעדע ברית און אזוי אויך אום שביעי של פסח, אין באבוב.

אויך איז דא א ניגון אויף די ווערטער פון אהבה רבה, נישט א באקאנטע ניגון, מ'הערט דארט א פידעלע א שיינע.

אינמיטן איז עס געווארן איבערגעהאקט מיט עפעס א מעשה, דאס האב איך נישט אויסגעהערט, דעמאלט האב איך געזאגט תפלת הדרך און פרובירט צו כאפן א דרימל (סאיז נישט געלונגען...).

איך האף אז די סידי איז דא צו באקומען אין די געשעפטן פאר א גוטע פרייז
זאכענעס

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:13 pm

איינער ווייסט אפשר וויאזוי די סידי הייסט?
זאכענעס

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:18 pm

אויסטערליש האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וויאזוי די סידי הייסט?

דו ווייסט נישט?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:21 pm

לא לנו האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וויאזוי די סידי הייסט?

דו ווייסט נישט?

ער מיינט מסתמא די מאמעס נאמען צו קענען האפן מתפלל זיין און בעטן עס זאל שוין זיין אין די געשעפטן בקרוב ובניקל.


איך גלייב שווער אז א נייע סידי מיט מוזיק זאל ארויסקומען א טאג פאר ספירה.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:22 pm

לא לנו האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וויאזוי די סידי הייסט?

דו ווייסט נישט?



יונגערליך, ניין?

ס'איז געווען בייגעלייגט אין די קינדליין פעקל פון פסח

viewtopic.php?p=1637257#p1637257
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:29 pm

יישר כח רבי שמעלקע
זאכענעס

פלטי חרץ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:45 am

תגובהדורך פלטי חרץ » מאנטאג אפריל 02, 2018 5:21 pm

איינער ווייסט ווער האט געמאכט די גראמען פאר די ערשטע ניגון?
ידים - נועם
טונקען - שלונגן
הדר - הגדה
ועוד ועוד

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:53 pm

מיר וואלט ווען געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן א מקור אויף די צווייטע ניגון, זיי שרייבן אז עס קומט פון בית צאנז, אבער די ווערטער קלעבן עפעס נישט. חוץ אויב עס איז הויכע זאכן.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:14 pm

עס איז א באוויסטע ניגון וואס אונז האמיר נישט קיין השגה, אין קינדליין שטייט דערוועגן, קוק אין דרכי חיים מיט וואספארא דביקות ער פלעגט דאס זינגען

צ/ק
מוראדיג שיין אראפגעלייגט דעם בא'חן'טען באבובער יום ליבשה הידוע, דעם חכו ממתיקם ניגון פעלט איין קנייטש ביים הויעכן פאל צווישן די ערשטע און צווייטע מאל
לעצט פאראכטן דורך אדער יא אום מיטוואך אפריל 04, 2018 6:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך אפריל 04, 2018 2:00 am

פיין, ישר כח. קיינמאל געהערט דערפון

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 9:48 am

יאפ, די סידי זינגט דא ביי מיר אינדערהיים, סיז געווען אין די קינדליין
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

Re: נייע קינדער קווייער "יונגערליך"

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג מארטש 27, 2020 7:29 am

אויסטערליש האט געשריבן:די ניגון "כולו ממתקים" ופון די סקולענער רבי זי"ע, ווערט אראפגעלייגט זייער זייער שיין און געשמאק, די קינדער זינגען אזוי זיס, די מוזיק איז הערליך שיין (זעט אויס עכטע אינסטרומענטס)

איינער קען אפשר מנדב זיין דעם חכו ממתקים?
איך זוך דאס מיט לעכט.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: נייע קינדער קווייער "יונגערליך"

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג אפריל 07, 2020 3:46 am

איינער קען אפשר ארויפשטעלן די סידי דא מען זאל דאס קענען דאונלאודען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid און 14 געסט