זה - יואלי גרינפעלד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

זה - יואלי גרינפעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

Coming soon
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

קוה אל השם רבותי
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

קאווע באנדל האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/8q5hgel76wa3edz/Yoely%20Greenfeld%20Album%20%402%20Video%20Promo.mp4?dl=0


דעס אידאך פונעם פריעדיגע אלבום.
# סתם אנציען די נערווען
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

דאס איז זייער גוטע נייעס! ער גייט האבן א ניגון פון נפתלי ווייל דער קאמפאזער פון דעם סופער היט יחדשהו פון "המברך יתברך" און פון דוד קויפמאן
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

Breaking news

אין א קנאפע צוויי וואכן גייט דער אלבום זיין אין די געשעפטן דאס וועט זיין די פערטע סאלא אלבום און זיין דריטע אלבום מיט נייע ניגונים זענטס עטס רעדי??

איך ווייס נישט וועגן אייך איך בין שוין גרייט גאר א לאנגע תקופה איי מיס היס ארט סא בעדלי עס איז ערווארטעט אז דער אלבום וועט עפעס אנקומען אויף גאר א הויעכע שטאפל ווי קיינמאל בעפאר זייטס געזונט איך האף בקרוב צו זיין צוריק מיט נאך אינפארמאציע
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:דאס איז זייער גוטע נייעס! ער גייט האבן א ניגון פון נפתלי ווייל דער קאמפאזער פון דעם סופער היט יחדשהו פון "המברך יתברך" און פון דוד קויפמאן

ער האט נישט פון דוד קויפמאן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און איך הער אז פון תולי ווייל האטער אויך נישט... אבער וואס יא? וואס יא פרעגסטע? שוין איינמאל יא! דער האטעך אזעלעכע העווי זאכן אז וויזויהייסטעס נאר!

און כעלל נישט מאכן קיין לאנגע מעשיות, פשוט ווייל קיין סאך צייט האבעך נישט, אבער די וואך האבעך געהערט אפאר ניגונים פון די נייע סידי, און שטיל קענעך נישט זיין! און הגם ס'שטערט מיך אביסל די סטייל וויזוי די סידי גייט, רוב ניגונים זענען נישט היימיש, דאך אבער האט מיך די סידי צונומען...

און דער'אמת איז אז סינישטא קיין סאך צו רעדן, יעדער דא קען יואלי גרינפעלד'ס קול, זיין זינגן, און יעדער קען נפתלי משה'ס פראדאקשן און ארעינדזשמענטס, און יעדער קען יאסי גרין, פינקי וועבער, דודי קאליש וכד'... אבער נישט יעדער באגרייפט וואסערע פראדאקשן ס'קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם די חברה...

נאכן הערן אביסל ניגונים דא דארט, האבעך פיינעלי דאנערשטאג נאכט געהערט די ריכטיגע סחורה, נפתלי משה האט מיר געגעבן צו הערן א ניגון... "אז ישיר משה רבינו... ובני ישראל... את השירה הזאת..." הערענדיג די ווארט "רבינו" האבעך תיקף געוואוסט אז די ניגון האט יאסי גרין געמאכט! דאס אידעך אזוי טיפיקל ער... איך האלט נאך אינמיטן טראכטן וועכע סטייל ניגון איך גיי דא הערן, און פאר וואו וואס ווען קומט די מוזיק אריין מיטן פולסטן קראפט, "זה זה זה, קלי ואנוהו"... אדאלט קווייער, קינדער קווייער, יאסי'ס בעקראונד וואוקעלס מיט יואלי גרינפעלד אינאיינעם "זה זה זה קלי ואנוהו, אוי אלוקי... וארוממנו..." כ'נאכנישט געכאפט דעם אטעם און דער הייבט אן פון דאסניי, אז ישיר משה רבינו... ס'שרייט יאסי גרין פון אלע זייטן! דאס מאל סיי זיין סטייל, און סיי זיין קול! נאכאמאל "זה זה זה" יעצט די קינדער... "קלי ואנוהו", יואלי גרינפעלד "זה זה זה" שששש... יעצט נאר די מוזיק! נע, ניטאמאל מוזיק, נאר בעיס! וואט ען איידיע! און טאקע יעצט ווען כא'געמיינט אז סיז פארטיג לאזט מיך נפתלי משה וויסן אז מ'האלט נאך געהעריג אינמיטן! דער זרקה'ט אריין שטיקלעך "נחמן דרייער" אז נישט נאר מ'קען קוקו ווערן, נאר מ'קען אפילו צוריק נארמאל ווערן! גראדע האט מיך נישט אזוי שטארק גע'באדערט אז די ניגון האצעך געענדיגט ווי די פאקט אז נפתלי משה האטעס נישט איבערגעשפיהלט נאך 10 מאל... די ניגון דימענדט פון זיך אליין, "נאכאמאל", שפיהלעס איבער!

איין פראגע וואס כאניש פארשטאנען, וויזוי האט יאסי ארויסגעלאזט אזא ניגון בעת ער האלט טיף אינמיטן "אידיש נחת" די צווייטע חלק, די ניגון האט אלע סמנים פון התקבצו, נאר מיט א שמוץ אריבער...

כאב געגעבן א קאמפלימענט פאר נפתלי משה'ן אז זיינע זאכן ווערן שענער און שענער זאגטער מיר "טענקס פאר די קאמפלימענט" אבער א גרויס חלק דערפון האט מיט "שלמה זלמן וועכטער", "שלמה זלמן איז מיין רעכטע האנט" זאגטער, ווי נפתלי משה זאגט איז שלמה זלמן אינוואלווד אין יעדן דעטאל, זייענדיג אליין א מוזיקאנט העלפט ער אים צומאל סיי מיט איידיעס אין מוזיק און סיי אין עקסעקיושן, ער קען אמאל אליין אנפיהרן די קווייער אדער שרייבן מוזיק, שפיהלן פיאנאו וכד'...

אופס! כא'שוין שיעור נישט געדרוקט שלח, האבעכמעך געכאפט אז איך האלט נאך ביים ערשטן ניגון... (וואס איין ניגון קען אלס טוהן מיט א מענטש...)

"הזן הזן הזן, הזן את עולמו..." א הערליכע "היימישע" ניגון פון פינקי'ן... על כן על כן... די ניגון איז היבש דיפרענט, ס'איז נישט די טיפיקל הארא ניגון, ס'איז מער א סמאאד ניגון, ס'גייט נישט ארויף צו הויעך, דאך אבער האטעס די זעץ! ס'מאכט טאנצן... ס'גייט מסתם זיין אויף די אויבן אן ביי יעדע חתונה אין אפאר טעג נאכן ארויסקומען...

שוין, ס'ווערט שוין שפעט, לאמעך טרייען מקצר צו זיין און פינישן פאר יעצט...

פינקי האט נאך א 6/8 ניגון, אויך איז דא א שיינע ניגון #קומזיץ סטייל פון דודי קאליש, און ער אליין זינגט מיט... אה, און כא'שוין שיעור פאגעסן, פינקי זינגט הארמאני אויף זיין ניגון...

ס'דא נאך ניגונים, נישט צו אלע ניגונים פארשטייעך, יואלי האטעך נישט געמאכט די סידי נאר פאר מיר, אבער דאס ביסל וואס איז יא מיין סטייל האט מיך צושאקלט!

אפשר שפעטער העט זיין מער צייט העמער גיין ווייטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נאכען נישט דא זיין מיט אינז פאר א וויילע איז דער @וויכי דא ציריק בתפרתו! און דעם פרעזידענטליכע פארמעסט, און יעצט ציריק מיט דעם נגינה אפדעטס! אה וויכי וויכי ווי מיס יע ווען יאר נאט היר... ספציעל און דעם מוזיק פארום, ווי ווער נאך ווי די קען שרייבען אזאנע זאפטיגע רייכע תגובות, שרייב ווייטער און אפטער! @וויכי פראם די ק.נ.א. היכל הנגינה ווי וואנט מאר! דער עולם איז זיך מחיה מיט דיינע ווערק!
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

וויכי!!! ביסט זיס!

וואס זאל איך דיר זאגן לויט ווי איך ווייס האט סיי דוד קויפמאן און סיי טאלי ווייל געהאט סחורה פאר יואלי'ן אבער יו נאו שטארק מעגליך אז עס נישט געווארן קאנפירמד און סאיז ארויסגעפאלן חבל איך האב ביידע פון זיי מוראדיג שטארק ליב זיי זענען זייער ארטסי און קריעטיוו לאמיר האפן אפשר אויפן קומענדיגן

און וויכי קיפ די אינפא קאמינג בייגעלייגט מיט דיין געלונגענע שריפט און שפראך אז מען קען זיך באלעקן יוש!
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

@Yoely_Greenfeld Be first to hear a single from the upcoming CD. Let's see how many re tweets we get in 24hrs. If we hit the magic # we'll release it! #YG3
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

נייע סינגעל פון די נייע סידי
רחמנא ליבא בעי
אטעטשמענטס
photo_2015-11-10_13-21-50.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

Intern Tish האט געשריבן:נייע סינגעל פון די נייע סידי
רחמנא ליבא בעי

ווער האט עס די ניגון ביטע מיטטיילן.
הק' איש ימיני
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

גערעכטער האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:נייע סינגעל פון די נייע סידי
רחמנא ליבא בעי

ווער האט עס די ניגון ביטע מיטטיילן.

https://copy.com/S4XdpDcaifvo0eto
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ניגון רחמנה ליבא בעי איז קאמפאזירט דורך מאיר אדלער. מוזיק דורך נפתלי משה שניצלער און קווייער ביי MK.

אן אינטערסאנטער הארא ניגון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

צייטליך האט געשריבן:ניגון רחמנה ליבא בעי איז קאמפאזירט דורך מאיר אדלער. מוזיק דורך נפתלי משה שניצלער און קווייער ביי MK.

אן אינטערסאנטער הארא ניגון.
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
לייבוש'ל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבוש'ל »

קען איינער לייגען די ווערטער פליז,צווייטע פאל הערט זיך נישט אזוי קלאר
מיט א שמייכעל און גוט ווארט.
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה
דער אייבישטער האט אונז אזוי ליב
ואל תביאינו לא לידי נסיון
עבירה ועוון ובזיון . טאטע
רחמנה ליבא בעי מי שאמר והיה
מיין הארץ געב איך פאר דיר
אוועטאר
לייבוש'ל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבוש'ל »

טענקס, אינטערסאנטע גראם- ליבא בעי -אמר והיה, ווי זענען די מבינים...
מיט א שמייכעל און גוט ווארט.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

Intern Tish האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:ניגון רחמנה ליבא בעי.

רחמנא שרייבט מען מיט אן אלף, נישט מיט א ה"א (ווי אויפן דעקל פונעם סינגל).
ביטע פאררעכטן אויפן טעיפ.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זאגט ער דאך שוין וואס א חילוק די ספעלינג דער עיקר איז דאס הארץ
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווען קומט עס ארויס?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

כאפצעם האט געשריבן:ווען קומט עס ארויס?

November 23
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

מאנטאג אין די סטארס אי"ה
אטעטשמענטס
image.jpeg
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

Intern Tish האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:נייע סינגעל פון די נייע סידי
רחמנא ליבא בעי

ווער האט עס די ניגון ביטע מיטטיילן.

https://copy.com/S4XdpDcaifvo0eto

דראפבאקס איינער?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”