חזן שטארק

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

חזן שטארק

תגובהדורך zamel » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 7:24 pm

איך זיך זיער שטארק קליפס פון חזן שטארק און סתם הערן איז אויך גוט :wink:

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג דעצמבער 23, 2007 3:09 pm

כזעמאל ועוד לשוועמל

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג דעצמבער 23, 2007 9:56 pm

וואס פליז זיי מסביר

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג פאברואר 29, 2008 2:57 am

גמ"ח יוסף שלמה, די טעיפ פארקויפער. פארקויפן א טעיפ פון זיינע ערשטע שטיקלעך וואס ער האט אראפ געלייגט אלס חזן.

ס'איז דא דארט א 10/15 שטיקלעך, ס'איז גאנץ געשמאק.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

איך האב איהם איצט געהערט אויף די נייע טעיפ 'בקול' כ'מיין אז זיין שטימע איז נאך די בעסטע אויף די טעיפ. נישט אז די אנדערע זענען בעצם נישט גוט, נאר דא אויף דעם טעיפ פוטשען זיי אין גרויסן..

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 03, 2008 9:40 pm

ער איז טאקע מעגליך די בעסטע, אבער רוב אנדערע אויפן טעיפ זיינען אויך נישט אוועק צי מאכן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » מיטוואך מארטש 05, 2008 6:52 pm

ער איז היינט צוטאגס לויט מיין אפשאצונג אינער פון די בעסטע אדער די בעסטע חזן ממש איך ווער משוגע פאר אים זיינס א שטיקל טאקע אויף די לעצטע טעיפ איז דאך ממש אויסצוגיין

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 10, 2008 12:24 am

זעמל
כ'שעץ דיינע געפוהלן. אין כ'וועל מיך אפהאלטן פון גריבלען דערין.


כ'ווארט שוין יאהרן ווען מיר זאל אויך ציען צו הערן זיינס א שטיקל, אבער דערווייל אן קיין ריזאלטס.
אבער כ'פארשטיי די וואס האבן אים יא זייער ליב.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג מארטש 10, 2008 12:30 am

סאלאדס איך פארשטיי סתם המון עם וואס האבן ליב, די שרייעדיגע קולות ווען ער ציט ארויף און דרייט, אבער א חזנות ליבהאבער וואס איז אויסגעקאכט, פארשטיי איך נישט. אבער מ'עט טאקע נישט גריבלען.
איך פלעג אמאל משתוקק זיין אים צו הערן, פונעם ערשטן מאל ווען ער האט געזינגען כגונא אלס חתן, כ"א כסליו אין ארמארי, אזוי יערליך מיט זיינע שטיקלעך, ווען איך האב אבער געהערט שפעטער די מקורות פון וואו ס'קומט און די ריכטיגע אלטע חזנים, איז מיר פארגאנגען דער כ'ווייסנישטוואס.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג מארטש 11, 2008 1:04 am

ס'ליגט נאך גראדע אין מיין באזיס, יענער רזא דשבת. פאר א ערשטע שטיקל ברבים, איז טאקע שיין אין אמתדיג צום באוואונדערן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג יוני 12, 2008 8:54 pm

חזן שטארק זינגט קל מלא רחמים לז"נ חזן יאסעלע ראזענבלאט ע"ה.

הערט און האט הנאה
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג יוני 12, 2008 9:15 pm

אה איך כאפ שוין די פראבלעם
א יעדעס מאל וואס זיי לייגען צו א קליפ רוקט זיך אלעס אויף צו די נעקסטע פלאץ און די לינק טושט זיך
אויב אזוי וועל איך עס נישט קענען פאוסטען
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיגו דאיתקצאי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 22, 2008 5:10 pm
לאקאציע: דער ליכטיגער אמאל

תגובהדורך מיגו דאיתקצאי » פרייטאג יוני 13, 2008 1:23 pm

אטטא דאס איז די ריכטיגע לינק

http://www.mahnishmah.com/system/script ... cgi?p=3613
הכל הולך אחר החתום
[גירסא דינקותא]

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 15, 2008 3:29 am

יישר כוח מיגו, וועמענס שטיקל איז דאס?

אוועטאר
מיגו דאיתקצאי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 22, 2008 5:10 pm
לאקאציע: דער ליכטיגער אמאל

תגובהדורך מיגו דאיתקצאי » זונטאג יוני 15, 2008 12:18 pm

דער "מלך החזנים"
החזן יוסעלע רוזנבלאט
הכל הולך אחר החתום

[גירסא דינקותא]

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 15, 2008 11:58 pm

מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:דער "מלך החזנים"
החזן יוסעלע רוזנבלאט


טערסאנט, עס איז מיר נישט באקאנט. ווייסט אפשר אין וועכע אלבום מ'קען עס הערן? אלענפאלס, עס האט מיר אויסגעקוקט אביסל ווי יאסעלעס, אבער נישט דאס גאנצע. קאן זיין ווייל חזן שטארק, ענדלט מער אין קווארטין ווי אין יאסעלע'ן?!

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » מאנטאג יוני 16, 2008 2:24 am

שוואכע מייסעס די קל מלא רחמים.... (נו, פוי, קלאפ דיר דאס מויל, דו שייגעץ....)

זעהט אויס דער יוסף בן רפאל האט נישט גענוג געצאלט.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
מיגו דאיתקצאי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 22, 2008 5:10 pm
לאקאציע: דער ליכטיגער אמאל

תגובהדורך מיגו דאיתקצאי » מאנטאג יוני 16, 2008 9:48 am

סאכדעס האט געשריבן:
טערסאנט, עס איז מיר נישט באקאנט. ווייסט אפשר אין וועכע אלבום מ'קען עס הערן? אלענפאלס, עס האט מיר אויסגעקוקט אביסל ווי יאסעלעס, אבער נישט דאס גאנצע. קאן זיין ווייל חזן שטארק, ענדלט מער אין קווארטין ווי אין יאסעלע'ן?!


אוי גאטעניו ווי נעמט מען אזויפיל כח צו לאכן
סאכדעס "יו מעיד מיי דעי"

ביי מיר אין קאפ ענדעלט שטארק'ס זינגען מער אין מיין באבענס קעצעלע ווי צי קווארטין
ודא עקא פארוואס די דערקענסט נישט אז דאס איז יוסעלע'ס שטיקל

נאך אזויפיל יארן זיין און גלות האט ער געטראכט אזער גייט נעמען יאסעלע'ס שטיקל און פארבעסערן ...... וועגן דעם זעט עס נישט אויס ווי יוסעלע

נא נחזור לענינינו אויב וויסטע קאן איך דיר אי-מעילען א עם פי 3 פייל וויאזוי יוסעלע זינגט און וועסטעך איבערצייגן אס סקומט נישט צי צו שטארק'ס און בכלל קען יאסעלע נישט אזוי שיין זינגען
הכל הולך אחר החתום

[גירסא דינקותא]

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יוני 17, 2008 12:57 am

כ'הער דיין ווייטאג, אבער איך אגרי נישט מיט דיין אזוי שארפן אגרעסיוועי מערכה קעגן שטארקן, פארגעס נישט ער איז פארט שטארק. :)

ביי חזנים איז דא א נפק"מ צווישן א טנור און א בריטון, כ'קלער אז דו ווייסט די נפק"מ. אלזא, יוסעלע איז געווען א טנור, און זבל קווארטין א בריטון, להבדיל שטארק, איז א בריטון א_ווי קווארטין, און עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן, אפילו ער איז נישט ווער ווייסעך ווואס, און אפילו דו ווילסט איהם נישט צוזאמשטעלן מיט קווארטין, ענדלט ער אין קווארטין מער ווי אין יאסעלע. און איבער דעם האבעך געשריבן וואס כאבעך געשריבן.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 17, 2008 3:08 am

סאכדעס

שטארק איז א "לירישער טנור"
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מיגו דאיתקצאי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 22, 2008 5:10 pm
לאקאציע: דער ליכטיגער אמאל

תגובהדורך מיגו דאיתקצאי » דינסטאג יוני 17, 2008 10:49 am

קודם כל וויל איך קלארשטעלן אז איך מיין אינגאנצן נישט צי פירן א מערכה מיט שטארק איך הער צו זיינע שטיקלעך אין סאיז זייער געשמאק
נאר וואס איך וויל יא איז אז דע דאזיגע פארשוינען וואס פארשטייען צו חזנות [לדוגמא טנור - באריטון, היי סי, קאלאראטורא אא"וו] און ברוחב תבונתם הייבן זיי אן צו קאמפערען אז שטארק איז אזוי ווי קווארטין אדער ווי קוסוויצקי מיט די חברה פיר איך א מערכה אין איך וויל זיי אויפקלערן אז "שטארק איז שטארק" און נישט עפעס אנדערש

און ביי דע וועי סאכדעס שטארק איז א ליריק טנור אינגאנצן נישט קיין בריטון
הכל הולך אחר החתום

[גירסא דינקותא]

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יוני 20, 2008 12:21 pm

אוי ואבוי לנו, וויי וויי אויף מיר, וואו בינעך אויף דער וועלט? איך האב אנגעהויבן מיט צוויי לייבן, וואס זענען נישט אין שטייג.

הערט אויס ביידען פון אייך: איך האב א מנהג, איך קריג זיך נישט מיט קיינעם, נאר אויב איך האב א שאנס צו געווינען.... אויב אבער זעה איך פון אנהויב אז איך האב נישט קיין שאנס, הויב איך נישט אן. דאס זעלביגע דא, איך הויב נישט אן מיט אייך ביידע נישט. איר קענט, איר ווייסט, איך נישט.

אין די אמאליגע צייטן בינעך געווען דא פון די הויפט חזנים-ליבהאבער, און פון די גרויסע מבינים. עכשיו שנתוספו ספסלי בית המדררש, בינעך פון די קליינע זנבים לאריות.

איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אנגעהויבן טוהן אין חזנות, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון די צוויי טערמינען: בריטון, טנור. יאך האב נישט געוואוסט אז עס זענען דא נאך טערמינען. אלזא, איך בעט אייך טוט מיט מיר די גענאדע, אפשר ווילט איר מיר טאקע אויסלערנען אט די אלע כללים?
אומר ועושה, איך וועל אי"ה תיכף עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען: טערמינען איבער חזנות און חזנים. אזוי וועלן מיר קענען קריגן נאך אינפארמאציע אין דעם פעלד וואס איך גלייך אזוי שטארק.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג יוני 23, 2008 2:46 am

סאכדעס
כ'האף אז נישט מיר באטיטל'סטו לייבן.. אבער אפי' אויב יא, איז עס מיר א כבוד.

כ'וועל זיך אי"ה צושטעלן צו דיין נייע אשכול לכשירחב הזמן, אין לאמיר האפן אז ס'וועט זיך אויסארבייטן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יוני 23, 2008 2:01 pm

די בריטאון איז נידריגער פונעם טענאר, און העכער פוןד בעיס.
דער טענאר איז די העכסטע אקטיוו מענער שטימע.


אין די אפערא שפראך איז דאס באקאנט אלס א
טענאר (מענער)
סאפרענא (פרויען)
קאנטראלטאו (פרויען)
דאן איז די הימעלקוויטשענדע מעצא-סופרענא.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג יולי 20, 2008 6:37 pm

איך מיין אז היינט צוטאגס פון אלע חזנים ואס לעבן איז שטארק דע בעסט עם איי אנג??????????????????????????


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט