צייטשריפט: אינטערוויאו מיט גרעסטע חסידישע מיוזיקאנטן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

צייטשריפט: אינטערוויאו מיט גרעסטע חסידישע מיוזיקאנטן

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 08, 2007 2:36 pm

אין די לעצטע אויסגאבע פון די "צייטשריפט" די ערב סכות אויסגאבע, לכבוד דעם זמן שמחתינו איז דא א אינטערוויאו מיט די היינטיגע גרעסטע און מערסטע באקאנטע מיוזיקאנטן, זיי האבן דארט, משה מרדכי (מונה) ראזענבלאם, ראובן (ראבי) באנעט, יוחי בריסקמאן, יוסף משה כהנא, משה גאלדמאן, זיין זוהן יעקב יצחק גאלדמאן,

ווען איך האב עס געקויפט איז מיר אינטערעסאנט געווען וויאזוי זיי גייען אראפלייגן יעדער לויט זיין שטייגער, ווי גייען זיי שטעלן א חילוק צווישן מונה און ראבי, מיט וואס גייען זיי מאכן די דיפרענץ צווישן ראבי און יוחי, בקיצור עס איז מיר אינטערעסאנט געווען צו ליינען, דער אינטערויאוער-קוקט אויס- פארשטייט צו מוזיק, און ער האט עס זייער גוט אראפגעלייגט, צוטיילענדיג, יוחי פאר א טעיפ פאברעצירער, (ווען אין פאקט ארעינדזשט ער מוזיק און קווייער'ס, פונקט ווי ראבי און מונה) ראבי אלץ א מוזיק ארענדזשירער, מונה ברענגט ער ארויס זיין פילהארמונה קווייער, (ווען אין פאקט ארענדזשירט ער שענערע מוזיק ווי ראבי), יוסף משה כהנא אלץ א טעיפ דיסטריביוטער, משה גאלמאן פאר א קאמפאזער, און זיין זוהן יעקב יצחק פאר א מיקסער,

און ווי איך האב דא ארויסגעברענגט, ער האט יעדעם צוגעטיילט זייער שיין זיין פאסטן, אבער אין פאקט טוען רוב דערפון די זעלבע זאך, יוחי, ראבי און מונה, אלע דריי טוען ארענדזשירן מוזיק, יוחי און יוסף משה טוען אויך אן ענליכע ארבייט, הגם יוסף משה איז בעיקר א דיסטריביוטער, טוט ער אבער אויך פאברעצירן אייגענע טעיפס א שטייגער ווי די לחיים טיש טעיפ'ס, פונקט ווי יוחי אויף א אנדערען מהלך מאכט די פראדזשעקט X טעיפס, (דרך אגב, יוסף משה זאגט דארט טאקע אויפן אינטערוויא דאס וואס גרויזאמער שרייבט שוין דא, אז ער גייט בקרוב ארויסקימען מיט די 'לחיים טיש' נומער 3)און אזוי ווייטער,

איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגערע אפהאנדלונג, איך וועל נאך אי"ה צירוק קימען דערצו, איך וויל נאר דא נעמען די געלעגענהייט צו הערן פון אנדערע חברים וואס זיי האלטן, און סתם אזוי אינטערעסאנטע פאקטן איבער די מוזיקאנטן, עס איז א נושא וואס מ'קען אסאך רעדן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 08, 2007 4:02 pm

איך האב דעם צייטשריפט נישט געזען, אבער פון דיין אנאליז - מר. צייטליך - האב איך דאך הנאה געהאט. תשואת חן לך, געב אונז מער.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג אוקטובער 08, 2007 4:22 pm

זייער גוט ארויסגעברענט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוקטובער 08, 2007 8:37 pm

שכוח צייטליך. בעסער ווי געראכטן.

דער "צייטשריפט" האט דא באמת אראפגעלייגט א מייסטער-ווערק, און ס'קומטסעכעם קרעדיט דערפאר.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט