מיכאל שניצלער "א נקודה'לע"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלמה שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 7:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שלום »

טריסקער האט געשריבן:
שלמה שלום האט געשריבן:ס'איז א הערלעכע סידי, בעיקר פינקי געלונגט זיך יעדעס מאל אויסצוטרעפן פון דאסניי.. אבער א שאד אז ווען מ'איז אזוי פיהל משקיע אין קלאנגען און שטימעס, זארגט מען נישט אז די מעשה זאל האבן אביסל הענט און פיס...
אין די צווייטע ניגון פארציילט ער אז א יודישע מאמע שפאצירט אין קראקא אויפ'ן גאס און פירט איר קינד צום בארטן.
קראקע איז כידוע אינ'ם "גענעראלגאבערמאן" אין פוילען וואס איז שוין איינגענומען געווארן אין סעפטעמבער 1939, ביז סוף 1941 איז שוין נישט געווען קיין מעגלכקייט פאר א יוד צו שפאצירן פראנק און פריי אויפ'ן גאס... רוב האט מען געמאכט אנטלויפן אדער פארשיקט און די איבערגעבליבענע האט מען פארשפארט אין געטא. אין 1943 איז די געטא געפירט געווארן דורך די צוויי יודישע פארעטער'ס דוד גוטער און שמחה שפירא וואס זייער נאמען וועט שטענדיג בלייבען איינגעקריצט לדיראון עולם אלס אקטיבע מיטהעלפער'ס פון די נאציס ימ"ש , ביז איהר ביטערע ענדע און מערץ 1943.

נאך מער - קראקא ווי באקאנט איז אין פוילן, און די מונקא טאבור איז אנגעגאנגן אין אונגארין, און איבער אלעם איז נישטא קיין בארטן נעבן קראקא (די בארטן וואס די שיפן קיין ארץ ישראל זענען ארויסגעפארן איז בכלל געווען אין ראמעניע).

ווי באוויסט האבן די אונגערישע יודן נישט פארשטאנען ביזן לעצטן מינוט וואס קומט דא פאר, און וואס איז די אמת'ע ציל פון די דייטשן ימ"ש. פשטות ביז די זעקסטע-זיבעטע מינוט נאך וואס די גאז האט געשטראמט אין די גאז-קאמער'ן האבן זיי נאך אלץ געהאלטן אז די שרעקעדיגע מעשיות וואס די פוילישע יודן פלעגן פארציילן זענען אויסגעטראכט און געצילט געווארן אויסצוקוועטשן זייער רחמנות געפילן.
עס זעהט אויס אז ביז היינט זענען נאך דא אונגערישע יודן וואס גלייבן נישט אז פאר 1943 איז עפעס געשעהן מיט די פוילישע יודן... זיי זענען זיכער אז 1943 האט מען נאך שפאצירט אויף די גאסן...
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

איך האב געהערט אז עס גייט קומען א אינטערוויא אויף קול מבשר פון מיכאל און וועלוועל שמעלצער גייט אים פרעגן וואס איז פשט פון די טעות אז עס איז נישט די ריכטיגע רש"ש!!!
נחיה ונראה וואס מיכאל וועט ענטפערן...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

סתם א אינטערסאנטע זאך מענטשאלע האט אראפגעברענגט פריער דריי פלעצער ווי סווערט אראפ געברענגט די מעשה פון רש"ש אז ער איז געווארן די מחותן פונם שיסטער
אין איין פלאץ שטייט אז די רש"ש האט געהאט א טאכטער
די צווייטע פלאץ שטייט אז ער האט געהאט א אייניקל'טע
די דריטע פלאץ שטייט אז ער האט געהאט א יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
פיני גאלד- פנה אלי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיני גאלד- פנה אלי »

מיכאל שעפ נחת לא להתייאש

https://www.dropbox.com/sh/5uidmxgafohu ... VxKqa?dl=0

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

טריסקער האט געשריבן:עפעס א מעשה האט ער מיט א קאפוי פונעם קריג אין דאס שטימט שוין נישט מיט די יארן פון די קינדער.
גערעכט אז ער איז זייער עמאצינאל, אבער נאך אלע מעשיות נאכן הערן איין מאל די מעשה אין הערן די טעותים שמעקט מיר שוין נישט אזוי שטארק דאס איבערצוהערן.

די מעשה איז א באקאנטע מלחמה מעשה צו א מעשה צו א נאוועל אויף אמת'ע פאקטן, דער קאפוי האט געהייסן "באמבא גליקמאן" מ'האט געשפילט די מעשה אין נומערעס קעמפס אין די פארגאנגענע יארן, און ווי אויך געווען באשריבן אין די בליק מיט יארן צוריק נישט זיכער אדער די בליק אדער די יודישע פלאם (ווער געדענקט נאך די אויסגאבעס)

מאנכע האבן אפגעשלאגן די ווארהייט פון די געשיכטע ווייל ס'איז נישט מעגליך אז אזוי פרי נאך די צווייטע וועלט קריג איז שוין געווען אזא זאך ווי א קידני טרענספלענט, פאר די סיבה איז די מעשה געווען מיט א מארעך טרענספלענט, לויט א טייל מקורות אבער לויט מיין ריסורטש ביים גוגלער רבי'ן איז די ערשטע ניר טרענספלענט פארגעקומען אין יאר 1904 אין באסטאן, עטליכע באריכטן האבן געזאגט די זעלבע, אבער וואס שטימט נישט מיט די עלטער?

שוין ווער עס ווייסט מער זאל נעמען דעם ווארט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
שלמה שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 7:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שלום »

די מעשה שטאמט פון חיים וואלדער. ער האט עס די ערשטע מאל פאבליצירט אין "יתד נאמן" (עברית) אויף פסח פאר 15 יאהר צוריק. דערנאך האט ער עס אריינגעשטעלט אין איינע פון זיינע ביכער. ס'איז כדאי צוצולייגען אז ער האט צוויי סארטן ביכער פאר ערוואקסענע. איינס מיטן נאמען "אנשים מספרים על עצמם" וואס ערהאלט אמתדיגע מעשיות אין נאך א סעריע [שימו לב אל הנשמה, מאחורי המסכה וכו'] וואס ערהאלט שיינע פאנטאזיעס.
די מעשה געפונט זיך צווישן די פאנטאזיעס...
אין 2013 האט ער עס געדרוקט אלץ א "קאמיקס" [איורים: ב.ש. הבלין] אינטער'ן נאמען "בן תחת בן".
דארט פארציילט ער אז א זוהן פון א מלחמה איבערלעבער האט געדארפט אוועק געבן א מארך ביין [נישט קיין ניר] פאר א צווייטן אבער זיין אלטע טאטן האט איהם עס פארבאטן. נאך לאנגע איינבעטן האט ער פארציילט אז פארן קריג האט ער געהאט א זוהן מיטן נאמען "לוליק" וואס איז געווען ממש א וואונדער קינד, אין אויך אין געטא איז ער געשטאנען ביים רעכטן האנט פון יעדן. און די טאטע פון דעם פאציענט האט איהם עס צוגעגנבעט מיט גרויס ברוטאלישקייט. די פארזעצונג איז שוין גלייך צו מיכאל'ס ניגון.
דארטן קלאפט אלעס א מחיה. אבער ביי מיכאל קלאפט נישט די גאנצע מעשה. ווייל די "תורם" איז דאך געבוירן געווארן נאכן קריג, און די "נתרם" פאר'ן קריג. איז ווי אזוי קען זיי אז ביידע גייען צוזאמען אין חדר??
חוץ פון דעם וואס געזעצלעך טאר מען נישט אוואעק געבן קיין ניר פאר די 18 יאר אויסער פון געוויסע פעלער ביי 16 יאר. אבער זיכער נישט קיין חדר יונגלעך.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

צו וואס איבערקייען די שמיעס, עי' אינעם אשכול אויף יענעם אלבום ותמצא נחת.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:עפעס א מעשה האט ער מיט א קאפוי פונעם קריג אין דאס שטימט שוין נישט מיט די יארן פון די קינדער.
גערעכט אז ער איז זייער עמאצינאל, אבער נאך אלע מעשיות נאכן הערן איין מאל די מעשה אין הערן די טעותים שמעקט מיר שוין נישט אזוי שטארק דאס איבערצוהערן.

די מעשה איז א באקאנטע מלחמה מעשה צו א מעשה צו א נאוועל אויף אמת'ע פאקטן, דער קאפוי האט געהייסן "באמבא גליקמאן" מ'האט געשפילט די מעשה אין נומערעס קעמפס אין די פארגאנגענע יארן, און ווי אויך געווען באשריבן אין די בליק מיט יארן צוריק נישט זיכער אדער די בליק אדער די יודישע פלאם (ווער געדענקט נאך די אויסגאבעס)

מאנכע האבן אפגעשלאגן די ווארהייט פון די געשיכטע ווייל ס'איז נישט מעגליך אז אזוי פרי נאך די צווייטע וועלט קריג איז שוין געווען אזא זאך ווי א קידני טרענספלענט, פאר די סיבה איז די מעשה געווען מיט א מארעך טרענספלענט, לויט א טייל מקורות אבער לויט מיין ריסורטש ביים גוגלער רבי'ן איז די ערשטע ניר טרענספלענט פארגעקומען אין יאר 1904 אין באסטאן, עטליכע באריכטן האבן געזאגט די זעלבע, אבער וואס שטימט נישט מיט די עלטער?

שוין ווער עס ווייסט מער זאל נעמען דעם ווארט
שלמה שלום האט געשריבן:די מעשה שטאמט פון חיים וואלדער. ער האט עס די ערשטע מאל פאבליצירט אין "יתד נאמן" (עברית) אויף פסח פאר 15 יאהר צוריק. דערנאך האט ער עס אריינגעשטעלט אין איינע פון זיינע ביכער. ס'איז כדאי צוצולייגען אז ער האט צוויי סארטן ביכער פאר ערוואקסענע. איינס מיטן נאמען "אנשים מספרים על עצמם" וואס ערהאלט אמתדיגע מעשיות אין נאך א סעריע [שימו לב אל הנשמה, מאחורי המסכה וכו'] וואס ערהאלט שיינע פאנטאזיעס.
די מעשה געפונט זיך צווישן די פאנטאזיעס...
אין 2013 האט ער עס געדרוקט אלץ א "קאמיקס" [איורים: ב.ש. הבלין] אינטער'ן נאמען "בן תחת בן".
דארט פארציילט ער אז א זוהן פון א מלחמה איבערלעבער האט געדארפט אוועק געבן א מארך ביין [נישט קיין ניר] פאר א צווייטן אבער זיין אלטע טאטן האט איהם עס פארבאטן. נאך לאנגע איינבעטן האט ער פארציילט אז פארן קריג האט ער געהאט א זוהן מיטן נאמען "לוליק" וואס איז געווען ממש א וואונדער קינד, אין אויך אין געטא איז ער געשטאנען ביים רעכטן האנט פון יעדן. און די טאטע פון דעם פאציענט האט איהם עס צוגעגנבעט מיט גרויס ברוטאלישקייט. די פארזעצונג איז שוין גלייך צו מיכאל'ס ניגון.
דארטן קלאפט אלעס א מחיה. אבער ביי מיכאל קלאפט נישט די גאנצע מעשה. ווייל די "תורם" איז דאך געבוירן געווארן נאכן קריג, און די "נתרם" פאר'ן קריג. איז ווי אזוי קען זיי אז ביידע גייען צוזאמען אין חדר??
חוץ פון דעם וואס געזעצלעך טאר מען נישט אוואעק געבן קיין ניר פאר די 18 יאר אויסער פון געוויסע פעלער ביי 16 יאר. אבער זיכער נישט קיין חדר יונגלעך.

ריטער דא האסטו א תשובה אויף דיין פראגע.
שלמה שלום שכוח.
טאטעלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעלע »

ווייס איך נישט וואס איז די רעש מיט אט די אלע פיקטיווע מעשיות וואס איז בסך הכל אן הקדמה פאר די מוסר השכל דערפון.
האט דען ר' יום טוב ערליך זצ"ל נישט מגזם געווען ביי זיינע ניגונים, אדער זיך סותר געווען מיניה וביה?!
א שטייגער ווי די באקאנטע ניגון פון "יאקאב":
"מ'זעהט נישט קיין באן, מ'פארט דארט אהין נאר מיט אן ערעפלאן..."
אביסל ווייטער:
ווי וואונדערליך האט אים די רוסישער באן, פארווארפן קיין אזבעקיסטאן
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

טאטעלע האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס איז די רעש מיט אט די אלע פיקטיווע מעשיות וואס איז בסך הכל אן הקדמה פאר די מוסר השכל דערפון.
האט דען ר' יום טוב ערליך זצ"ל נישט מגזם געווען ביי זיינע ניגונים, אדער זיך סותר געווען מיניה וביה?!
א שטייגער ווי די באקאנטע ניגון פון "יאקאב":
"מ'זעהט נישט קיין באן, מ'פארט דארט אהין נאר מיט אן ערעפלאן..."
אביסל ווייטער:
ווי וואונדערליך האט אים די רוסישער באן, פארווארפן קיין אזבעקיסטאן

א באקאנטע קשיא וואס האט א פשוטע תירוץ...

אין יענע 'שטאט' איז נישט געווען א באן

יאקאב איז אנגעקומען אין יענעם פארווארפענעם 'געגענט' דורך א באן
שלמה שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 7:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שלום »

א. טראכטער האט געשריבן:
טאטעלע האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס איז די רעש מיט אט די אלע פיקטיווע מעשיות וואס איז בסך הכל אן הקדמה פאר די מוסר השכל דערפון.
האט דען ר' יום טוב ערליך זצ"ל נישט מגזם געווען ביי זיינע ניגונים, אדער זיך סותר געווען מיניה וביה?!
א שטייגער ווי די באקאנטע ניגון פון "יאקאב":
"מ'זעהט נישט קיין באן, מ'פארט דארט אהין נאר מיט אן ערעפלאן..."
אביסל ווייטער:
ווי וואונדערליך האט אים די רוסישער באן, פארווארפן קיין אזבעקיסטאן

א באקאנטע קשיא וואס האט א פשוטע תירוץ...

אין יענע 'שטאט' איז נישט געווען א באן

יאקאב איז אנגעקומען אין יענעם פארווארפענעם 'געגענט' דורך א באן

טראץ דעם געוואלדיגע ניגון "א נקודהלע" ווייס איך נישט ווי ווייט ניגונים זענען טאקע געמאכט געווארן ארויסצונעמען א מוסר השכל... פארדעם האבן אונז א רייכע אויסוואל פון מוסר ספרים... די צוועק וואס איך קויף סידי'ס איז הנאה צו האבן. מיטוויינען מיט די פארווייטאגטע, און מיטלאכן מיט די צופרידענע. אין אזוי ווי מ'קען זיך נישט פרייען הערנדיג אז א הוגעריגע האט געטראפן אינמיטן מדבר א בלויען עפל, ווייל ס' באשטייט נישט אזא זאך, אזוי אויך ווער איך נישט צוטרייסלט ווען א מאמע געזעגנט זיך פון איר קינד ביי א בארטן וואס עקזעסטירט נישט און אין א יאהר וואס מ'שיקט שוין לאנג נישט ארויס קיין קינדער.
די הערליכע ניגון יאקאב האט א אנדערע פראבלעם וואס ערגערט מיר. ער הייבט אן "אין אוזבעקיסטאן.... ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן". ניתי מאפע ונחזי... אינדיע גרעניצט זיך נישט - נישט מיט אוזבעקיסטאן, און נישט מיט אפגאניסטאן... קען זיין אז אמאל איז טאדזיקסטאן געווען א חלק פון אוזבעקיסטאן, און מיט דעם ווערט אלעס פארענטפערט... מצוה ליישב קושיא זו.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

אינדיע און פאקיסטאן זענען אמאל געווען איין לאנד.
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

רביש האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט קומען א אינטערוויא אויף קול מבשר פון מיכאל און וועלוועל שמעלצער גייט אים פרעגן וואס איז פשט פון די טעות אז עס איז נישט די ריכטיגע רש"ש!!!
נחיה ונראה וואס מיכאל וועט ענטפערן...

נא וואס האסטו געהאלטן ער גייט ענטפערן???
ער זאגט אז ער קען נישט קיין היסטורי און וויזוי ליפא האט עס געשריבן האט ער עס אפגעזינגן.
און ווי עס זעט זיך אויס זאגט ער ווייטער קוקט אויס אז היסטורי איז נישט איינע פון די מעלות ביי עירמאנטער רבי.....

נ. ב. איך האב הנאה אז עס האט פאסירט די עם הארצות אונז צו דערמאנען אז זיי זענען פלענע מענטשען וואס האבן טאלאנט פון שיין זינגען און נישט קיין מוסר און חיזוק זאגערס....
אגב יוסי גרין ענטפערט נעכטן אויף א חינוך שאלה אנטשולדיגט איך טו אין נגינה און נישט אין חינוך... כה לחי! וממנו ילמדו
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

לגבי דעם רש"ש פון שרעב האביך נאר געוואלט צולייגן נאך א קליינע "נקודעלע" פארוואס ס'שטימט ניש ווייל דער רש"ש איז אוועק פון תימן ווען ער איז אלט געווען 15 יאר און קיין שידוכים האט ער נאך דעמאלטס זיכער ניש געזוכט
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אין תימן האט מען ביי די 15 יאר געקענט האבן א גרויסע משפחה מיט קינדער. (און אפילן אין אשכנז און ספרד האט מען אין יענע יארן שוין געקענט, אבער דארט זיכער)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

זאל ער קומען האט געשריבן:אין תימן האט מען ביי די 15 יאר געקענט האבן א גרויסע משפחה מיט קינדער. (און אפילן אין אשכנז און ספרד האט מען אין יענע יארן שוין געקענט, אבער דארט זיכער)

נישט אלע כ'מיין אז נאר יתומים פלעגן חתונה האבן יונג אלס די גזירה אז יתומים דארפן זיין אונטערן אויפזיכט פונעם שטאט וואס דעמאלטס פלעגט מען זיי שמד'ן רח"ל.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

גראדע דער עירמאנטער רב ר' ליפאנען האלט זיך גראדע יא א גרויסער מחנך ווי אזוי ער רעדט און די ביסט גערעכט אז מ'דארף דאס אויפהערן ווייל נאר גדולי ישראל (נישט רבני עירמאנט...) האבן אויף אונז א מיינונג
אפשר אז ער וועט זען די פלאפ און די עם הארצות וועט עס העלפן....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

[quote="זאל ער קומען"]אין תימן האט מען ביי די 15 יאר געקענט האבן א גרויסע משפחה מיט קינדער. (און אפילן אין אשכנז און ספרד האט מען אין יענע יארן שוין געקענט, אבער דארט זיכער)[/

כ'מיין א גרויסע משפחה האט מען געקענט האבן , אבער טוהן שידוכים מיט קינדער שטימט ניש מיט די יארגאנג , סאררי (און אפילו "גרויסע" פאמיליעס לייגט זיך אויך ניש אויפן שכל)
וואס הערט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

בענקעל האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/gryuq56t1z37tl0/1_348078838456032576.pdf?dl=0

ארבעט נישט! ביטע איבער לייגן די ביכל פון "א נקודה'לע"
ישר כח
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

א נקודה - דער שידוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אה שוין זיבן וואכן כמעט - אריינגערעכענט ראש חודש און ל"ג בעומר אינעם כמעט, ווייל דאן האט אוועקגעבאכעט מוזיק
אבער אויסער דעם איז כמעט 7 וואכן וואס איך הער דעם עיר-קאנדישאן ארבייטן, other than that גייט די מוזיק א גאנצן טאג
(אין די ארבייט זינגט די בעלאבאס - אינדערהיים זינגט מיר די ווייב - אבער אלעמאל זינגט עפעס).

היינט נאכן אויספאסטן און הערן דער הייליגער רש"ש אויפן הייליגן אלבום א נקודה'לה דורך אונזער אלעמען
באקאנטן הייליגער ר' מיכאל, האב איך באשלאסן גענוג איז גענוג, מען ברויך זיך זעצן פארציילן עד היכן הדברים מגיעים:

עס איז ברייט פארצווייגט פארגעצויגן איבער די גאנצע וועלט - ווער דער ר' מיכאל איז, דאס איז איין זאך וואס איך גיי בכלל נישט
שרייבן אדער אפי' אנרירן נישטאמאל בקיצור הדברים אויך נישט מיט'ן שפיץ גאפל, ווייל עס איז ארויסגעווארפן צייט, און צייט איז געלט סא סע'שאד די געלט!

אבער דער מיכאל וואס יעדער קען דער איז נישט בכלל עפעס וואס קען אראפגעלייגט ווערן דורכ'ן פעדער אדער שריפט, עס איז גענצליך אנגעהאנגן
אין געפיל, אזוי ווי מען קען הערן ווען מען הערט-צו ווי געקונצעלט דער לייגט אראפ א לידל אויפן שענסטן פארנעם וואס מעגליך.

טאקע פארדעם פארצייל איך אייך דאס, אויך ווייל איך ווילט איר זאלט דאס וויסן.

****

ערשטענס על איך מאכן א שנעלע הקדמה, דעם אלבום א נקודה'לה איז ווערט געווען יעדע פעני (אינ'אמת'ן אריין פרעגט מיר קיינער נישט וואס איך האלט
נאר היות אויף די פאריגע אלבומ'ס האב איך צוגעלייגט מיינע 2 סענט וויל איך דא אויך ווי מזאגט געבן מיינע מחשבות - ווער עס וויל נישט מוז נישט ליינען! ואתכם הסליחה)

דעם אלבום איז פיינע נייעס אווער-אלל, איין זאך וואס איז נישט מיין טעיסט, איז דער יואלי ניגון
הגם וואס איך מוז מודה זיין אז איך האב נישט אזוי גוט געקענט דעם יואלי, וואס וועהן יא וואלט איך אפשר מיט געוויינט מיט מיכאל'ן אבער כהיום איז יענע ניגון נישט עפעס
וואס איך האב קאנעקטעט מיט, אינדערצייט וואס מיט די אנדערע האב איך יא מער געגליכן.

אויף א שנעלע ריוואו: אלע ניגונים זענען פיין! נעה סאך בעסער ווי פיין.

*****

דא גיימער אייך פארציילן א מעשה:

די מעשה ווערט אראפגעברענגט אויף מיכאל'ס א נקוד'לה טרעק 4

אין די שטאט שרע"ב - חידושים שרייב
דער הייליגער צדיק פון די גרעסטע נעמען
זיין נאמען מאכט א רעש - דער הייליגער רש"ש

(איך האב נישט געפונען ווי ער זאגט אז די רש"ש איז פון די גמרא - איך זעה נאר יעדער טעהנט
אז ליפא ווייסט נישט וואס טוט זיך - איך זעה נישט פארוואס - לאמיר גיין ווייטער)

תורה וגדולה - מיט טאש'ן פילע
(ער האט ארום געשלעפט זיין בערזעל ווי אימער ער איז געגאנגען, וואסערע בערזעל האט ער געהאט מיינט עטס?
אזא מין וואס מאכט אלע טאשן אויסקוקן פיל, סע האט אזוי געהאנגן פון אלע זייטן, שקיעות ובליטות - ווייסט וואס איך רעד?
אזוי ווי מיין חאלאט טאש אין ישיבה, טישאס פון איין זייט - קאקאש קעיק פון די אנדערע זייט אזוי bulky)

א שם דבר - (איך פארשטיי נישט וואס ער זאגט דא - איינער קען העלפן?)

א רבי מתוק מדבש - מיט חכמה און מיטן טאש
(ער הא געהאט האניג אין טאש? אדער ער איז געווען א חכם אפי' מיט דברים הנוגעים ל'טאש? - אה כ'אפ שוין)

ווען די רייע צוגייט - שטייט א יוד א 'יעמענייט'
און בעהט זיך ביים רבין וואס בארגט און לייט
רבי דער מצב איז געדריקט - כ'אב קיינמאל נישט גענוג

(קוקט מיר אויס א אנזעצ פון א יוד - ער האט קיינמאל נישט גענוג - וויפיל ער זאל נאר האבן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג נעבעך
ער האט שוין יא איין זאך, פעלט עם נאך 2 אנשטאט, ער גייט בארגן פונעם רבי'ן הער אויס גענוג איז גענוג דא גייט זיין ביזנעס)

זאגט די רבי איך פרעג נישט וואס און ווען
קום איך וועל דיר בארגן אויב נישט איך ווער דען?
(נישט געווען קיין גמח"ן אין שרע"ב קוקט אויס)

גיב עס מיר נאר צוריק - אין 3 מאנאטן דאנערשטאג
(פארוואס פונקט 3 מאנאטן דוקא דאנערשטאג?
איך מיין וואס וואלט געווען אויב ער ברענגט עס צוריק מיטוואך?
עט עס דער רש"ש נישט נעמען? )

אונטערן שלאק - מיט א נייעם האק
טאק טאק טאק - אזוי געשמאק
(א בחינה ווי ווען סע דא קאנסטראקשאן הערט מען גערודער אגאנצ'ן טאג, פארגעס פון דרימלען יענע פאר טאג
מען הערט נישט קיינעם אויפן טעלעפאון - סע חגע - מע הערט דריללן אין אלע גאסן, אזוי האט עס אויסגעקוקט
דארט ביין שיסטער, ער האט געברענגט נייע כלים מען הערט טאק טאק טאק אגאנצן טאג דער הערט נישט אויף
האקן, כאי' מען האט געברענט יעצט שיך פון די גאנצע קאנטינענט - וואאווו איז געווען קולות..... טאק....טאק..)

פיל מיט שיך א גאנצע זאק
(אמאל איז נאך נישט געווען קיין שיך באקס, האסט געקויפט נייע שיך?
נעם עס אהיים מיט אזא זעקל, אדער א גאנצע זאק - who cares)

שטייט דער שיסטער מיט א נייע פראק
(העי ער איז געווען א מאדערענער? אין תימן האט מען געהאט א פראק?)

מער נישט פארשלאך - א העמעד אן א לאך
(אה דאס איז שוין עפעס אנדערש - דער איז מען געווארן א שיינער יוד
ער האט זיך געטויש מקצה אל הקצה - נעכטן איז געווען א קוטשמע יוד
אזא אריינגעקוועטשטע - היינט נאו! נאו!נאו! דאר א נייעם העמעד
נישט קיין לאך - מן הסתם א פלאזא-פלאס העמעד!)

יעדע וואך - ווערט שטערקער דאס גערוך
פון פרישע לעדער נאך און נאך
(עטס מיינטס אז כפרות ערב יום הקדוש שמעקט?
גיי נאר אריבער געם שיסטערס געשעפט מען קען נישט אטעמען
די גערוך איז עפעס אומ-דערטרעגליך אזוי מין שטארק דאס!)

אויך מנדב און שול דעם שמן זית זך!
(דער מיכאל האט עם יעצט אויפגעהויבן אזש עס קען שוין נישט זיין בעסער
איך מוטשע מיך צו צאלן דעם רביעי יעדע יו"ט פאר אפאר טאלער
און דער נישט מיר נישט דיר נישט, איז ער מנדב שמן זית
נעכטן האט ער געמאכט טאק טאק טאק און יעצט א העמעד אן א לאך העלא!)

סע דורך א מאנאט און נאך א מאנאט
דעם שיסטערס ווארט איז אקוראט
שפירט זיך ווי א העלד - ער האט דאס גענצע געלט
(העי העי, ערשטענס איז נאר דורך 2 מאנאטן, פריער האט ער געזאגט 3 מאנאטן
האלט'עך איין, צווייטענס דער איז שוין א גאנצע העלד געווארן, דער איז מן הסתם יעצט א סאליד עושר)

ער לאזט איבער דעם שוק (מארק אין יודיש) - סע איז היינט דאנערשטאג
לויפט צום טיר פונעם גרויסן מנהיג
(א העלד א סאליד עושר לויפט נישט, ער איז מן הסתם צוגעפארן - ווייסט וואס איך מיין?)

הייליגער רש"ש - מיין חוב שוין אפוואש
(סע מיינט גיס מיר אן מיט וואסער)

דער הייליגער יוד - שפירט דאך נישט קיין גליד
זיין קאפ אין די גמרא ווי דער שכינה רוהט
ווייזט מיט די האנט - און דער שיסטער שנעל ער שפאנט
(דא איז ער שוין נישט אזוי געלאפן)

דער צדיק אן א משרת - נעמט אן די שטרות
באהאלט עס שנעל צווישן די גמרות
שכח! ער אויסרופט - און אין די גמרא זיך פארטיפט

איין שיינעם טאג דער רש"ש זיך דערמאנט
דער שיסטער איז מיר שולדוג געלט
און שלעפט מיר ביז היינט
גיך ער לויפט אליין - צו דעם שוסטער אינדערהיים
(דער רש"ש איז געלאפן? הממממ...)

געב מיר מיין געלט באצאל דעם חוב
המממ...

רבי כ'אב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט!
ניין דו האסט מיך נישט געגעבן דאס געלט.

(אה דא האט זיך אנגעהויבן מיט די קולות - מען קען הערן ווי מיכאל'ס שטימע ווערט אנגעצויגן און נערוועז.
דער שיסטער האט געכאפט זיין פראק און עס שנעל אנגעטאן געקוקט אין אלע טאשן, אויב ער חלומט נישט אדער דער רבי איז נישט גערעכט
דער רבי, מיטן פולסטן מאס דרך ארץ בעהט ער זיך ביטע געב מיר מיין געלט אין לאזט מיר גיין
אוי איז גארט געווען פיין, די גבאים האבן שיך ארינגעמישט, פון דארט און ווייטער איז געווען פיין הויעך יום טוב
אזוי ווי מען קען זעהן אויף דעם קליפ - עי' בדפי הנ"ל)

געב צוריק דאס געלט - דא הערט מען קולות פון די בעק-גראונד
אאההה - סע טוט זיך לעבעדיג
(די רבי איז א ג-נ-ב ח"ו, ניין דער שיסטער איז א גנב
מיין רבי איז א צדיק סע קען נישט זיין)

סע גרויסע בושות

עס שמעקט שוי נישט פון לעדער - ערגעץ אנדערש גייט שוין יעדער....

(איך וועל יעצט אויך גיין ערגעץ אנדערש. עס איז שפעט, אבער ווער עס האט
נאך נישט געהערט די מעשה ווערט געבעטן עס צו הערן פונעם כלי ראשון - ר' מיכאל אליין
עס האט א אנדערע טעם ווען ער פארציילט עס.) צום ווידער זעהן
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

The whole רש״ש is a mistake, I already spoke to Michoel and he said he knows but found out too late, the story happened with the רש״ש whose Perush is in back of the Shas, ר׳ שמואל שטראטען זצ״ל from Vilna. No connection whatever to the רש״ש that Lipa used for the song
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

וואס איך פארשטיי נישט איז:

אויפן אלבום א נקודל'ה - די מעשה מיטן די 3 קלאפעס

די ניגון גייט אזוי:
סע ווערט שוים שפעט - די בעש"ט בעהט
לאמיר אלע נאכגיין דעם יודלען - אביסל זעהן וואס איז געשעהן
ווי אזוי דער פריץ טוט עם באזידלען

Seriously?

די בעל שם איז געגאנגען מאכן א לעבן?
מע גייט אנקריען איוד קום לאכן?

#פיינענייעס
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

שלעפשיץ האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז:

אויפן אלבום א נקודל'ה - די מעשה מיטן די 3 קלאפעס

די ניגון גייט אזוי:
סע ווערט שוים שפעט - די בעש"ט בעהט
לאמיר אלע נאכגיין דעם יודלען - אביסל זעהן וואס איז געשעהן
ווי אזוי דער פריץ טוט עם באזידלען

Seriously?

די בעל שם איז געגאנגען מאכן א לעבן?
מע גייט אנקריען איוד קום לאכן?

#פיינענייעס

יו! די זימעלע די!

די מעשה ענדיגט זיך נישט דארט וואס פארפירסטו וואס?

און בכלל איינער וואס פרעגט קשיות אויף א רבי'ן בפרט אויפן בעש"ט הקדוש אליין, צריך בדיקה אחריו.

זאג טשאלנט עסטו יעדן שבת אדער שטאמסטו פון די צדוקים כמאנע לעצלאן

#פיינענייעס
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
manyh
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manyh »

PDF קען עס איינער ביטע איבערלייגן
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”