אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

מיללער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פוקנטליך די מעשה וואס איז דער חידוש אז שמעלצער איז געקומען אדער איז ר' ישראל דוד האט גערעדט צו אים?


הער צו ר יעקב דוב -
ליפא וואלט נישט געדארפט אהין צו גיין - פשוט ער באלאנגט נישט דארט...
די גאנצע ציל איז געווען צו ווייזען אדער צו ווייזען פאר די מער מארדענע וועלט ליפא האט זייער ליב זיי צו געפעלן..אז ער איז "עקסעפטעט "בי הרב שלעזינגער.. נו וואס פארשטייט איר נישט פאר וואס ר' ישראל דוד האט אים פשוט אזוי ווי א........ איגנארירט
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

אידישע ניגונים פון גוי'אישע מקורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אינעם לעצטן צייטשריפט אינעם קאלום "חייקל ענטפערט", לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א דין ודברים צי דער באקאנטער מעלאדיע וועלכע רוב וועלט זינגט אויף "מעוז צור" אום חנוכה קומט פון א גויאישן מקור. כוועל פרובירן נאכצוברענגען וואס דער שרייבער שרייבט דארטן:

א מבין קען דערשפירן אז די תנועות פון דער מערסט-בארימטער מעלאדיע פאר "מעוז צור" זענען זייער פרעמד אין דעם אידישן עולם הנגינה, און זענען מער ענליך צו – להבדיל – קירכע-לידער.
נאכ'ן אויפארשן דעם ענין בין איך ארויפגעקומען אויף דעם פאקט אז די מעלאדיע שטאמט פון מערב-אייראפע, פון אן אלטן פאלקסליד וואס האט זיך פארשפרייט צווישן אידן אין דעם פופצנטן יאר-הונדערט.
דער עלטסטער אידישער דאקומענט וואס שרייבט וועגן דער מעלאדיע איז א מאנוסקריפט פון האנאווער פון יאר תק"ד, אבער נישט-אידישע מאנוסקריפט טרעפט מען פיל עלטערע.
מארטין לוטער, דער גרינדער פון דער פּראטעסטאנטישע רעליגיע האט גענוצט די תנועות פאר א כוראל (א פּרעפּרעליי-ליד) מיט'ן דייטשן נאמען "נין פרויט אַוך ליבע קריסטען גמיין".


שפעטער שרייבט ער איבער אנדערע ניגונים וועלכע ווערן געהעריג געזונגען ביים היימישן ציבור און מן המקור איז דאס א גוי'אישער ניגון.

דער ליד "מישע-מישע-משנכנס אדר, מרבין-מרבין-מרבין בשמחה" וואס ווערט געזינגען אין די אדר-טעג איז נתחבר געווארן דורך א גרויסן זינגער מיט'ן נאמען הודי וויליאם לעדבעטער אין יאר 1948, אונטער דעם נאמען "פיק עי בעיל אוו קאטאן". דער דאזיגער מר. לעדבעטער האט א גאר רייכע לעבנסביאגראפיע. ער איז געזעסן עטליכע מאל אין תפיסה צוליב פארשידענע פארלעצונגען, צווישן זיי: דאס אומברענגען זיינס א קרוב און דאס פרובירן אומברענגען א צווייטן אין א געשלעג.
דער באקאנטער ניגון "אידן, אידן, קומט אהיים," שטאמט פון א ליד מיט'ן נאמען "שענגהיס קאֵן", פון א דייטשער "דיסקאָ" מוזיק-גרופע.
דער ניגון "אשר בּרא ששון ושמחה" וואס ווערט געזינגען מיט א ספרדי'שער הברה, שטאמט פון אן אויסטראלישער "ראק" מוזיק-גרופע. דער אריגינעלער נאמען איז "דאַון אָנדער", און איז געווען שטארק פאפולער אין אמעריקע אין די אנפאנג אכציגער יארן.
א רעלאטיוו נייער ליד מיט'ן נאמען "אבי מ'לעבט" שטאמט פון א ניגון מיט'ן נאמען "דה לייען סליפּס טונייט", און איז געמאכט געווארן דורך סאלאמאן לינדא פון דרום אפריקע. אין די לעצטע יארן איז עס מער פארשפרייט געווארן דורך אן אמעריקאנער האליוואוד-פילם.


ווייסט איינער איבער דער ניגון מעוז צור??? ווייל סוועט מיר באמת שטערן צו זינגען דער ניגון וויסנדיג אין געוויסן אז דאס איז פון א גויאיש מקור.

און אויך וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן אויב איינער ווייסט פון נאך ניגונים וועלכע ווערן געזינגען ביי אונז און קומט עכט פון די גוים.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבר דשו בה רבים, כאן בבית המדרש, ווער געדענקט ווי יענער אשכול הייסט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אויף דעם איז גילטיג דאס ווארט פון בעלזער רב ז"ל (לגב י תפלה זכה) אידן האבן האבן עס שוין אויסגעוואשן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער אשכול הייסט בערך:
אריבער ברענגן ניגוני העמים אל הקדושה,

אז כ'וועל האבן צייט וועל איך עס אפיר זוכן, אבער ווארטס נישט אויף מיר.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

עס עפעס האט געשריבן:אינעם לעצטן צייטשריפט אינעם קאלום "חייקל ענטפערט", לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א דין ודברים צי דער באקאנטער מעלאדיע וועלכע רוב וועלט זינגט אויף "מעוז צור" אום חנוכה קומט פון א גויאישן מקור.

אין 'דער בליק' דעם חודש איז דא דער זעלבער דין ודברים.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

שטארק זיך: כהאב געמאכט א סוירטש אויף גענוי די ווערטער וואס דו האסט געשריבן און סאיז נישט ארויפגעקומען קיינע רעזולטאטן.

אויב איינער ווייסט וויאזוי דער אשכול האט געהייסן, זאל ביטע זיך אנרופן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

שקויעך אינטעל. די מנהלים ווערן געבעטן צו טראנספערירן מיינע דב"ק אהין
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

נישטא וואס צו רעדן, עס איז טאקע זייער אינטערסאנט און מאדנע וויאזוי אזא ניגון איז אריינגענומען געווארן אין די אידישע מעלאדיעס, ספעציעל ווען עס האט אפילו נישט קיין אידישן טעיסט. אבער דאס איז זעכער אז דער ניגון איז נתקדש געווארן, אונזערע זיידעס האבן עס נאך געזונגען אינדערהיים.

בערך אזא בחינה שטייט אז יעדע זמירות וואס איז אריינגענומען געווארן אין די געקליבענע ליסטע וואס מען זינגט שבת, איז א סימן אז דער מחבר האט געהאט רוח הקודש. ס'זעלבע דא מיטן מעוז צור.

אינעם אשכול 'וואס זינגט מען חנוכה' איז דא ברייטע ידיעות פון ר' חיים ברוך הי"ו וואס מען קען אלץ זינגען אויף מעוז, אויב מען וויל עפעס אנדערש.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פונקט אזוי ווי די ניגון וואס די קאלובער רב האט אפגעקויפט פון א פאסטעך
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

ריכטיג געשמאקער. דער שרייבער דערמאנט דאס אלס עקזעמפלאר פון אזעלכע ניגונים, אבער סאיז אנדערש ווען א צדיק אמת מאכט דאס הייליג ווי ווען סתם א איד באשליסט צו כשר'ן א ניגון.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

און וואס טוהט זיך מיט יודישע ניגונים וואס גוים זינגען....
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

דאנציגער זיי מסביר, רעדסטו פון דעי ניגון "רחם"?
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

עס עפעס, אויב וועסטו זיכער וויסן אז דאס קומט פון א נישט אידישער אפשטאם וועסטו האבן א פראבלעם מיטן זינגען א ניגון ווואס דיין טאטע און זיידע זינגען? איך נישט. אינטערסאנט איז עס יא, אבער פארט בין איך זייער באקוועם דערמיט.

און אזוי זענען די אלע אלטע לידער וואס אידן זינגען שוין דורי דורות. מ'קען עס נישט גיין יעצט פסל'ן.

די שאלה איז נאר וויפיל יאר מ'דארף ווארטן עס זאל ווערן כשר, איז א בן יומו שוין גוט?... א שטייגער, די ניגון פון מ.ב.ד. "אידן אידן קומט אהיים" איז ווי באוויסט ארגינעל א דייטשער ניגון ווי אויבן געשריבן - נאך וויפיל יאר וועט מען שוין קענען זאגן אז דאס איז שוין גע'כשר'ט דורך אידן.

דער ניגון פון ליפא שמעלצער וואס ער זינגט "אבי מ'לעבט" ווי אויבן געשריבן, (וואס איך האב שוין געהערט זינגען אפציעל ביי א געוויסע אינטערטעימענט שאו אין ארלאנדאו פלארידא) ווען וועט עס שוין הייסן אז מ'זינגט עס דורי דורות און עס איז שוין גע'כשר'ט דורך אידן?

לכשעצמי. אויב איז דאס א ריין גויאישער ניגון, דאס הייסט אז דער עצם טאן פונעם ניגון ברענגט ארויס גוישקייט, פאגרעבקייט און פויעריש דאן איז עס א פראבלעם אפילו נאך יארן. אויב איז עס א שיינער סאלידער טאן מיט נארמאלע היימישע ווערטער דעראויף גייט מיך גאנץ קנאפ אן ווער דער ארגינעלער פארפאסער איז.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

1x1 האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:אינעם לעצטן צייטשריפט אינעם קאלום "חייקל ענטפערט", לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א דין ודברים צי דער באקאנטער מעלאדיע וועלכע רוב וועלט זינגט אויף "מעוז צור" אום חנוכה קומט פון א גויאישן מקור.

אין 'דער בליק' דעם חודש איז דא דער זעלבער דין ודברים.



ממש ארויסגעכאפט ס'ביסן פון מויל, און דער בליק דעם חודש האט א.א. חיימאוויטש (דער באס דרייווער?!, נישט ער..) א הערליכע באשרייבונג ארום דעם מעוז צור, אבער אנדערש פונעם צייטשריפט ברענגט ער דארט צוויי ווערסיעס איבער דעם טאן.
די ערשטע איז אז דאס איז געמאכט געווארן דורך דעם אנטיסעמיט מארטין לוטער (לכאורה דעם שווארצענ'ס עלטער זיידע..). די צווייטע ווערסיע איז אז דער ניגון שטאמט גאר פון דעם קודש הקדשים ס'בית המקדש אליינס.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך מיין אז איך האב עס שוין אמאל געשריבן אין אן אנדער אשכול.

איך בין שוין מערערע מאל געוועהן אין א גויאישע געשעפט, אדער דעפארטמענט סטאר, צו סתם ווען איך בין געוועהן אין א נישט אידישע פלאץ ווי עס שפילט מוזיק, און איך האב מיר געטראפן זיך אונטערזינגען מיט דעם זינגער די טאן. מער ווינציגער איז עס געוועהן ניגונים פון ליפא שמעלצער אדער פון טאלי ווייל...

א דוגמא, עס האצעך ארום געדרייט א שטיק צייט א ניגון אויף אימעיל פון "איך וויל זיין א רבי"... די ניגון דערפון איז "איי וואנט טא בי ע ראק סטאר"... קודם דאס אליין צושטעלן א רבי צו א ראק סטאר איז א עקסטערע חוצפה פאר זיך... אבער דאס איז א ריכטיגע גויאישע ניגון מיט אלע מפרשים.

נאך איין דוגמא, די אינטרא אויף פראטשעקט עקז פאר מה מה מה ווי ליפא זינגט דארט. עס איז א גויאישע ניגון וואס א שווארצער זינגט. (עס איז אויפן זעלבען טעיפ ווי די איי וואנט טא בי ע ראק סטאר) דאס דארפן אונז און אונזערע קינדער הערן??? עס איז נישטא גענוג אידישע ניגונים???
א חתימה ברויך מען האבן ?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מיין קשיא אויף יודישע ניגונים וואס גוים זינגען, מיינט טאקע 'רחם' אויכעט וואס די ציונים האבן גענומען פאר זיך, ווי לשנה הבאה בירושלים, און די ניגון וואס זיי האבן צוגעלייגט ווערטער 'הבה נגילה' פרעג איך אויכעט, ווען מעג מען עס זינגען ווען נישט ווען יא.
אגב, ר' מאטעלע וויזשניצער האט מען ביי א טיש געזינגען א קארליבאך ניגון, און ווי איך געדענק גוט, איז דאס אמאל געווען כשר, נאכדעם פסול, היינט איז עס שוין צוריק 'הייליג' ברוח הקודש נאמרה... און איינער האט געוואלט אפשטעלן דעם ניגון האט ר' מאטעלע געפערעגט וואס איז די פראבלעם, זאגט יענער, ס'איז שלמה קרליבאך'ס ניגון, פרעגט ר' מאטעלע, 'און שלמה לאזט נישט זינגען די ניגון...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

"איך וויל זיין א רבי" פון שאלי גראססמאן איז קיינמאל נישט געווען אויף קיין שום אלבום, עס איז נאר געווען אויף אימעיל. דיינע קינדער זאלסטו אובאכט גיבן אז זיי זאלן נישט האבן קיין אימעיל צוטריט...

טאלי ווייל האט דערווייל נישט ארויסגעגעבן קיין ניגון וואס די קענסט זאגן אז עס קומט פון א פרעמדע מקור, דאס זענען זייינע אייגענע ניגונים, צו ס'איז אויף בערי וועבער'ס אלבום די "יהי רצון שומע קול בכיות" אדער די לעצטיגע ניגון פאר די חתונה אין ספינקא הויף. אויך א ראלאטיוו נייער ניגון, זייער שיין און חסידיש.

ליפא האט שוין יא א היפשע פאר מאל אריבערגעברענגט ניגוני עמים און דאס מטהר געווען....

דודי קאליש האט אויף זיין לעצטער אלבום "הענטעלעך" ארויפגעלייגט א ניגון פון א פרייער זינגער וואס ער שרייבט קלאר ארויס פון ווי דאס קומט נאר ער האט ארויפגעלייגט היימישע ווערטער.

אויך אברהם פריעד(מאן) האט לעצטענס גענומען א באקאנטער אלטע פרייער ניגון און דאס מטהר געווען.. און זינגט דאס היינט אויף אלע קאנצערטן, א שיינער לעבעדיגער ניגון. (רק תפלה אשא)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מיין פראגע האט קיין תירוץ נישט?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

צייטליך, איך רעד נישט פון טאלי ווייל'ס ניגונום אויף אלבומס. איך רעד פון זיננע ניגונים וואס ער מאכט פאר חברים'ס חתונות. א שטייגער ווי יאסי יאסי יאסי אזא שידוך שיין...
א חתימה ברויך מען האבן ?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שעפטיל האט געשריבן:אינעם אשכול 'וואס זינגט מען חנוכה' איז דא ברייטע ידיעות פון ר' חיים ברוך הי"ו וואס מען קען אלץ זינגען אויף מעוז, אויב מען וויל עפעס אנדערש.

דו מיינסט מסתם "זמירות לחנוכה".
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

צייטליך האט געשריבן:"איך וויל זיין א רבי" פון שאלי גראססמאן איז קיינמאל נישט געווען אויף קיין שום אלבום, עס איז נאר געווען אויף אימעיל. דיינע קינדער זאלסטו אובאכט גיבן אז זיי זאלן נישט האבן קיין אימעיל צוטריט...

א חבר מיינע וואס איז געווען א מגיד שיעור אין א ישיבה קטנה האט מיך געזאגט אז בחורים
האבען אנגעצינדען די ניגון אויפען באס
בחורים זענען מומחים צי שאפען די זאכען אן אימעל
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

"איך וויל זיין א רבי" פון שאלי גראססמאן איז קיינמאל נישט געווען אויף קיין שום אלבום, עס איז נאר געווען אויף אימעיל. דיינע קינדער זאלסטו אובאכט גיבן אז זיי זאלן נישט האבן קיין אימעיל צוטריט...


די דריי פינטלעך, צייטי, וואלט נישט אויסגעפעלט, ווייל דער ניגון ברענגט ארויס גאנץ האליוואד, דער גאנצער לעבן פון די גויאישע סעלעברעטיס, און השקפה-ווייז איז דאס זייער נישט געזונט. ווער רעדט נאך פאר קינדער וועלכע זענען אין די ענינים כאפרוחים שלא נפתחו עיניהם (אדער עטליעסט האפן די עלטערן אזוי...)

אגב, אויב האסטע געזען דער קליפ, זעט אויס ווי דער זינגער און קאמפאזירער פונעם ניגון איז סתם אזוי א צעיושעטער פארשוין...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

עסעלע,

מישע מישע מישענעכנעס אדער מארבים מארבים מארבים בעסימכא, האט קיינמאהל ווי א יודישע ניגון נישט געשמעקט, און ווי א עהרליכע ניגון וואס מקור מקומו טמא איז עס זייער ווייט געשטאנען, סוי נישט אזא פארלוסט ווייל מיר האבן איהם קיינמאהל נישט געהעריג עקסעפטעד און אדאפטירט,

די מעוז צור ניגון איז יא גאנץ א אויפגעכאפטער ניגון און איז ממש איינס מיט חנוכה אזוי ווי המן טאשן איז מיט פורים [.....], און איז דרך אגב זייער זייער א ווארעמע תנועה'לע ווי דער גלות יוד ברומט זיך אונטער דעם "ואמונתך בלילות" למטה מעשרה טפחים על פתח ביתו מבחוץ, און איך מיין אז וועגן חייקלס אויסטרעף אפילו מען וועט אננעמען אז עס איז אזוי ווי ער זאגט, וועלן מיר נישט פארלירן דעם ניגון, ווייל עס איז אונזערס מיר האבן עס פאר זיך גענומען אין זוכה געוועהן דערינען, מיר האלטן א מציאה זייער בנאמנות , זאג נאר ווייסט איינער ווי נאך אין וועלכע קלויסטער מען זינגט נאך דעם ניגון ? די אייניקלעך פונעם מחבר זינגט עס נאך ? מיר יא! מיר פארסמאקעווע מיר זיך נאך מיט איהר, און מיר וועלן עס נישט אויפגעבן,

א גוט יאהר,
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”