בלאט 1 פון 1

קלעזמער ווער האט ביטע?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 1:56 pm
דורך אלץ-ווייסער
אזוי דער ציבער דא, זעט דאך שוין מער וויינציגער אז דא וועט גיין "עין תחת עין", ווי חז"ל דרש'ן.
און קיין קינדער טעיפס, האט דער עולם ב"ה נישט.

אלזא, ווער האט גוטע שיינע, געשמאקע קלעזמער אלבומס, זאל זיך מעלדן, און יעדער וועט אי"ה האבן

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 7:53 pm
דורך מאשקע
איך. איך.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 8:06 pm
דורך אלץ-ווייסער
מיין מאשקע סורפרייזט מיך כסדר.
סאו, וועל איך קודם זאגן וואס איך האב, און נאכער וועלן מיר זען וואס ר' מאשקעלע קען צולייגן

איך האב
אמסי דייקען (3 חופה קלאסיקס)
חיליק פרענק
לעבעדיג

מיין לייברערי אויף קלעזמער איז ממש א ליצנות
און איך קען גאר אסאך שיינע שטיקלעך וואס איך וואלט שטארק געזוכט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 8:10 pm
דורך מאשקע
כ'האב היבש אסאך. כ'וועל פרובירן מארגן דורכצוקוקן מיין ליסטע.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 11:37 am
דורך shumrim
נא

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 8:44 pm
דורך באפיצטער
חאב אסאך קלעזמר

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 10:08 pm
דורך מיללער
דו באפיצטער פון וואנעט חאסטו עס? ווי סאך?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 10:29 pm
דורך אלץ-ווייסער
שאלעמלייכעם באפיצער, מאך דיך היימיש.

וועלכע אלבומס האסטו אין דיין טאשקע?
ביטע זיי מהנה אונזער עצבות ימשות.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 25, 2007 9:27 pm
דורך גוטזאגער
כ'האב פון קלעזמער א אוצר רב מאוד! זאג מיר נאר וויאזוי מ'לייגט ארויף, אדער וואס אומער די ווילסט.
אז די זוכסט קלעזמער ביזטו מיין פרענד..

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 25, 2007 10:17 pm
דורך נאטורליך
ווי איך זעה קריכט דער אשכול ארויף יעדע שטיק צייט אבער מען האלט נאך ביי אלף. אלזא, ווער עס וויל טוישען ניגונים זאל זיך מעלדען צו מיר אין אימעיל. זאגט מיר וואס איר האט און וואס איר ווילט, און מע וועל מער מאכען א חליפין
natirlich@gmail.com

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 25, 2007 11:09 pm
דורך מאשקע
גוטזאגער, איך ווער דיין פרענד.

fiddler100@gmail.com

נאטורליך, כ'האב דיר נאך גארנישט געשיקט למעשה? דאכט זיך אז כ'האב פאר דיר. מ'וועט רעדן אויף גוגעל.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2007 1:28 am
דורך אלץ-ווייסער
יעצט הער איך ווערטער
אבער כמעט די זעלבע רייד האט דא געזאגט עמיצער מיטן נאמען באפיצטער
ווי נאר ער האט אנגעטראגן איז ער נעלם געווארן אויף עוויג (?)

הרב גוטזאגער, זעה זיי נישט קיין אפגעפיצטער
און לאמיר הער פון דיר עפעס געשמאקע טענער

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2007 8:02 am
דורך גוטזאגער
דער אמת איז, אז איך דארף נישט מער קיין קלעזמער, ווייל איך בין אווערדראנג מיט דעם, נאר טאמער די ווילסט קען איך 'אפשר' זען צוצושטעלן, ווייל עכט בין איך היבש פויל, נאר אז די וועסט מיר זאגען א גרינגע וועג וויאזוי מ'שיקט דאס אריבער, פון א קומפיוטער צום נעט, קען מען שמועסן פון האנדלעריי אין קיאסק..

געשריבן: פרייטאג פאברואר 25, 2011 11:33 am
דורך באמבאסטיש

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 11:49 am
דורך מר. פאטאשאפ
...

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:10 pm
דורך באמבאסטיש
...

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:45 pm
דורך טאבאקא
איך פארמאג עטליכע קאסעטן פון "הניגון שבלב" פון אלעזר ראזענפעלד.

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 1:10 pm
דורך שמערי בערי
...

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 1:32 pm
דורך באמבאסטיש
...

געשריבן: זונטאג פאברואר 27, 2011 1:54 pm
דורך צים פינטעל
וגילו ברעדה

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 03, 2011 5:43 pm
דורך מר. פאטאשאפ
בימי בחרותי האבעך אסאך אויסגעהערט קלעזמער פון אלע סארטן, כ׳האב געהאט אלטע טעיפס פון חתונות פון קול מצהלות ארקעסטרא, ווי אויך די אלטע קלעזמער טעיפס ווי מ׳הערט נאך די עקארדיון מיטן בעיס-טובע מיטן סנער-דראם, וחבל על דאבדין... היינט האבעך שוין נישט פון די סחורה, איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער עס קען מיר שענקען אביסל, כ׳וועל שטארק דאנקבאר זיין

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 03, 2011 8:07 pm
דורך elmonsey
איך האב א אלטע קלעזמער סידי פין מיקי כ"ץ א לץ נורא (די מונסי יידן דארפן געדענקען ווען די אלטע ראדיו WLIR האט געלעבט פלעגט אסאך שפילן זיינע טעיפס)

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 4:38 pm
דורך מר. פאטאשאפ
איך מיין ריעל קלעזמער - ס׳זענען דאך דא אזוילכע שיינע ניגונים פון די אלטע אוצרות (נישט קיין זינגערס און נישט קיין לצים)