אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 10:28 pm

אין א שכינות'דיגער אשכול האט זיך געשאפן א דיסקוסיע איבער דעם ענין וואס מ'האט געזעהן פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן גענומען ניגונים פון גוים און עס מטהר געווען בגודל קדושתם און אזוי עס ממשיך געווען צו די קדושה.

דער מייסד הקרעטשמע מרן הרב קרעמער שליט"א המפורסם בכשרונותיו הניגוניות, האט מתחיל געווען דערמיט אראפברענגענדיג פון ר' נחמן מברסלב דאס ענין וז"ל:
איך בין אינגאנצן פאר מקדש זיין ניגונים, איך האב אנגענומען ר' נחמן'ס שיטה אז אויב מען זינגט א רשע'ס ניגון אום שבת, ווערט עס גע'כשר'ט (סאכדעס, איך האב דיר שוין געשיקט דעם מקור, טענה דיך נישט מיט מיר דעריבער).


הדיין הרב סאכדעס וויל זיך טאקע נישט טענה'ען אבער בעט פארט א מקור:

קרעמער, איך ווייס נישט און געדענק נישט ווען יאך האב מיט דיר געהאט א טענה דערוועגן, נאך אלץ וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסן אויף אזא פאני זאך א מקור. אויב זאגסטו אז ר' נחמן זאגט אזוי, אידאך זעכער גוט. אבער כ'גלויב אז עס וואלט שוין געהאנגן פאלאקאטן דערפון אין אלע גאסן... מינימום א_ווי נ נח


קרעמער פוילט זיך נישט, יגע, מצא וציטט:
(14) ליקוטי מוהר"ן מהדורא קמא סימן רכו

מה שהרשעים על פי רוב הם מזמרים נגונים של יללה ועצבות, כי הם בחינת נשמת ערב רב, ואמא דערב רב היא לילית שהיא מיללת תמיד, ועל כן הם עושים נגונים של יללה כנ"ל,

ומה שדרך בני אדם למשך אל נגונים הללו, כי יניקתם מבחינת "ועיני לאה רכות" (בראשית כ"ט), מבחינת קלקול הראות, בבחינת מארת חסר, כמו שכתוב (שם א): "יהי מארת" חסר דא לילית (תקוני זהר תקון מ"ד דף עט:), ועקר הנגון הוא מבחינת שבט לוי שהיו מנצחים בשיר, שהם מבני לאה, ואז כשנולד לוי נאמר (שם כ"ט): "הפעם ילוה אישי אלי", כי על ידי שנולד לוי שהוא סטרא דנגונא (זהר שמות דף י"ט): על ידי זה בחינת ההמשכה, שילוה ויומשך אליה, ועל כן נגינה שהוא נשתלשל ויורד משם, מבחינת "ועיני לאה רכות", יש לו כח למשך, בבחינת "הפעם ילוה" כנ"ל,

וכשמזמרים אלו הנגונים הנ"ל בשבת, על ידי זה מעלין אותם, כי בשבת נשלם האור בבחינת מה שאמרו רבותינו, זכרונם לברכה (ברכות מג:): 'פסיעה גסה נוטלת מאור עיניו וכו' ומהדרא לה בקדושא דבי שמשא'. נמצא שבשבת האור בשלמות, בבחינת: "פוסעים בו פסיעה קטנה", ואזי מעלין הנגונים הנ"ל שיניקתם מקלקול הראות כנ"ל, על ידי שבת שהוא בחינת תקון הראות בשלמות כנ"ל


צייטליך פונעם מאשקע לאגער איז מבטיח אסאך צו נוצן דעם מהר"ן, און באדאנקט זיך פאר'ן מייסד:
קרעמער, א גרויסן יישר כח פארן אראפברענגען די ווערטער,

אונז גיימער עס אסאך נוצן, קוקט עס יעצט אויס..


אויך דער רב ר' זרח דער בעל השכוחות באדאנקט זיך כרגיל, אבער לאזט זיך אריין מיט א טיעפערן קלער (בתוך הדברים איז דער רב מרמז אויף חילוקי אשכולות וואס מיר זענען יעצט עוסק דערין):
קרעמער יישר כח פארן מעתיק זיין דעם ליקוטי מהר"ן.

איך וויל נישט ח"ו פארדרייען אן איינפאכער () אשכול פון היכל הנגינה צו א השקפה'דיגע אשכול, און אפשר טאקע איז דער ענין ווערט א באזונדער אשכול, אבער אויפדערווייל וועל איך דאס דא פרעגן.

וואס איז טאקע פשט אין דעם ליקוטי מהר"ן? איז טאקע פשט אז א יעדער מאן דהוא קען זיך פרייטיג צונאכטס, נאכן עסן די געטונקענע חלה אין דער פיש קאטשענע, פארגלייזן די אויגן און זיך צעזונגען מיטן גאנצן שלהבת א שיינעם ראדיאו זמר'ל, און נאו פראבלעם מ'האט דעם ניגון מעלה געווען, ומהיום והלאה איז דער ניגון מקודש מקודש?

לפי ראות עיני שכלי וואלט איך געזאגט, אז דער ענין פון מקדש זיין א ניגון איז בלויז געגעבן געווארן פאר אזעלכע סארט אידן וועלכע פארשטייען דערין, וועלכע זעען די נציצות הקדושת וועלכע זענען פארפאלן געווארן בעמקי הקליפות פון א געוויסן זמר'ל, א שטייגער ווי דער הייליגער קאלוב'ער האט געמאכט מיט'ן באקאנטן סאלא קאקאש אדער ווי דער ייטב לב מיטן חי ד', אבער צו זאגן אז יעדער איינציגער איד האט דעם כח אום שבת קודש מעלה צו זיין סיי וואס פארא א גוי'אישער זמר קוקט מיר אויס צו זיין אביסל אומפארשטענדליך. ביניך ריכטיג?


דער רבי איז מציץ מן החרכים זייענדיג פארנומען מיט שווערע סוגיות בהע' לשונות, אבער שטאט דאך אפ א בליץ באזוך בהיכל הנגינה און ווארפט אריין א שורה וועלכע ווארפט א ליכט אויף ביאור דברי ר' נחמן:

על עיקר הדבר אני מתמה, וואו רעדט מען דא בכלל פון רשעים'ס ניגונים?


כתלמיד ותיק הדולה ומשקה מתורת רבו, נעמט מיללער דברי רבינו ווי ער איז מרחיב הדבר כפי הבנת קט שכלו, והוסיף נופך מדיליה בעיקרן של דברים:
כבני היכלא ועוד, דער מהר"ן רעדט לכאורה פון געוויסע ניגונים וואס רשעים זינגען מכח עצבות ויללה, נישט וואס זיי האבן מחבר געווען, אבער ווען א איד זינגט דעם זעלבן זמר און שב"ק מתוך שמחה וטוב לבב איז מען מעלה דעם ניגון ארויס פון די פלעצער ווי די רשעים האבן דאס משפיל געווען.

יעצט שרייבענדיג קלער אז עס קען גאר זיין אז די פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן טאקע יא גענומען ניגונים פון פויערן זעלבסט, האבן משיג געווען בגודל קדושתם אז דער ניגון האט באמת יא א גוטן מקור נאר די גוים האבן דאס אוועקגעשלעפט בטומאתם צו די סטרא אחרא אריין, זענען זיי געקומען און דאס צוריק מעלה געווען למקורם.


כראות רבינו את דברי תלמידו הרב מיללער, שמח לקראתו:

מילער.

דאס איז דאך ממש די מעשה, אז ער האט געזאגט אז ס'איז געווען די ניגונים וואס די לוים פלעגן זינגען אין בית המקדש, נאר משחרב בית המקדש, איז עס פארוואגלט געווארן צווישן די פאסוטוכער, און ער האט עס פשוט צוריקגעברענגט.

אשריך מילער, אם ספיקותיך כך, ודאותיך על אחת כמה וכמה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 10:41 pm

יישר כח מיללער פארן אויפלעבן דעם שמועס מיט דיינע נאבעלע אונטערפירונגען צו יעדן תגובה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 11:24 pm

מילער..

מייסטערהאפטיג, איך טענה שוין לאנג, מ'דארף דיר אפדינגען מטעם הקרעטשמע, צו מאכן א סיכום פון איעדע פלפול'דיגע אשכול, וואו ס'איז זה בונה וזה סותר וזה טוען וזה מפרק, דאס זיסקייט וואס גיסט זיך אויס אין אלע ביינער, בשעת'ן ליינען דיינע טרעפליכע הוספות, איז נופת צופים וכל טעם....

אבער קרעמער, גיב נישט אזוי שנעל אויף, די וויזשניצע האלטן יא דערפון, ס'איז דא ביי זיי א מסורה פון ר' תורת חיים.

קענסט די מעשה מיט די ירושלים ניגון וואס מ'האט אים מעורר זיין?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:36 am

מילער.
למעשה איז קרעמער יא גערעכט, מ'האמיר פארזען אפאר ווערטער.

"ועל כן הם עושים נגונים של יללה"

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:50 am

איך בעט זייער פון די חשוב'ע אידן מ'זאל מיר אויך געבן ארט פאר מיינע דלות'דיגע רייד.
איך וואלט געוואלט וויסן, ווי ס'ווערט געבראכט אזא זאך ווי געמיינע תנועות (חוץ אויף די פלאקאטן פון התאחדות הרבנים)
אדרבה, לאמיר טרעפן עפעס א מקור פון אן אמאליגן, אז ס'איז פאראן ניגונים וועלכע זענען ממקור רשע?

ס'לאזט זיך שווער זאגן אז דער ניגון פונעם קאלוב'ער פויער איז געווען פון דעם סארט
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 8:25 am

בני היכלא האט געשריבן:מילער..

מייסטערהאפטיג, איך טענה שוין לאנג, מ'דארף דיר אפדינגען מטעם הקרעטשמע, צו מאכן א סיכום פון איעדע פלפול'דיגע אשכול, וואו ס'איז זה בונה וזה סותר וזה טוען וזה מפרק, דאס זיסקייט וואס גיסט זיך אויס אין אלע ביינער, בשעת'ן ליינען דיינע טרעפליכע הוספות, איז נופת צופים וכל טעם....

אבער קרעמער, גיב נישט אזוי שנעל אויף, די וויזשניצע האלטן יא דערפון, ס'איז דא ביי זיי א מסורה פון ר' תורת חיים.

קענסט די מעשה מיט די ירושלים ניגון וואס מ'האט אים מעורר זיין?


וואו זעהסטו אז איך האלט בכלל ביים אויפגעבן?

די מעשה -- מיינסט אפשר דאס וואס מען האט געזאגט פאר אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי שליט"א אויף א ניגון אז דאס איז ר' שלמה קארלבאך'ס, און ער האט געגעבן א פרעג: נו, ער לאזט דאס נישט זינגן?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 10:13 am

קרעמער, איך האב נאך אריינגעכאפט צו זען דיין פאריגע תגובה וד"ל..

יא יענע מעשה, דער ניגון איז געווען "ירא-שא-ליי-יים", און די מעוררים זענען געווען גדולי מאנסי, ר' שמעלקא ז"ל ויבל"ח ר' חיים פלאר שליט"א.

קרעמער.
איך האב פאר דיר נאך א תקנה, אויך פון ר' נחמן, דאס איז שוין א שווערע, וזה לשונו, בסי' ג'.

אמר רבה בר בר חנה: לדידי חזי לי ההיא אקרוקתא דהוי כאקרא דהגרוניא, ואקרא דהגרוניא כמה הוי שתין בתי, אתא תנינא בלעה אתא פושקנצא ובלעה לתנינא, וסליק יתיב באילנה. תא חזי כמה נפיש חיליה דאילנא:
רשב"ם: אקרוקתא - צפרדע: כאקרא דהגרוניא - גדול היה כאותה כרך: ואקרא דהגרוניא כמה הוי? שתין בתי - תלמודא קאמר לה: אתא תנינא - רבה קאמר לה: פושקנצא - עורב נקבה:
הנהמי ששומע נגינה ממנגן רשע, קשה לו לעבודת הבורא. וכששומע ממנגן כשר והגון, אזי טוב לו, כמו שיתבאר.
כי הנה קול הנגינה נמשכת מן הצפרים, כדאיתא במדרש (ויקרא רבה, טז): מפני מה מצרע טהרתו תלויה בשתי צפרים חיות טהורות? יבוא קלניא ויכפר על קלניא. כי נלקה מחמת קולו שדבר לשון הרע. נמצא, מי שהוא כשר, נמשכת הנגינה שלו מן השתי צפרים חיות טהורות. וכתוב בזהר (ויקרא נג:), שהשתי צפרים הנ"ל, יונקים מאתר דנביאים ינקין. לכך נקרא המנגן חזן מלשון חזון, הינו לשון נבואה, כי לוקח הנגינה מאתר דנביאים ינקין.
וכשהמנגן הוא רשע, אזי הוא לוקח הנגינה שלו מצפרים אחרות שבקלפה. וכתוב בזהר: כי הצפרים שבקלפה יונקין מדדי המלכות. וכד אתפלג ליליא כדין כרוזא כריז: "כצפרים האחוזות בפח כהם יוקשים בני-אדם".
והתקון הוא שיוכל לשמע נגינה מכל אדם, הוא על-ידי שילמד בלילה תורה שבעל-פה, הינו גמרא שהיא בחינת לילה. כדאיתא במדרש, 'כשהיה משה בהר ארבעים יום וארבעים לילה, לא היה יודע מתי יום ומתי לילה, רק על-ידי-זה כשהיה לומד תורה שבכתב, היה יודע שהוא יום, וכשלמד תורה שבעל-פה, היה יודע שהוא לילה'. נמצא, שהתורה שבעל-פה היא בחינת לילה. וכמו שאמרו רבותינו, זכרונם לברכה (סנהדרין כד.): "במחשכים הושיבני" 'זה תלמוד בבלי'. וכתיב (בראשית א): "ולחשך קרא לילה". הינו על-ידי שילמד ש"ס יתקן השית עיזקאין שבקנה, שמהם יוצא הקול. וזהו (איכה ב): "קומי רני בלילה", הינו שתהיה תקומה להרנה, הינו על-ידי הלילה שהיא גמרא ש"ס.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 11:15 am

א אינטערסאנטע תשובה פון עובדיה יוסף איבער דעים, אין שו"ת יחווה דעת (חלק ב, סימן ה)

שאלה: האם מותר לומר קדיש או קדושה במנגינה של שירי עגבים? והאם מותר לנגן בשם ה' שבפסוקים ובברכות שבתפלה?

תשובה: רבי יהודה החסיד בספר חסידים (סימן תשסח) כתב, מי שקולו נעים יזהר שלא יזמר ניגוני נוכרים, כי עבירה היא, ולא ניתן לו קול נעים אלא לשבח לבורא יתברך ולא לעבירה. ע"כ. ונראה שהמכוון הוא שאומר שירי הגויים עם המילים שלהם שהם שירי עגבים, וכמו שכתב בשו"ת הרי"ף (סימן רפא) בזו הלשון: שליח צבור שמרנן בפיו שירי ישמעאלים ומוציא מפיו דברי נבלה מסלקין אותו ממשרתו, ועליו ועל כיוצא בו נאמר נתנה עלי בקולה על כן שנאתיה, והובא להלכה בספר אורחות חיים הלכות תפלה (אות עח). וכן בספר כל בו. וכן פסקו הרמ"א בהגה אורח חיים (סימן נג סעיף כה), והרדב"ז בתשובה (חלק ב סימן תתט). אבל לומר שירי קודש ופזמונים במנגינה שחוברה בלחן של שירי עגבים, נראה שאין בזה איסור כלל. ואף על פי שהגאון רבי מסעוד רקח בספר מעשה רוקח (פרק ח' מהלכות תפלה יא), הבין בכוונת רבי יהודה החסיד בספר חסידים הנ"ל שאפילו כשהשיר מצד עצמו יהיה קודש, ניגון הנוכרים שבו יפסידהו, כי הכניס הטינופת במקום הקדושה, ונסתייע מלשון הגאון רבי מנחם די לונזאנו בספר שתי ידות. אולם מרן החיד"א בספר ברכי יוסף (סימן תקס) כתב, שמה שאוסר המעשה רוקח לשורר פיוטים וקדיש וקדושה בלחן של שירי עגבים ונוכרים, והסתייע מדברי הגאון מהר"ם די לונזאנו, נעלם מעינו הבדולח מה שכתב הגאון מהר"ם די לונזאנו עצמו בספר שתי ידות (דף קמב ע"א) בזו הלשון: ולפי שהשיר והשבח להשם יתברך ראוי שיהיה בתכלית השלמות, שכך נאמר בנבל עשור זמרו לו, כלומר, בכל מאמצי הכח, זאת היתה לי לחבר רוב השירים שלי על פי ניגוני הערבים, לפי שהם מגביהים קולם ומנעימים את שירתם יותר מזולתם. ואמנם ראיתי קצת חכמים שמתאוננים רע על המחברים שירות ותשבחות לה' יתברך על פי ניגונים אשר לא מבני ישראל המה, אולם אין הדין עמם, כי אין בכך כלום. עד כאן. וכן הסכים להלכה רבי אברהם אלקלעי בספר זכור לאברהם (מערכת קדיש). ובאמת שמעשה רב בכמה גאוני ישראל שחיברו שירות ותשבחות על פי הלחן של מנגינות שירי עגבים, ומהם שירי הבקשות הנאמרים כיום בכל ליל שבת ברוב קבל ועדה בבתי הכנסת של הספרדים ועדות המזרח בארץ ובתפוצות הגולה אשר יסודתם בהררי קודש, וחוברו על ידי הגאונים רבי שלמה לניאדו, מחבר שו"ת בית דינו של שלמה, ורבי אברהם ענתבי, מחבר יושב אהלים ועוד, ורבי מרדכי לבטון, מחבר ספר נוכח השלחן ועוד, ורבי מרדכי עבאדי, מחבר ספר מעין גנים. וכהנה וכהנה רבנים גאונים גדולים ועצומים בתורה, לקדושים אשר באר"ץ המה. והבקשות והפיוטים האלו חוברו על פי הלחן של שירי עגבים. וכן בדורותינו אלה זכינו לשמוע מפה קדשם של שליחי צבור תלמידי חכמים צדיקים וישרים בעלי קול נעים שהתפללו בנעימה מזרחית, ובהרכבת מנגינות של שירי עגבים בקטעים מסויימים שבתפלה ובקדיש ובקדושה, ולקחו מזמרת הארץ בידם, לשורר לה' יתברך הבוחר בשירי זמרה, בנועם שיח סוד שרפי קודש. ולב הקהל נמשך אחריהם בדחילו ורחימו בשמחה וטוב לבב בתודה ובקול זמרה, אשרי העם שככה לו. וכתב בספר חסידים (סימן קנח), כשאתה מתפלל אמור ברכות התפלה בניגון הנעים והמתוק שבעיניך, ובזה ימשך לבך אחר מוצא פיך, ובבקשה ותחנה בניגון המושך את הלב, ולשבח ולהודות בניגון המשמח את הלב למען ימלא לבך אהבה ושמחה בעבודת השי"ת. וידוע מה שכתב רבינו הגדול הרמב"ם (בפרק ח מהלכות לולב הלכה טו): שהשמחה בעבודת השם יתברך ובאהבתו בעשיית מצותיו, עבודה גדולה היא, וכל המונע עצמו משמחת מצוה זאת ראוי ליפרע ממנו, שנאמר בפרשת התוכחה, תחת אשר לא עבדת את ה' אלהיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, ועבדת את אויביך. ועל זה סמכו גדולי הדורות של עדות המזרח לחבר שירים ופזמונים בלחן של שירי ערבים לשורר ולזמר להשם יתברך במסיבות של חתן ובר מצוה ובמילה, ובשבתות וימים טובים, בשירים המיוסדים על פי לחן של שירים ערביים. ויש להמליץ על זה: על ערבים בתוכה תלינו כנורותינו. וכן העיד הגאון רבי ישראל משה חזן, אב"ד רודוס, בשו"ת כרך של רומי (סימן א), שכן נהגו בארץ ישראל לנגן התפלות וקדישים וקדושות כולם על פי הלחן של ניגוני ערבים, ובטורקיה על פי מנגינות טורקיות, ובאדום על פי המנגינות שבארצותם. ואין להקפיד כי אם על תוכן המילים. וסיים: וגם אני נטפלתי לייסד שירים ופיוטים על משקל שירי הערביים, וכמעט בלשון נופל על לשון. ועשיתי זאת להפיק רצון הגאון הראשון לציון רבי חיים אברהם גאגין זצ"ל. ע"כ. (ושם בדף ו' ע"ב הובאה הסכמה לעיקר דינו בזה מהגאון רבי חיים שמואל הכהן ז"ל, רבה של טבריה). ואמנם מדברי הגאון רבי חיים פלאג'י בספר כף החיים (סימן יג אות ו) מתבאר שאין דעתו נוחה משליחי צבור המנגנים קדיש וקדושה על פי המקאם בלחן של שירי נוכרים, אולם נראה שהעיקר להלכה כדברי הזכור לאברהם והכרך של רומי שהתירו בזה, מאחר שכן עשו מעשה רב גדולי ישראל. וכן הסכים הגאון רבי אליהו חזן, אב"ד אלכסנדריא של מצרים, בשו"ת תעלומות לב חלק ג' בליקוטים (דף צו ע"ב). וכל הלכה שהיא רופפת בידיך צא וראה מה הצבור נוהגים ונהוג כן. וכמו שאמרו בירושלמי (מעשר שני פרק ה' הלכה ב') +ומכל מקום נראה שיש להש"צ להעדיף הרכבת המנגינות בקטעי התפלה בלחן של שירי קודש הידועים לקהל המתפללים, ואע"פ שגם שירים אלה נוסדו על לחן של שירי עגבים, כיון שברבות הימים נשכחו המלים של שירי עגבים, ונשארו במקומם שירי קודש, וכבר יצאו מרשות הסטרא אחרא ועברו לסטרא דקדושה, הכי עדיף טפי. וכן נוהגים רבים וכן שלמים, ובזה נקיים אנו ממה שערער בתוקף רב על זה, הרה"ג ר' שמואל ארקוואלטי בספר ערוגת הבושם, והוזכר בספר מעשה רוקח הנ"ל, שהרי בעת שהחזן אומר דברי קדושה בניגון של שירי עגבים, יבאו ההמון להרהר בשירי עגבים שיש בהם ניבול פה וכל תועבה. (ועל פי זה כתב לפרש מ"ש חז"ל (סוטה לה ע"א) מפני מה נענש דוד, מפני שאמר זמירות היו לי חקיך וכו', ואין דבריו נכונים בזה כלל). ע"ש. אולם שליח צבור שעושה כדברינו פטיר ועטיר מן ערורי הרב הנ"ל. והלא באמת יש לנו שירי קדש רבים ונחמדים וערבים לאוזן, שאפשר להרכיב על הלחן שלהם המנגינות של קטעי התפלה, ומהיות טוב אל תקרי רע (ברכות ל ע"א). ובזה אף הגאון מהר"ח פלאג'י יודה שיש להתיר בלא שום פקפוק. וק"ל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:24 pm

בני היכלא האט געשריבן:מילער.
למעשה איז קרעמער יא גערעכט, מ'האמיר פארזען אפאר ווערטער.

"ועל כן הם עושים נגונים של יללה"


מחמת חומר הנושא ואלט איך נאך אלץ מדחיק געווען צו זאגן אז זיי מאכן 'דערפון' (פון די ערליכע ניגונים), נגונים של יללה.

לכאורה יש לחלק בין נגוני קרליבך וועלכער איז אויפגעוואקסן בבית מודזשיץ און סטאלין און דארט קונה געווען זיינע כוחות הנגינה, נאר שפעטער איז ער נחמץ געווארן טיילווייז אולי יש מקום לומר אז זיינע ניגונים האבן נאך אלס אן ערליכער מקור, משא"כ די וואס נעמען ריין גויאישע ניגונים למחצה לשליש ולרביע פון ריכטיגע מקורות המטונפים און ברענגען דאס אריין אין אידישע שטיבער עליו הכתוב אומר "אל תשמח ישראל אל גיל כעמים" צו וואס פעלט עס אויס? ווער ברויך דאס האבן? עס איז באמת אן עקל ווען מ'הערט א ניגון וועלכע מ'האט לעצטענס געהערט אויף א חתונה ארויסקומען פון א גויאישן קאר שטייענדיג ביים רויט-ליכט.

קרעמער,
דער וויזניצער מעשה איז זייער באלערנד ס'טייטש אז דער רבי האט מבחין געווען אז דער ניגון איז כשר אפי' נאכדעם וואס ער האט געהערט דעם מקור לדעתי איז דאס א גדלות, למעשה טייל רביים/רבנים פארשטייען נישט צו קיין נגינה און ביי זיי ברענגט מען אן כל'ערליי ניגונים להרע או להיטיב, די וועלט פארציילט אויף א געוויסן רב ז"ל ווי די חסידים האבן אריינגעברענגט צו זינגען שב"ק ביים טיש דעם 'חיקותיה במרה' פון בן דוד, דער רב האט זייער נהנה געווען דערפון פרעגנדיג, ווער איז דער מחבר? האט מען אים גענטפערט ר' מרדכי ווערדיגער, "זייער פיין" אזוי איז דער ניגון פארבליבן 'זיינס' א זמירות ניגון יעדע וואך.

לעצטענס האביך געהערט א טעיפ פון ר' אהרן קאהן (?) ווי ער האט גערעדט אין סקווירא בעניני נגונה, צווישן דעם האט ער אויך געברענגט צוויי חבד'סקער ניגונים וועלכע האבן א גויאישן מקור, איינס איז דער 'נאפאלעאן מארש' וועלכער איז איינגעפירט צו זינגען מוצאי יוה"ק בבחינת דידן נצח, דאס צווייטע ווערט אנגערופען 'שאמועל' ע"ש פון א געוויסן גענעראל וועלכער איז געזעסן אין תפיסה און האט מחבר געווען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:34 pm

דער רב הראשי (אנדערע לייגן דאס אביסל אנדערש אויס) מאכט מיר לאכן... ער איז נאך ממליץ דעם פסוק "על ערבים בתוכה תלינו כינורותינו" אז מען מעג זינגן זמירות אויף אראבישע טענער פון שירי עגבים.

מיללער;

איך בעט דיר זאלסט נישט פארדרייען די פשוט'ע רייד פון רבי נחמן. עס איז קלאר אז ער רעדט נישט פון הערן FM, ווייל דאס איז אין כלל פונעם איסור קול באשה און קדושים תהיו וכו', ער רעדט פון א אידישן רשע וכדומה וואס צוזינגט זיך מיט אן עצבות'דיגן תנועה (א שטייגער ווי ר' מרדכי ווערדיגער טאקע) און מען קען דאס מעלה זיין דורכן זינגן ביים שבת טיש (אקוראט ווי יענער רבי פלוני וואס דו ברענגסט אראפ).

בני-היכלא;

איך האב ב"ה א שיעור אין גמרא יעדע נאכט, על כן --- שיק מיר אריין די ניגונים.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:36 pm

א אידישן רשע וכדומה וואס צוזינגט זיך מיט אן עצבות'דיגן תנועה א שטייגער ווי ר' מרדכי ווערדיגער


דו מיינסט דאס ערענסט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:42 pm

מילער, ס'איז א חומר הנושא, אבער אויך א חומר לדחוק, ער זאגט שפעטער אויך, כשמזמרין אלו הניגונים הנ"ל. ס'קוקט יא אויס ווי ער רעדט פון רשעים'ס נגונים, איך דארף אריינקוקען אין קיצור ליקוטי מוהר"ן און אין ליקוטי תפלות, צו זען וויאזוי ר' נתן האט דאס אפגעטייטשט.

דער געוויסער רב, האב איך געמיינט אז ס'איז א שליט"א נאך.

שטייט אין ליקוטי מוהר"ן, אז מ'קען מכניע זיין די שר פון א אומה דורך זינגען די נאיציאנלע הימנע זייערע.
די ברסלב'ע פלעגן זינגען אינדערהיים די רוסישע הימנע, אין די שווערע צייטן.
לפי זה קען מיר אונז זינגען, די סטאר ספענגלד בענער.
קרעמער, האסט א פידל אין די האנט, נעם דיך צו די מלאכה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:44 pm

חס ושלום.

איך זעה יעצט אז איך האב זיך אויסגעדרוקט אויף אן אופן וואס קען שלעכט פארשטאנען ווערן: "ר' מרדכי ווערדיגער" וואס איך שרייב, גייט ארויף אויף די "עצבות'דיגע תנועה", נישט אויפן אידישן רשע ח"ו.

איך קען ר' מרדכי פון דער נאנט, איך וואלט אויף קיין פאל אים נישט אנגערופן רשע ח"ו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 12:45 pm

בני היכלא;

איך האב דא די נאטען פון עטליכע אמעריקאנע ניגונים, אבער צו וואס זאל איך מכניע זיין די כוחות פונעם יו.עס. ארמיי???

האסט אפשר די טאליבאנער הימנע אויף דיר (דאכט זיך עס הייבט זיך אן "אללא אכבאר" און ענדיגט זיך מיט אן אויפרייס..)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:00 pm

קרעמער האט געשריבן:דער רב הראשי (אנדערע לייגן דאס אביסל אנדערש אויס) מאכט מיר לאכן... ער איז נאך ממליץ דעם פסוק "על ערבים בתוכה תלינו כינורותינו" אז מען מעג זינגן זמירות אויף אראבישע טענער פון שירי עגבים.


אנו אין לנו אלא דבריהם הקדושים של תלמידי הבעל שם טוב הק ולאורם נלך.

בני-היכלא;

איך האב ב"ה א שיעור אין גמרא יעדע נאכט, על כן --- שיק מיר אריין די ניגונים.


אויב אזוי, לאמיר דיר שוין מעתיק זיין נאך אפאר שורות פון דארט, וועגן לימוד תורה בלילה.

אך כשלומד שלא לשמה, הינו בשביל שיתקרא רבי, הלמוד אינו בחשיבות כל כך. וכשלומד בלילה, חוט של חסד נמשך עליו ומגן עליו שלא יזיק לו המחשבה הנ"ל: וכו', אתא תנינא בלעה ופרש ר"ש: רבה קאמר לה, הינו על-ידי שילמד שלא לשמה יבלע אותה הנחש. וזה שפרש רשב"ם, רבה קאמר לה, הינו על-ידי שילמוד בשביל שיתקרא רבי. אתא פושקנצא ופרש רשב"ם: עורב, הינו על-ידי שילמד בלילה, מלשון ערבית ובלעה הינו ומגן עליו מן הנחש הנזכר לעיל, וכו'.

נאך וועגן חזנים שוטים, ביאור על פי סוד.
ובשביל זה מרגלא בפומא דאינשי עכשו לומר, שהחזנים הם שוטים, ואינם בני דעה. כי עכשו מלכות דקדשה בגלות. ועל כן הנגינה שהיא נמשכת מאתר דנביאים מבחינת מחין ודעת דמלכות דקדשה, ועכשו שהמלכות בגלות, ועל כן הנגינה נפגמת, ועל כן החזנים הם בלא דעת, כי אין להם כח עכשו להמשיך הנגינה משרשה שבקדשה, שהוא בחינת מחין ודעת של מלכות דקדשה, כנ"ל, אבל לעתיד שיתעלה מלכות דקדשה, ויהיה "ה' למלך על כל הארץ", אזי תתעלה ותשלם הנגינה בבחינת דעת דמלכות דקדשה, שמשם נמשכת הנגינה כנ"ל. וזהו (תהלים מ"ז): "כי מלך כל הארץ אלהים, זמרו משכיל". כי אזי כשיהיה ה' למלך על כל הארץ ויתעלה מלכות דקדשה, אזי: "זמרו משכיל", הינו שהחזנים המזמרים יהיו בדעת ובששכל. על-ידי שיתעלה מלכות דקדשה, ויקבלו הנגינה משרשה שבקדשה, שהוא בחינת דעת ומחין של מלכות דקדשה כנ"ל, וכו'.

די כח פון דוד המלך מעלה צו זיין ניגונים וואס איז נישט בקדושה.
וזהו "מאחר עלות", הינו שדוד המלך, עליו השלום, היה יכול לתקן ולהעלות גם הנגינה שאינו מאדם כשר, להעלותה אל הקדשה. וזהו: "מאחר עלות הביאו", הינו גם הנגינה, שהיא מאחורי הקדשה בבחינת "מאחר עלות", מאחר המיניקות, כי הנגינה דקדשה הוא מאתר דנביאים ינקין, והנגינה שאינו בקדשה היא בחינת מאחר עלות מאחורי הקדשה. ודוד המלך, עליו השלום, היה יכול לתקן נגינה זו גם כן, ועל-ידי-זה נתעלה מלכות דקדשה כנ"ל. וזהו: "מאחר עלות הביאו לרעות ביעקב" וכו', כי על-ידי-זה זכה למלכות כנ"ל.

סתם א הערה.
ווען צדיקים רעדן פון מעלה זיין א ניגון, איז נישט פשט, אז זיי הייבן עס אן צו זינגען און הייסן יעדער זאל עס זינגען, און דאס איז דער עלייה זייערע.
צדיקים אמיתיים, זענען מעלה די גאנצע וועלט, אלע נשמות אלע ניצוצין, איעדע זאך אין די וועלט וואס איז אין גלות, וואס איז ווייט פון שורש הקדושה, זענען די צדיקים בקדושתם מעלה, ביזן שורש, די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס דא דערין, דצח"ם, תורה תפלות נפולות אהבות יראות נפולות, פון גאנץ כלל ישראל, כידוע בכל ספרי קודש.
די זעלבע איז מיט ניגונים, זיי זענען מעלה די ניגונים בשרשם, אלע ניגונים וואס זענען נפולות מהקדושה, דורך רשעים, אזוי ווי ער איז מבאר אין די תורה, אז די שורש פון ניגוני רשעים איז יללה מקלי' לילי"ת, און די צדיקים זענען דאס מעלה, ווען זיי אליינס זינגען דאס אין שבת, דאס זעט מען מער מפורש אין די תורה פון דוד המלך'ס מתקן זיין די ניגונים, אז דאס איז א העכערע זאך וואס נאר דער גרויסער דוד המלך האט געקענט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:05 pm

קרעמער האט געשריבן:בני היכלא;

איך האב דא די נאטען פון עטליכע אמעריקאנע ניגונים, אבער צו וואס זאל איך מכניע זיין די כוחות פונעם יו.עס. ארמיי???

ער שרייבט נאר צו זינגען די הימנע.
אויף דיין שאלה צו וואס, איז דער תירוץ, אויף די אלע אידן און זייערע משפחות וואס ווערן געפייניגט אין די טורמעס מיט יסורים און פייניגונג אויף יארן לאנג, אויף עבירות, וואס מ'האט אמאל אין דער אלטער היים ניטאמאל איינגעזעצט, אויף דעם פלעגט ר' ישעי'לע קערעסטירער שטענדיג ממליץ זיין, א גוי דארף "נעמען" אדער געלט אדער א מיתה משונה.
א שאד מ'האמיר נישט אזא שטייגער צדיק א אוהב ישראל ווי ר' ישעי'לע, ער וואלט זיי אוועקגעלייגט ווי פליגן, ווי ר' הערצקעלע ראצפערטער האט געזאגט איין שייע קען אוועקלייגן טויזענט גוים.


האסט אפשר די טאליבאנער הימנע אויף דיר (דאכט זיך עס הייבט זיך אן "אללא אכבאר" און ענדיגט זיך מיט אן אויפרייס..), איך האב נישט, אןו ווייס נישט דערפון???


.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:08 pm

דארפסטו שאפן די הימנע פון די IRS.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 1:20 pm

די אמעריקאנע הימנע. הנקרא national anthem
http://bands.army.mil/docs/anthem.mp3

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 25, 2007 4:07 pm

בני היכלא האט געשריבן:מילער, ס'איז א חומר הנושא, אבער אויך א חומר לדחוק, ער זאגט שפעטער אויך, כשמזמרין אלו הניגונים הנ"ל. ס'קוקט יא אויס ווי ער רעדט פון רשעים'ס נגונים, איך דארף אריינקוקען אין קיצור ליקוטי מוהר"ן און אין ליקוטי תפלות, צו זען וויאזוי ר' נתן האט דאס אפגעטייטשט.

דער געוויסער רב, האב איך געמיינט אז ס'איז א שליט"א נאך.

שטייט אין ליקוטי מוהר"ן, אז מ'קען מכניע זיין די שר פון א אומה דורך זינגען די נאיציאנלע הימנע זייערע.
די ברסלב'ע פלעגן זינגען אינדערהיים די רוסישע הימנע, אין די שווערע צייטן.
לפי זה קען מיר אונז זינגען, די סטאר ספענגלד בענער.
קרעמער, האסט א פידל אין די האנט, נעם דיך צו די מלאכה.


רבי,
דער געוויסער רב ז"ל איז געווען אן ערליכער איד (אין אישית וועל איל דיר זאגן מער פרטים) יהא זכרו ברוך, איך האב חלילה נישט געמיינט אים משפיל צו זיין.

דאס וואס דו ברענגסט וועגן מכניע זיין מיט די הימנע, דאס האב איך געברענגט פונעם בעל התניא מיט'ן 'נאפאלעאן מארש' וואס דאס האט ער געזונגען אים מכניע צו זיין דאכציך מיר, אינטערעסאנט אז די זעלבע זאך זאגט דער מוהר"ן, האסט עפעס מער פרטים דערויף?

מארק לעווין ברענגט אלס די אלע מיליטערישע מארשן אויף זיין שוי ס'איז זייער שיין, איך מיין אז אלע מארשן וואס מהערט ביינאונז זענען לאוו-דוקא היימיש, אבער א מארש האט פארט א ציוויליזירטען חן, אנדערש ווי ראק-מיט-קוילער סטיל אדער פאפ וכל שום ובצלים דאית להו.

איך האב אמאל באקומען פון איינעם א לינק צום אריגינעלען גויאישען ניגון אויף וועלכע מב"ד האט ארויפגעלייגט די באקאנטע 'יודן' (משיח וועט שרייען און די גאסן פון ירושלים) ניגון, דערזייט דעמאלטס ווען איך הער דעם ניגון אויף א חתונה כאפט מיר א גרויל וואוסענדיג אז דאס קומט פון א מקור טמא (אויסער וואס די ווערטער קלעבן נישט פון דא ביז קאנארסי), איך ווייס אז דאס איז נאך געווען אין זיינע זכור מעשיך הראשונים עפאכע, הייינט האבן זיינע ניגונים א חסידישען חן.


קרעמער,
דער רב הראשי (וויאזוי טייל לייגן דאס אויס) ווערט אנגערופען צומאל א 'חמור נושא ספרים' זייענדיג א מורא'דיגער צאמברענגער וואס דו קענסט אפי' פון דעם קליינעם תשובה זיינע אויך זעהן, אבער זיינע אייגענע דמיון מילתא למילתא איז נישט זייער אנגענומען ווען טיילמאל איז עס זייער רחוק מן השכל ווי ביי דעם פאל.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך דעצמבער 26, 2007 1:37 am

אינטערסאנט זיין תמצית

ומכל מקום נראה שיש להש"צ להעדיף הרכבת המנגינות בקטעי התפלה בלחן של שירי קודש הידועים לקהל המתפללים, ואע"פ שגם שירים אלה נוסדו על לחן של שירי עגבים, כיון שברבות הימים נשכחו המלים של שירי עגבים, ונשארו במקומם שירי קודש, וכבר יצאו מרשות הסטרא אחרא ועברו לסטרא דקדושה, הכי עדיף טפי. וכן נוהגים רבים וכן שלמים.


דאס טייטש אז דאס פאראידישן גוי'אישע טענער, (ווען די ליריקס זענען פארגעסן אדער אומבאקאנט) גייט עס ארויס פון טומאה צו קדושה (עקספרעסס).
און ער ענדיגט צו: וכן נוהגים רבים וכן שלמים...

איך מוז זאגן WOW
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 26, 2007 9:53 pm

מילער.

דער ליקוטי מוהר"ן קען איך מעתיק זיין, ווען איך וועל האבן געדולד.
און וועגן תני' ביסט גערעכט, די מעשה גייט אז דער תניא האט געהייסן זינגען דעם ניגון וואס די פראנצויזן האבן געזינגען ווען זיי זענען דורך דעם רוסישן גרעניץ, און באווינדערט דעם ניגון אז ס'איז א ניגון של נצחון. און זיך פאר'דביקות'ט און אויסגעפירט אז סוכ"ס וועט ער מנצח זיין.
ר' מרדכי לעכעוויטשער זאגט מען ער האט געזאגט, ווער האט מגלה געווען דעם רשע אז א פאלק נעמט מען איין נישט מיט געווער נאר מיט שמחה מיט א ניגון, נאר דער שר של מעלה זיינע.
איך האב אמאל געליינט אז דער סטאלינער רבי ר' אשר דער אינגער רבי, האט אמאל געבעטן א איד זאל אים ווייזן דעם בילד פונעם צאר, און ער האט געגעבן א זעץ אויפן נאז, און ער האט געזינגען א ניגון, דער איד איז שפעטער געווען אין לענינגראד האט ער געהערט דארט די רוסישע מיליטער ווי מ'זינגט דארט דעם ניגון, מ'האט אים געזאגט אז דער צאר האט איינגענומען א פגירה, און דאס זינגט מען ביי די לוי' זיינע. האט ער שוין אלעס פארשטאנען.
אזוי האב איך געליינט, אין ברכת אהרן צי איינע פון די אנדערע ביכער דארט.

ס'איז אמאל געווען דא א שמועס וועגן יו"ט ערליך, האבן עטליכע זיך געאייסערט, אז ער האט גענומען פאלקישע מוזיק פון דעם דייטשן בעטהאווען, און אנדערע רוסישע קלאסישע ניגונים.
איך קען א אינגערמאן וואס גלייכנדיג עטליכע שיינע מוזיק פון גוים, קאנטרי סטייל, וואס איז גאנץ איידל קעגן ראק מיט פאפ מיט דזשעז וכו', האט ער דאס געלייגט אויף אידישע ווערטער, און ס'קוקט נישט אויס שלעכט.

דער ניגון "יודן" האב איך שוין אויך געזען ליידער, [אין די אל תזכור מעשי הראשונים עפאכע], דעם דייטשן גוי וואס זינגט דאס, און מיטן זעלבן טאנץ, און דאכט זיך מיר ס'איז נישט מב"ד, נאר דאס קומט פון אברהם פריד אויב איך מאך נישט קיין טעות, [איך קען פארגעסן די לעצטע מאל איך האב עס געהערט דעם טעיפ, איז געווען תשמ"ז].
און יא ס'איז א גרויל ממש גיעול הנפש..
דעם אנחנו מאמינים טעיפ, איז טאקע סאך אנדערש פון די ערשטע זיינע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 26, 2007 10:12 pm

רבי,
דער ניגון 'אידן' איז אויסדריקליך געזונגען דורך מב"ד, דער קאמפאזער/גנב איז געווען יוסי גרין.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 26, 2007 10:19 pm

ביסט לכאורה גערעכט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 1:07 am

ידידי יקירי הרב מילער הא לך זרע ברך ה'.

לקוטי מוהר"ן קמא סי' כ"ז אות ה':
וכנשנזדכך קולו אזי על ידי השמעת קולו לבד בלא דיבור, הקב"ה מושיעו בעת צרתו בבחי' וירא בצר להם בשמעו את רנתם, ע"י שמיעת קולו הקב"ה רואה מי שמיצר לו, איזהו עכו"ם מצר לנו.

ושם אות ח':
[שייך לעיל], וירא בצר להם בשמעו את רנתם, ע"י שמיעת קולו הקב"ה רואה מי שמצר לו איזה עכו"ם מצר לנו וכו', ואמר, שעל כן כשיש חס ושלום איזה גזרה וצרה לישראל מאיזה עכו"ם אזי טוב לנגן הנגון של אותה עכו"ם שמצר להם, חס ושלום, וזהו בשמעו את רנתם, רנתם דייקא, היינו רנה ונגון שלהם, של אותה העכו"ם שמיצר לישראל חס ושלום.
עכ"ל הק'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 10:47 am

מקירות לבבי אודה לך רבי על דבריו הקדושים, בזכות זה תוושע בכל מילי דמיטב.

פארוואס דרוקט ער דוקא 'בלא דיבור'?

פון דעם סקווירא'ער הרב קאהן האביך געהערט, איך געדענק נישט פון וועם, אז א ניגון אנא ווארטער האט מעלה אז מ'קען מכווין זיין סיי וואס, משא"כ מיט ווערטער איז מען לימיטעד צו די ווערטער, מיט דעם טייטשט ער 'טוב להודות לה'' עס איז גוט צו לויבן דעם אייבירשטן, ס'טייטש מ'זאגט דברי הודאה, אבער 'ולזמר לשמך' צו זינגען סתם אזוי אן קיין ספעציעלע דיבורים 'עליון' דאס איז אסאך א העכערע ענין.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט