אונטערן רוקן - שפיל פסח תשע"ו

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גרינע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

אז די רעדסט שוין פון דעם איז אינטרעסאנט צו וויסן ווי אזוי געבן זיי זיך אן עצה מיט פסח אלעס זאל זיין פסח'דיג און די כלים זאלן זיין גע'כשר'ט און סוכות וועגן עסן חוץ לסוכה...?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נאך א שאלה מיינע קינדער שיחי' האבן געפרעגט, אין די סצענע וואו מען זינגט אמעריקא צום סוף קומען די קינדער אריין ,
זאגט מעצי'צע צו זיין זון משה'לע.

פרגען זיי ער הייסט דאך משה איטשע ווי קען זיין קינד הייסן משה'לע...
פישער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישער »

zugurnish האט געשריבן:נאך א שאלה מיינע קינדער שיחי' האבן געפרעגט, אין די סצענע וואו מען זינגט אמעריקא צום סוף קומען די קינדער אריין ,
זאגט מעצי'צע צו זיין זון משה'לע.

פרגען זיי ער הייסט דאך משה איטשע ווי קען זיין קינד הייסן משה'לע...


;l;p-
וואו! דאס איז שטארק.
אויף דעם איז נישטא קיין תירוץ.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פישער האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:נאך א שאלה מיינע קינדער שיחי' האבן געפרעגט, אין די סצענע וואו מען זינגט אמעריקא צום סוף קומען די קינדער אריין ,
זאגט מעצי'צע צו זיין זון משה'לע.

פרגען זיי ער הייסט דאך משה איטשע ווי קען זיין קינד הייסן משה'לע...


;l;p-
וואו! דאס איז שטארק.
אויף דעם איז נישטא קיין תירוץ.

די ערשטע אידישע בירגער אינעם נייעם לאנד זענען געווען אידן פון שפאניע...
(די ספרדישע גיבן נעמען נאך לעבעדיגע....)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גרינע האט געשריבן:אז די רעדסט שוין פון דעם איז אינטרעסאנט צו וויסן ווי אזוי געבן זיי זיך אן עצה מיט פסח אלעס זאל זיין פסח'דיג און די כלים זאלן זיין גע'כשר'ט און סוכות וועגן עסן חוץ לסוכה...?

וואס איז די גרויסע גדילה, מען ברענגט כלים פון שטוב און מען טרינגט פון דעם, (ביי א פליי דארף מען אויך האלטען די הלכות)
און סוכות נאר וואס איז מותר מחוץ לסוכה,
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

מען זעט אין שול אז זיי האלטן ספרדישע ספרי תורות. סא מוז זיין אז זיי געבן נעמען נאך לעבעדיגע. ע"כ איז שוין אלעס פארענטפערט
מוז זיין אז סאיז יא אן אמת'ע מעשה...
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

טאקע דער ראיה אז זיי האבן געהאט ספרדישע ספרי תורה איז גאנץ גוט,
אבער אפאר זאכן זיינען נאך שווער.

1)משה איטשע קומט אריין אין שול מיט א שטריימל, ספרדים פון שפאניע טראגן שטריימלאך?

2) אויך דאס וואס ספרדים גיבען א נאמען נאך לעבעדיקע מענטשן, נאך א טאטע גיט מען אויך?
דאכט זאך נאר א זיידע, און עס הייסט א כבוד פאר דער זיידע אז מען גיט דעם אייניקל א נאמען ווי עם.
אבער א טאטע דאכט זאך גיבען זיי ניט.

{ואולי יש לחלק וויבאלט זיין נאמען איז משה יצחק און דער זון משה איז ניט פונקט דעם זעלבן,
און אנדערע האלטן עס איז ווי א נאנדער נאמען.

ווי מען זעט ביי שווער און איידעם וכדומה שטייט אין צוואת רבי יהודה החסיד אז מען זאל ניט חתונה האבן אויב דער נאמען איז דער זעלבע,
האלטן אנדערע אז אויב עס איז דא ביי איינעם נאך א נאמען איז דאס ווי א נאנדער נאמען ודו"ק}

3)דער כינוי "איטשע" איז דאכט זאך אויך ניטא ביי אחינו הספרדים.

ויש לעיין בכל זה ועדיין צריך עיון.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

zugurnish האט געשריבן:טאקע דער ראיה אז זיי האבן געהאט ספרדישע ספרי תורה איז גאנץ גוט,
אבער אפאר זאכן זיינען נאך שווער.

1)משה איטשע קומט אריין אין שול מיט א שטריימל, ספרדים פון שפאניע טראגן שטריימלאך?

2) אויך דאס וואס ספרדים גיבען א נאמען נאך לעבעדיקע מענטשן, נאך א טאטע גיט מען אויך?
דאכט זאך נאר א זיידע, און עס הייסט א כבוד פאר דער זיידע אז מען גיט דעם אייניקל א נאמען ווי עם.
אבער א טאטע דאכט זאך גיבען זיי ניט.

{ואולי יש לחלק וויבאלט זיין נאמען איז משה יצחק און דער זון משה איז ניט פונקט דעם זעלבן,
און אנדערע האלטן עס איז ווי א נאנדער נאמען.

ווי מען זעט ביי שווער און איידעם וכדומה שטייט אין צוואת רבי יהודה החסיד אז מען זאל ניט חתונה האבן אויב דער נאמען איז דער זעלבע,
האלטן אנדערע אז אויב עס איז דא ביי איינעם נאך א נאמען איז דאס ווי א נאנדער נאמען ודו"ק}

3)דער כינוי "איטשע" איז דאכט זאך אויך ניטא ביי אחינו הספרדים.

ויש לעיין בכל זה ועדיין צריך עיון.

אזלעלכע פלפולים אין די פלעי? אנבעליוועבל!!
און אויב שוין, וועל איך דיר זאגן א לומדות, משה איטשע מיט משה זענען צוויי עקסטערע דינים, דאס איז מצד מוישיטשע און דאס א פלעינע 'משה' נאמען, ובספרי הארכתי בזה ואכמ"ל ודו"ק ודי וצ"ע וק"ל ודפח"ח ושפתים ישק.
גרינע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

יא יא אבער כ'מיין אז וועלוול איז נישט קיין ספרדישע נאמען..... נתן הערט מען אפשר יא מער ביי די סארט קרייזן.....
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

אויף דעם וואס וועסט פוינט איז ערשט געגרינדעט געווארן דורך די 3'טע אמעריקאנער פרעזידענט, האט מען שוין גערעדט?
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

לייבל שטילער האט געשריבן:אויף דעם וואס וועסט פוינט איז ערשט געגרינדעט געווארן דורך די 3'טע אמעריקאנער פרעזידענט, האט מען שוין גערעדט?


די פלאץ איז געווען פריער נאר נישט אלס מיליטערישע אקאדעמיע

אבער דזארדז וואשינגטאן האט עס פאררעכנט פאר א סטראטעגישע פלאץ

#עי' דא
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

דער אינטערן חבריא האבן געמאכט א פורים סידי? איינער מיט מעהר אינפא?
גרינע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

ha ha האט געשריבן:דער אינטערן חבריא האבן געמאכט א פורים סידי? איינער מיט מעהר אינפא?

א פרישער דאס יאר?
שוין געמאכט איינס אפאר יאר צוריק
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

גרינע האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:דער אינטערן חבריא האבן געמאכט א פורים סידי? איינער מיט מעהר אינפא?

א פרישער דאס יאר?
שוין געמאכט איינס אפאר יאר צוריק

קען זיין, איינער האט מיר יעצט געזאגט דערפין. אין וועגן דעם פרעג איך...
בוכהאלטער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוכהאלטער »

חברה, עס איז שוין שלשים יום קודם החג עס איז שוין צייט צו רעדן פון די נייע אונטערן DVD וואס קומט ארויס אויף פסח.

קען איינער אפשר עפענען אן אשכול דערוועגן? (אויב עס איז נאכנישט דא)
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איינער ווייסט עפעס דעטאלן?
א פשוטע איד.
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

איך האב געהערט אז די DVD גייט זיין די מעשה פון אינטערן רוקן ווייסט איינער מער וועגן דעם?
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

וואס מיינט די מעשה פון אינטערן ריקען?
א dvd פון דער זעלבער מעשה? וואס פשט?
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

איך ווייס נישט אזוי האב איך געהערט פארדעם פרעג איך אויב איינער ווייסט עפעס מער
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

נו איינער ווייסט שוין מער אינפראמעישן וועגן די אונטערן DVD?
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

זארגדעך נישט, ווען עס וועט מער אינפאו וועלן שוין די אונטערן חבריא קומען צו לויפן און מודיע זיין דא מסתמא.
גרינע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

נא. גארנישט געווארן פון די DVD? אדער האט גארנישט געדארפט ווערן?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

פארוואס הערט מען גארנישט פון זיי וועגן די DVD?
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

נו עני אפדעיט? איך הער אז זיי האבן זיך שוין געלאזט הערן וועגן די DVD ווייסט איינער עפעס אינפראמעישן?
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

פון זייער טעלעגראם טשענעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבער »

The INTEREN CHAVRAYA is at it again! This time with a brand new DVD like you've never seen before.
This DVD will let you hop along for the ride to see what's going on "INTEREN SHPIEL" how it all started and how an INETEREN production comes about.
Including tons of never before seen Behind The Scenes footage, some great in depth interviews with cast and crew members, and lots of fun entertaining surprises along the way.

The Interen Group is known to always take things a step further and bring Yiddish Entertainment to a new level. With that being said, we are proud to be the first to introduce an awesome new feature to Yiddish DVD's,
A fun interactive "DVD GAME" !
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”