נייע אלבום ניגוני סקולען "נועם 2"

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

טויגליכער איד האט געשריבן:הערליכע סידי!
זייער בא'טעם'ט צו הערן הייליגע סקולענע ניגונים, מיט שיינע פארפעסיאנאלע מוזיק

דער אלבום איז א ברכה צו מאכן.
א ברכת שהחיינו מיין איך.

אזא הערליכע פערפעקטע אלבום, געשמאק, פראפעסיאנעל, שיין געזונגען, שיין מוזיק איז א יקר המציאות.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געהערט דעם ניגון "ויהי החודש הזה" די אנהויב פון די ניגון האט מיר אויסגעקוקט ווי עפעס נישט די ניגון וואס איך הער אייביג ביי די טישן אין סקולען...
די שפעטערע פעלער פונעם ניגון איז שוין יא מער ווייניגער דומה וואו וואס איך בין צוגעוואוינט.
זעהט אויס ממש נוסח סקולען איז זיי געווען שווער עס צו זינגען האבן זיי ארומגעדרייט.
האב איך א טעות?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

abeg האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:עס איז א הערליכע סידי! שיינע קוויייערס און זינגערס הערליכע מוזיק.
2 הערות
עס מעג זיין מער ניגונים (אפי נייע סידיס קומען שוין היינט צווישען 10-12 נגונים)
עס מעג ווען זיין בעסערע נגינום למשל מקען אריין לייגן אם אין אני מי לי א הערליכע הארציגע ניגון.
נאכאמאל מען ווארט שוין אויף די קומינדיגע סידי עס איז הערליך

כ׳װעל נאכאמאהל זאגען אז רוב נגינום איז אינעם אלבום אױף די רבי זז״ג פארלאנג (די רבי זז״ג נעמט אױף יעדע נאכט חוץ די לעצטע פאהר טעג די רבי זז״ג לײדט לײדער פין זײער א שװערע לונגען אנטצידאנג אין מ׳קען מתפלל זײן אין איר קענט פרעגן פ״װ ער האט געװאלט די נגינום אין איך גארענטי אז אױב די פרעגסט װעט ער דיך ענטפערן)

יאפ מ'דארף מתפלל זיין, דער רבי זז"ג ליידט אצינד אויף א שטארקע pneuomonia און די אטעמען איז אים היבש שווער.

נעכטן איז געווען א דאקטאר צו אפשאצן דעם רבינ'ס מצב צוליב דעם, און די נאנטע צום רבי'ן זענען געווען מסופק צו מ'זאל אריינטראגן דעם רבי'ן אין שפיטאל צו נישט.

מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לברהגו"נ ולאיוש"ט

(ביי א געזונטע מענטש איז דאס מסתמא גארנישט, אבער ביי א איד אין די יארן קע"ה איז יעדע קלייניגקייט עפעס וואס מ'דארף מתפלל זיין)
---
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בשבילי נברא האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:עס איז א הערליכע סידי! שיינע קוויייערס און זינגערס הערליכע מוזיק.
2 הערות
עס מעג זיין מער ניגונים (אפי נייע סידיס קומען שוין היינט צווישען 10-12 נגונים)
עס מעג ווען זיין בעסערע נגינום למשל מקען אריין לייגן אם אין אני מי לי א הערליכע הארציגע ניגון.
נאכאמאל מען ווארט שוין אויף די קומינדיגע סידי עס איז הערליך

כ׳װעל נאכאמאהל זאגען אז רוב נגינום איז אינעם אלבום אױף די רבי זז״ג פארלאנג (די רבי זז״ג נעמט אױף יעדע נאכט חוץ די לעצטע פאהר טעג די רבי זז״ג לײדט לײדער פין זײער א שװערע לונגען אנטצידאנג אין מ׳קען מתפלל זײן אין איר קענט פרעגן פ״װ ער האט געװאלט די נגינום אין איך גארענטי אז אױב די פרעגסט װעט ער דיך ענטפערן)

יאפ מ'דארף מתפלל זיין, דער רבי זז"ג ליידט אצינד אויף א שטארקע pneuomonia און די אטעמען איז אים היבש שווער.

נעכטן איז געווען א דאקטאר צו אפשאצן דעם רבינ'ס מצב צוליב דעם, און די נאנטע צום רבי'ן זענען געווען מסופק צו מ'זאל אריינטראגן דעם רבי'ן אין שפיטאל צו נישט.

מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לברהגו"נ ולאיוש"ט

(ביי א געזונטע מענטש איז דאס מסתמא גארנישט, אבער ביי א איד אין די יארן קע"ה איז יעדע קלייניגקייט עפעס וואס מ'דארף מתפלל זיין)

אוי וויי !
כ'האב געפלאנטדי וואך צו פארן איהן צו שלש סעודות.
אויב איינער ווייסט מער צו די רבי זאל זיי געזונט און שטארק גייט געהעריג פירן שבת שלש סעודות הבדלה זאל מיר ביטע מעלדן.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

א חידוש פון א חסידות אזא טייערע סידי!!
פון די בעסטע זינגערס!
פון די בעסטע ארעינדזשערס!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

סידיראם האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זשאסט געקויפט !
א זעלטן שיינע רייכע סידי מיט די הערליכע אדורך געווייגטע ניגונים
הגם ס'איז דא אסאך שענערע אויך
איך אין מיין באזיץ האב קרוב צו צוויי הונדערט סקולענע ניגונים !!!
איך וואלט געוואלט בעטן אז ווער עס קען נאר זאל עס קויפן זאלן די ארענדזשער'ס זעהן אז פון אזוינע ערליכע סידיס איז נאך דא א מארקעט. און זיי זאלן ארויסגעבן נאך.

איך האב ציטירט די תגובה פאר איך האב געהערט די סידי, וויבאלד בעצם האלט איך פון די געדאנק פון ארויסגעבן ערליכע ניגונים וכו'.

למעשה נאכ'ן הערן די סידי, צי איך צוריק. איך זעה אז דער עולם דא האלט נישט אזוי, אבער איך זאג וואס איך האב געטראכט בשעת'ן הערן, אז די סידי איז ממש א גרויל! עסטו מיך פרעגן, ס'הייסט? עס זינגט דאך הערליכע סקולעני ניגונים? אין די קשיא ליגט טאקע די תירוץ, טאקע אט א דאס, מען האט גענומען הערליכע סקולעני ניגונים, ווארעם און הארציג, ניגונים וואס איז איין שטיק נשמה, אזש מען קען צוגיין פון די ניגונים, און מען האט דאס פארוואנדעלט און א מוזיקאלישע היינטיגע סטייל מוזיק.

איך האב ביי מיר אין באזיץ א סידי וואס חסד לאברהם האט געטיילט, די מוזיק איז - דאכט זיך מיר - פון מוצאי שבת נחמו פון עטליכע יאר, יענע סידי למשל, הערט מען זינגען די ניגון עקביא בן מהללאל אומר, עס איז הערליך שיין, עס איז צו ארים די טינט צו באשרייבן די מתיקות דערפון, ווען די הערסט די ניגון קענסטו דיך פארשטעלן ווי די זיצט ביי דעים צדיק וקדוש מסקולעני שליט"א און די זעסט אים זינגען די ניגון מיט דביקות און געגועין.

דא ביי די סידי האט מען גענומען די ניגון און עס אזוי באפיצט און פארדרייט, קיין איינער אין סקולעני זינגט דאס נישט אזוי, און קיינמאל ביי סקולעני רבי'ס טיש זינגט מען נישט די ניגון מיט די אלע געבויגענע תנועות וואס מען האט מחדש געווען אויף די סידי פשוט כדי דאס זאל זיך אריינפאסן אין די היינטיגע סטייל גויאישע מוזיק, אדרבה זאל איינער הערן די סידי און איינער זאל הערן דאס זינגען מוצאי שבת נחמו, ווען מען שפילט דאס הערליך אויף בשעת סקולעני רבי שליט"א געפינט זיך דארט, וועט ער גלייך זעהן די חילוק, עס איז הימל און ערד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

אייעדע דיטאל פינעם סי די האבן אלע קינדער פינעם רבי זז״ג אױסגעהערט פארדעם אין עס אפראװד דאס איז אײנע פין די סיבות פ״װ די סי די האט גענימען איבער צװײ יאר צי מאכן נישט נאר דאס די אלע זינגער׳ס ערענדזערס קװײער׳ס וכו׳ װער האט זײ אױסגעלירנט די נגונים? װאזױ קענען זײ עס? די ת׳ איז אז די רבי׳ס זון האבן אלע נגונים ארײנגעזינגען אין א ריקארדער אין דאס האט מען געגעבן פאר איעדעם זיך אױסצילערנען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

איין ניגון אן ווערטער הערט זיך זייער ענליך צו אוי אוי שבת
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סידיראם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זשאסט געקויפט !
א זעלטן שיינע רייכע סידי מיט די הערליכע אדורך געווייגטע ניגונים
הגם ס'איז דא אסאך שענערע אויך
איך אין מיין באזיץ האב קרוב צו צוויי הונדערט סקולענע ניגונים !!!
איך וואלט געוואלט בעטן אז ווער עס קען נאר זאל עס קויפן זאלן די ארענדזשער'ס זעהן אז פון אזוינע ערליכע סידיס איז נאך דא א מארקעט. און זיי זאלן ארויסגעבן נאך.

איך האב ציטירט די תגובה פאר איך האב געהערט די סידי, וויבאלד בעצם האלט איך פון די געדאנק פון ארויסגעבן ערליכע ניגונים וכו'.

למעשה נאכ'ן הערן די סידי, צי איך צוריק. איך זעה אז דער עולם דא האלט נישט אזוי, אבער איך זאג וואס איך האב געטראכט בשעת'ן הערן, אז די סידי איז ממש א גרויל! עסטו מיך פרעגן, ס'הייסט? עס זינגט דאך הערליכע סקולעני ניגונים? אין די קשיא ליגט טאקע די תירוץ, טאקע אט א דאס, מען האט גענומען הערליכע סקולעני ניגונים, ווארעם און הארציג, ניגונים וואס איז איין שטיק נשמה, אזש מען קען צוגיין פון די ניגונים, און מען האט דאס פארוואנדעלט און א מוזיקאלישע היינטיגע סטייל מוזיק.

איך האב ביי מיר אין באזיץ א סידי וואס חסד לאברהם האט געטיילט, די מוזיק איז - דאכט זיך מיר - פון מוצאי שבת נחמו פון עטליכע יאר, יענע סידי למשל, הערט מען זינגען די ניגון עקביא בן מהללאל אומר, עס איז הערליך שיין, עס איז צו ארים די טינט צו באשרייבן די מתיקות דערפון, ווען די הערסט די ניגון קענסטו דיך פארשטעלן ווי די זיצט ביי דעים צדיק וקדוש מסקולעני שליט"א און די זעסט אים זינגען די ניגון מיט דביקות און געגועין.

דא ביי די סידי האט מען גענומען די ניגון און עס אזוי באפיצט און פארדרייט, קיין איינער אין סקולעני זינגט דאס נישט אזוי, און קיינמאל ביי סקולעני רבי'ס טיש זינגט מען נישט די ניגון מיט די אלע געבויגענע תנועות וואס מען האט מחדש געווען אויף די סידי פשוט כדי דאס זאל זיך אריינפאסן אין די היינטיגע סטייל גויאישע מוזיק, אדרבה זאל איינער הערן די סידי און איינער זאל הערן דאס זינגען מוצאי שבת נחמו, ווען מען שפילט דאס הערליך אויף בשעת סקולעני רבי שליט"א געפינט זיך דארט, וועט ער גלייך זעהן די חילוק, עס איז הימל און ערד.

"סידיראם" איך בין מיט דיר מיט יעדע ווארט, ישר כח פארן העלפן ארויס ברענגען מיין בליק אויפן סי די,
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אדרבה ווער עס האט די נייע סידי נועם, זאל ארויפגיין אויף די האטליין פון אוצר ניגוני סקולעני, און וועט זיך איבערצייגן איבער די דראסטישע חילוק פון די סידי מיט די ארגינעלקייט פון די ניגונים.
7187519744
טאקע למשל די ניגון פון עקביא קען דארט הערן אויף נומבער 1 1 דערנאך 70 (פאר אות ע') דערנאך 2 פאר די ניגונים מיט מוזיק דערנאך 6 פאר עקביא. און הערטס די חילוק אויף די נייע סידי

עס איז זייער א גיטע זאך אז מען האט דאס ארויסגעגעבן, אבער פאר איינער וואס קאכט זיך אין סקולעני ניגונים, קען בשום אופן נישט שעפן קורת רוח פון די נייע סידי וואס איז לויט די היינטיגע גויאישע סטייל, וואס די זאגסט וועגן סקולעני רבי שליט"א קינדער, ווייס איך נישט. איך ווייס וואס איך זעה אז די סידי איז שרעקליך פארדרייט און פארגויאישט פון די ארגינעלע ניגונים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

סידיראם האט געשריבן:אדרבה ווער עס האט די נייע סידי נועם, זאל ארויפגיין אויף די האטליין פון אוצר ניגוני סקולעני, און וועט זיך איבערצייגן איבער די דראסטישע חילוק פון די סידי מיט די ארגינעלקייט פון די ניגונים.
7187519744
טאקע למשל די ניגון פון עקביא קען דארט הערן אויף נומבער 1 1 דערנאך 70 (פאר אות ע') דערנאך 2 פאר די ניגונים מיט מוזיק דערנאך 6 פאר עקביא. און הערטס די חילוק אויף די נייע סידי

עס איז זייער א גיטע זאך אז מען האט דאס ארויסגעגעבן, אבער פאר איינער וואס קאכט זיך אין סקולעני ניגונים, קען בשום אופן נישט שעפן קורת רוח פון די נייע סידי וואס איז לויט די היינטיגע גויאישע סטייל, וואס די זאגסט וועגן סקולעני רבי שליט"א קינדער, ווייס איך נישט. איך ווייס וואס איך זעה אז די סידי איז שרעקליך פארדרייט און פארגויאישט פון די ארגינעלע ניגונים

לאמיר שױן זאגן אז ס׳איז פארדרײט אבער פארגויאישט? (למשל אזױ גױאיש װי דרײװען א שגץ בײק אדער גיין מיט א 4 Slice קאפל אדער אזױ װי האבן א 14 Channel?)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אז עס קומען ארויס נאר גרויליגע סידי'ס מיט אומ'טעמ'טע גוי'אישע ניגונים קלאגט מען "פארוואס גיט מען נישט ארויס קיין היימישע פראדוקציע פון פארצייטישע ניגונים אויף א פראפעסיאנאלן שטייגער ?"
אז מען גיט ארויס הייליגע ניגונים, פראפסיאנאל אראפגעזינגען, הערליך געאייגנט פאר די ברייטע אידישע גאס, נישט נאר פאר אידן וואס ווייקן זיך ביי מלוה מלכה אין סקולען, קלאגט מען ווייטער "ס'איז נישט ארגינעל"...

אודאי ביזטו גערעכט אז עס פעלט דעם ארגינעלען חן, אבער ווער עס וויל הערן סקולענער ניגונים ארגינעל אראפגעזונגען קען דאך הערן דעם האטליין. אבער דער סידי איז א שלימות'דיגע יצירה, דאס בעסטע וואס מען האט געקענט אהערשטעלן פאר א פראפעסיאנאלע אלבום וואס ווערט פארקויפט אין די היינטיגע מוזיק עפאכע.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

סידיראם האט געשריבן:אדרבה ווער עס האט די נייע סידי נועם, זאל ארויפגיין אויף די האטליין פון אוצר ניגוני סקולעני, און וועט זיך איבערצייגן איבער די דראסטישע חילוק פון די סידי מיט די ארגינעלקייט פון די ניגונים.
7187519744
טאקע למשל די ניגון פון עקביא קען דארט הערן אויף נומבער 1 1 דערנאך 70 (פאר אות ע') דערנאך 2 פאר די ניגונים מיט מוזיק דערנאך 6 פאר עקביא. און הערטס די חילוק אויף די נייע סידי

עס איז זייער א גיטע זאך אז מען האט דאס ארויסגעגעבן, אבער פאר איינער וואס קאכט זיך אין סקולעני ניגונים, קען בשום אופן נישט שעפן קורת רוח פון די נייע סידי וואס איז לויט די היינטיגע גויאישע סטייל, וואס די זאגסט וועגן סקולעני רבי שליט"א קינדער, ווייס איך נישט. איך ווייס וואס איך זעה אז די סידי איז שרעקליך פארדרייט און פארגויאישט פון די ארגינעלע ניגונים

דאס האט מען געזאגט אויך אויף ר' דוד ווערדיגער'ס טעיפ וואס איז ארויס געקומען צענדליגער יארן צוריק.
למעשה, איז יענער טעיפ אזא הערליכער טעיפ, אז מען קען עס הערן און הערן און הערן, און נישט זאט ווערן
ווער רעדט נאך פון דעם סקולענער 'אודך ה' אלקי בכל לבבי' אויף דעם טעיפ קען מען דאך ממש ציגיין, על אף וואס די סקולענער טענה'ן אז סי'ז נישט ארגינעל..
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

והעיקר שכחתי, דער סידי איז למעשה א מעשה אומן עד להפליא, כמעט נישט פארדרייט קיין תנועות. נאר וואס דען? ס'האט נישט דעם חן ווי ווען מען זונגט עס ביים רבי'נס טיש, נו וואס האסטו געוואלט.
נעם למשל דער ניגון "טרעיסט מיין פאלק", דאס איז אראפגעזינגען מיט אן אומגלויבליכע שיינקייט, ארויסגעברענגט די פנימיות פון דעם ניגון ווי קיינמאל בעפאר.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גראדע דער ווערדיגער טעיפ איז טאקע גוט פארדרייט. נועם איז הונדערט מאל מער אקוראט סקולען.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

דיזע תעעעעעיתי ניגון איז עפעס נישט נארמאל!! צוגיסט זיך אין די ביינער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ער וויינט צופיל אין קאפ אריין דער מאטי. איך וואלט געגעבן דעם ניגון פאר א צווייטן צו אפזינגען.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נעע. מוטי איז דאך ווער ס'מאכט די זאך.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

להודיע האט געשריבן:אז עס קומען ארויס נאר גרויליגע סידי'ס מיט אומ'טעמ'טע גוי'אישע ניגונים קלאגט מען "פארוואס גיט מען נישט ארויס קיין היימישע פראדוקציע פון פארצייטישע ניגונים אויף א פראפעסיאנאלן שטייגער ?"
אז מען גיט ארויס הייליגע ניגונים, פראפסיאנאל אראפגעזינגען, הערליך געאייגנט פאר די ברייטע אידישע גאס, נישט נאר פאר אידן וואס ווייקן זיך ביי מלוה מלכה אין סקולען, קלאגט מען ווייטער "ס'איז נישט ארגינעל"...

אודאי ביזטו גערעכט אז עס פעלט דעם ארגינעלען חן, אבער ווער עס וויל הערן סקולענער ניגונים ארגינעל אראפגעזונגען קען דאך הערן דעם האטליין. אבער דער סידי איז א שלימות'דיגע יצירה, דאס בעסטע וואס מען האט געקענט אהערשטעלן פאר א פראפעסיאנאלע אלבום וואס ווערט פארקויפט אין די היינטיגע מוזיק עפאכע.

שפתים ישק
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

להודיע דו זאגסט אמת'ע און גוטע נקודות!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

זייער שיין, אבער א שאד עס קומט ארויס א סידי מיט הייליגע ניגונים פון צדיקים, און עס ווערט געפוצט מיט די סטייל.

בכלל איז די נגינה געפאלן זייער אסאך אין די לעצטע עטליכע יאר, אפי' ווען מען זינגט שוין יא ערליכע ניגונים ביי חתונות, האט מען צוגעלייגט די גוי'אישע אינטראוס וואס זאלן מאכן זיכער אז די חתונות זאלן יא אויסקוקן ווי די אייסיס קעמפער זינגעריי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הרב סידיראם שליט''א כמיין גארנישט פרעזענליך אבער אין די עופות אשכול רעדט איר מער דברים של טעם
כהאב נישט קיין נגיעה אבער איך מיין אז דער cd איז מייסטערהאפטיג אראפגעזונגען,
מיטען סקולענער געפיל, מיט גאר רייכע מוזיק אז עס זאל אפילען צו יעדען,
לדעתי איז ר' דוד ווערדיגער'ס זינגען, געווען אסאך ווייטער פון סקולען, ווי ביידע נועם'ס, נאר סקען זיין אז איר פארשטייט נישט צו קיין מוזיק פארדעם ווערט איר נערוועז דערפון,
דאס איז די חורבן פארוואס גואישע נגינה איז מצליח ביים חיסידישען עולם, ווייל ווען איינער וויל אריינברענגען חסידישע נגינה רייך און פראפעסיאנאל,
רייסט מען אים אראפ אז ער איז גואיש,
נאר וואס איז גיט? ''באכע'' ''דשאכע'' ''נייע עפאכע''
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פון מיין קליינקעפיגע שטאנדפונקט האלט איך אז מ'וואלט עס געדארפט אהער שטעלן אזוי ווי די CD ברח דודי, לטב ולחיין און דאס גלייכן, נישט טוישן קיין מאשי פין די תנועות מיט שיינע קאלערפאל בענד, אזוי וועט יעדער הנאה האבן, און ס'וועט נאר זיין שבחים, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'האט נישט איבערגעגעבן די ניגונים אין אזאלכע הענט, חבל.. חבל..
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

זבולון ווייס האט געשריבן:זייער שיין, אבער א שאד עס קומט ארויס א סידי מיט הייליגע ניגונים פון צדיקים, און עס ווערט געפוצט מיט די סטייל.

בכלל איז די נגינה געפאלן זייער אסאך אין די לעצטע עטליכע יאר, אפי' ווען מען זינגט שוין יא ערליכע ניגונים ביי חתונות, האט מען צוגעלייגט די גוי'אישע אינטראוס וואס זאלן מאכן זיכער אז די חתונות זאלן יא אויסקוקן ווי די אייסיס קעמפער זינגעריי

מ׳האט זיך געלאזט קאסטען זײער אסאך געלט אז ס׳זאל זײן אלעס עכטע מוזיק אין נישט DJ אין מ׳הט טענות אז ס׳איז גױאיש
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אדער יא האט געשריבן:פון מיין קליינקעפיגע שטאנדפונקט האלט איך אז מ'וואלט עס געדארפט אהער שטעלן אזוי ווי די CD ברח דודי, לטב ולחיין און דאס גלייכן, נישט טוישן קיין מאשי פין די תנועות מיט שיינע קאלערפאל בענד, אזוי וועט יעדער הנאה האבן, און ס'וועט נאר זיין שבחים, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'האט נישט איבערגעגעבן די ניגונים אין אזאלכע הענט, חבל.. חבל..

ברח דודי?, לטב ולחיין? די ערשטע מאהל איך הער אז עס איז דא א סי די (טעיפ) מיט די נאמען סא װאזױ קען יעדער הנאה האבן װען רוב מענטשען הערן מסתם יעצט די ערשטע מאהל פון די סי ד, װאס כ׳װיל ארױסברענגען אז מ׳מאכט עס מער פערפעסינאל אז אז ס׳זאל טעקע נישט אױסקיקן װי די ברח דודי, לטב ולחיין אין מ׳זאל פארקױפען מער
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”