ליסטע ניגונים פארפאסט דורך הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

ליסטע ניגונים פארפאסט דורך הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בס"ד
ר' משולם גרינבערגער איז א קאמפאזער וואס האט מחי' געווען די חסידישע וועלט מיט צענדליגע ניגונים פון אלע סארטן.
ר' משולם גרינבערגער איז א מורא'דיגער בעל מחדש, יעדע ניגון האט זיין ספעציעלן וועג און חידוש אין זיך, ער איז פון די גרעסטע מחמירים אויף "לא תגנוב".
ר' משולם גרינבערגער מאכט הארץ ניגונים, ארויס פון טיפעניש פון הארץ און מיט א מורא'דיגע טיפקייט און ווארעמקייט, עס ווארעמט אן דער צוהערער און זינגער ימט אזא מין איידלקייט און א געוויסע השראה וואס איז שווער צו מסביר זיין...
ר' משולם גרינבערגער וועט גוט אפלערנען א פסוק וכדו' און נאר דערנאך וואס ער איז זיך מתחבר צו די ווערט וועט ארויסקומען א ניגון דערפון, ער וועט'צעך נישט אוועקזעצן אויף א פיאנו און מאכן א ניגון ביז געציילטע מינוט, ער וועט עס גוט אדורך טוהן אקערן און זייען און שווויצן דערויף ביז עס וועט ארויסקומען א דבר השלם.
ר' משולם גרינבערגער וועט מאכן א ניגון וואס איז א שלימות און יעדע שטיקל פאר זיך האט זיין טייטש און זיין חידוש, ער וועט נישט מאכן בלויז איין חידוש און ארום דעם אנדרייען א ניגון אזוי ווי סי' די סטייל היינט.
ר' משולם גרינבערגער איז א חסיד'ישער יונגערמאן א בן תורה וואס נוצט אויס יעדע איבעריגע מינוט עבודת ה' און האט אין זיך א ווארעמקייט צום בורא, דאס אלעס דערקענט'צעך גוט אין זיינע ניגונים.
אצינד לאמיר פארשטעלן זיינע ניגונים, וויפל סי'געווען שייך זוכן און דורך טוהן, טאמער האט איינער נאך א ניגון וואס איז נישט דאהי בעט מען ער זאל עס ארויפייגן דא און אונז מחי' זיין דערמיט.
די רשימה באשטייט פון עטליכע סארטן ניגונים, א חלק ווערן געזינגען אויף סידי'ס וואס דעס האט ער פארקויפט פאר זינגער'ס, אזוי אויך איז דא וואס איז ארויס אלץ א סינגל דורך זינגער'ס און דורך ר' משולם, א גרויסע חלק ניגונים האט ער געמאכט פאר חצה"ק דושינסקיא, עטליכע ניגונים זענען פארפאסט געווארן לכבוד געוויסע מסיבות דינערן און גרויסע מאורעות וכו' וכו', אויך איז דא ביי די רשימה ניגונים וואס ווי עס זעהט אויס האט עס ר' משולם געמאכט צו פארקויפן און זענען מפורסם געווארן, עטליכע פון דעם קען מען הערן זינגען ביי געוויסע פלעצער (איך האב עס שוין געהאלטן ביים ארויפלייגן דא, לעצטע מינוט זאגט מיר איינער אז משולם וויל נישט סי' זאל מפורסם ווערן ווייטער, האב איך עס נישט ארויפגעברענגט, אדרבה טאמער ווייסט איינער אז ער ערלויבט עס צו מפרסם זיין לייג איך עס ארויף דא אי"ה).
{נאמבער'ס האב איך נישט געמאכט, ווייל איך האף אז מ'וועט צוברענגען דא נאך)
ראו ותחי נפשכם:
א רקידה'לע
געזינגען דורך זאנוויל וויינבערגער און מלכות קווייער ביים סידי "לחיים שמחה טיש" -ר' יוסף משה כהנא.
א רקידה'לע
אבינו מלכנו
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש", שוין קאומפאזט א תקופה פריער, און ער פלעגט דאס אויסלערנען פאר ישיבות (למשל טשארנאביל ב"ב ביים קעמפ) וכדו'.
אגיל ואשמח
ארויס אלץ א סינגל דורך ר' משולם, פארפאסט לכבוד א סיום פון חבורת "זכרו".
אהבת עולם
א יצירה אויף גאנצן שטיקל תפילה פון אהבת עולם ארויס אלץ א סינגל דורך ר' משולם, פארפאסט לכבוד א סיום פון חבורת "זכרו".
אהבתי
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
אודה ה'
אודה ה' בכל ליבי אספרה כל נפלאותיך אשמחה ואעלצה בך אזמרה שמך עליון.
א סינגל לכבוד די ארגון "אבות ובנים" אין א"י, געזינגען דורך אהרה'לע סאמעט, מיטן שפילער מאיר אדלער.
אור לי
כי נפלתי קמתי כי אשב בחושך ה' אור לי, דווקא ווען סי' שווער, דווקא ווען סי' טונקל...
ארויס אלץ סינגל דורך מוטי רוטמן.
"אור לי" מוטי רוטמן.
אותך אבקש
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
אחכה לו
אויפן סידי "אחכה לו" מתיקות 5, דורך ר' יוסף משה כהנא.
אילן
א יצירה לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא, בערך תשס"ג. געזינגען דורך די קווייער, סאלא דורך ר' משולם און ר' יוסף צבי ניילנדער, מיט די אינגלעך די וועלט בארימטער ילד הפלא בימים ההם "אהרן הלוי" (מוטי ויזל), מיט זיין ברידער ברוך ויזל.
אין גדולה
אין גדולה כגדולתך אין רחמים כרחמנותך, זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז, זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס די באשעפער איז.
ארויס אלץ סינגל דורך הרב שלמה טויסיג.
אין כאלוקינו
געזינגען דורך אברהם פריד ביי זיין סידי "רצונינו".
אל תירא
געזינגען דורך הרב שלמה טויסיג ביי זיין סידי "מודים אנחנו".
אל תסתר
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
אם על המלך טוב
ארויס לכבוד פורים, געזינגען ביים סידי פורים טיש 3 פון ר' יוסף משה כהנא, פארשפרייט בכל תפוצות ישראל.
אמור לצרותינו די – מהרה ה' אלוקינו
געזינגען דורך ישראל ורדיגר ביי זיין ערשטע סידי בית נאמן.
דערנאך האט עס ר' משולם ארויפגעזעצט אויף די ווערטער פון מהרה ה' אלוקינו ישמע... לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
אמן ואמן
כל העונה אמן בעולם הזה זוכה ועונה אמן לעולם הבא
געזינגען דורך ליפא שמעלצער ביי זיין סידי "יהודי פשוט".
אנא אב הרחמן
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
אנא עליון
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
אשא עיני
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
אשא עיני 2
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
אשרי העם
געזינגען דורך ר' משולם ביי א סידי וואס איז ארויס לכבוד די סיום הש"ס פון ממלכת עוז והדר.
באין מליץ יושר
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
בגלל אבות
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
בורא עולם
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
בית תפלתם
בית תפילתם... חשוב כבמקום אשר יבשלו שם הכהנים את החטאת ואת האשם יצוה ה' חסדו קוממיות השיבנו לנוי לפאר מקום מקדשי לחדש הדר זיוי... טאטע זיסער לייז אונז שוין אויס...
ארויס לכבוד חנוכת הבית בחצה"ק דושינסקיא תשס"ד, סאלא יוסי וויינבערגער.
בך בטחו
אויפן סידי "אחכה לו" מתיקות 5, פון ר' יוסף משה כהנא.
כל הטוב
ושמחת בכל הטוב..., לויב פאר דו בעסט דאנק דעם בורא ווייל דו זעהסט...
געזינגען דורך יומי לואי ביי זיין סידי "כל הטוב".
ברוך שנתן
געזינגען דורך בצלאל גולד ביי זיין סידי "אהבה רבה".
ברכת המזון
א ניגון אויף די גאנצע נוסח פון ברכת המזון פאר די קינדער פון ת"ת דושינסקיא אין בית שמש.
בשעה שהתינוקות
בשעה שהתינוקות נפטרין מבית רבן ב"ק יוצאת ואומרת לך אכול בשמחה...
ביים סידי "אחכה לו" מתיקות 5, פון ר' יוסף משה כהנא.
בשפע ברכה
געזינגען דורך אייזיק האניג ביי זיין סידי "על ההרים".
בתמימות
תמים תהיה עם ה׳ אלוקיך. התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, ולא תחקור אחר העתידות. אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות. ואז תהיה עמו ולחלקו. התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, ווארט אויף אים, גלייב אין אים, התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, ווייל אזוי און נאר אזוי תהיה עמו ולחלקו. (דברים י״ח י״ג ורש״י שם).
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
בתפארתו
ונזכה לראות בנין ביהמ"ק בתפארתו.
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
גאולה
געזינגען דורך בצלאל גולד ביי זיין סידי "אהבה רבה". גראמען דורך הערשל דייטש.
דוד המלך
דוד המלך עליו השלום הי' מתפלל על כל הענינים שצריכים ישראל עד ביאת משיחינו, על החולים שיתרפאו על הברואים שלא יחלו ועל פרנסתם שיתברכו, ולבטל מהם כל גזירות קשות.
געזינגען דורך ישראל ורדיגר ביי זיין סידי "אשירה ואזמרה".
הושיענו
הושיענו ורחמנו ברחמיך הרבים, לך ה' חכינו לך ה' קוינו לך ה' נייחל אל תחשה ותעננו.
אויפן סידי "אחכה לו" מתיקות 5, פון ר' יוסף משה כהנא. געזינגען דורך משה שטקל.
הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".
החומל על דל
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
הכתר והכבוד
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
הללוקה
געזינגען דורך "אחים ניילנדער" ביים סידי חבריא 2, ארויס פארדעם לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
המלאך הגואל
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
המלאך הגואל 2
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
הנשמה לך
הנשמה לך והגוף שלך חוסה על עמלך, הנשמה לך והגוף פעלך ה' עשה למען שמך.
געזינגען דורך שלמה כהן ביי זיין סידי "(ווייסיך נישט)".
השמיענו
געזינגען דורך אייזיק האניג ביי די סידי "תזכו לגדלם" וואס איז געטיילט געווארן פאר דרייוער'ס אין ארץ ישראל.
ואזכה
ישועת ה' כהרף עין לאור באור החיים, ואזכה לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו כולו אומר כבוד.
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ואני בעודי
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ואתה השם
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
ואתם הדבקים
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ובכן צדיקים
ובכן צדיקים... ווען אידן טאנצן א רקידה קען מען פויעלן א ישועה מקרב זיין די גאולה.
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ובמקהלות
געזינגען ביי די גרויסע מעמד ברכת החמה פון עדה החרדית, ארויס פארדעם לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
ובשירי דוד
ארויס לכבוד... (ווייסיך נישט)...
וואלס
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ויהי בישורון
ויהי בישורון מלך... סימן טוב ומזל טווב...
לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא אדר תשע"ד.
וימשך לנו
ואתה ה' אלוקים... ומרכותך יבורך בית עבדך לעולם... וימשך לנו...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ויעזור
הכל הבו גודל לאלוקינו, ויעזור ויגן ויושיע לכל החוסים בו ונאמר אמן.
א סינגל דורך מענדי ווייס און מלכות קווייער.
וישבתם
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
וישמע
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ולא נבוש
ועל חסדך הגדול... ולא נבוש... טאט עמיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר...
געזינגען דורך בצלאל גולד בייי זיין סידי "אהבה רבה".
ולירושלים עירך
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ומברכותיך
ואתה ה' אלוקים... ומרכותך יבורך בית עבדך לעולם... וימשך לנו...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
ומסימני
ומסימני המאמין ומצפה לישועה הוא שעל כל דבר....
געזינגען דורך בצלאל גולד ביי זיין סידי "אהבה רבה".
ומשפע
שנזכור ניסים ונפלאות... וציונו להני ע היד... ועל הראש... ומשפע...
א יצירה אויף די תפילה פארן תפילין לייגן. געזינגען ביים בר מצוה בחצה"ק סאטמער-דושינסקיא אדר תשע"ו, סאלא דורך ר' משולם און ילד הפלא דוד פולק (י"א ער האט עס קאומפאזט לכבוד די בר מצוה אין קהילה וי"א פארדעם לכבוד א בר מצוה ביי עפעס א גביר און נאר ארויסגענומען פארן עולם שפעטער...וצ"ע).
ועינינו תראינה
געזינגען דורך ר' משולם מיטן ילד הפלא אהרן הלוי, ביים סידי "ועינינו תראינה", פון יוסי גיל.
ועל כל זאת
ועל כל זאת מתחננים אנחנו לפניך שתקבל תפילתינו ברחמים וברצון.
ביים סידי "אליו" מתיקות 3, פון ר' יוסף משה כהנא. געזינגען דורך אביש בראדט.
ותתפרקון
ותתפרקון ותתשתזבון מן כל עקא ומן כל מרעין בישין מרן דבשמיא יהא בסעדכון כל זמן ועידן ונאמר אמן.
הקב"ה ישלם שכרם וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם עם כל ישראל אחיהם ונאמר אמן.
מחבר געווען לכבוד א דינר פאר "בוני עולם" תשע"ז. געזינגען דורך ר' משולם מיט "ידידים" קווייער.
חדש מקדשינו
חדש מקדשינו זכרה נחרבת טובך מושיעינו תנה לנעצבת קול רינה וישועה לישראל אשמיעה בבא חזיון תשועה צור מצמיח ישועה
געזינגען דורך יואל שווארץ ביי זיין סידי "הוא בורא ומנהיג".
חסדי ה'
הקל הגדול עיני כל נגדך... חסדי ה' אזכיר...
אויפן סידי "ליבי" מתיקות 4, פון ר' יוסף משה כהנא. געזינגען דורך ר' משולם און אהרן הלוי, ארויס א תקופה פארדעם לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
יאתה לך צורי
יאתה לך צורי לקבץ עם מפוזרי.... עת דודים....
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
יהי רצון שתהא תורתך
יהי רצון שתהא תורתך אומנותינו בעולם הזה... וזכות כל התנאים...
א יצירה פאר א סיום מסכת געזינגען דורך ר' משולם ביי א סידי וואס איז ארויס לכבוד די סיום הש"ס פון ממלכת עוז והדר.
יהי רצון שתשרה שכינה
יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידינו ויהי נועם ה' אלוקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו מעשה ידינו כוננהו
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
יחד שמך
אלוקינו שבשמים יחד שמך וקיים מלכותך עלינו...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
יקום פורקן
יקום פורקן מן שמיא... לכל קהלא קדישא הדין
א יצירה אויף די גאנצע יקום פורקן לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
ישראל המחכים
דער קעניג שרייבט פון ווייטן, מיין טייער קינד אפאר ווערטער פון דיין טאטן, איך שרייב צו דיר – דו ביסט אזוי טייער ביי מיר, איך וויל דיר געבן וואס איך קען נאר, יעדע זאך.
איך שיק דיר אוצרות פיל, פנינים יקרים מבית המלוכה אן א גבול, גאלד און געלט אלעס וואס דיר געפעלט, בעט נאר וואס די ווילסט, באקומסטו גלייך.
פזמון: ענטפערט די קינד; אין לנו חפץ טוב בעולם אלא אתה, נאר צו דיר מיר בענקן טאטע, מיט ליבשאפט בכל שעתא ושעתא, דערנענטער זיך שוין צו אונז למטה.
נאר צו דיר מיר בענקען טאטע, שרייען מיר פון די וועג די ווייטע, ווייל אין לנו חפץ טוב אלא אתה.
ישראל המחכים לישועת הקב״ה בכל יום ואומרים אין לנו חפץ טוב בעולם אלא אתה, פזמון..., משכני אחריך נרוצה הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך.
(מילים משולם גרינברגר עפ״י מדרש שיר השירים).
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
יתברך וישתבח
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
כד יתבון
כד יתבון ישראל ועוסקין בשמחת התורה ...
די באוואוסטע "כד יתבון" ארויס דאס ערשטע מאל לכבוד א הנחת אבן הפינה אין חצה"ק דושינסקיא בית שמש, געזינגען סאלא די ערשטע מאל דורך "זאנוויל וויינבערגער" (אלץ אינגל), דערנאך געזינגען בייים ערשטע סידי "טעמו" פון בעני פרידמאן, אזוי אויך ביים סידי לחיים תורה פון ר' יוסף משה כהנא. און אין אלע קהילות הקודש און תפוצות ישראל.
כד יתבון
כד יתבון ישראל ועוסקין בשמחת התורה ...
א לעבעדיגע ניגון, געזינגען דורך יואל פאלקאוויטש ביי זיין סידי "מהר".
כי אורך ימים
כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לו, די רבי זאל לעבן אונז פיהרן אנטקעגן משיח צדקנו על מי מנוחות ינהלנו עד ביאת משיחנו
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא כ"א אדר תשס"ג (אור לכ"ב אדר- יענע נאכט נאך די חתונה איז נסתלק געווארן הרה"ק ה"מהרי"ם" דושינסקיא זצ"ל און בשעת די חתונה איז ער געוווען זייער קראנק האט ער מחבר געווען דעם ניגון "כי אורך ימים"...).
כי כל פה
כי כל פה לך יודה... שועת עניים אתה תשמע...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא, סאלא דורך ר' משולם און אהרן הלוי.
כי מלאכיו
געזינגען דורך שלמה כהן אויף זיין סידי "(ווייסיך נישט)".
כי עם
כי עם בציון ישב בירושלים בכה לא תבכה, חנון יחנך לקול זעקך כשמעתו ענך. כי אני ה׳ אלוקיך מחזיק ימינך האומר לך אל תירא אני עזרתיך. (ישעיהו ל׳ כ׳ - מ״א י״ג).
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
כי קרובה ישועתי
כי קרובה ישועתי לבא וצדקתי להיגלות, אט קומט שוין מלך המשיח הנה זה בא, אט איז ער דא...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
לא על אנש
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
לבדך
ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים. ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות, שאותך לבדך ביראה נעבוד. (תפילת מוסף לשלש רגלים).
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
לדור ודור
לדור ודור נגיד גדלך ולנצח נצחים קדושתך נקדיש ושבחך אלוקינו מפינו לא ימוש לעולם ועד כי קל מלך גדול וקדוש אתה
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו". ארויס א תקופה פארדעם לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא, דעמאלטס איז עס געווען א היט אין די גאנצע וועלט.
לדור ודור
לדור ודור נגיד גדלך ולנצח נצחים קדושתך נקדיש ושבחך אלוקינו מפינו לא ימוש לעולם ועד
א לעבעדיגע ניגון, ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
להודות ולהלל
שכן חובת כל היצורים... להודות ולהלל...
געזינגען דורך "מנחם מאשקאוויטש" ביי זיין סידי "שמו של מלך".
לעושה נפלאות
לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו את השמש... הודו....
ארויס לכבוד די גרויסע מעמד ברכת החמה פון עדה החרדית.
לעשות
לעשות רצונך אלוקי חפצתי
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו".
לפיכך
לפיכך אנחנו חייבים להודות לך ולשבחך ולפארך.... אשרינו מה טוב חלקנו...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
לפיכך
לפיכך אנחנו חייבים להודות לך ולשבחך ולפארך.... אשרינו מה טוב חלקנו...
ביי א קומזיץ חוה"מ פסח תשע"ז אין חיפה מיט ר' משולם און מלכות קווייער ברוך ויזל יואלי קליין און ילד הפלא ארי רייך מיטן שפילער שמוליק לוטרמן, האט מען געבעטן ר' משולם פארפאסן א ניגון אויפן פלאץ און גלייך מאכן דערויף קווייער מיוזיק סאלא'ס וכו', עפעס ווי א פארשטעלונג פון אינטער די קאליסן וו מ' מאכט א סידי, די עוילעם האט אויסגעוועלט די'ע ווערטער, און ס'איז ארויס הערליך.
לקל ברוך
לקל ברוך נעימות יתנו... זמירות יאמרו....
א יצירה אויף די גאנצע שטיקל פון לקל ברוך, ארויס לכבוד די חתנה בחצה"ק דושינסקיא סיון תשע"ז. סאלא דורך זאנוויל וויינבערגער און זיין ברידער יואלי וויינבערגער (אינמיטן איז דא א קליין שטיקל פון חזנות גורך יוסף צבי ניילנדער, כ'מיין דעס איז א שטיקל פון יוסלה ראזנבלאט).
מאי דהוה הוה
מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא
ארויס א סינגל דורך הרב שלמה טויסיג. דערנאך אריינגעלייגט ביי זיין סידי "מאי דהוה הוה".
מאמע רחל
עמדי נא... דארט ביי די מאמע...רחל מבכה על בני'...ושבו בנים לגבולם
א ניגון אויף מאמע רחל פסוקים מיט אידישע ווערטער דערויף. געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו".
מה תשתוחחי
מה תשתוחחי נפשי ומה תהמי עלי, הוחילי לאלוקים כי עוד אודנו ישועות פני ואלוקי. (תהלים מ״ב-מ״ג)
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין צווייטע סידי "אותך אבקש". ארויס די ערשטע מאל לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא אדר תשע"ד, און ווערט געזינגען בכל תפוצות ישראל.
מודה אני
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
מודים
א יצירה אויף די גאנצע מודים לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא. די חלק פון "נודה לך... " ווערט געזינגען אויך עקסטער.
מזמור לדוד
מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר...
א יצירה אויף די גאנצע קאפיטל פון "מזמור לדוד" ארויס לכבוד חנוכת הבית בחצה"ק דושינסקיא תשס"ד, סאלא דורך ילד הפלא "אהרן הלוי".
מזמור שיר חנוכת
א יצירה אויף די גאנצע קאפיטל פון "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד" ארויס געגעבן אלס בחור פאר די כאר ביים חנוכה צינדן בחצה"ק דושינסקיא
מי אנוכי
מי אנוכי שאזכה להתפלל... אלא מפני רחמיו...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
מירון
א דארפל אין ארץ ישראל...
א ניגון אויף מירון מיט אידישע ווערטער, ארויס אלץ א סינגל.
מלך רחמן
מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו...
ביים סידי "אליו" מתיקות 3, פון ר' יוסף משה כהנא. געזינגען דורך ליפא שמעלצער.
מלך שהשלום שלו
ה' מלך... מלך שהשלום שלו... משמאל ומימין...ויזכו לראות בנים...
א יצירה לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא, געזינגען דורך ר' משולם און ילד הפלא "אהרן הלוי" מיט נאך אינגלעך (זאנוויל און יוסי וויינבערגער און נאך) דערנאך געזינגען דורך האחים ניילענדער ביים סידי "חבריא" נומ. 1.
ממעמקים
ממעמקים קראתיך ה', ה' שמעה בקולי...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא כ"א אדר תשס"ג (אור לכ"ב אדר- יענע נאכט נאך די חתונה איז נסתלק געווארן הרה"ק ה"מהרי"ם" דושינסקיא זצ"ל און בשעת די חתונה איז ער געוווען זייער קראנק האט ער מחבר געווען דעם ניגון "ממעמקים"...).
ממקומך
ממקומך מלכנו תופיע...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
מן העולם
מן העולם ועד העולם אתה קל ומבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע. פודה ומציל ומפרנס ועונה ומרחם בכל צרה וצורה. אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה. (תפילת נשמת שבת ויו״ט).
געזינגען דורך ר' משולם ביי זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
מעין עולם הבא
מעין עולם הבא... גוט שבת...
געזינגען דורך ר' משולם און אהרן הלוי ביי זיין ערשטע סידי "בתפארתו".
מרחוק
מרחוק ה' נראה לי ואהבת עולם אהבתיך, טאטע אפילו...
געזינגען דורך "מנחם מאשקאוויטש" ביי זיין סידי "שמו של מלך". פארדעם ארויס אלץ א סינגל דורך ר' משולם מיט ידידים קווייער.
מרן דבשמיא
מרן דבשמיא לך מתחננן, דאכט זיך ארויסגעגעבן אלס בחור
מתרצה
מתרצה ברחמים...התרצה והתפייס... אבינו מלכנו חננו ועננו...
געזינגען דורך "בצלאל גולד" ביי זיין סידי "אהבה רבה".
נודה לך
ואנחנו עמך... נודה לך איי...
ר' משולם'ס "ערשטע ניגון", פארפאסט אלץ בחור און ס'איז אנגעקומען צו ר' יוסף משה כהנא און ווערט געזינגען אויף זיין סידי "נודה לך" מתיקות 2, געווען א שטארקע היט.
נודה לך
נודה לך ונספר תהילתך על חיינו המסורים בידך... ועל ניסך...
א חלק פון די יצירה אויף גאנץ מודים וואס ווערט געזינגען אליין אויך, בזכות עצמו...
נעימה
א נעימה געשפילט דורך מיוזיק, איך ווייס נישט אויב סי' אויף א סידי...
נפשנו
נפשנו חיכתה לה' עזרנו ומגיננו הוא כי בו... יהי חסדך... הראנו ה' חסדך...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא
עד הנה
מלפנים ממצרים גאלתנו... עד הנה עזרונו... ואל תטשנו...
געזינגען דורך זאנוויל וויינבערגער אלץ א סינגל לכבוד זיין חתונה.
עוד אביכם חי
געזינגען דורך ישעי' אילאוויטש אלץ א סינגל.
עלינו לשבח
והתחיל לפרוש כפיו השמימה וכרה על ברכיו באימה ואמר בקול רם בניגון המשמח הלב; עלינו לשבח לאדון הכל לתת גדולה ליוצר בראשית. הוא אלוקינו אין עוד אמת מלכנו אפס זולתו. אזוי ווי עס שטייט אז די גאנצע מפליא של מעלה זאגן אשרי העם שככה לו וואויל איז די אידישע קינדערליך וואס לויבן דעם באשעפער אזוי און זי …זאגן; עלינו לשבח (תפילת עלינו - מובא ברוקח על יהושע בן נון כשנכנס לארץ ישראל).
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין צווייטע סידי "אותך אבקש".
פנה נא
פנה נא אל התלאות... קשוב נא... לשמוע אל הרינה...
ארויסגעגבן ערשטע נאכט סליחות נאך א באמבע אויפרייס וואס האט עטוואס געשעדיגט א קרוב משפחה
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
אני ישנה
אני ישנה וליבי ער קול דודי פתחי לי אחותי רעייתי יונתי תמתי
ארויס לכבוד א מעמד בחצה"ק דושינסקיא.
קולינו תשמע
קולינו תשמע ותחון...זכור אשר נשבעת...ובכל זאת...
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
קטונתי
קטנתי מכל החסדים... על כל החסד... מודה אני.
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
קלי אתה
קלי אתה ואודך אלוקי ארוממך, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
רוממו
רוממו ה' אלוקינו והשתחו להר קדשו כי קדוש ה' אלוקינו.
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
רועינו
רועינו רועה ישראל... שבכל יום הוא היטיב...דער וואס האט געהאלפן ביז אהער...
געזינגען דורך "ישראל אדלער" ביי זיין סידי "אורות".
רננו צדיקים
רננו צדיקים בה'... בפי ישרים תתרומם...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא
שובה השם
ה' מלא רחמים רחם עלי וקבל תחנוני, שובה ה' חלצה נפשי הושיענו למען חסדך,
נאכנישט ארויס אויף א סידי...
שובו אלי
ויאמר ה' אהבתי אתכם..... שובו אלי ואשיבה איכם.....
געזינגען דורך יואלי פאלקאוויטש ביי זיין סידי "מהר".
שמע בני
שמע בני מוסר אביך...
געזינגען דורך יואלי שווארץ ביי זיין סידי "הוא בורא ומנהיג".
תורתו מגן לנו
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדנו אדונינו בר יוחאי
געזינגען דורך "בצלאל גולד" ביי זיין סידי "אהבה רבה".
תינוקות
לעתיד לבא כשיבא מלך המשיח... ורק ע"י זכות תשב"ר....
געזינגען דורך "ישראל אדלער" ביי זיין סידי "אורות".
תיקון הכללי
דער הייליגער רבי האט געזאגט... ווער עסו ועט זאגן תיקון הכללי... וועל איך זיך לייגן אויף די לענג און די ברייט מ'זאל איהם א טובה טוהן....
ארויס אלץ א סינגל, ווייס איך נישט דורך וועמען.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום פרייטאג פעברואר 09, 2018 5:01 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דא איז א חלק ניגונים פון חצה"ק דושינסקיא פארפאסט דורך ר' משולם.
דושינסקיא
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מ'בעט איינער זאל מאכן אזא ארבעט אויף די ניגונים פון פינקי וועבער מאטי אילאוויטש וכו' און אונז מהנה זיין דערמיט,
אויף משולם האב איך באקומען פון איינעם כמעט א פארטיגע זאך, כ'האב נאר אביסל צוגעלייגט, אויף פינקי האב איך פראבירט אנהייבן און כ'האב נישט מצליח געווען.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא איז א חלק ניגונים פון חצה"ק דושינסקיא פארפאסט דורך ר' משולם.
דושינסקיא

יישר כח גדול עד מאוד!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא איז א חלק ניגונים פון חצה"ק דושינסקיא פארפאסט דורך ר' משולם.
דושינסקיא

הערליך.

וואס זענען דעהר רעקארדירונגען?

רעקארדירונגען פון דושינסקיא חתונות און דושינסקיא דינערס?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נודה לך
ואנחנו עמך... נודה לך איי...
ר' משולם'ס "ערשטע ניגון", פארפאסט אלץ בחור און ס'איז אנגעקומען צו ר' יוסף משה כהנא און ווערט געזינגען אויף זיין סידי "נודה לך" מתיקות 2, געווען א שטארקע היט.

זיין ערשטע ניגון טאקע, געווען א היט, איין זאך פשוט עס איז די סקולענע איש חסיד היה ניגון פין מלוה מלכה, נישט עס ענדעלט אין נישט איין תנועה נאר די גאנצע ניגון איז ממש יענע ניגון נאר די ווערטער איז אנדערש
אבער עס מיינט נישט גארנישט עס איז געעוען ממש פין זיין ערשטע ניגון
היינט געשענט עס נישט
אוועטאר
פיינקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינקייט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא איז א חלק ניגונים פון חצה"ק דושינסקיא פארפאסט דורך ר' משולם.
דושינסקיא

א ריזיגן ייש"כ ביטע ברענג נאך...
"כלנו לנארמאל"!!!...(קרעדיט:שאץ מאץ)
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

היינט ארויס א סינגל קאמפעזירט דורך משולם, פון זאנוויל וויינבערגער
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

די ניגון "כד יתבון" זינגט בעני פרידמאן אויף זיין ערשטע אלבוים "טעמו"
דאכצעך אז עס איז ארויסגעקומען היבש בעפאר לחיים תורה.
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

פרידן האט געשריבן:
נודה לך
ואנחנו עמך... נודה לך איי...
ר' משולם'ס "ערשטע ניגון", פארפאסט אלץ בחור און ס'איז אנגעקומען צו ר' יוסף משה כהנא און ווערט געזינגען אויף זיין סידי "נודה לך" מתיקות 2, געווען א שטארקע היט.

זיין ערשטע ניגון טאקע, געווען א היט, איין זאך פשוט עס איז די סקולענע איש חסיד היה ניגון פין מלוה מלכה, נישט עס ענדעלט אין נישט איין תנועה נאר די גאנצע ניגון איז ממש יענע ניגון נאר די ווערטער איז אנדערש
אבער עס מיינט נישט גארנישט עס איז געעוען ממש פין זיין ערשטע ניגון
היינט געשענט עס נישט

כ'מיין ר' משולם האט נישט געקענט אלס בחור דעם איש חסיד פון סקולען.
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

גראדע האטער געמאכט עטליכע ניגונים אלס בחור
כמו דוד המלך
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

הוספות ותיקונים
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ברכת המזון
א ניגון אויף די גאנצע נוסח פון ברכת המזון פאר די קינדער פון ת"ת דושינסקיא אין בית שמש.
יהי רצון שתשרה שכינה
יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידינו ויהי נועם ה' אלוקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו מעשה ידינו כוננהו
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
מזמור שיר חנוכת
א יצירה אויף די גאנצע קאפיטל פון "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד" ארויס געגעבן אלס בחור פאר די כאר ביים חנוכה צינדן בחצה"ק דושינסקיא
מרן דבשמיא
מרן דבשמיא לך מתחננן, דאכט זיך ארויסגעגעבן אלס בחור
פנה נא
פנה נא אל התלאות... קשוב נא... לשמוע אל הרינה...
ארויסגעגבן ערשטע נאכט סליחות נאך א באמבע אויפרייס וואס האט עטוואס געשעדיגט א קרוב משפחה
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
רננו צדיקים
רננו צדיקים בה'... בפי ישרים תתרומם...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא (א הוספה צום ניגון כי כל פה)
ן.
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שמחה ונחת האט געשריבן:די ניגון "כד יתבון" זינגט בעני פרידמאן אויף זיין ערשטע אלבוים "טעמו"
דאכצעך אז עס איז ארויסגעקומען היבש בעפאר לחיים תורה.

אבער די עולם קען עס פון לחיים תורה
#איך-פארק-מענטשליך
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יש׳כ א מוירעדיגער שיינער ארבעט..!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

moishy56 האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא איז א חלק ניגונים פון חצה"ק דושינסקיא פארפאסט דורך ר' משולם.
דושינסקיא

הערליך.

וואס זענען דעהר רעקארדירונגען?

רעקארדירונגען פון דושינסקיא חתונות און דושינסקיא דינערס?

אלע זענען פון חתונות. די ניגון קלי אתה-לדור ודור, דאכט'מעך מיר ס'איז ארויס פאר די חתונה צו אויסלערנען די ניגון.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זענדל האט געשריבן:הוספות ותיקונים
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ברכת המזון
א ניגון אויף די גאנצע נוסח פון ברכת המזון פאר די קינדער פון ת"ת דושינסקיא אין בית שמש.
יהי רצון שתשרה שכינה
יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידינו ויהי נועם ה' אלוקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו מעשה ידינו כוננהו
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא.
מזמור שיר חנוכת
א יצירה אויף די גאנצע קאפיטל פון "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד" ארויס געגעבן אלס בחור פאר די כאר ביים חנוכה צינדן בחצה"ק דושינסקיא
מרן דבשמיא
מרן דבשמיא לך מתחננן, דאכט זיך ארויסגעגעבן אלס בחור
פנה נא
פנה נא אל התלאות... קשוב נא... לשמוע אל הרינה...
ארויסגעגבן ערשטע נאכט סליחות נאך א באמבע אויפרייס וואס האט עטוואס געשעדיגט א קרוב משפחה
געזינגען דורך ר' משולם אויף זיין ערשטע סידי "בתפארתו", מיטן ילד הפלא אהרן הלוי.
רננו צדיקים
רננו צדיקים בה'... בפי ישרים תתרומם...
ארויס לכבוד א חתונה בחצה"ק דושינסקיא (א הוספה צום ניגון כי כל פה)
ן.

א גרויסן ישר כוח, כ'האב עס שוין צוגעלייגט, חוץ די הערה אויף רננו צדיקים, איך האב געפרעגט איינעם זאגט ער אז ס'איז א עקסטערע ניגון נאר מ'האט עס פונקט געזינגען נאך די כל פה, עכ"פ צ"ע.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ישרכויעח פאר אלע אויף די גוטע ווערטער.
דא האבן ענק נאך:
סינגל'ס פון ר' משולם געזינגען דורך איהם.
סינל'ס חלק א'
סינגל'ס פון ר' משולם געזינגען דורך אנדערע.
סינגל'ס חלק ב'
ניגונים פון ר' משולם ביי פארשידענע פלעצער דורך פארשידענע זינגער'ס:
ניגוני ר' משולם.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

מקווה איד האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:די ניגון "כד יתבון" זינגט בעני פרידמאן אויף זיין ערשטע אלבוים "טעמו"
דאכצעך אז עס איז ארויסגעקומען היבש בעפאר לחיים תורה.

אבער די עולם קען עס פון לחיים תורה



זעהט אויס אז אני הקטן בין נישט גערעכנט פון די עולם..... :-(
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יש"כ פאר די קאלעקציעס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

זייער שיינע ארבעט שכח
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שמחה ונחת האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:די ניגון "כד יתבון" זינגט בעני פרידמאן אויף זיין ערשטע אלבוים "טעמו"
דאכצעך אז עס איז ארויסגעקומען היבש בעפאר לחיים תורה.

אבער די עולם קען עס פון לחיים תורה



זעהט אויס אז אני הקטן בין נישט גערעכנט פון די עולם..... :-(

איך קען עס אויכט פון בעני, איך זאג אז די עולם דא קען עס מער וויינעגער פון לחיים
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

עס איז מוראדיג שיין צוזאם גענומען שכח
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

יישר כח, א געוואלדיגע ארבעט
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

א הערצליכן יישר כח!

יעצט דארף מען אנהייבן די שווערע ארבייט פון שאפן לינקס ווי מ'קען הערן די אלע ניגונים....

האב איך נישט געוואוסט אז ער האט שוין א סך הכל פון אזויפיל ניגונים געמאכט, דאס איז דאך ממש א וועלט מיט ניגונים, אבער זיין אותך אבקש סידי האלטן אונז אין איין איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל, מ'קען זיך פשוט נישט גענוג אנזעטיגן דערפון, די ניגונים, און ספעציעל מיט די מוזיק וואס איז אזוי הערליך שיין אראפגעלייגט און אויפגעשפילט.
---
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:תינוקות
לעתיד לבא כשיבא מלך המשיח... ורק ע"י זכות תשב"ר....
געזינגען דורך "ישראל אדלער" ביי זיין סידי "אורות".

דער ניגון איז פארפאסט געווארן לרגל דעם מעמד לבנת הספיר פארן נייעם בנין ת"ת סאטמאר בארא פארק 36 סט. בשנת תשע"ג אריגינעל מיט נאך א שנעלע פאל איבער א נייעם בנין הת"ת
און ר' ישראל אדלער האט דאס שפעטער גענומען פון סאטמאר און אראפ גענומען דעם פאל

עניוועי א ריזיגן ישר כח "נאר מיט שמחה" א הערליכע ארבעט געמאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”