כשרונות אנקעטע #5: ניגונים וואס זענען אריינגעקומען אויפן צווייטן \ דריטן פלאץ

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

כשרונות אנקעטע #5: ניגונים וואס זענען אריינגעקומען אויפן צווייטן \ דריטן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

במקום שאין איש האמער באשלאסן צי גיין פתיחה און זאגן וויאזוי איך וואלט געוואלט די שטימען זאלן ארבעטן למעט הטראלס

• נישט מאכן קיין אנקעטע
• שטימען מיט נאמבערס אזויווי די מבינים אויף קול מבשר
• יעדער וואס געבט א סקאר דארף זיך מסביר זיין
• די נאמבערס גייען פון איינס ביז פינף
• איך האב די נגונים און באזיץ, מעג מען ארויפלאדענען?


דיסקלעמער: איך האב נישט און איך קען נישט קיינעם וואס האט א ניגון דארט
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

וועלעכע נגונים זענען ארויף?
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

1 - יענך השם

2 - השיבני השם

3 - מי אדיר

4 - מרובים צרכי עמך

5 - חנני השם

6 - בכל צרתם

7 - שלום עליכם

8 - ואילו פינו
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

זעט מיר אויס ווי די בעסטע נגונים די וואך.
שווערע דיסישען צי מאכן.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

יענך השם

קאמפאזישאן: הארציגע 4 ביעט מלא חידושים ביידע פעלער
ווערטער אויסלייג: דריקט צופיל ביום צרה
נאטיצן: הערליך אראפגעשפילט און אראפגעזינגען מיטן אינגעל (די זינגען אן ווערטער ביים סוף פעלט נישט אויס)

סקאור: 4


השיבני

קאמפאזישאן: שיינע 4 ביעט די ערשטע פאל הערט זיך היימיש די צוויטע פאל האט מער חידוש
ווערטער אויסלייג:די אידישע ווערטער אביסל צו ביטער און שווארץ
נאטיצן: שיין ארפגעזונגען מיט שיינע הארמאניס אחוץ די ערשטע פאל ביי כקדם ווי די האלבע טאן גייט אויף די נארווען

סקאור: 3


מי אדיר

קאמפאזישאן: שיינע 4 ביעט חופה ניגון היפשע חידושים און ביידע פעלער (כאטש ביי די הויכע פאל טרעפט מען קנייטשן פון ליפא'ס איך וועל זיין ערליך)
ווערטער אויסלייג: גאר גוט
נאטיצן: א סימפעל ניגון מיט א שיינעם קנייטש ביי ואת הכלה

סקאור: 3


מרובים

קאמפאזישאן: שיינע 4 ביעט, די שענסטע פאל פון די ניגון איז די ערשטע
ווערטער אויסלייג: גוטע איידיע פון ווערטער נאר די הויכפונקט פון די ווערטער איז נישט האל הגדול
נאטיצן: שיין אראפגעזינגען

סקאור: 2


חנני השם

קאמפאזישאן: הערליכע אינטרא און ערשטע צוויי פעלער, די לעצטע פאל פעלט נישט אויס
ווערטער אויסלייג: אייזן אפגעטייטשט די ווערטער
נאטיצן: די סקאור איז אן די לעצטע פאל

סקאור: 4


בכל צרתם

קאמפאזישאן: די ניגון פונעם יאר לדעתי און שטייגט איבער אלע ערשטע געווינערס, הערליכע נייע תנועות אויף גיטע ווערטער ביידע פעלער זענען א שלימות
ווערטער אויסלייג: גוטע ווערטער אבער לאזט אויס ובחמלתו
נאטיצן: שיין אראפגעזונגען

סקאור:5



שלום עליכם


קאמפאזישאן: הייבט אן מיט א הערליך שטיקל חזנות אבער לאזט מיט די צונג אינדרויסן ביים ניגון, פעלט שטארק א הויך פאל
ווערטער אויסלייג: שיין
נאטיצן: שיינע ערענדשמענטס

סקאור: 2


ואילו פינו

קאמפאזישאן: שיינע ניגון הערט זיך היימישע תנועות
ווערטער אויסלייג: גאר גוט
נאטיצן: עפעס פעלט ווייס איך נישט וואס

סקאור: 2
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

קען איינער אפשר דאונלאודען די ניגונים
PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

איך לייג ארויף די ניגונים אויב איז נישט ערלויבט ביטע לאזן וויסן און איך וועל פארמעקן

1 - יענך השם

2 - השיבני השם

3 - מי אדיר

4 - מרובים צרכי עמך

5 - חנני השם

6 - בכל צרתם

7 - שלום עליכם

8 - ואילו פינו
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס זאל מען עס נישט לאזען ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

שוין האמיר יעצט געשטימט פאר מרובים נאכאמאל נאכען איבערהערן אלע 8 נגונים.
זעט עפעס אויס אז דער עולם איז גאר שטארק שוין נישט אינטערסירט אינעם כשרונות פראדשעקט אין דער עולם וויל שוין זען וואס דער נעקסטער טאלאנט גייט זיין אויף קול מבשר.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האב געשטימט פאר השיבנו, א הערליכע ניגון.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטגעזאגט »

געשטימט צום צווייטען מאל פאר השיבנו איט דיזערווס ענאטער טשענס.
וואס דו זאגסט איז גוט אפילו וואס די זאגסט נישט!!!
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

געשטימט פאר בכל צרתם, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער מחמת איזה סיבה שהוא קאנעקט איך גאר שטארק צו דעם קאמפאזיציע, און איבערהויפט צו די אידישע ווערטער פונעם צווייטן פאל.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

נישטא קיין געווינער די וואך ?
שנעלקע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלקע »

קומט מיר פאר אז פון די כשרונות פריעקט איז געווארען א שטיקל סמאטאכע..
מהערט נישט קיין שום אפדעטע אין ערגעץ
קולמע איז נאך נישט אפדעטעד פון די דריטע וואך אויף די געווינער נגונים ביי די נאמבער 3 קנעפעל פון די כשרונות אפטיילונג,
מרעדט און מהערט שוין נישט פון די גאנצע כשרונות אין ערגעץ..
וואס גייט פאר??
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

שוין דא אויף קול מבשר א פרישע אינטערוויא מיט יוסי גרין איבער די 9 נגונים וואס האבען געווינען.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”