'סאַבּאָטאַזש' שפיל - חוה"מ פסח תשע"ח

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אידישער ווינקל, c/p
דעקונג פראיעקט, און אינטערוויוס מיט אנפירער און אקטיארן פון די סאבאטאזש שפיל געשפילט חול המועד פסח, תשע"ח

פון יוסף הירש, און משה ווייס צו אידישער ווינקל

• אריינפיר •

שטייענדיג אינדרויסן פון דעם גיגאנטישן זאל ווי עס זענען פארגעקומען די מאסיווע 'סאבאטאזש' שפילן, האט מען דורכאויס חול המועד געקענט זען און באטראכטן פיר מאל די ספעציעלע און אויסערגעווענליכע סצענע ווי טויזענטער אידישע קינדער שטראמען ארויס פון זאל מיט א שמייכל, און נישט נאר קינדער האבן ארויסשפאצירט רעדנדיג פארגאפט פון זייערע לעצטע עטליכע שטונדן, נאר אויך בחורים און אינגעלייט האבן זיך אנגעזען אין די שווארצע כוואליע פון מענטשן וואס האבן זיך צעטיילט און אלע דירעקציעס. איינער האט געשפרייזט רעכטס, און דער צווייטער איז געגאנגען לינקס, אבער אלע זענען פאראייניגט מיטן זעלבן ציל, ווי איין פאראייניגטער גרופע, קומענדיג צו די שפיל פון סאבאטאזש, מיטהאלטנדיג פאר די לעצטע עטליכע שעה די דראמאטישע און אינטערסאנטע שפיל.

די שפיל 'סאבאטאזש' איז ווידעראמאל געווען 'אומגלויבליך' און ארויפגעשטופט די אידישע פלעימארקעט'ס ערווארטונגען צו פרישע שטאפלען און דערגרייכונגען מיט מעגא פראפס און געדאנקען און סצענעס פון פריידן און ליידן. די וואס האבן זיך באטייליגט האבן זיך אויסגעדרוקט אז זיי האבן זיך ממש געשפירט מיט די אקטיארן אין רוסלאנד, די לאנד פון וועלכע די שפיל געשיכטע האט זיך גערעדט.

אין אונזער דעקונג איבער די סאבאטאדזש שפיל, וועלן מיר כאפן א בליק איבער די געשיכטע און הויכפונקטן פונעם שפיל, שטעלן פראגעס צו עטליכע שטאב מיטגלידער, און געוויס ברענגען הערליכע בילדער וואס איר זעט דעם ערשטן מאל. יעצט ליינט איבער די שפיל.

• די געשיכטע פון סאבאטאזש •

כאטש וואס די שפיל האט פארמאגט 17 סצענעס זענען אבער רוב סצענעס נישט געווען אזוי לאנג, געוויסע סצענעס זענען געווען קורץ און געוויסע לאנג, יעדע לויט וויאזוי עס האט זיך אויסגעפעלט.

אין קורצן האט זיך די שפיל גערעדט איבער די צייטן אונטער די אייזערנעם פארהאנג וואס האט געהערשט אין די קאמוניסטישע רוסלאנד, און ווי שווער עס איז אנגעקומען פאר די ארטיגע אידן צו האלטן אידישקייט.

די שפיל האט אריינגעפירט אין א געשיכטע וויאזוי א טאטע וואס איז געווען אן "אינדזשעניר" האט זיך געוואלט ארויסזען פון דעם גיהנום אין וואס ער און זיין פאמיליע האבן געלעבט. בעיקר איז זיין ציל געווען זיך ארויסצוזען, כדי צו קענען האלטן 'אידישקייט' אומגעשטערט, נאכדעם וואס איין קינד זיינעם איז שוין געווען קאלט צו אידישקייט, און האט נישט געוואלט אז זיין אנדערע קינד וואס ער האט פארמאגט זאל אויך אוועקפאלן.

דער טאטע האט געארבעט ביי א רוסישער פארשוין מיט'ן נאמען "וואויטשעק זיט" וואס איז געווען געשטעלט דורך מאמע רוסלאנד, אהערצושטעלן ערפינדונגען פאר די וועלט מיט וואס זי האט זיך געגרויסט. דער וואויטשעק זיט האט אנגעשטעלט א רחמנות'דיגע פנים פאר דעם איד'ל כאילו ער איז אים דא צו העלפן, אבער אין אינ'מת'ן האט ער פארארבעט מעשים אז עס זאל קיינמאל נישט געלונגען פאר דעם איד צו קענען אויספירן זיינע חלומות און אנטלויפן, וויבאלד ער האט אים נאך געוואלט האבן אין זיין פאבריק צו ארבעטן פאר אים.

די מעשה האט זיך ווייטער געצויגן וויאזוי דער איד האט פארלוירן זיינע קינדער, דורך דעם וואס דער וואויטשעק האט אים אין די לעצטע רגע אפגעהאלטן פון קענען אנטלויפן מיט פאלשע פאפירן, אבער פאר זיינע קינדער איז דאס יא געלונגען.

דער איד איז געווארן שרעקליך דערביטערט וואס האט פאסירט צו אים, ספעציעל ווען ער האט אויסגעפונען אז דאס איז גאר דער ארבעט פון זיין בעל הבית וואויטשעק זיט.

ווען עס איז געקומען דער צייט און דער וואויטשעק זיט האט שוין געוואלט פטור ווערן פון דעם איד, האט אים דער איד אונטערגעשטעלט א שפיצל מיט איינער פון זיינע ערפירונדונגען וואס האבן געמאכט דעם וואויטשעק זיט צו שאנד און צו שפאט פאר אלע באאמטע פון מאמע רוסלאנד, אזש מען האט אים אפגעשיקט צו דעם קאלטן סיביר אויסצולעבן זיינע יארן.דער איד איז שוין געווען אויפן וועג צו פרייהייט אינדערצייט וואס דער וואויטשעק זיט איז אפגעשיקט געווארן אין "סיביר". דא אבער האט זיך דער איד'ל פארהאנקערט אין שטיינער, וואס זענען אים געשטאנען אין וועג און האבן צוגעפירט אז מען זאל אים אויך אפשיקן אין סיביר, דארט ווי זיין געוועזענער בעל הבית האט זיך געפונען. פאר דעם איד איז אונטערגעקומען א געלעגנהייט זיך צו ראטעווען, אבער אן קיין פריעדיגע ווארענונג האט זיך דער וואויטשעק זיט דערוואוסט פונעם פלאן און זיך אויך צוגעכאפט דערצו, וואס האט צוגעפירט אז בייזע געפעכטן זאלן אויסברעכן צווישן די צוויי אויפ'ן וועג צו זייער פרייהייט.

אין די לעצטע מינוט, ווען עס האט אויסגעזען ווי דער איד וועט


שוין נישט זיין אויף דער פריי, איז ער אבער וואונדערליך געראטעוועט געווארן און זיך פאראייניגט מיט זיינע פארלוירענע קינדער, דורכדעם וואס ער האט פאר'נער'ט דעם וואויטשעק זיט וואס האט אים געוואלט צוריקהאלטן פון ארויסגיין אויף דער פריי.

• די הויכפונקטן פונעם שפיל •

די פראפס זענען געווען וואונדערליכע שטיקער ווי קיינמאל בעפאר, אריינגערעכנט אז ס'איז געבויעט געווארן א טרעין וואס איז געווען באמת שווער צו דערקענען צו דאס איז עכט, אדער נאכגעמאכט. די טרעין איז ארויפגעקומען אויפן סטעידזש אלס טייל פון די אנטלויף אקציע ווען דער איד האט געוואלט אנטלויפן. אינמיטן דער רייזע אויפן טרעין איז טונקל געווארן אויפן סטעידזש, און מען האט נאר געקענט זען אזאנע לעקטערס, וואס האבן אויסגעזען ווי עס שיינט ארויס פון א טרעין וואס פארט פארביי אין די נאכט שטונדן. ווען עס איז צוריק ליכטיג געווארן האבן זיך די פארזאמלטע אינעם זאל געטראפן אין די אינעווייניגסטע חלק פונעם טרעין...

• אן עראפלאן ביים שפיל! •

אויך ביי די דריטע אנטלויף אקציע פון דעם איד'ל צוזאמען מיט וואויטשעק זיט, איז אויפן סטעידזש ארויפגעקומען אן "עכטער" עראפלאן. מען האט געהעריג געקענט עפענען די טירן פונעם עראפלאן זיך אריינזעצן און אנהייבן פארן. אפילו די גערודער וואס דער עראפלאן האט ארויסגעגעבן האט געמאכט שפירן די פארזאמלטע ווי מען זיצט אינעם עראפלאן גרייט צו אנטלויפן פון דעם קאלטן סיביר.

• די הויז פונעם איד •

די הויז איז געווען געבויעט גאר פראפעסיאנאל, מיט א בוידעם וואס איז גענוצט געווארן צו באהאלטן דאס קינד ווען די "קעי דשי בי" זענען געקומען אונטערזוכן דעם הויז.

• די לופטפעלד •

ביי איינע פון די סצענעס איז געווען א לופטפעלד וואס האט אויסגעזען ווי א רוסישע לופטפעלד במלוא מובן המלה, אריינגערעכנט איז געווען אלעס אויפגעשריבן מיט גרויסע 'רוסישע' בוכשטאבן, וואס איך גלייב אז נאר די אקטיארן וואס האבן געשפילט זייער ראלע האבן דאס געקענט ליינען. ס'איז באמת געווען צום באוואונדערן אויף וואספארא פאכמאנישן אופן דאס איז געווארן פאבריצירט.

• טאנצערס ביים שפיל •

ביי דעם אויסשטעלונג האט אפגעווארט אן איבעראשונג, ווען ספעציעלע "טאנצערס" האבן געמאכט א שיינע טאנץ און האבן אונטערגעהאלטן די טויזענטער פאר לאנגע מינוטן.

די שפיל האט געברענגט פיל פארגעניגן פאר טויזענטער אידן, און וועט נאך ברענגען טויזענטער שעות פון כשר'ע אונטערהאלטונג, פאר פראגעס ארום דעם שפיל, וועלן מיר אפהאלטן עטליכע אינטערוויוס מיט שטאב מיטגלידער.

• אינטערוויוס און נאך דעקונג פאלגן נאך •
כרעמזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרעמזל »

מיין קורצע אנאליז אויפן פלעי:
אין רוב זאכן זענען זיי גאנץ פיין ווי – פראפ'ס – קאסטיומ'ס – סקריפט (קומט נישט צו צו יואל הערשעס סקריפט אבער.. גאנץ פיין) – מוזיק – ספעשיל עפעקט'ס וכו' וכו'

אבער איין זאך נאר. וואס דאס איז די עקטען חלק אין דעם קומען זייערע עקטערס (רובו ככולו) נישט צו צו די אונטערן חבריא'ס עקטערס ווי יואל הערש / יוסי פרענקל / לייבי ווידער / אהרן מינץ / מרדכי הערש הערשקאוויטש / לאנגזאם ופעלדמאן / וכו' וכו'

(נאכאמאל. זיי האבן אויך אפאר גרויסע חברה ווי ברוין / אבראמאוויטש / טעסלער אבער רובו ככולו קומען נישט צו צו...)

און דערפאר האב איך נישט אזוי שטארק געגליכן די שפיל ווייל אין מיינע אויגן זענען רוב פון זייערע עקטער'ס גארנישט אקעגן די אונטערן חבריא'ס עקטערס
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איינס פון די זאכן וואס האט געפעלט איז געווען פינטעלע וואס פאר סאם ריזן איז ער פון מיינע בעסטע עקטער'ס..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אידישער ווינקל,
'פראגעס און ענטפערס' מיט ר' הערצקא ראזענבערג, פון די אנפירער פון סאבאטאדזש שפיל. חול המועד תשע"ח.

פון יוסף הירש און משה ווייס, צו אידישער ווינקל

אידישער ווינקל: פארוואס איז מען געגאנגען אזוי ווילד מיט די פראפס, מער ווי אין די פארגאנגענע יארן?

ר' הערצקא: איך וואלט עס בכלל נישט אנגערופן ווילד, אין אמת'ן אריין זענען דאס יאר די פראפס געווען קלענער בכמות ווי אין די פריערדיגע שפילן, עס זענען נישט געווען קיין צוויי שטאקעדיגע בנינים וכדו'. עס איז טאקע געווען א פליגער און א באן, וואס האבן זיך אויסגעפעלט צו ציען די מעשה ווייטער.

ווען מען בויעט א מעשה, נאך איידער מען טראכט פון די פראפס, פרובירט מען אהער צ שטעלן א גאנצע געלונגענע מעשה מיט אלע דעטאלן, מען שרייבט און מען מעקט, ביז די מעשה שטימט פון אלע אנגלען. דערנאך פרובירט מען דאס בעסטע צו מאכן מיט די פראפס אז עס זאל שטימען לויט די מעשה. און היי יאר איז די מעשה געשריבן געווארן מיט א באן און אן עראפלאן. און מען האט פרובירט דאס בעסטע דאס אויסצושפילן אויפ'ן שענסטן שטייגער.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען די שווערסטע זאך וואס איז געשטאנען אין וועג, ביי די יעצטיגע שפיל?

עס איז קיינמאל נישט גרינג אהער צו שטעלן אזא פראדוקציע, און אויך דאס יאר איז נישט געווען אנדערש, און עס האט געקאסט שווערע כוחות ביז מען איז ב"ה אנגעקומען צום אומגלויבליכן ענדע.

איך וואלט געזאגט אז די שווערסטע זאך איז געווען די סקריפט, יעדעס ווארט זאל שטימען מיט די תקופה, יעדעס ווארט זאל זיין אויסגעהאלטן לויט די מעשה, און נישט אוועק פארן פון די ארגינעלע געדאנקען. דאס מאכן מענטשן שפירן אין רוסלאנד איז גאר נישט קיין גרינגע עסק...
אין טערמינען פון פראפס איז ווארשיינליך די שווערסטע זאך געווען דער עראפלאן, צו קענען שאפן אן עכטן עראפלאן וואס זאל קענען ארויף פארן אויפ'ן סטעידש און געבן דעם עולם צו שפירן אן אויטענטישן געפיל איז געווען פארבונדן מיט אסאך ארבעט. אונזער פראדאקשאן מענעדזשער ר' יוסף וואסערמאן האט שווער געארבעט דערויף ביז מיר האבן דאס ב"ה געקענט איינהאנדלען און ארויף שטעלן צו די צופרידנהייט פונעם ציבור.

אידישער ווינקל: עס האט זיך ארומגעדרייט שמועות נאכ'ן שפיל אז עס האט זיך געדארפט געפונען נאך א בדחן אויפן סטעידזש, וואו איז יענער געווען, און ווער איז דאס געווען?

ר' הערצקא: דאס איז מיין קרוב ר' ירמי' ראזענבערג, וואס האט געדארפט האבן א טייל אינעם שפיל, אבער איז הייזעריג געווארן אינדערפרי פאר'ן ערשטן שפיל, פארלירנדיג גענצליך זיין שטימע. בחסדי ה' האט מען אין די לעצטע מינוט באוויזן ארום צו טוישן עטליכע חלקים אינעם שפיל וואס האט געמאכט אז אלעס זאל שטימען. עס איז געווען שווער אבער מיט א שטילע תפלה צו השי"ת האט אלעס ב"ה געקלאפט אויפ'ן בעסטן פארנעם.

אידישער ווינקל: ווילאנג האט מען פראקטיצירט פארן שפיל?

ר' הערצקא: זינט חנוכה

אידישער ווינקל: די עראפלאן וואס איז געווען אויפן סטעידזש איז געווען אן עכטער, אדער איז דאס געווען פאלש מיט צוגעלייגטע לעמפלעך?

ר' הערצקא: ווי געזאגט איז דאס געווען אן עכטער עראפלאן וואס מען האט געקויפט.

אידישער ווינקל: פארוואס האט מען געדארפט אהערשטעלן די שפיל מיט גאנצע 17 סצענעס?

ר' הערצקא: מען האט נישט "געדארפט", מען הייבט אן צו שרייבן די מעשה, און מען פארמירט די סצענעס לויט די געשיכטע. די נומער 17 איז אפשר אסאך אבער ס'איז בס"ה א מעשה צוטיילט אין מערערע קלענערע סצענעס אז די מעשה זאל קענען ווערן אויסגעשפילט ווי ס'דארף צו זיין.

אידישער ווינקל: ווער זענען געווען די 'טאנצער' גרופע, זענען זיי אפיציעלע טאנצערס א גאנץ יאר?

ר' הערצקא: זיי זענען ריכטיגע רוסישע "קאזאקן" טאנצער וואס מען האט אראפ געברענגט ספעציעל פאר דעם שפיל.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען דער געדאנק פון אריינברענגן יואלי לעבאוויטש צווישן איין סצענע אין די צווייטע אויסצורופן די ספאנסערס, וואלט מען זיי נישט געקענט דערמאנען אינמיטן פונעם שפיל?

ר' הערצקא: ספאנסארס זענען א שיין חלק פון די וואס העלפן אזא גרויסארטיגן שפיל צושטאנד קומען, און עס קומט זיך זיי צו דערמאנט ווערן ביים שפיל.

ביי אונזער פאריגן שפיל האבן מיר צוריק געהערט פון מענטשן אז די ספאנסארס אינמיטן א סצענע נעמט אוועק דעם געשמאק פון א שפיל, ספעציעל אין דראמאטישע מאמענטן, דעריבער זענען מיר אויפגעקומען מיט'ן געדאנק אז די ספאנסארס זאלן דערמאנט ווערן צווישן די סצענעס אן שטערן דעם שפילן.

אידישער ווינקל: איז ר' וועלוול שמעלצער געווען פארמישט אין אנדערע אקטיוויטעטן פונעם שפיל אויסער דאס אונטערזאגן?

ר' וועלוול ברענגט אסאך חידושים צום טיש, און איז פארמישט אינעם שפיל פון גאנץ פרי, און ער דירעקטירט דעם גאנצן סטעידזש בשעת דעם שפיל. (א ביישפיל, דער געדאנק אז "שרגא" פאלט אריין אין וואויטשעק'ס ארעמעס, אינעם זעקסטן סצענע, איז ר' וועלוולס חידוש).

אידישער ווינקל: וואס איז געווען די שטערקסטע "פידבעק" וואס איר האט שוין ביזדערווייל צוריקגעהערט פון באטייליגטע ביים שפיל?

אז עס איז געווען העכסט אידישלעך און אויסגעהאלטן, דאס איז וואס מיר האבן צוריק געהערט פון מערערע מענטשן.

• סאבאטאזש פון אן אקטיאר'ס פערספעקטיוו? עטליכע פראגעס און ענטפערס מיט דער טאלאנטפולער אקטיאר און מוזיק מבין פון 'אידיש נחת' ר' ירמי טעסלער, וועט נאכפאלגן אי"ה. •
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

מען שטעלט אויף דעם ריזיגן טרעין וואס איז געווען דער געשפרעך פון טאג ביי אלע צוקוקער. און געווען א געוואלדיגע חידוש ביים שפיל.
photo_2018-04-09_18-38-02.jpg
photo_2018-04-09_18-38-02.jpg (156.04 KiB) געזען 5831 מאל
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

די רוסישע טאנצערס לייגן אראפ א טאנץ ביי די פארשטעלונג פון נייע רוסישע ערפינדונגען, ביי איינע פון די סצענעס.
photo_2018-04-09_18-39-22.jpg
photo_2018-04-09_18-39-22.jpg (192.01 KiB) געזען 5830 מאל
photo_2018-04-09_18-39-25.jpg
photo_2018-04-09_18-39-25.jpg (195.85 KiB) געזען 5830 מאל
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אידישער ווינקל
ווייטער איבער סאבאטאדזש: קורצע שמועס, מיט דער אקטיאר ר' ירמי טעסלער, טאלאנטפולער מוזיק מבין אין אידיש נחת.

פון זבולון, צו אידישער ווינקל

אידישער ווינקל: וואס איז די הויפט חילוק מצד די אקטיארן פון די פארגאנגענע שפילן ביז די יעצטיגע סאבאטאזש שפיל?

ירמי: אז די צוויי הויפט אקטיארן זענען געווארן ארומגעטוישט, פאריאר איז ארי' אבראמאוויטש געווען דער איד און חיים ברוין האט געשפילט דער מאפיאנער, די יאר איז דאס געווען פארקערט.

אידישער ווינקל: די שווערסטע אויפגאבע היי יאר?

ירמי: דאס צולייגן א 4'טע שפיל איז א גאר שווערער עסק.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען דיין אקט ביי די יעצטיגע שפיל?

ירמי: איך בין געווען א איד מיטן נאמען שלום שטראסער פון רוסלאנד, איך האב פרובירט ארויסהעלפן דעם איד (חיים ברוין) צו אנטלויפן פון רוסלאנד און אינמיטן די שפיל האט "וואויטשעק" אויף מיר ארומגעשמירט ווי כאילו איך זאל זיין דער וואס פארטיילט אים צרות און מסור'ט אים אגאנצן צייט.

אידישער ווינקל: פארוואס האבן טייל אקטיארן פארמאגט קלענערע שטיקלעך ווי די אנדערע?

ירמי: א שיין בילד וואס אן ארטיסט מאלט, ווערט צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע קאלירן, רויט, בלוי, גרין, געל.... אויב זאל דער ארטיסט מחליט זיין "פארוואס זאל איך נוצן מער רויט? אלע קאלירן דארפן זיין די זעלבע..." וועט געווענליך דער בילד נישט אויסקומען שיין. א בלויע הימל, מיט א גרינע פעלדל, און א קליין ביסל רויט און א ברוינע בענקעלע ערגעץ וואו... אט אזוי קומט ארויס א שיין בילד.

דאס זעלבע איז ווען א קעכער מאכט א גוטן רעצעפט, און לייגט אריין ספייסעס, לייגט ער דריי לעפלעך צוקער, א גלאז זאלץ, אפאר ברעקעלעך אינגבער, און א קליין לעפעלע פעפער, און אזוי קומט ארויס א געשמאקע מאכל. זאל דער קעכער אבער מחליט זיין אז ער וויל לייגן די זעלבע מאס פון יעדע ספייס, וועט עס נישט האבן קיין שום טעם.

קאכן און פארבן זענען "ארט", און דאס זעלבע מיט א שפיל. יעדער איינער האט זיין ספייס, יעדער איינער האט זיין טעיסט און קאליר, און יעדער איינער, אפגעזעהן וויפיל מינוט ער האט געהאט אויפ'ן סטעידזש, איז געווען א ספייס וואס האט ערגענצט דעם בילד.
יוסי ח.
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 30, 2017 5:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי ח. »

וואס האט שימי ווברמן געמאכט און שפיל ?
עס איז דא בילדער פון אים דא און אוכט אין די ביכל
????????????????????????????????????????????????
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

יוסי ח. האט געשריבן:וואס האט שימי ווברמן געמאכט און שפיל ?
עס איז דא בילדער פון אים דא און אוכט אין די ביכל
????????????????????????????????????????????????


מסתם האט ער געהאלפן די פרישע קינדער עקטערס, עס איז געווען אפאר עקטערס בחורים וואס האבן נאך קיינמאל נישט געעקט.
אאא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אאא »

די שפיל איז גיוועין wow
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

א קליפ ווי די טרעין פארט האט איינער ?
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

.
Time to stop comparing the intern to Imgloiblech, please!! this is child talk!! they are 2 completely different mindsets
.Let's rather compare the same Imgloiblech team with their plays
.play 1, rocked the boat in the world of plays showing they can too
play 2, was explosive good! although the last scene was not so so... still, everyone was "WOW" from them, they outperformed themselves to a very high level in literally "all aspects" of a play. and to top it all off, the Complimentary video, where the Directors are "explaining" what they did, and how every little !detail and ingredient is so important to the overall success, the DVD was watched AGAIN in one long breath
.play 3, I was awaiting a rock-solid performance, at least as good as play 2, but unfortunately, in my eyes, it never happened

Yes, play 3 was a beautiful beautiful performance - rather I should say, a quality "Documentary" played out by two high-end actors, and all " Young children" and Passive Adults ware happy and they all had a great time there. but in my eye's, Play 3 "NEVER happened! I'm still waiting for Play 3! with all the suspense, detail and ingredients that we were told in the complimentary video in Play 2.

There is nothing "wrong" with the last play, in my eyes, it is like they promised us Apples, and delivered oranges. and for that very reason, I'm very upset. I was looking out, and was "hyped up" by the backstage personnel, that something "Massive" is coming! remember the safe falling from the upper floor? he said, that kind of "suspense" will await you at "every scene". in my brain, I already saw the apples. but in reality, they delivered oranges. far far away from their own ingredients. sure, they finished it off with a "taste" of the second play, but only a "taste". the first half was repeatedly boring, with one small exception, when the child was throwing down dirt from the attic. but overall it was oranges, not apples. and if your planning to take a different route compared to play 2, then "SAY IT".
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

כרעמזל האט געשריבן:מיין קורצע אנאליז אויפן פלעי:
אין רוב זאכן זענען זיי גאנץ פיין ווי – פראפ'ס – קאסטיומ'ס – סקריפט (קומט נישט צו צו יואל הערשעס סקריפט אבער.. גאנץ פיין) – מוזיק – ספעשיל עפעקט'ס וכו' וכו'

אבער איין זאך נאר. וואס דאס איז די עקטען חלק אין דעם קומען זייערע עקטערס (רובו ככולו) נישט צו צו די אונטערן חבריא'ס עקטערס ווי יואל הערש / יוסי פרענקל / לייבי ווידער / אהרן מינץ / מרדכי הערש הערשקאוויטש / לאנגזאם ופעלדמאן / וכו' וכו'

(נאכאמאל. זיי האבן אויך אפאר גרויסע חברה ווי ברוין / אבראמאוויטש / טעסלער אבער רובו ככולו קומען נישט צו צו...)

און דערפאר האב איך נישט אזוי שטארק געגליכן די שפיל ווייל אין מיינע אויגן זענען רוב פון זייערע עקטער'ס גארנישט אקעגן די אונטערן חבריא'ס עקטערס


כרעמזל, דו קענסט ענגליש? ביטע ליין מיין ארטיקל. כהאב נישט געהאט קיין אידישע קיבארד אויפן מאמענעט. אבער וואס דו שרייבסט ליינט זיך ווי סתם העצע, בעיבישקייט און איינרעדעניש.

קודם כל, לשיטתך, ארי׳ פלעגט יארן עקטן ביי די געלונגעסטע שפילן ביי די אינטערן און ער איז א מייסטער סקריפט שרייבער העכער 20 יאר.
נומער צוויי, אויב איינער קען עקטן, קען ער זיין 12 יאר אויך! און שמעון וועבערמאן יוכח אז מען קען, קען מען. אויב נישט קען מען זיין אויפן סטעידש פאר 20 יאר און נישט קענען. די אימגלויבליך מעלה איז אז זיי זוכן אויף אט די טאלאנט און לייגן זיי אויפן סטעידש. סאו צו שרייבן אז זיי טויגן נישט אזוי גוט ווייל זיי הייסן נישט יואל הערש פוקס, איז נאן סענס!

לאנגזאם און פעלדמאן איז אויך זייער גוט ווייל יעצט זענען זיי אין סטייל, אמאל איז געווען קיטשי און באלאנד און פאר דעם איז געווען לאצי.

ביידעוועי, אפשר זאגסטו אז די אינטערן זענען נישט אזוי גוט ווייל גלח וואסא מיט חיים פרענקל עקטן נישט מער?

ביידעוועי, טעסלער האב איך געגליכן די פלעי פיל בעסער ווי די פריעדיגע. ער איז געווען מער נאטירלעך, און פלאס וואס דער עולם האט אים געדענקט פאר א דריי קאפ, האט מען נישט געוואוסט ביזן סוף ווי ער שטייט עכט.

יוסי אינדיג איז א אייזערנע עקטאר געבוירן א מתנה פון הימל, ער עקט ניטאמאל! ער איז באמת דער כאראקטער וואס מען דארף.

די איידיע פון זיך רעכענען מיטן עולם און עס האלטן תלמוד תורה סעיף פאר די פרומסטע שטיבער איז עפעס וואס זיי האבן דעליווערט מיט א שמיץ אריבער, משגיחים, פלעסטיק אויף די טישטיכער פאר די בעגס (ס׳איז געווען פסח) און חיים׳ס הארץ ליגט יעדען דיטעיל צו מאכן גרינגער פארן עולם. ס׳יז נישט געווען קיין איין פלאקאט אינדרויסן וואס איז אין רוח חכמים נוחה, ס׳איז באמת געווען תורה׳דיג סעיף פון אלע הינזיכטן. מעסערס, שטעכן, גאנס, הרג׳ענען, שיסן באמבאדירן, די אלע ווייעלענס איז אפשר אונטערסאנט פאר טאטעס, אבער טראמאטייזד און איז פּויזן פאר קינדער.

אין אלע קעמפס ווי די קינדער מאכן פלעיס איז אלעס געווען נאר טעראריסטן, גאנס, שיסן שטעכן הרג׳גענען. ממש א שוידער. איך ווייס דאס פורסט הענד. אומגלויבליך טוהט דאס נישט! אפילו ווען איינער דארף נפטר ווערן אינעם סקריפט,(די ערשטע פלעי) איזעס געווען זייער איידל און סענסעטיוו צו די קינדער. דאס זענען עקטארס, זיי דעליווערן פונקט וואס מען דארף. איך פרעזענליך בינעך נישט געווען צופריעדן פינעם סטייל סקריפט, אבער דאס ווארשיינליך איז מיין פראבלעם און איך וועל זיך דארפן בארואיגן אליין. כהאב שוין גערעדט פרעזענליך צו ר׳ חיים און צו ר הירצקא בנוגע מיין בויך וויי. אבער קרעדיט קומט נאך אלץ ווי קרעדיט קומט.

לאמיר זאגן אז צו מאכן א מיסטעריע סטייל שפיל קאסט צו פיל געלט, און זיי ווילן גיין מיט די סארט איידעלע רואיגע שפילן, איזעס נאך אלץ ווערט, ווייל זיי מאכן עס באמת תורה׳דיג. און דאס האבן זיי חזקה שוין דריי מאל.

די סארט שפילן דארפן ווייטער אנגיין. תורה׳דיג, היימישע עקטאר׳ס, און תורה׳דיגע סקריפטס.

איך זאג נישט אז די אינטערן איז ממש גוי׳איש, אבער מיט די אלע שיסערייען און שטעכערייען איזעס מער פאר אנדערע סארט משפחות.

ביידעוועי, האט איינער בכלל ״באמערקט״ ווי גוט די מייקס האבן געארבייט?! קיינער ברענגט עס נישט אויף דערווייל, ווייל קיינער כאפט אפילו נישט! די מייקס האט מען געטאן וואס מען ברויך און עס דעליווערט! די מיקס, די מוזיק די סאונד איז געווען טאפ טאפ!! ביידעוועי די שפילער איז איינס אין די וועלט. די מוזיק האט מען נישט געהערט, נאר געשפירט! אט אזוי באלאנגט עס.

איינער וויל מיר צונעמען דעם קיבארד? ווייל אז נישט וועל איך שרייבן ביז אינדערפרי..

א גוטע לאכט (קרעדיט: קראלי העט קאונסלער)
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

מילין. לשיטתך, וואס איז שלעכט מיט באמבאדירונגען?
מילא מעסערס גאנס און שיסעריין, הריגות אויפן סטעדזש, איז פארשטענדליך אז ס'איז אפגעפרעגט ולית מאן דפליג אז נארמאלע מענטשן ענדשויען עס נישט, חוץ פון אפאר קאנקע משוגעים. אבער באמבאדירונגען? (אודאי נאר אויף א בנין וכדו' און נישט אויף קיין מענטשן) אן אויפרייס אויף סטעדזש איז זייער א דראמאטישע מאוו, און פרעג דיך נאך ביים היימישן פרומען עולם, רובו ככולו האבן זייער הנאה געהאט פונעם באמבע אויפן דאטשע ביי אונטערן רוקן, מה שאין כן רעגט מען זיך פארוואס ראדזשינסקי האט געדארפט הרג'נען וויקטאר אויף סטעדזש.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:מילין. לשיטתך, וואס איז שלעכט מיט באמבאדירונגען?
מילא מעסערס גאנס און שיסעריין, הריגות אויפן סטעדזש, איז פארשטענדליך אז ס'איז אפגעפרעגט ולית מאן דפליג אז נארמאלע מענטשן ענדשויען עס נישט, חוץ פון אפאר קאנקע משוגעים. אבער באמבאדירונגען? (אודאי נאר אויף א בנין וכדו' און נישט אויף קיין מענטשן) אן אויפרייס אויף סטעדזש איז זייער א דראמאטישע מאוו, און פרעג דיך נאך ביים היימישן פרומען עולם, רובו ככולו האבן זייער הנאה געהאט פונעם באמבע אויפן דאטשע ביי אונטערן רוקן, מה שאין כן רעגט מען זיך פארוואס ראדזשינסקי האט געדארפט הרג'נען וויקטאר אויף סטעדזש.

your right. but u got my point
כרעמזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרעמזל »

מילין_יקירין האט געשריבן:
כרעמזל האט געשריבן:מיין קורצע אנאליז אויפן פלעי:
אין רוב זאכן זענען זיי גאנץ פיין ווי – פראפ'ס – קאסטיומ'ס – סקריפט (קומט נישט צו צו יואל הערשעס סקריפט אבער.. גאנץ פיין) – מוזיק – ספעשיל עפעקט'ס וכו' וכו'

אבער איין זאך נאר. וואס דאס איז די עקטען חלק אין דעם קומען זייערע עקטערס (רובו ככולו) נישט צו צו די אונטערן חבריא'ס עקטערס ווי יואל הערש / יוסי פרענקל / לייבי ווידער / אהרן מינץ / מרדכי הערש הערשקאוויטש / לאנגזאם ופעלדמאן / וכו' וכו'

(נאכאמאל. זיי האבן אויך אפאר גרויסע חברה ווי ברוין / אבראמאוויטש / טעסלער / אינדיג אבער רובו ככולו קומען נישט צו צו...)

און דערפאר האב איך נישט אזוי שטארק געגליכן די שפיל ווייל אין מיינע אויגן זענען רוב פון זייערע עקטער'ס גארנישט אקעגן די אונטערן חבריא'ס עקטערס


כרעמזל, דו קענסט ענגליש? ביטע ליין מיין ארטיקל. כהאב נישט געהאט קיין אידישע קיבארד אויפן מאמענעט. אבער וואס דו שרייבסט ליינט זיך ווי סתם העצע, בעיבישקייט און איינרעדעניש.

קודם כל, לשיטתך, ארי׳ פלעגט יארן עקטן ביי די געלונגעסטע שפילן ביי די אינטערן און ער איז א מייסטער סקריפט שרייבער העכער 20 יאר.
נומער צוויי, אויב איינער קען עקטן, קען ער זיין 12 יאר אויך! און שמעון וועבערמאן יוכח אז מען קען, קען מען. אויב נישט קען מען זיין אויפן סטעידש פאר 20 יאר און נישט קענען. די אימגלויבליך מעלה איז אז זיי זוכן אויף אט די טאלאנט און לייגן זיי אויפן סטעידש. סאו צו שרייבן אז זיי טויגן נישט אזוי גוט ווייל זיי הייסן נישט יואל הערש פוקס, איז נאן סענס!

לאנגזאם און פעלדמאן איז אויך זייער גוט ווייל יעצט זענען זיי אין סטייל, אמאל איז געווען קיטשי און באלאנד און פאר דעם איז געווען לאצי.

ביידעוועי, אפשר זאגסטו אז די אינטערן זענען נישט אזוי גוט ווייל גלח וואסא מיט חיים פרענקל עקטן נישט מער?

ביידעוועי, טעסלער האב איך געגליכן די פלעי פיל בעסער ווי די פריעדיגע. ער איז געווען מער נאטירלעך, און פלאס וואס דער עולם האט אים געדענקט פאר א דריי קאפ, האט מען נישט געוואוסט ביזן סוף ווי ער שטייט עכט.

יוסי אינדיג איז א אייזערנע עקטאר געבוירן א מתנה פון הימל, ער עקט ניטאמאל! ער איז באמת דער כאראקטער וואס מען דארף.

די איידיע פון זיך רעכענען מיטן עולם און עס האלטן תלמוד תורה סעיף פאר די פרומסטע שטיבער איז עפעס וואס זיי האבן דעליווערט מיט א שמיץ אריבער, משגיחים, פלעסטיק אויף די טישטיכער פאר די בעגס (ס׳איז געווען פסח) און חיים׳ס הארץ ליגט יעדען דיטעיל צו מאכן גרינגער פארן עולם. ס׳יז נישט געווען קיין איין פלאקאט אינדרויסן וואס איז אין רוח חכמים נוחה, ס׳איז באמת געווען תורה׳דיג סעיף פון אלע הינזיכטן. מעסערס, שטעכן, גאנס, הרג׳ענען, שיסן באמבאדירן, די אלע ווייעלענס איז אפשר אונטערסאנט פאר טאטעס, אבער טראמאטייזד און איז פּויזן פאר קינדער.

אין אלע קעמפס ווי די קינדער מאכן פלעיס איז אלעס געווען נאר טעראריסטן, גאנס, שיסן שטעכן הרג׳גענען. ממש א שוידער. איך ווייס דאס פורסט הענד. אומגלויבליך טוהט דאס נישט! אפילו ווען איינער דארף נפטר ווערן אינעם סקריפט,(די ערשטע פלעי) איזעס געווען זייער איידל און סענסעטיוו צו די קינדער. דאס זענען עקטארס, זיי דעליווערן פונקט וואס מען דארף. איך פרעזענליך בינעך נישט געווען צופריעדן פינעם סטייל סקריפט, אבער דאס ווארשיינליך איז מיין פראבלעם און איך וועל זיך דארפן בארואיגן אליין. כהאב שוין גערעדט פרעזענליך צו ר׳ חיים און צו ר הירצקא בנוגע מיין בויך וויי. אבער קרעדיט קומט נאך אלץ ווי קרעדיט קומט.

לאמיר זאגן אז צו מאכן א מיסטעריע סטייל שפיל קאסט צו פיל געלט, און זיי ווילן גיין מיט די סארט איידעלע רואיגע שפילן, איזעס נאך אלץ ווערט, ווייל זיי מאכן עס באמת תורה׳דיג. און דאס האבן זיי חזקה שוין דריי מאל.

די סארט שפילן דארפן ווייטער אנגיין. תורה׳דיג, היימישע עקטאר׳ס, און תורה׳דיגע סקריפטס.

איך זאג נישט אז די אינטערן איז ממש גוי׳איש, אבער מיט די אלע שיסערייען און שטעכערייען איזעס מער פאר אנדערע סארט משפחות.

ביידעוועי, האט איינער בכלל ״באמערקט״ ווי גוט די מייקס האבן געארבייט?! קיינער ברענגט עס נישט אויף דערווייל, ווייל קיינער כאפט אפילו נישט! די מייקס האט מען געטאן וואס מען ברויך און עס דעליווערט! די מיקס, די מוזיק די סאונד איז געווען טאפ טאפ!! ביידעוועי די שפילער איז איינס אין די וועלט. די מוזיק האט מען נישט געהערט, נאר געשפירט! אט אזוי באלאנגט עס.

איינער וויל מיר צונעמען דעם קיבארד? ווייל אז נישט וועל איך שרייבן ביז אינדערפרי..

א גוטע לאכט (קרעדיט: קראלי העט קאונסלער)

מילין טייערע:: האלטסטו נישט אז די אונטערן עקטערס זענען בעסערע עקטערס ווי די אומגלויבליך טיעם?? האסטו נישט געזען מיינע סוף ווערטער אז ארי' אבראמאוויטש איז א פיין עקטער - און יא!! איך האלט אז יואל הערש שרייבט אביסל בעסער ווי ארי און אז אונטערן האט בעסערע מוזיק
אבער און דעם ביזטו יא גערעכט אז איך זאל נישט קאמפערן זיי צו זיי... אבער שוין.. נעקסט טיים...
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

דו ווייסט א קאפי עקט נאך פינעם לעצטן געדאנק? ער קררררררררריכט שוין מינעם נוז!
"איך בעט אייך! איק מוזט מיר גלייבן! איך וואלט דאס קיינמאל נישט געטאן"

קענסט דעם ליין? קענסט "איין" פלעי וואס האט עס נישט?
ווען אינטערן האט געברענגט ר' אליעזר הערש ראזענפעלד, האבעך ממש אויפגעלעבט! פיינעלי עפעס חדשות. אוודאי האבן זי פיינע עקטארס, אבער אז דאס זאל דיר שטערן פון אינדשויען יוסי אינדיג, איז נישט ריעליסטיש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייסט א קאפי עקט נאך פינעם לעצטן געדאנק? ער קררררררררריכט שוין מינעם נוז!
"איך בעט אייך! איק מוזט מיר גלייבן! איך וואלט דאס קיינמאל נישט געטאן"

קענסט דעם ליין? קענסט "איין" פלעי וואס האט עס נישט?
ווען אינטערן האט געברענגט ר' אליעזר הערש ראזענפעלד, האבעך ממש אויפגעלעבט! פיינעלי עפעס חדשות. אוודאי האבן זי פיינע עקטארס, אבער אז דאס זאל דיר שטערן פון אינדשויען יוסי אינדיג, איז נישט ריעליסטיש


:lol: ;l;p-
עגרי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

מיינעך אז די ליין: איך קען עס נישט גלייבן...!!! איך קען עס ממש נישט גלייבן...!!! לויפט ביי אלע אונטערן פלעיס, אמאל זאגט עס יואל הערש פוקס, און אמאל אליעזר הערש ראזנפעלד, אבער מער ווייניגער ווערט דאס איבערגע'חזר'ט יעדע חוה"מ.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייסט א קאפי עקט נאך פינעם לעצטן געדאנק? ער קררררררררריכט שוין מינעם נוז!
"איך בעט אייך! איק מוזט מיר גלייבן! איך וואלט דאס קיינמאל נישט געטאן"

קענסט דעם ליין? קענסט "איין" פלעי וואס האט עס נישט?
ווען אינטערן האט געברענגט ר' אליעזר הערש ראזענפעלד, האבעך ממש אויפגעלעבט! פיינעלי עפעס חדשות. אוודאי האבן זי פיינע עקטארס, אבער אז דאס זאל דיר שטערן פון אינדשויען יוסי אינדיג, איז נישט ריעליסטיש

ס'דא אסאך מענטשן וואס ענדשויען קאפי. קען זיין אז דו נישט, אבער אסאך יא.

נאך מער, קוק גוט אריין אינעם ענין וואס איך גיי יעצט שרייבן וועסטו זען אז ס'איז ריכטיג. אן אונטערן פלעי אן קאפי, וואלט געפעלט זיייער אסאך פונעם געפיל. קאפי, חוץ דעם וואס ער עקט, טוט ער נאך עפעס זייענדיג אויפן סטעדש. ער ברענגט אריין די געפילן צווישן איין עקטער און צווייטן און צווישן די עקטערס אינעם עולם, ער מאכט די קשר אז איין עקטער זאל קאנעקטן מיטן צווייטן, און אויך אז דער עולם זאל קאנעקטן מיט די עקטערס.
לעצט פארראכטן דורך וואלברוזש'ע רבי אום מיטוואך אפריל 11, 2018 4:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

סאו אן קאפי קענען די אלע עקטערס נישט מאכן די קשר אז איין עקטער זאל קאנעקטן מיטן צווייטן?! סיריעסלי?! דעט איז בעעעעעד......
ליסן, כ'וויייס נישט ווער דו בוזט, אבער אין ריל לייף וואלטעך זיך ווארשיינליך נישט פארהערט מיט דיר...
ס'איז א פאקט אז ער איז אלט! ס'איז אויך א פאקט אז ער איז גוט! אבער די טבע פון א מענטש פארלאנגט א טויש. וואס נאך טוט זעך?
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

לאמיך עפעס קלאר שטעלן, יעדע פלעי, אנטערן, ווארשע, אומגלויבליך, גייט אריין שווערע הארוואניע געלט, בלוט און מארך ביין, שלאפלאזע נעכט, פאנטשערס, אישוס, קאפ וויי, און וואס נישט. סאו איך ריספעקט זיי אלע. ווען איך שרייב עפעס "נעגאטיוו" איז עס בלויז אויסצושמועסן, חלילה נישט אראפצורייסן אדער אריינפליקן. דא איז א היימישע פאבליק פארום, און אויסשמועסן א אייגענע פרעספעקטיוו איז אקעי. זיך אייסערן איבער "פאקטן" איז לעכערליך. זיכער נישט איבער וועלכע נאמען א "ניק" איז.... ביטע.... נורסערי איז אויפן ערשטן שטאק...
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

מילין_יקירין האט געשריבן:לאמיך עפעס קלאר שטעלן, יעדע פלעי, אנטערן, ווארשע, אומגלויבליך, גייט אריין שווערע הארוואניע געלט, בלוט און מארך ביין, שלאפלאזע נעכט, פאנטשערס, אישוס, קאפ וויי, און וואס נישט. סאו איך ריספעקט זיי אלע. ווען איך שרייב עפעס "נעגאטיוו" איז עס בלויז אויסצושמועסן, חלילה נישט אראפצורייסן אדער אריינפליקן. דא איז א היימישע פאבליק פארום, און אויסשמועסן א אייגענע פרעספעקטיוו איז אקעי. זיך אייסערן איבער "פאקטן" איז לעכערליך. זיכער נישט איבער וועלכע נאמען א "ניק" איז.... ביטע.... נורסערי איז אויפן ערשטן שטאק...

סארי, כ'האב זיך נישט גוט מסביר געווען, געכאפט א נארישע משל און אראפ געפאלן ביז נורסערי.
זייטס מיר מוחל.
לעצט פארראכטן דורך וואלברוזש'ע רבי אום מיטוואך אפריל 11, 2018 5:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:לאמיך עפעס קלאר שטעלן, יעדע פלעי, אנטערן, ווארשע, אומגלויבליך, גייט אריין שווערע הארוואניע געלט, בלוט און מארך ביין, שלאפלאזע נעכט, פאנטשערס, אישוס, קאפ וויי, און וואס נישט. סאו איך ריספעקט זיי אלע. ווען איך שרייב עפעס "נעגאטיוו" איז עס בלויז אויסצושמועסן, חלילה נישט אראפצורייסן אדער אריינפליקן. דא איז א היימישע פאבליק פארום, און אויסשמועסן א אייגענע פרעספעקטיוו איז אקעי. זיך אייסערן איבער "פאקטן" איז לעכערליך. זיכער נישט איבער וועלכע נאמען א "ניק" איז.... ביטע.... נורסערי איז אויפן ערשטן שטאק...

סארי, כ'האב זיך נישט גוט מסביר געווען, געכאפט א נארישע משל און אראפ געפאלן ביז נורסערי.
זייטס מיר מוחל און האטס מיר לעכטיגן ביי.

(עמער זיך זען ביי מיין בר מצוה און צען יאר ארום)...

בס'אויסגעמעקט, און נאכאמאל אנטשולדיגט.

וועגן די ענין פון קאפי און בכלל פון פלעיס וויל איך אייך זאגן אז איך קום פון דארט, און איך ווייס וואס א פלעי איז, און איך שרייב נישט מיינע אייגענע ווערטער, נאר איך שרייב נאך ווערטער פון די גרויסע קעפ, פראדוסערס פון גרויסע פלעיס..
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

מילין_יקירין האט געשריבן:סאו אן קאפי קענען די אלע עקטערס נישט מאכן די קשר אז איין עקטער זאל קאנעקטן מיטן צווייטן?! סיריעסלי?! דעט איז בעעעעעד......
ליסן, כ'וויייס נישט ווער דו בוזט, אבער אין ריל לייף וואלטעך זיך ווארשיינליך נישט פארהערט מיט דיר...
ס'איז א פאקט אז ער איז אלט! ס'איז אויך א פאקט אז ער איז גוט! אבער די טבע פון א מענטש פארלאנגט א טויש. וואס נאך טוט זעך?

כ'מיין נישט קאפי זעלבסט, כ'מיין די סארט כאראקטער. ער ברענגט אריין א ווארימקייט..
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”