ממקומך

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

ניגונים וואס פאסן אריין אין ''ממקומך''

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

א גוטן אלע חשוב'ע ליינער שוין לאנג וואס איך קווענקל ביי מיר וויאזוי איך קען מיך א עצה געבן מיט די אלע בייפעלער וואס קומט מיר אין געדאנק וואס קען פאסן אויף ממקומך, און ווען איך רעד פון פאסן אויף ממקומך מיינט עס פאסן לויט מיינע כללים.

די ניגון זאל זיין הארציג

קיין איין ווארט טאר נישט ווערן אריינגעקוועטשט

ס'זאל נישט זיין א ניגון וואס דער עולם זינגט מיט, נאר מען ברומט זיך אונטער.

לכתחילה זאל עס האבן מער ווי צוויי פעלער.

אפשר וועט באלד צוקומען עטליכע כללים, אבער קודם וויל דא נוצן די אשכול אלץ מיין פריוואטע ליסטע אזוי אז איך זאל געדענקן וואס ס'פאלט מיר אלס ביי.

1) די פיטסבורגע אלקא די ליה, פרוק ית ענק פאנגט מען מתי, ועינינו איז קה רבון.

2)יאסעלע א אידישע מאמע, די ערשטע פאל איז די אריינפיר, און דערנאך פאנגט מען אן ממקומך ביי די ווערטער א צווייטע גיבט מען קיינעם נישט... אא''וו, מתי איז א אידישע מאמע, תתגדל איז ווי שיין און ליכטיג, לדור איז ווייטער א אידישע מאמע, ועינינו איז ווי גליקליך און רייך.

3)כי המצוה הזאת פון יאסי גרין, מתי איז לא בשמים, תתגדל איז לא מעבר לים, ועינינו איז כי קרוב.

4)אבינו מלכנו נא אל תשיבנו ריקם, מתי גייט עס ווייטער חמול חמול עלינו, ועינינו איז עשה עשה למענך.

5)ענינו פון דאסקאל, ס'האט טאקע צוויי פעלער, אבער די ערשטע פאל זינגט מען קודם נידריג און ביי מתי פארט עס ארויף א אקטאוו און אזוי פארט עס ווייטער.

6)האלט איך נאך אינמיטן אויסארבעטן, דאס איז אנת הוא דשליט על כולא פון יאסעלע, מתי איז די ערשטע מאל אנא אנא עבדא, תתגדל איז לא על אנש רחיצנא, און ועינינו איז די צווייטע אנא אנא.

ס'קען זיין מען האט שוין אביסל גערעדט אין אנדערע אשכולות, אבער דאס איז מיין ליסטע און איך בעט מען זאל נישט צופיל אנסקריבלען די אשכול.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי אונז זינגט מען אדיר איום ונורא ביי ממקומך..

די פיצבורג איז זייער שווער צו זינגען אויף ממקומך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

ס'ווענט זיך ווער ס'דאווענט פארן עמוד,
אויב איז עס בעילאוט פריוואטע פלעיליסט, איז פיין און וואויל, ער קען עס אראפצילייגען ווי א פרא,
ס'קאסט מיר א לאך זיך נאר פארשטעלענדיג ווי מיין לאקאלע "חזן" פרובירט אראפצילייגען א אידישע מאמע ביי ממקומך,
אגב, עטליכע פון די ניגינום איז שווער פארן עולם מיטציזינגען ווי למשל, כי המצוה הזאת, חמול חמול איז שווער אן די ווערטער, אא"וו

אנטשילדיגט כאב יעצט באמערקט אז דו בעטסט,נישט צי סקריבלען,
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

וכשם שאני - כנשר, פאסט זייער גיט אריין
Normal is just a setting on the washing machine
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איך ווייס נישט ווי אויסגעהאלטען עס איז צו זינגען "א יודישע מאמע" אויף ממקומך, עס איז א פראסטע ליד פון טעאטער וואס יאסעלע האט געלייגט דערויף יודישע ווערטער....
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איטשע, וויבאלד איר האט אריינגעהאקט אינמיטן מיין שרייבן וועל איך אייך נישט יעצט ענטפערן. אבער ביטע האלט אייך דאס מויל, און טראכט איידער איר רעדט. ועוד חזון למועד לבאר את הענין.


שכוח הרב בעילאט פארן עפענען אזא אשכול.
איך וועל דא מאכן א ס"ה פון די ממקומך'ס וואס די חברים דא האבן שוין געשריבן, איך האף אז איר וועט נישט ברוגז זיין.
איך וועל עס נומערירן צו מאכן גרינגער מיטצוהאלטן.

פונעם אשכול "איידיעס פאר בעלי תפלות"

1
הרב שאץ אליינס שטימט איין מיט אייער הנחה אז דער עולם זאל נאר אונטער ברומען
שאץ מאץ האט געשריבן:איינע פון די קעפ אין ביהמ"ד האט מיר געזאגט זינג אזא ממקומך וואס דער עולם זאל נאר מיטזינגען האלב וועגס דהיינו אזא ברומעריי א ניגון וואס דער עולם זינגט נישט הויעך...
האב איך דאס מאל אויסגעקליבן וכשם שאני מתכסה בטלית פון משה גאלדמאן וואס אייזיק האניג זינגט.... און דער עולם האט טאקע נאר מיטגעברומט


2
נאך איינס צו זינגען אליינס
פארשטיי-נישט האט געשריבן:און לגבי א גוטע ניגון ביי ממקומך, פאר איינער וואס האט די גאטס אליינס צו זינגען, איז געוואלדיג די הויכע פאל פון די באבובע מה אשיב, איך האב עס איינמאל גענוצט און די עולם האט עס זייער באווינדערט, ס'שטומט זייער גוט מיט די ווערטער, און ס'איז א הוכע פאל, און ס'רייסט שטיקער,


3

שעפטיל האט געשריבן:נקדישך: איך זאג דעם געווענליכן. ביים ממקומך, שטעלט זיך אלעס אפ, מען פרובירט צוצופאסן דעם ריכטיגן תנועה, נוסח געגועים אז דער עולם זאל זיך צוגיסן ביי 'וענינו תראנה'.
איך גלייך זייער צו זינגען משה גאלדמאנס 'כאיל תערוג, עס איז מוראדיג. די גרעסטע פעיפערס וועקן זיך אויף, ממש א געזאלין פארן דאווענען.

אדער לייג איך ארויף אמאל גאלדמאנס אני מאמין, אמאל יוסעלעס 'נישט ווייט צו גיין', אמאל ביידע, (ערשטע פאל נישט ווייט צו גיין.. צווייטע פאל, 'הוי ואף על פי'..)


און לחיים ולברכה איז מעיר
לחיים ולברכה האט געשריבן:אויף ממקומך האב איך אויך געטראכט פון ארויפלייגן יוסעלעס נישט ווייט צו גיין, אבער דער שנעלער פאל צום סוף איז אסאך צו לאנג און געדרייט. און האלבע ניגונים האב איך געווענליך נישט ליעב צו זינגן, א חוץ ס'קומט גוט אויס.


4

שוטה האט געשריבן:איך מיין אז דער דריטער שטיקעל פון יאסעלע'ס גשם [זכור טען מקלו] דארף גוט שטימען אויף ממקומך, ממקומך - זכור טען מקלו, מתי תמלוך - יחד לב, תתגדל - כנאבק לו שר, ועינינו תראנה - בעבורו אל תמנע מים.

און אינטעליגענט האט געענטפערט דערויף
אינטעליגענט האט געשריבן:יישר כח שוטה
מיר האבן שוין גראדע געקלערט אמאל דאס צו טוען, כ'האב אבער נישט געוואוסט צו עס וועט זיך אויסארבעטן. למעשה האב איך דעם יו"ט געזינגען דעם שטיקל אויף ממקומך, און ס'איז ארויס הערליך ב"ה.
צו מיין וואונדער, ווען כ'האב געדאווענט דעם אנדערן טאג און א צווייטן שול, האב איך געהערט אויך יענעם בעל תפלה זינגען דעם שטיקל.. [זעהט אויס אז מערערע ליינען דא אין אייוועלט.. אדער האסטו עס גאר גענומען פון אים?]

און דער פותח פונעם דאזיגן אשכול האט געבעטן
bailout האט געשריבן:אויב איינער קען זיך מנדב זיין צו אראפמאלן וויאזוי מען זעצט די ווערטער מיט די ''זכור טען מקלו'' אויף ''ממקומך'', מיר קוקט עס אויס אביסל קורץ, און איך האלט אז מענטשן - עכ''פ איך זיכער - וועל מוותר זיין אויף א שיינע ניגון אויף ממקומך אויב איז עס אריינגעקוועטשט אין די ווערטער, דאס איז ביי מיר א בדיעבד, אזאנס וועל איך נישט טוהן, ענדערש נעמען א פשוט'ערע ניגון.


5

ווארום האט געשריבן:אונזער בעל תפילה האט עטליכע וואכן צוריק אנגעהויבן ממקומך, מיטן תנועה פון די באקאנטע ויזניצע מנוחה ושמחה, ביים צווייטן חלק (במצות שבת) און תתגדל האט ער ממשיך געווען די לעבעדיגע חלק, סהאט געלקאפט א מחיה.


6
1x1 האט געשריבן:מ'קען אויך זינגען אויף פתחו לי די ניגון 'אוי עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך'..., ס'זייער א ווארעמע און שיינע ניגון (אויף ממקומך איז עס אויך גוט).


7
קרעמער האט געשריבן:ביי ממקומך האב איך איינמאל געזינגן ר' משה גאלדמאן'ס "אלקי נשמה" (מעגליך געזען אין דעם אשכול אמאל דעם געדאנק), דאס אנדערע מאל א ניגון וואס מען זינגט צומאל אין באבוב.


אויך צו זינגען אליינס, און דער עולם זאל מיטברומען.
8
בןהרחמן האט געשריבן:מיין איידיע אויף ממקומך פון א שטיק צייט צוריק (און שוין גענוצט עטליכע מאהל ב"ה צום צופרידענהייט פונעם עולם), איז א ניגון וואס ליגט מיר אין קאפ פון אלץ קינד פונעם שפיל "דער העלדישער סאלדאט" (דער ערשטער נישט די איבערגעמאכטע) ווען דער טאטע געזעגנט זיך פון זיין זון נפתלי, די ניגון הייבט זיך אן בערך מיט די ווערטער נפתלי מיי-ן איי-נצי--ג קינד, הער מיך אויס א--צינד, און די הויכע פאל גייט די ווערטער: שמע בני לקול אביך, אל תבא דבר טמא לתוך פיך וכו', דער אויסלייג איז אזוי, אויף ממקומך און מתי זינגט מען די ערשטע פאל פון די ניגון, מען דארף פון פריער פאר זיך גוט צוגרייטן די אויסלייג פון די ווערטער, און תתגדל ותתקדש די הויכע פאל כזה, תתגדל (שמע בני) ותתקדש (לקול אביך) בתו--ך (אל תבא דבר טמא) ירושלים עירך (לתוך פיך) לדור (קיין טריפות חלילה) ודור (זיי נישט טועם) ולנצח (פארגעס נישט די תורה) נצחים (דרכיה דרכי נועם), דערנאך די אויספיר ועינינו תראינה די לעצטע פאל פון די ניגון.

דער ניגון איז זייער א הארציגער (וואס אגב בין איך נייגעריג פון וואו די ניגון שטאמט ווער עס ווייסט זאל זאגן), אויב מען האט א גוטע שטימע און מען לייגט גוט אראפ די ווארעמע תנועות מיט אביסל הרגש דאן לדעתי קומט דאס אויס זייער גוט, דאס איז אויך פון די גאטונג ניגונים וואס מען דארף מער ווייניגער אליין זינגען און דער עולם ברומט מיט.

און קרעמער ענטפערט
קרעמער האט געשריבן:דאכט זיך אז איין תנועה פון דעם ניגון ווערט גענוצט דורך מערערע בעלי תפילה ביי איינע פון די הלל אויסלאזן.


פונעם אשכול "נוסח התפילה לימים נוראים"
9
שאץ מאץ האט געשריבן:אבער במאמר המוסגר אויב האסטו יא א רצון צו זינגען ממקומך, האב איך פאר דיר א גוטע איידיע וואס איז געזאגט און געזינגען צוגעפאסט פאר ר"ה, נעם דעם ניגון פון הייליגן קדושת לוי (ר"ה א סגולה צו דערמאנען בארדיטשוב) רבש"ע לאמיר מאכן א בייט און שמיר עס ארויף, איך וועל דיר עס פראבירן ארפ צו שריבן עד שידי מגעת,

רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט, - ממקומך מלכינו,
א בייט וועלן מיר מאכן, - תופיע,
רבונו של עולם (דעם צווייטן מאל קומט עס מיט אזא קוועטש) לאמיר מאכן א בייט, - ותמלוך עלינו מהרה,
א בייט וועלן מיר מאכן, - כי מחכים אנחנו לך,
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, - מתי, תמלוך, בציון,
אוי וויי טאטע, - בקרוב בימינו,
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, - לעולם, וווועעעד,
אוי וויי טאטע , - אוי תשכון,
(יעצט די זעלבע יתגדל ויתגדל פון סוף ניגון זאגט מען דא)
יתגדל ותקדש,- תתגדל ותתקדש,
שמי' רבה, - בתוך ירושלים ערך,
(יעצט צוריק צום ר"ה נוסח פון ישתבח, בשמים ובארץ) לדור ודור ונצח נצחים,
ועינינו תראנה מלכיתך געהעריג ר"ה נוסח,

איך האף אז איינער פארשטייט וואס איך זאג, ליתר זאת איז עס גוט אויף שבת שובה,

און איך האב געענטפערט
טאבאקא האט געשריבן:א גרויסן דאנק אייך הרב שאץ פארן געבן נאך א איידיע פאר ממקומך, וואס כאטש איך פארמאג שוין אין מיין באזיץ פילצאליגע אופנים ווי אזוי צו זאגן, קען אבער קיינמאל נישט שאטן עפעס פריש. מ'דארף עס נאר לדעתי אביסל בעסער אויסארבעטן, צב"ש תופיע גייט לויט אייך אויף אראפ וואס איך גלייך נישט אזוי (כאטש ס'איז נישט געפערליך, דאכט זיך אז ר' יושע ווידער'ס גייט אויך אביסל אויף אראפ), און כי מחכים אנחנו לך דארף מען אביסל צוזאמענכאפן. אבער די איידיע איז א גוטע.

און דארפסמאן האט צוגעלייגט
דארפסמאן האט געשריבן:ש"ץ איך האב יעצט געזינגען די רבש"ע ניגין סתם פאר מיר אליינס אויף ממקומך, עס איז געוואלדיג


10
טאבאקא האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט פון זינגען אויפן פלאץ, וועל איך אייך פארציילן א אינטרעסאנטע -עטוואס קאמישע- עפיזאד וואס איז פארגעקומען ביי מיר. ס'איז געווען די וואך וואס "יהודא גרין" איז ארויסגעקומען מיט זיין שיינעם סידי וואו ער זינגט נשמת פון קאלבאך, און עס איז מיר אויסגעקומען אסאך מאל איבערצוהערן. איך האב יענע וואך געדאוונט פארן עמוד, האלטנדיג אינמיטן ממקומך ביי תתגדל האב איך געוואלט אריינפארן אין די הויעכע פאל פון נחנו, אבער וויבאלד ס'האט מיר געדזשומעט אין קאפ דעם אויבנדערמאטן טעיפ, האט זיך פון מיר ארויסגעכאפט דעם הויעכע פון נשמת... אבער איך האב זיך ב"ה נישט פארלוירן, און געגאנגען ווייטער מיט דעם. און ביי ועינינו האב איך ארויפגעצויגן אויף דעם "מן העולם ועד העולם", און דער עולם האט אנגעהויבן מיטצוזינגען איינמאל און נאכאמאל און נישט געקענט אויפהערן... איי איז דאס שיין געווען...


און אינעם אשכול "איידיעס פאר בעלי תפלות" האב איך דאס געשריבן
טאבאקא האט געשריבן:איך האב מיר צאמגעקנאקט פארשידענע ממקומך'ס וואס איז אביסל קאמפליצירט אראפצושרייבן. (אז ס'וועט זיין א שטארקע פארלאנג, און כ'וועל האבן צייט, וועל איך זיך פרובירן זיך צו מצמצם זיין).
אבער דאס איז גוט צו וויסן פאר יעדעם -אפי' איינער וואס וויל נישט זאגן קיין גרויסע זאכן- אז די אנהייב פון מרדכי הערשמאן'ס ממקומך איז אייביג זייער א שיינע קלאסישע אריינפיר. (ער זאגט נישט איבער ווערטער, ס'איז בלויז אז ער זאגט נישט דאס ווארט "מהרה" און מ'דארף עס צאמכאפן מיט עלינו).
מ'קען זייער גוט אריין פארן דערנאך אינעם שבת'דיגן נוסח ביי מתי.
ביי כמעט אלע אופנים אויף וואס איך זאג ממקומך, נוץ איך דער דאזיגער אנהייב. (בלויז איינמאל איז געווען וואס כ'האב גענוצט פון יושע ווידער, ווען ס'איז געווען א שבת פאר זיין יארצייט, און איינער האט עס פארלאנגט).


אזוי ווי די וואך איז געווען שבת ר"ח, האב איך ווי פארשטענדליך געדאוונט פארן עמוד. און צו מיין מזל איז דארט אנוועזנד געווען א געוויסער בארימטער בעל תפילה (וואס ווען איך ווייס ווען פון בעפאר אז ער איז דארט וואלט איך זיכער נישט צוגעגאנגען). און איך האב אראפגעלייגט איינע פון מיינע ממקומך'ס, און ס'איז אים זייער געפאלן, אזוי ווייט אז ער איז צוגעקומען צו מיר נאכן דאווענען בעטן איך זאל אים עס אריינזינגען אין א טעיפ (נאטן קען ער נישט). איך האב עס פריער אריינגעזינגען און איך וועל עס אויך דא אראפשרייבן, מעגליך אז איינער וועט נהנה זיין דערפון.
(דער אמת איז אבער, אז א גרויס חלק פון די שיינקייט איז, אז דער עולם אין אונזער ביהמ"ד פארשטייט זייער גוט צו חזנות, און מ'ברומט הערליך אריין נאר דארט ווי עס פאסט, אזש עס צוגייט אין אלע ביינער).

פון ממקומך ביז כי מחכים אנחנו לך זאג איך פון הערשמאן ווי שוין געשריבן. (נאר איך האב געמאכט א שטיקל טעות, איך האב געשריבן אז ער זאגט נישט איבער ווערטער. וואס איז נישט דער גאנצער אמת, ווייל "מלכינו" זאגט ער יא איבער צוויי מאל. אבער ס'איז כמעט נישט מערקבאר, און מ'קען עס זייער גוט זעצן). "מתי תמלוך בציון" זאגט מען מיט דעם נוסח\ניגון פונעם וויזשניצן ממקומך (וואס איז א הערליך שטיקל פאר זיך). "בקרוב בימינו" פארט מען צוריק אריין צו הערשמאנען, און די הערליכקייט פון דעם איז, אז אזוי טייטש עס זייער גוט אפ די ווערטער, ווייל "מתי תמלוך" איז ווי דער פראגע, און "בקרוב בימינו" דער ענטפער. "לעולם ועד תשכון" גייט מען צוריק צו וויזניץ. "תתגדל ותתקדש וכו' ולנצח נצחים" פאסט זייער גוט אריין אינעם הויעכן פאל פון נחנו. "וענינו תראנה וכו' בשירי עוזך" זינגט מען דעם סקולענער ניגון, נאר אויף סאך א שטייטערע ספיד, ס'איז הערליך!. "על ידי דוד משיח צדקך" האב איך אויסגעלאזט ווי הערשמאן.

ווי שוין געשריבן איז דאס איז נאר איינע פון מיינע "קנאקעדיגע" ממקומך'ס וואס איך האב צוזאמענגעשטעלט, אבער אזוי ווי עס זעהט מיר אויס איז "בעילאט" נישט אינטרעסירט אין קיין חזנישע שטיקלעך, נאר מער אין זינגעדיגע. דעריבער וועל איך נישט מער באלמוטשען.

איך אנטשולדיגט זיך פאר "בעילאט" ברבים, פארן אנסקריבלען דעם אשכול.
איך האף אז איר זענט מיר מוחל. וויבאלד מיר ביידע זענען בע"ת וועלן מיר סוכ"ס מוזן קומען צו א שליכטונג...
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

כאיל תערוג פון מחנה שלוה גייט גוט - אבער אויב דער עולם וועט זינגען צו ברימען ווענט זיך ווער דער עולם איז... (אדער ברימען אויך נישט)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די וואך האבן מיר אין שוהל געהאט זייער א שיינער בעל תפילה (פון מיינע פעוועריט) ר' שלמה זלמן הוראוויץ. אן שרייבן ס'גאנצער דאווענען. אויף ממקומך האט ער געזינגען דעם באקאנטן "ותערב" פון בעלז.

ער האט אנגעהויבן קודם אן די ווערטער, ער האט אליין געזונגען דעם גאנצן הקדמה און דערנאך אנגעהויבן ממקומך. ווען ער איז אנגעקומען צו 'ועינינו תראנה' (ותחזינה עינינו פון ותערב) האט שוין דער עולם שיין מיטגעזינגען.

ווי זאגט מיר מיין שכן: עס האט זיך געלוינט צו שטיין מיט ביידע פיס צוזאמען ווילאנג מ'האט דאס געהערט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויב איז דא א עקסטערע אשכול פאר דעם לייגט עס אהין

א גוטע געדאנק געהערט פון א בעל תפלה צו זינגען ביי לכה דודי אזוי יו"ט שחל בשבת, געהערט שבת נאך שמחת תורה

אבינו מלכינו וכו' וקרב פזורינו

די ערשטע דריי זינגט מען די שטייטע
און ביי ימין ושמאל זינגט מען וקרב פזורינו

הערליך געקלאפט, און מענינא דיומא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האב שוין כמה פעמים געזינגן די שטאטע פרוק ית ענך, (איך געדענק נישט די מחבר), סשטימט זייער שיין, און דער עולם ברימט שיין מיט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

רבותי! ס'איז דא א אשכול מיטן נאמען "איידיעס פאר בעלי תפלות". ביטע רעספעקטירט דעם פארלאנג פונעם פותח האשכול נישט אנצוסקריבלען דא מיט דברים של מה בכך, און זיכער נישט מיט זאכן שלא מן הענין ווי לכה דודי און ענליכעס.
עס איז געגרינדעט פאר ממקומך'ס, און ביי ממקומך'ס זאל עס בלייבן. אביסל דרך ארץ פאר די עלטערע חברי הקרעטשמע!

א המשך צו טאבאקא'ס מפתח: פונעם אשכול "ווער זינגט דעם דועט מיט יאסעלע ביי טל".
לעווי האט געשריבן:איך האב שוין יא געהערט שיינע בעלי תפילות זינגען פון די פאל פון 'טל נופף עלי ארץ ברוכה וכו' אויף ממקומך.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אני מאמין - משה גאלדמאן

כל זמן די לעכטלע ברענט - להרה"ק מהרב"ץ מבאבוב זצ"ל

א נשמה - משה גאלדמאן

וידע כל פעול - פיטסבורג

רצה ד' אלקינו - יוסי גרין
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

כ'האב געזינגען די באבוב'ע למקדשך אויף ממקומך; די הקדמה אוי וויי.... אן ווערטער, און למקדשך-ממקומך, אתר-מתי, וכו' וכו', בירושלם-ועינינו, קרתא דשופריא-משיח צדקך (די הויעכע אקטעוו).
די עולם האט הנאה געהאט פון די איידיע
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וואס האלט דערוילעם, וואלט 'אדרבה' פון גרין-פריד געווען גוט אויף ממקומך? כ'האבעס נישט פראבירט ביים עמוד דערווייל, כ'האב נאר געטראכט דערוועגן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פון פנחס מרדכי וועבער
www.watercomputers.com/ivelt/mimkomchu2.wma
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

וויבאלד ס'איז ארויפגעקומען דער אשכול פון ר' זיידל ראוונער, האב איך דארט געפינען נאך א ממקומך.
איינער קען ציילן ביי וויפל מ'האלט שוין?....

יידישיסט האט געשריבן:אגב, פאר די וואס זענען באקאנט מיט דעם "ויהי בנסוע": ביי די ווערטער "ביה אנא רחיץ", ביים סוף פונעם שטיקל, טוישט זיך לייכט דער סטיל פונעם ניגון, און עס גייט אריבער צו א לייכטן ווארעמען ניגון. אין וויזניץ זינגט מען דאס ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אומאפהענגיג פון דעם לאנגן "בריך שמיה". אמאל בין איך געווען אין אן אמעריקאניש-ליטוויש ביהמ"ד אין פלעטבוש, וואו מען האט דאס געזונגען ביי "הוצאת ספר-תורה" ביים דאווענען. פון דעם האב איך פארשטאנען, אז דאס שטיקל פון "ביה אנא רחיץ" איז ווארשיינליך אן עלטערער טראדיציאנעלער פאלקס-ניגון, וואס איז איינפאך צוגעשטעלט געווארן צו דעם "בריך שמיה" פון זיידל ראוונער. אפשר איז עמיצן קלארער דאס בילד?..


לעווי האט געשריבן:איך קען דאס נישט באשטעטיגן, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז זיידל ראוונער דארף צוקומען צו א פאלקס ניגון צו פארענדיגן זיין ניגון.

אגב, איך האב שוין געהערט דער שטיקל אויף ממקומך זייער שיין ארויפגעפאסט.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דעם קומענדיגן וואך גיימער דאך אי"ה דאווענען כרגיל, האב איך געזוכט עפעס 'פריש' פאר ממקומך.
און געטראפן האב איך דאס.
דארפסמאן האט געשריבן:פאר א גיטע ניגון ביי ממקומך זינג די אידעלע ניגון , איך האב עס געהערט פון אים אליין זינגען אויף ממקומך עס איז מורא'דיג די גאנצע בהמ"ד זינגט מיט ינג אין אלט

און כ'האב געקלערט אז ס'דארף צו זיין זייער שיין.
אבער וויבאלד מאשקע האט צוגעשריבן
מאשקע האט געשריבן:יא אוודאי, ביי אים אליין האט עס געארבעט א מחי'. די שאלה איז, צו פאר א צווייטן וועט עס אויך אזוי גוט געלונגען.


האב איך אנגעהויבן זוכן עפעס אנדערש. און כאטש דארפסמאן האט צוריקגעענטפערט
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב עס געהערט פון א צווייטען נאכגעזינגען עס איז טאקע נישט געווען אזוי ווי ביי אים אבער עס איז אויך געווען זייער שיין

האב איך עס אבער נישט געקענט זעצן געהעריג, דעריבער וועלן מיר עס לאזן אלס 'ספעיר' אין פאל פון נויט.

למעשה האב איך זיך פיינעלי אנגעהויבן עפעס צוצוגרייטן אין געדאנק, כ'וויל דאך אבער נישט סתם אנסקריבלען דא.
און אי"ה אויב ס'וועט געלונגען וועט מען עס מעגליך דא מעלדן נאך שבת בל"נ.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

טאבאקא האט געשריבן:דעם קומענדיגן וואך גיימער דאך אי"ה דאווענען כרגיל, האב איך געזוכט עפעס 'פריש' פאר ממקומך.
און געטראפן האב איך דאס.
דארפסמאן האט געשריבן:פאר א גיטע ניגון ביי ממקומך זינג די אידעלע ניגון , איך האב עס געהערט פון אים אליין זינגען אויף ממקומך עס איז מורא'דיג די גאנצע בהמ"ד זינגט מיט ינג אין אלט

און כ'האב געקלערט אז ס'דארף צו זיין זייער שיין.
אבער וויבאלד מאשקע האט צוגעשריבן
מאשקע האט געשריבן:יא אוודאי, ביי אים אליין האט עס געארבעט א מחי'. די שאלה איז, צו פאר א צווייטן וועט עס אויך אזוי גוט געלונגען.


האב איך אנגעהויבן זוכן עפעס אנדערש. און כאטש דארפסמאן האט צוריקגעענטפערט
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב עס געהערט פון א צווייטען נאכגעזינגען עס איז טאקע נישט געווען אזוי ווי ביי אים אבער עס איז אויך געווען זייער שיין

האב איך עס אבער נישט געקענט זעצן געהעריג, דעריבער וועלן מיר עס לאזן אלס 'ספעיר' אין פאל פון נויט.

למעשה האב איך זיך פיינעלי אנגעהויבן עפעס צוצוגרייטן אין געדאנק, כ'וויל דאך אבער נישט סתם אנסקריבלען דא.

און אי"ה אויב ס'וועט געלונגען וועט מען עס מעגליך דא מעלדן נאך שבת בל"נ.


נא טאבאקא, איזעס געלונגען? אהער מיט'ן באריכט..
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ס'איז געווען געוואלדיג!
איי פרעגסטו פארוואס האב איך עס נישט געמאלדן?
איז דא דערפאר עטליכע סיבות. איינס ווייל ס'איז היבש שווער צו זעצן, און פאר איינעם וואס איז נישט אויסגעקאכט אין די זאכן וועט עס נישט קלאפן, און זיכער נישט אין א ביהמ"ד וואו דער עולם קאפערירט נישט געהעריג. ובכג"ד האט שוין בעילאט געבעטן אז מ'זאל נישט סקריבלען...
און צווייטנס, ווייל די וואך איז אנוועזנד געווען ביים דאווענען איינע פון די חשובע אקטיווע קרעטשמע מיטגלידער.

אבער אז איינס ביי איינס איז תובע ביד איז דאך נישט שייך... און כ'וועל מוזן האפן אז ער וועט נישט אריינטרעטן דא.

איז למעשה האבן מיר ארויפגעלייגט דעם "רצה עתירתם" פון מתי און ווייטער.
און ווי געשריבן אויבן, איז עס געווען גאר שיין, אבער איינער וואס ווייסט אז ער קען נישט זאל ניטאמאל פראבירן.

און כדי אייך נישט צו אנטוישן, וועל איך דא אפשרייבן א אנדערע שיינע חידוש פון מיין "זאק", וואס איז באמת אויך אביסל שווער אויב מ'הערט עס נישט מונדליך, אבער גאנץ מעגליך אז ס'היפש גרינגער צו כאפן ווי די אויבנדערמאנטע.

איך געדענק נישט פון וואו די ניגון קומט, אבער די תנועה קומט פון די ווערטער פון חסל סידור פסח, "כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו".

איך וועל עס אפשרייבן ווי ווייט מעגליך, כדי עס זאל זיין א תועלת אויב איינער וועט פארשטיין וואס איך רעד.

מ'הייבט אן מיט א ממקומך, אדער פון הערשמאן אדער פון יושע ווידער. (די לעצטע שטימט אביסל בעסער דא, ס'איז אבער שווערער צו זאגן).

מתי = כאשר זכינו
תמלוך = כאשר זכינו
אוי וויי בציון = אוי וויי לסדר אותו
בקרוב = כן נזכה
בימינו = כן נזכה
[דא פארט עס ארויף]
לעולם= כן נזכה
ועד = כן נזכה
תשכון = לעשותו
[מ'הייבט אן נאכאמאל]
תתגדל = כאשר זכינו
ותתקדש = כאשר זכינו
בתוך = אוי וויי
ירושלים עירך = לסדר אותו

דערנאך ביי "לדוד ודור" פאר איך צוריק אריין אין יושע ווידער'ס.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

די חסל סידור פסח כאפ איך ליידער נישט פון וועלכע ניגון די רעדסט.

בנוגע רצה עתירתם, אויב רעדסטו פון די צווייטע פאל וואס יאסעלע זינגט אליין, איז עס זייער א שיינע איידיע און בכלל נישט שווער, סיי ווער ס'זינגט זכור טען מקלו קען דאס אויך זינגען, די שאלה איז נאר וואס מען טוט מיט תתגדל, 'לשמוע' דארף מען דאך אוועקלייגן אויף 'ועינינו'.
real music

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך real music »

the rabby nugin from m.b.d in the middel of the song there is a cazonis stikell and it works wonders on mimkomcu try it ,real music reporting live
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

געזונגען דעם שבת ביי קדושה


http://www.sendspace.com/file/tqgiuc
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

bailout האט געשריבן:די חסל סידור פסח כאפ איך ליידער נישט פון וועלכע ניגון די רעדסט.


די רבנית זאגט אז לויט ווי זי געדענקט קומט עס פון א אלטע קינדער טעיפ. מער פונקטליך וואס ווי ווען געדענקט זי נישט (כרגיל...).
אז דו קענסט ליינען נאטן, וועל איך דיר עס מעגליך אפשרייבן בל"נ, אז כ'וועל האבן צייט און כח.

bailout האט געשריבן:בנוגע רצה עתירתם, אויב רעדסטו פון די צווייטע פאל וואס יאסעלע זינגט אליין, איז עס זייער א שיינע איידיע און בכלל נישט שווער, סיי ווער ס'זינגט זכור טען מקלו קען דאס אויך זינגען, די שאלה איז נאר וואס מען טוט מיט תתגדל, 'לשמוע' דארף מען דאך אוועקלייגן אויף 'ועינינו'.


נו דאס איז דאך די שוועריגקייט וואס טוט מען מיט דעם וואס די כאר זינגט.
אין מיין ביהמ"ד איז דאס גאנץ א קליינער פראבלעם, אבער איינער וואס מוז אליין זינגען וועט בפשטות מוזן אויסלאזן דעם שטיקל, און ביי ועינינו אנהייבן די הויכע פאל פון לשמוע. (איך האב שטארק מקצר געווען, און אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט, שעם זיך נישט צו פרעגן).

(אגב, איז עס נישט קיין פארגלייך צו זכור טעון מקלו וואס די גאנצע שטיקל לויפט גראד, חוץ די "נמשך" סטעפס).
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

די וואך האבן מיר געזאגט תנועות פונעם ממקומך וואס כ'האב געהערט אויף די באבובער קאסעטע פון ר' דוד ווערדיגער.

אגב, איך מיין אז דעם ינחנו זינגט ר' יעקב אונגאר אינעם אלבום "יעקב ובניו" אויף ממקומך.
אטעטשמענטס
werdyger bobov.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”