נייע סינגעל - "מנין" - יוסי גרין - פאר ידידים ק"י

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

נייע סינגעל - "מנין" - יוסי גרין - פאר ידידים ק"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

נייע סינגעל - "מנין"
קאומפאוזט ביי יוסי גרין
פאר ידידים ק"י
פראדוסט ביי אבא בערקאוויטש
מוזיק אררענדזשט ביי שלמה זלמן וועכטער
קווייער ביי משוררים
קינדער קווייער ביי שיר ושבח
ילד הפלא יצחק לונגער

https://www.dropbox.com/s/3b7e8itrq0cdx ... n.mp3?dl=0
אטעטשמענטס
photo_2016-06-08_09-36-45.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

משוררים אויף א סידי פון ידידים......
רצונינו לעשות רצוניך.
היפשער יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפשער יונגערמאן »

אבא, קעניינע הארע, זאלסט נאר אזוי גיין מחיל אל חיל, אין יידיש זאגט מען א מעסטערפיעס...
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

איינער שיקט מיר אין אישי מער דעטאלן איבערן ניגון:

היינט קומט פאר די טשערעדי קאמפיין פאר די וויכטיגע ארגענעזאציע ידידים.
וואס ידידים איז דארף מען נישט זאגן ווייל יעדער ווייסט, זיי גייען ארום און שפיטעלער אריין ברענגען א חיות און די קראנקע, מאכן שבתים און נעמען זיי ארויס מיט די משפחות אויף טריפס און אוטינגס, מתנות און גמח'ן פון ליין מאטריאל און ווידאו מאטריאל.

דער אלעמען באקאנטן מלך הנגינה יאסי גרין וואס גייט גאר אסאך מיט ידידים איז ארויס געקומען מיט א ספעציעלע הארציגע ניגון וואס ער האט קאמפאזירט ביי א ידידים ארגאניזירטע באזוך מיט א זיס אינגעלע אין שפיטאל פאר א שווערע טריטמענט... דער אינגל האט געבעטן יאסי'ן אז ער וויל א ניגון, פאר ווער עס פארשטייט קומט א ניגון נישט ארויס אזוי פון זיך אליין, מברויך האבן א קאנצעפט, ווערטער, און די ניגון דארף קלאפן, יאסי זאגט אז זיינע פינגערס האבן געציטערט אויפ'ן פיאנאו... אבער פלוצלינג האט אים אריינגעשיינט אין קאפ די ווערטער "מנין שהשכינה למעלה מראשותיו של חולה" און די ניגון איז ארויסגעקומען ווי פון זיך אליין... און ווען דאס אינגעלע האט געבעטן אז ער וויל אידישע ווערטער האט יאסי אויפ'ן פלאץ צוגעלייגט א שיינע אידישע פאל... "די שכינה הקדושה שטייט צוקאפנ'ס פון חולי ישראל און שאפט ישועות און רפואות פאר חולי ישראל".

לכבוד די קאמפיין איז די בארימטע דאַרט מידיע אויפגעקומען מיט א חידוש ארויסצוקומען מיט דעם ניגון לכבוד'ן טשערידי קאמפיין, א שנעלע טעלעפאן קאל און יאסי האט הארציג אוועקגעגעבן דעם ניגון פאר ידידים, עס איז דאך געמאכט געווארן מיט זיי... דאן האט זיך דאַרט געוואנדן צו אבא בערקאוויטש (אליין א ידידים מעמבער) וואס האט זיך אונטערגענומען צו פראדוסן דעם ניגון... אבא האט אויפגענומען משוררים כאר צו מאכן דעם הערליכן כאר, און אראפגערופן א ילד הפלא יצחק לונגער עס אראפצולייגן, און שלמה זלמן וועכטער האט געמאכט גאר פאסיגע מוזיק און די תוצאה איז נאך א הערליכע אידישע ווארעמע ניגון צו זינגען און מחזק זיין חולי ישראל.

יאסי איז ארויס געקומען מיט פערזענליכע ווידאו ווי ער דערציילט וויאזוי די גאנצע מעשה איז צוגעגאנגן און ער גיבט איבער אביסל וועגן זיין שייכות מיט ידידים און וואס ידידים טוט אלץ לטובת אחינו בית ישראל און בעט דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם פאר די וויכטיגע מוסד ידידים
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

WOW גיי מיר עס איבערהערן..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

א שיינער הארציגער ניגון, געוואלדיגע ווערטער פון חיזוק!

ר' יוסי האט אפשר געלייענט אונזערע חיזוק דרשות? :grin:
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שיינער יוסי גרין ניגון, הערליך אראפגעלייגט, די מוזיק איז געוואלדיג, געבט אריין א דראמא אינעם ניגון.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מאנ-יימער האט געשריבן:טיפיקעל יוסי גרין ניגון, הערליך אראפגעלייגט, די מוזיק איז געוואלדיג, געבט אריין א דראמא אינעם ניגון.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מוזיק ליב האבער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2016 9:32 am
לאקאציע: ערגעץ אין די מוזיק וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק ליב האבער »

יוסי גרין רעדט איבער ידידים
https://www.dropbox.com/s/43dra5vhsaqxe ... f.mp4?dl=0
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”