בערי וועבער = אגודה אחת

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

בערי וועבער = אגודה אחת

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 1:51 pm

ס'איז מאנטאג אינדערפרי און כ'קים אריין דא אין וועלט'ל צו זעהן וואס די עולם האלט דא איבער בערי וועבערס נייע סידי און גארנישט די עולם זיצט און שלאפט און סאיז ניטאמאל דא אן אשכול פון די סידי ממילא וועל איך נעמען די ערשטע ווארט.

כוועל ענק זאגן די אמת כ'האב נאר איינמאל אויסגעהערט די סידי (כבין נאך ביי שלומי גערטנער סקיקט נישט אויס אז כוועל קענען אזוי שנעל אוועקלויפן) אבער ביים ערשט'ן מאל האב איך שוין גראד געכאפט אז מרעדט דא פון א מעסטער פיעס פון א סידי,עטס מיינטס מסתם אז איך טרייב איבער,אבער ניין כ'מיין עס ערענסט,אדרבה הערטס.

די ערשטע ניגון דידן נצח איז בערי'ס א ניגון און איז ארענדזשד ביי מונה, יא יא ריכטיג מונה בתפארתו. נאכדעם איז דא פון פינקי צוויי געזינטע געשמעקע טאנץ ניגונים לישועתך און כי לא תשכח מפי זרעו,כ'האב נישט קיין ספק אז די צוויי ניגונים גייען זעצן ביי אלע חתונות,נאכדעם האט ער א ניגון לעתיד לבא פון יוצי וואלדנער א מעסטער פיעס מיט פינף פעלער,שטייט שנעל חזנות און דער יואלי דיקמאן לייגט דארט אראפ אזא מערכה נוסח יואלי דיקמאן,נאכדעם האט ער דארט אפאהר אייגן געמאכטע הערליך פארכאפענדע קומזיץ סטייל ניגונים וואס ער אליין האט פארפאסט,בקיצור די סידי לוינט זיך א יעדע פעני,אבער אפס... זיין ניגון אגודה אחת איז א ענגלישע ניגון א "רעפ" אמתדיגע ראדיו (כטרייב נישט איבער)סאו מאכט אפ אויב די סידי איז פאר אייך.בקיצור איך רארף צוריקלויפן אויסהערן די סידי כוועל אי"ה שפעטער צוריקימען מיט מער א פינקטליכע ריפארט.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 8:33 pm

ווער ס'וויל דאס הערן גייט דאס ממילא הערן, און יעצט נאכמער... ווער ס'וויל נישט וועט אויפן פריוויו שמעקן אז דאס איז נישט געאייגנט פאר אים.
סתם זיצן און בארעדן די פאר אידן וואס טון אונז א טובה און גיבן נאך ארויס עפעס צו הערן (דער דאקטאר מיינט אויך זיך, אבער פאקטיש א טובה טוט ער דיר), איז זיכער נישט קיין אפציע פון "כאפן זכותים פארן יום הדין".

אלע יארן זענען געווען גוטע און שוואכע סי דיס, און עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן אנטהאלטן אין זיך גוטע ניגונים און אויך שוואכערע, איך פלעג איבערצוהיפן דיזע טרעקס. פון די אויבנדערמאנטע ווערטער פונעם פותח האשכול קוקט אויך אויס אז דאס זעלבע איז דא, עס פארמאגט היימישערע און עטוואס מאדערענערע. ממילא וועל מיר זיך פרייען צו הערן א פריוויו און אויסוועלן דעם אוכל מתוך פסולת.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 9:02 pm

(ווייס איך נישט אויב ס'אמת)
צוגעלייגטע
PicsArt_10-10-09.00.34.jpg

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 10:53 pm

נישט געוויסט אז ער איז ארויסגעקומען... יעצט פארשטיי איך, עס איז נאך נישט געווען די עדווערטייזמענטס, עס איז סך הכל א ליעק.
נעבעך אויף בערי'ן

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:26 pm


בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:33 am

ס'איז ערב סוכות, נישטא קיין צייט פאר קיינע לאנגע מעשיות, אבער די אלבוים פאדערט א קורצן ריוויאו, אבער שוין.

כ'האב עס געקויפט אויף ניגון מוזיק, און כ'מוז אייך זאגן אז כ'האב שוין יארן נישט געהערט און געשפירט אזויפיל ענערגיע זיך גיסן פון איין זינגער אויף איין סידי.
ס'האט מיר צוריקגעברענגט צו אברהם פריד'ס און מרדכי'ס יונגע יארן, ווען די ענערדזשי האט געשפרודלט און זיך געגאסן פון אלע זייטן.

כ'האב אנגעצינדן דעם סידי, און בערי האקט שטיקער. ער לעבט אויף אלע באקן. ס'איז ענערדזשי וואס שטעקט אלעמען אן. מיינע קינדער האבן נאר געהערט 10 סעקונדן פון 'דידן נצח' און זיי זענען שוין געשפרונגען אין די לופטן. ס'איז עפעס א סידי נישט נארמאל.

די מוזיק איז אויך ריזיג. די לעתיד לבוא ניגון, מיט די מעכטיגע כמו-מונה ארענדזשמענטס פון דיקמאן, האט מיר ממש אפגעשטעלט דעם אטעם. ס'איז אנריעל וואו בערי איז אנגעקומען, וואו ער קען טראגן דעם מענטש.

כ'ברויך נאך גוט אויסהערן דעם גאנצן סידי, צו קענען קאממענטן אויף אלע ניגונים, כא'נאך נישט געהאט די צייט דערצו ערב יום טוב, אבער די סידי באקומט ביי מיר א 10.


איין קריטיק האביך, נישט אזוי ווייט קריטיק, ווי א פאקט, אז די רעפ ניגון האביך ניטאמאל אריינגענומען אין קאר. נאכן ערשטן מאל אויסהערן, האביך עס פארמעקט.
בערי, פארוואס?
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:13 am

איך האב יעצט גענדיגט הערן די סידי וואס זאל איך ענק זאגן עס איז איין שטיק גרויל ,איך האב חרטה אויף יעדע דאלער וואס איך האב געצאלט אויף דעם.
א פשוטע איד.

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:36 am

יהודי האט געשריבן:איך האב יעצט גענדיגט הערן די סידי וואס זאל איך ענק זאגן עס איז איין שטיק גרויל ,איך האב חרטה אויף יעדע דאלער וואס איך האב געצאלט אויף דעם.


אויב איך מעג פרעגן, וואסערע סידיס זענען דיין גאנג. וואסערע פון די לעצטערע סידיס האסטו יא געגליכן.
האסט געשריבן אז דו גלייכסט נישט בערי, בין איך נייגעריג וואס דיין טעיסט איז.
נישט אז איך קום מיך קריגן מיט דיר וועגן בערי, איך בין סתם נייגעריג וואס מענטשן גלייכען.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:41 am

שמואלי איז געווען שיין - הבהרה, מיכאל , יואל גרינפעלד , שלמה גערטנער דאס קומט מיר יעצט ארויף אויפן קאפ. די ניגון פון רבי שמעון און דידן נצח פון בערי איז שיין
א פשוטע איד.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 9:27 am

יהודי האט געשריבן:שמואלי איז געווען שיין - הבהרה, מיכאל , יואל גרינפעלד , שלמה גערטנער דאס קומט מיר יעצט ארויף אויפן קאפ. די ניגון פון רבי שמעון און דידן נצח פון בערי איז שיין

איינציגסטע 2 ניגונים וואס איך האב ליב (קען הערן) אויף די אלבום
עברית מיט ענגליש האב איך נישט ליב

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 9:52 am

לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 10:04 am

איש חמודות האט געשריבן:לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון

גארנישט דא פון רבי נחמן ? קענט בי.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 10:45 am

יהודי האט געשריבן:שמואלי איז געווען שיין - הבהרה, מיכאל , יואל גרינפעלד , שלמה גערטנער דאס קומט מיר יעצט ארויף אויפן קאפ. די ניגון פון רבי שמעון און דידן נצח פון בערי איז שיין


זאגסט גוט.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 10:47 am

איך דארף די PDF פון די סי די , ישר כח
א פשוטע איד.

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:11 pm

איש חמודות האט געשריבן:לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון


און וואס איז מיט ותמלוך? העריליכע שיינע ווארימע ניגון.

לעתיד לבוא איז עפעס וואס לאזט זיך נישט באשרייבן ...... בעי רחמיה עליה...... wow wow!!!!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:20 pm

זכאי האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון


און וואס איז מיט ותמלוך? העריליכע שיינע ווארימע ניגון.

לעתיד לבוא איז עפעס וואס לאזט זיך נישט באשרייבן ...... בעי רחמיה עליה...... wow wow!!!!

און וואס איז מיט אגודה אחת ?...
א פשוטע איד.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:43 pm

יהודי האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון


און וואס איז מיט ותמלוך? העריליכע שיינע ווארימע ניגון.

לעתיד לבוא איז עפעס וואס לאזט זיך נישט באשרייבן ...... בעי רחמיה עליה...... wow wow!!!!

און וואס איז מיט אגודה אחת ?...

קודם איז אלעס איין שטיק גרויל, דערנאך האלט מען שוין ביי זעקס גוטע ניגונים.... קען איך גוט ציילן?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:44 pm

איך האלט נאך אלץ אז עס איז איין שטיק גרויל און עס איז נעבעך אריין געפאלן צוויי נארמאלע ניגונים
א פשוטע איד.

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 2:22 pm

סך הכל

1) דידן נצח = שיינע לעבעדיגע ניגון, זייער היימיש געזינגן.
2) גשר צער = עברית, נישט היימיש
3) ותמלוך = הערליכע שיינע ווארימע ניגון
4) אגודה אחת = אויסגעמעקט פון מיין פלעי ליסט
5) ריבון = שיינע ניגון אבער נישט היימיש געזינגן
6) לישועתך = שיינע לעבדיגע ניגוון, היימיש געזינגן
7) יש ענין = הערליכע ניגון, נישט היימישע הברה
8) אתה קל = נישט היימיש געזינגן
9) השקיפה = שיינע הערליכע ווארימע תנועות אבער ליידער נישט היימיש געזינגן
10) רבי שמעון = העליכע לעבעדיגע ניגון היימיש געזינגן
11)לעתיד לבוא = די ניגון פון די יאר.....


דאס איז זיכער אז מיט די היימישע ניגונים שטייט דער סידי סאך בעסער ווי שמואלי, שלומי גערטנער, יואלי גרינפעלד וכו'

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:14 pm

זכאי האט געשריבן:יש ענין = הערליכע ניגון, נישט היימישע הברה

וואס הייסט נישט היימיש?
קוק נאך איינמאל איבער די קרעדיטס.. 8.)

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 5:04 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:יש ענין = הערליכע ניגון, נישט היימישע הברה

וואס הייסט נישט היימיש?
קוק נאך איינמאל איבער די קרעדיטס.. 8.)


וואס האט עס מיט די קרעדיטס.
די ניגון איז נישט היימיש אדער נישט היימיש געזינגען.

איך קוק בכלל שפעטער אויפן דעקל. אזוי קען איך באמת אפמאכען וואס איך גלייך און נישט ווייל איך ווייס ווער ס'האט עס געמאכט און האבן עפעס א נטיעה צו יענע ניגון וועגן די קאמפאוזער.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש אוקטובער 15, 2016 6:33 pm

סמארט גאי האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:לישועתך איז אויך א גוטע ניגון
איך וואלט ווען דעליט אלע טרעקס און געלאזט דידן נצח, לישועתך, און רבי שמעון

גארנישט דא פון רבי נחמן ? קענט בי.


וועלכע רבי נחמן?

א Composer?
א Solo?
א Musician?
א Producer?
א Graphic Designer?

אוי! אפשר מיינסטו רבי נחמן ברסלב...
ער האט געמאכט ניגונים?!

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » זונטאג אוקטובער 16, 2016 1:00 am

זכאי האט געשריבן:.......

דאס איז זיכער אז מיט די היימישע ניגונים שטייט דער סידי סאך בעסער ווי שמואלי, שלומי גערטנער, יואלי גרינפעלד וכו'


דא האסטו מיך אינגאנצען פארלוירן.
שטותים מיט לאקשען.
גערטנער איז אזוי סאך מער היימישער.
אונגאר איז היימישער.

איך האב מורא דו האסט נאכנישט געהערט די אנדערע סידיס
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » זונטאג אוקטובער 16, 2016 3:36 am

געקויפט דעם cd ווייל איך קויף געווענדליך די cd's פון די היימישע זינגערס אבער איך בין זייער דיסעפוינטעט, אמת סהאט 2-3 שיינע ניגונים אבער ווער דארף רעפ, העברעיש, אדער ענגליש. דאכט זיך מיר אז דער זינגער איז אויפגעוואקסן אין kj, סאו פאר וועם זיכט ער צו געפעלן.

חוץ דעם זינגט ער רוב ניגונים אויף נישט א היימישע הברה וואס איך פארשטיי אינגאנצן נישט פארוואס. גראדע שמולי (אויך פון kj) זינגט אויך אזוי און איך האב די זעלבע קשיא אויף אים אויך.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג אוקטובער 16, 2016 9:18 am

א גוטן האט געשריבן:פאר וועם זיכט ער צו געפעלן.

חוץ דעם זינגט ער רוב ניגונים אויף נישט א היימישע הברה וואס איך פארשטיי אינגאנצן נישט פארוואס. גראדע שמולי (אויך פון kj) זינגט אויך אזוי און איך האב די זעלבע קשיא אויף אים אויך.


די סיבה פון זייער זינגען די נישט היימישע הברה איז ווייל זיי זוכן צו אפעלירן צו פארשידענע מינע קרייזן, נישט בלויז די חסידישע קרייזן. זיי האבן זייער א ברייטע קלייענטעל. די זעלבע איז מיט אונגאר, דאסקאל, גרינפעלד, יומי לעווי וכו'.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט