מיכאל שניצלער "א נקודה'לע"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

מיכאל גיבט א ייש"כ פאר אייוועלט!!!!!!!!!!!
אטעטשמענטס
Untitled2.jpg
Untitled.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קיל. ביים אינטערוויו נאכן ארויסגעבן די נשמה פלאם דוו"ד האט ער אויך דערמאנט "א יישר כח פאר אייוועלט, און דארט איז דא איינער וויכי.." וכו'..
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אין ווייטערדיגע באריכטן פונעם אלבוים "נקודהלע" האמיר היינט...

"איין רגע איין רגע", שרייטס נישט דארט לאמיך אויסרעדן, "וואס האקסטע אין קאפ מיט ווייטערדיגע באריכטן?! שלאפט ארום פון איין איבער יאר צו די צווייטע און קומט זיך אן מיט ווייטערדיגע באריכטן". אקעי, גערעכט. איך שלאף טאקע אבער ווי קען מען דאס שלאפן ווען סדרי בראשית פארן אויף רעדער, נעמליך מיכאל שניצלער געט ארויס א סידי, און וויפיל מיר האבן זיך איינגערעדט אז ס'איז פארטיג מיט סידי'ס האט אונז מיכאל איבערראשט פון איין מינוט אויף די צווייטע און ארויסשפאצירט מיט נאך א סידי?! אייגענטליך ס'נישט 'נאך א סידי', נאר 'א
סידי', פארשטייסטו וואס כ'מיין, איא? מיכאל איז דאך אזוי פריש, און יעדע אלבוים ביז היינט האט דאך חידושים נפלאים כאילו ס'איז זיין ערשטע און לעצטע, סא ס'איז נישט דא דארט ביינעם 'נאך', אייביג הייבט מען ביי אים אן פונדאסניי.

אצינד צוריק צו די ווייטערדיגע באריכטן, ווען ס'האט זיך צו אונזערע אויגן אנטפלעקט א בילד פון א דעקל פונעם נייעם אלבוים, האב מיר געמיינט אז דאס איז נאך א שפיל פון אפאר חדשים ביז דער אלבוים וועט ווארשיינליך ערשיינען. אבער פארט האב איך מיך אריינגעכאפט אהער צו קוקן אויב דא ווייסט מען צו זאגן דערוועגן, אבער ס'איז שטיל, פוסט, טויט, נו איז דאך זיכער א באווייז אז דער אלבוים האט נאך א היבש שטיקל וועג צו גיין ביז מ'וועלמיר דאס פאקטיש האלטן אין די האנט. אה אה, יעצט הער די צווייטע האלב מעשה, מוצ"ש דערקייקעלט זיך צו אונזערע אויערן א פריוויוא פונעם נייעם אלבוים! דא האב איך שוין געוויסט אז ס'איז נישט קיין חלום, דער אלבוים עומד אחר כתלינו און מ'מוז זיך אריינלייגן זען וואס דא טוט זיך.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און ביז אפאר שעה דערויף זע איך אז ס'לעבט זיך שוין אין אשכול, וויכי האקט און זעצט, באגיסט אונז מיט הייס געווער און די שוין היינט באקאנטע וויכי געווער וואס רופט זיך "!!!!!" ווי איינער זאגט: איך האב נישט וואס צו רעדן ווייל יעדעס ווארט איז איבריג, דאס איז א אלבוים, רבותי, וואס מ'מאכט שוין נישט היינט. אזוי האבן זיך זאכן אנגעהויבן קוילערן ווי א הוט אין א ווינטיגע וועטער. פונקט שפאציר איך נעכטן אריין צו א חתונה און מיכאל שטייט אויפן סטעידזש און זינגט! ביי די ברעיק רופט ער מיך צו און זאגט מיר "איך מוז דיר זאגן דו גייסט זיין שטאלץ מיט דעם אלבוים וואס קומט ארויס די וואך, איך קען דאך דיין טעיסט און כ'זאג דיר דאס איז דיינס!"

מיט אזוינע קלארע דיבורים האט געפעלט א האר איך זאל אריינלויפן צו נפתלי משה אין סטודיא און פארלאנגן צו הערן דעם גאנצן אלבוים פון אנפאנג ביזן סוף און ארויסשיסן א ריוויאו נאך בעפאר דער אלבוים קומט אן אין די געשעפטן. נאך א מינוט טראכטן זאג איך פאר מיכאל'ן, ווייסטו וואס?! איך וויל טון עפעס אנדערש דאס מאל, אונז גיימיר זיך אראפזעצן און דו גייסט מיר געבן דעם ריוויאו אויפן אלבוים נאך בעפאר איך הער עס אויס, לאמיך לאזן מיין דמיון זיך אויסמשלן וואס צו ערווארטן, און דערנאך ווען דער סידי וועט ארויסקומען וועל איך דאס אויסהערן בתוך שאר ישראל, און זען צו מיין דמיון האט געשטימט...

מיכאל איז זייער געפאלן דעם געדאנק, ער זאגט מיר ס'איז אבער דא איין פראבלעם, וויפיל דיין דמיון וועט פארשרייבן וואס ס'איז צו ערווארטן, טויזענט מאל אזויפיל וועט עס פאקטיש זיין. נו גוט דאס איז מיין פראבלעם זאג איך אים, און מ'האב מיר אפגעשמועסט אויף היינטיגן אווענט זיך צו טרעפן.

אין אווענט צייט זעמיר אנגעקומען צו מיכאל אין שטוב, דער טיש איז געווען געדעקט ווי פאר א רבישע באזוך.. נאך א קורצע ווערטער אויסטויש איבער דעם שיסל פירות און ניסלעך ווי מיכאל בעט מאך די א ברכה, און איך ענטפער בעל הבית מברך, ניין זאגט מיכאל כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה וכו' איז געבליבן אז איך גיי מאכן די ברכה און מיכאל גייט הארמענייזן...

ווי אפגעשמועסט הייבט מיכאל אן געבן דעם ריוויאו בשעת איך זיץ שטיל און פארצייכן וואס ער זאגט. באמת, דערציילט מיכאל ווען א טיפע מינע פון ווייטאג דערקענט זיך פון זיין שטימע, האבן מיר שוין דעם לעצטן אלבוים "יא דו קענסט" אויך נישט געפלאנט צו ארויסגעבן צוליב דעם מחלה וואס הערשט ביי אונזער ציבור פון קאפיען סידיס, וואס איז שוין היינט ארויף א שטאפל אז מ'שיקט שוין ארום דעם סידי נאך פאר ס'קומט אפילו אן צו די געשעפטן, אבער פארט האבן מיך מיינע ידידים צוגעשטיפט דערצו אז טאקע צוליב דעם אז מ'קאפיט פון אלע זייטן הערשט א מאנגל אין גוטע מוזיק ביי אונזער ציבור, דעריבער זאל איך מיך שטארקן אויף דעם אלעם און יא ארויסגעבן נאך א סידי. בכלל שפירט מיכאל אז האבענדיג די זכי' צו זיין אזויפיל יארן אין די ליין פון משמח זיין אידן און ארויסברענגן מיט זיינע ניגונים מעסעדזשעס פארן ציבור, איז ער אויף די מיסיע צו ווייטער מחזק זיין אידן צו אמונה און בטחון, מידות טובות און יראת שמים. ווי ער וועט אונז שפעטער דערציילן איז טאקע דער ניגון אויף וואס דער אלבוים איז נקראת על שמו "א נקודהלע" באזירט אויף דעם פאקט און דעם מיסיע וואס ער שטעלט פאר.

פאריאר אזא צייט האבן זיך אנגעהויבן וועבן די פלענער פאר נאך א אלבוים, מיכאל דערציילט אז ער באקומט יערליך הונדערטער ניגונים פון אלע סארט קאמפאזערס וואס שיקן אים דאס צו הערן זיין מבינות אדער גאר אז ער זאל דאס נוצן, ער הערט אלע אויס מיט געדולד און מאכט געווענדליך זיכער צו רעאגירן צום קאמפאזער מיט זיין מיינונג. והנה, מ'האט זיך גענומען וועלן ניגונים, מיכאל האט אויסדערוועלט 15 ניגונים מסלתה ומשמנה פון דעם אוצר וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט די לעצטע תקופה, און מ'האט זיך גענומען צו דער ארבעט.

די פראדאקשען חלק האט נפתלי משה שניצלער גענומען אויף זיך, און צוגאב איז דא נולד געווארן א פרישע נאמען עפעס א וועכטער. אויף אונזער פראגע צו מיכאל אויב ער האט נישט מורא צו נעמען די ריסק אנצוהייבן מיט איינעם וואס האט נאכנישט קיין עקספיריענס, האט זיך מיכאל אויסגעדרוקט מיט צופרידנהייט קודם כל האט ער געמאכט א ארבעט וואס כ'דענק נישט איינער זאל אמאל האבן געמאכט, חידושים נפלאים, דיפרענט און ציענד. אבער סתם אזוי האב איך ליב מתחילים, זאגט מיכאל, ביי מיר האבן אנגעהויבן פינקי, ליפא, מאטי אילאוויטש און נאך. אלזא מר. וועכטער זעט אויס אז דו בוסט דער נייער שטערן אין מוזיק און סמיכה האסטו שוין באקומען, זאלסטו האבן הצלחה אויף ווייטער...


שוין יעצט אז מ'ווייס מיר שוין אלעס, געגאנגן צום עצם ריוויאו.

די ערשטע ניגון און צווייטע ניגון איז דאך א עבירה יעדעס ווארט וואס מ'שרייבט. גענוי ווי יעדעס קינד ווייסט פון געבורט אז כ"א כסלו גייט ביינעזאם מיט א טרעין, ווייסן קינד און קייט אז די ערשטע צוויי זיצן אין ברכת כהנים איי מיען די ערשטע צוויי ניגונים אויף מיכאלס אלבוים'ס באלאנגן צו פינקי וועבער. וואס הייסט באלאנגן פרעגסטו? אה זייער פשוט. פינקי מאכט יערליך מן הסתם צענדליגער ניגונים, אבער די סחורה וואס ער מאכט פאר מיכאל האבן עפעס א ספעציעלקייט, קיינער באקומט נישט פון פינקי וואס מיכאל באקומט. און מיינטס נישט אז פינקי לייגט אוועק ניגונים פאר מיכאל, פארקערט, ווען מיכאל הייבט אן ארבעטן אויף א אלבוים בעט ער פון פינקי צוויי ניגונים (אין יעצטיגן פאל דריי, אבער איינס איז ארויסגעפאלן צום סוף), און מיט עפעס א עקסטערע סייעתא דשמיא געלונגט פאר פינקי אלץ אהערצושטעלן ניגונים וואס בלייבן פאראייביגט מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע מוזיק נאטן.

דער ערשטער ניגון איז דער באוויסטער מימרא פון צדיקים איבער די צוויי קיען וואס א איד פארמאגט, כי בו ישמח לבנו כי בשם קדשו בטחנו, עפעס אזאנס. לויט ווי מיכאל זאגט איז דאס א ערשט קלאסיגער פינקי לעבעדיגער ניגון "ווייל א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן", שפילט זיך מיר אין קאפ דעם קורצן שטיקל וואס איז שוין געווען אויפן פריוויאו די וואך. און מיין דמיון טראגט מיך שוין צום נעקסטן פאל ווי מיכאל ארבעט אריין מיט קראפט, אבער ווי געשמועסט וועל איך מוזן ווארטן אויפן סידי ביינאזאם מיט אלע.

די צווייטע ניגון איז דאך דער "פינקי ניגון", דער לעכטעלע, שימעלע, פעקעלע, אברהמעלע... אויב האבן מיר זיך איינגערעדט אז דער סעט פינקי און מיכאל האבן שוין אלעס אהערגעשטעלט, פינקי שוין געגאנגן הארמאני איבער מיכאל, ארויפגעצויגן אויף טאן 2000, דראמאטישע מעשיות וואס האבן געברענגט טרערן ביי אלעמען, האבן זיי אונז דאסמאל פריש איבעראשט מיט באמבעס ממש.

דער ניגון הייבט זיך אן רעדעוודיג, און דערנאך מיט א אינגל (דער זעלבער אינגל וואס האט געזינגן מיט מיכאל און פינקי ביי RCCS אין ב"פ), דערנאך מיכאל אליינס, דערנאך פינקי מיט מיכאל, דערנאך פינקי אליינס סאלא (א חידוש!). מיכאל זעלבסט רעדט פון דעם ניגון ווי א זיידע פון זיין געלונגענעם אייניקל...
דער שפיץ פונעם ניגון איז א מאמע רחל ניגון, אראפגעלייגט נוסח פינקי. ווי מיר פארשטייען פון מיכאל איז דער ניגון אייגענטליך א פרעזענטאציע, און מיר קענען קוים ווארטן דאס צו הערן, און ווער רעדט נאך הערן א מצוה טאנץ פון פינקי מיט דעם נייעם ניגון...

דער נעקסטער ניגון קרוב ה' לכל קוראיו, איז קאמפאזירט דורך מאטי אילאוויטש, לויט ווי מיכאל זאגט איז דאס א אייזן שטארקע הארא ניגון וואס וועט פארבלייבן א לאנגע צייט אויף די מארקעט.

דער נעקסטער ניגון איז פון ליפא שמעלצער, א מעשה מיטן הייליגן רש"ש איבער דאס הארבקייט פון ווייטון א מענטש. כדרכו של ליפא איז דער ניגון מלא טאלאנט, מיכאל זאגט אז מושי קרויס האט דא אריינגעלייגט חידושים אינעם כאר.

דער צמח ניגון, דא מוז מען געבן א גראבע הענטעלע פאר דוד קויפמאן, נאך בעפאר הערן דעם ניגון נאר פארן עצם איידיע, מיכאל איז ברייט באקאנט מיט זיין פרעזענטאציע וואס שפילט זיך אפ נאכט איין נאכט אויס ביי די חתונות, ווען ער ברענגט ארויף אויפן סטעידזש דעם חתן און מחותנים און הייבט אן מיט דעם "דער צמח צדיק האט אונז אזוי געזאגט". האט דוד געמאכט א ווינדערבארן ניגון מיט א אנדערע מימרא פון צמח צדק און צוזאמגעשטעלט א מעסטער פיעס ניגון.

אזוי רעדנדיג קומט אריין אויפן טעלעפאן קאל, און איך הער דעם אנדערן זייט טרייבל זאגן "מזל טוב ר' מיכאל, איך הער ס'קומט אייך א מזל טוב ס'איז געבוירן געווארן א נייע סידי"... מיכאל נעמט אפ דעם הארציגן מזל טוב און וואונטשט צוריק ברכות לרוב אויף זיין שטייגער. אראפלייגענדיג דעם טרייבל פרעגט מיר מיכאל דו ווייסט ווער דאס איז געווען?! זאג איך ניין. איך בין שאקירט געווארן ביז אויס הערענדיג דעם נאמען פון דעם גרויסן אידישן פערזענליכקייט וואס האט אים גערופן, מ'רעדט נישט דא פון א רב צי א מו"ץ, נאר פון א גאר גרויסן פיגור וואס כ'קען נישט מער שרייבן רמזים מפני הגילוי (פולער נאמען געהיט אין די NSA ארכיוון...)

יעצט האלט מען ביים הויעכפונקט, ביי די "נקודהלע", (אגב, דאס צווייטע מאל וואס דער אלבוים ווערט אנגערופן אויף מאטי'ס ניגון, יא דו קענסט און יעצט א נקודה'לע). ווי איר זעט שוין יעצט האב איך דעם אלבוים נישט געהערט, זאגט מיר מיכאל: נו לאמיר זען וואס טראכסטו רעדט זיך דער ניגון פון? זאג איך מן הסתם איבער דעם פינטעלע איד. נעעעע זאגט מיכאל ווען א שטראל איז באהאלטן אין זיינע אויגן. קום לאמיך דיר דערציילן א מעשה קודם, מיכאל דערציילט מיר א מעשה און א סקרוך לויפט דורך מיינע ביינער דאס צו הערן, און ער זאגט מיר "דאס איז דער ניגון!". צו פארשטיין געבן פאר די ליינער וואס זענען נישט אנוועזנד געווען ביי מיין שמועס מיט מיכאל: מיכאל האט גענומען עכטע געשיכטעס וואס מענטשן האבן אים דערציילט וויאזוי זיינע ניגונים האבן געמאכט א טויש אין זייער לעבן, און דאס אויפגעשפילט מיט הערליכע גראמען דורך מאטי אילאוויטש, און צוגאב האט מען ביי די מעשה אריינגעלייגט דעם שטיקל ארגינעלע ניגון (מאן ייאמר און יא דו קענסט). דער ניגון לויפט אויף א שנעלע און שטייטע רידעם, בקיצור א פולע פרעזענטאציע מיט אלע מפרשים.

ביי דעם נעקסטן לידל ווער איך שוין א שטיקל מחותן... דאס איז א מעשה מיטן בעל שם הק', נאר אנשטאט 3 מאל געטאנצן איז עס 3 קלאפעס. זייער א פליסיגע זאפטיגע ניגון און מעשה'לע געשריבן דורך דעם טאלאנטפולן הערשל דייטש. ס'וועט אייך צוריקפירן צו דעם סאמע ערשטע נשמה פלאם אלבוים.

דער נעקסטער ניגון איז מיט נאפליאן דער קעניג, אויף מיין פראגע ווער עס האט געשריבן דעם ניגון מיט די ווערטער, ענטפערט מיר מיכאל קעניג... זאג איך אים איך פארשטיי אז קעניג איז דער ניגון אבער וואס האט קעניג האט געשריבן דעם ניגון?! חכם, ענטפערט מיכאל, דאס האט געשריבן ישי קעניג איבער נאפליאן קעניג.. שטימט, איא? מיט דעם ניגון איז מיכאל אויך זייער שטאלץ ווייל עס שטעלט פאר א חלק פון זיין מיסיע: זיי ווער דו בוסט און האב ליב דעם אייבירשטן. מוז מען ווידערמאל געבן א הענטעלע פאר מיכאל מיט קעניג ביינאזאם, איך זע נישט ווער אויף די אידישע מארקעט וואלט געקענט עררייכן אזא ווינדערבארע ניגון מיט איידיע.


לא להתייאש!
ווער האט געמאכט דעם ניגון, פרעג איך מיכאל, און ער שמייכלט זיך אונטער... אוי ווען איך זאל ווען קענען שרייבן דעם עכטן נאמען פונעם קאמפאזער וואלט די וועלט גערידערט! ער דערציילט אז א איש מכובד מאוד האט אים גערופן מיט א צייט צוריק אז ער האט פארפאסט א ניגון און וואלט געוואלט מיכאל זאל דאס אויסהערן און אפשר נוצן. דער ניגון איז פאר מיכאל'ן זייער געפאלן און ער האט עס ארויפגעשטעלט אויפן אלבוים מיט הערליך שיינע ווערטער לעבעדיג און גאר געשמאק.

ווען מיר זענען אנגעקומען צום נעקסטן ניגון איבער יואלי בראך ע"ה איז דער שמועס איבערגעריסן געווארן מיט א טעלעפאן קאל פון "ראפי דע קינג", דאס ליבשאפט וואס מיכאל גיסט ארויף אויף אלע זיינע ארומיגע איז דאך נישט קיין סוד, יעדער וואס רופט באקומט פון אים דעם זעלבן הארציגן ליבליכן באגריסונג, נאך דעם קורצן שמועס מיט ראפי פרעגט מיך מיכאל דו האסט געזען די ווידיאו פון ראפי וועגן נקודה'לע?! דו וועסט נישט גלייבן ווי שטארק מ'קען הייבן און בויען א מענטש, געווענדליך קומט יעדער מיט איידיעס צו ראפי און ער שפילט דאס אויס, "איך אבער, זאגט מיכאל, האב געזאגט פאר ראפי: ראפי דאסמאל גייסטו אליינס מאכן די איידיע און עס אויפשפילן!" יא דו קענסט! איז געווען מיין ספאנטאנע רעאקציע...

צוריק צו יואלי בראך ניגון, פרעג איך מיכאל: וואס איז פשט פון מאכן א ניגון אויף א יחיד? דו האסט נאך אזאנס קיינמאל געטון, העכסטענס שרייב נעבן דעם ניגון מוקדש לע"נ יואלי. אבער א גאנצע ניגון?... צום ערשטן מאל דורכאויס אונזער גאנצע שמועס ווערט דער ברייטער שמייכל פון מיכאל'ס געזיכט פארלוירן, און א וואלן פון טרויער צושפרייט זיך אויף זיין פנים, און עס גנב'ן זיך ארויס עטליכע שנירלעך טרערן. איך האב מורא געהאט איך האב געטרעטן אויף א האקעלע נערוו און געוואלט אוועקפירן דעם שמועס, אבער מיכאל זאגט מיר אז דו פרעגסט וועל איך דערציילן דעם אמת.

"איך האב מיט יואלי געהאט א ספעציעלן קשר, יארן לאנג האבן מיר געשפילט צוזאמען ביי אידישע שמחות, ביי חולים אין שפיטאל, ביי אידן אין תפיסות און וואו נישט. נאך ביזן היינטיגן טאג דריי איך מיך אויס ביי חתונות צום מוזיק סטעידזש זוכן יואלי ווייל איך שפיר אז ער איז דא, דאס איז געווען זיין חיות, זיין לעבן!" און ער זעצט פאר "אסאך מאל ביי חתונות ווען די שפילערס שפילן אפ עפעס א חידוש, א ליין, וואס יואלי האט מחדש געווען דריי איך מיך אויס און איך זיך יואלי אים צו ווייזן א הענטעלע ארויף און א בלינק מיט די אויגן, אבער איך טרעף מיך לאכן צו א וואנט"

ער איז געווען א זעלטענער בעל מידות און סבלן, ער האט גענומען יסורים און בזיונות באהבה, זעצט מיכאל פאר זיין הארציגן מאנאלאג איבער יואלי... די איידיע פון דעם ניגון האט מיר געזאגט א גאר נאנטע משפחה מיטגליד פון יואלי אין טאג פון די לוי', און איך האב דעמאלס באשלאסן אז איך מוז מאכן א ניגון אויף דעם.

דא איז אריינגעקומען אין בילד דער טאלאנטפולער לייבי מאשקאוויטש, וואס לויט מיכאל איז דער רוח החיים פון דעם גאנצן אלבוים, ער איז געזעצן שעות און וואכן צו שטופן דעם פראדאקציע פאראויס, ביז דער אלבוים איז ערשינען לאור עולם. מיכאל'ס הערט נישט אויף רעדן פון לייבי'ס טאלאנטן און היסטארישע געפיל צו מוזיק. לייבי האט געשריבן דעם ניגון און די הארציגע ווערטער, וואס דער הויעכפונקט דערפון איז דער "יואלי וואו בוסטו", וואס האט באקומען א גאר נייער באדייט נאך מיין שמועס מיט מיכאל'ן, ווען איך זע איך מיכאל זוכט אים פיזיש נאכט נאך נאכט...

אונזער שמועס איבער דעם אלבוים איז שוין טאקע פארענדיגט, אבער דאס הארץ פארגליסט זיך צו זיצן נאך עטליכע שעה און הערן פון אים לעבנס געשיכטעס וואס גיסט זיך פון אים כמעיין המתגבר, אמונה און בטחון און אהבת הבורא והבריות... אבער דער זייגער ווייזט שפעט און מיכאל שטעלט זיך אויף ווייל ער דארף איינהאלטן זיין צוזאג צו א אלמנה וואס האט אים געבעטן צו קומען זינגן ביי איר זונס שבע ברכות אין מאנסי. מיר גייען ארויס אויף די גאס פארזינקן אין מחשבות און באקומענדיג א גאר נייע דערהער איבער מיכאל בכלל און דעם נייעם אלבוים וואס קומט יעצט ארויס. בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר מיכאל'ן נאך לאנגע געזונטע יארן קענען משמח זיין אידישע קינדער און זיי מחזק זיין.

יעצט אלל דזשאקס עסייד, וויכי ווען און וואו קען מען גיין קויפן דעם אלבוים???....
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

דער אינגל פונעם צווייטן ניגון איז ווארשיינליך דעם זעלבן אינגל וואס האט געזינגען ביים RCCS מסיבה.. דער מיכאל מיט זיין בלעכענעם פנים דאן כאילו ער קאן אים נישט.. בין איך גערעכט?
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

וועלטניק האט געשריבן:דער אינגל פונעם צווייטן ניגון איז ווארשיינליך דעם זעלבן אינגל וואס האט געזינגען ביים RCCS מסיבה.. דער מיכאל מיט זיין בלעכענעם פנים דאן כאילו ער קאן אים נישט.. בין איך גערעכט?

אויף די אינטערוויא אויף קולמע זאגט ער אז וויבאלד ער האט אים געהערט ביי RCCS האט ער אים גענומען פאר די אלבום
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

וועלטניק האט געשריבן:קיל. ביים אינטערוויו נאכן ארויסגעבן די נשמה פלאם דוו"ד האט ער אויך דערמאנט "א יישר כח פאר אייוועלט, און דארט איז דא איינער וויכי.." וכו'..

ער האט אן עקסטערע ייש"כ פאר וויכי
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

קען מיר איינער זאגען אויב עס איז שוין דא אין מאנסי?
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

ייש"כ וויכי און ארעסטאנט פאר אייערע זאפטיגע באריכטן!

ווער קען זעהן מיכאל זאל ארויסגעבן סידי'ס אפטער? מ'דארף איהם האלטן דא איינגעשפארט..
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

ארעסטאנט האט געשריבן:אין ווייטערדיגע באריכטן פונעם אלבוים "נקודהלע" האמיר היינט...

"איין רגע איין רגע", שרייטס נישט דארט לאמיך אויסרעדן,

יעצט אלל דזשאקס עסייד, וויכי ווען און וואו קען מען גיין קויפן דעם אלבוים???....


געליינט יעדעס ווארט - פיין הנאה געהאט א גרויסן יישר כח
ווי קען איך שאפן זיין נומער? איך ברויך עם וואונטשן מזל טוב - ער ווייסט ווער איך בין?
וואס א חילוק - איך ווייס ווער ער איז!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארעסטאנט האט געשריבן:מיכאל דערציילט אז ער באקומט יערליך הונדערטער ניגונים פון אלע סארט קאמפאזערס וואס שיקן אים דאס צו הערן זיין מבינות אדער גאר אז ער זאל דאס נוצן, ער הערט אלע אויס מיט געדולד און מאכט געווענדליך זיכער צו רעאגירן צום קאמפאזער מיט זיין מיינונג. והנה, מ'האט זיך גענומען וועלן ניגונים, מיכאל האט אויסדערוועלט 15 ניגונים מסלתה ומשמנה פון דעם אוצר וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט די לעצטע תקופה, און מ'האט זיך גענומען צו דער ארבעט.

יעצט אלל דזשאקס עסייד, וויכי ווען און וואו קען מען גיין קויפן דעם אלבוים???....

שומרים'ס נומבער האט איינער?
5 ניגונים פון מיין נארוואס געקויפטע סידי זענען יעצט געגנב'עט געווארן!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

Intern Tish האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:וואס האט Mostly שלעכט געטוהן? דארט האב איך אלע מיינע דאונלאוידס, סתם טוישן אדער ווארטן?

MOSTLY האט גארנישט שלעכט געטוהן נאר ניגון מוזיק איז די דיסטריבוטער ממילא האט ער עס קודם

פארפירטס!!! עס איז שוין אין די געשעפטן זינט נעכטן
און מאסטלי האט עס געהאט פון די ערשטע מינוט! רוהיג קינדער
דא האסטו

http://mostlymusic.com/products/michael ... a-nekidele
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

אפשר איז די לינק נישט גוט עס ארבייט נישט
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

Intern Tish האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:דער אינגל פונעם צווייטן ניגון איז ווארשיינליך דעם זעלבן אינגל וואס האט געזינגען ביים RCCS מסיבה.. דער מיכאל מיט זיין בלעכענעם פנים דאן כאילו ער קאן אים נישט.. בין איך גערעכט?

אויף די אינטערוויא אויף קולמע זאגט ער אז וויבאלד ער האט אים געהערט ביי RCCS האט ער אים גענומען פאר די אלבום

מחוצף ארויס פון בית מדרש! די אינטערוועלטניק! די מאכסט מיכאל פאר אזא צוויי פענימגער די ווייסט אליינס אז דאס איז דאס ווייסטע פון מיכאל'ס כאראקטער...

איך קען עדות זאגן גראד נאכן מייסטערהאפטיגן פערפאמענס ביים רופא חולים דינער צוזאמען מיט פינקי'ן קומט צו מיר צו מיכאל און נאך א העפליכן דאנק געט ער מיר א פרעג ווער איז די יונגל? אן עסקן געט זיך א רוף אן ער הייסט לייפער א סקווירא יונגל, מיכאל געט זיך א רוף אן בנוסח שניצלער כדרכו בחצר טשאבא: 'דער זעהט אויס ווי אן עכטער סאטמארע יונגל!
ואח"כ זמר יזמרו וכל הצדיקים וחסידים והמנהיגים יצאו בשירים ורקידים ויאכלו ענוים וישבעו'
ביז אהער געדריקט אין ספר פון טשאבא רב ערצייגט אין יאר תשצ"ט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

שרעב אדער ווילנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

דכאט'ס זיך מיר פון מיין גאר ונגן עלטער אז די מעשה פון רש"ש איז נישט מיט דעם רש"ש שפון שרעב תימן דער הייליגר רש"ש דער מקובל וואס אלע זאגן זיינע תיקני שובבי"ם וכדו', א' קדוש רלוק וואס ליגט ביים הר הזיתים און מזעט דארט'ן מורא'דיגע מופתים. נאר די מעשה האט פאסירט ביים רש"ש רבי שמואל שטראשון זצוק"ל בעל חידושי הרש"ש על הש"ס, געוואינט אין ווילנא פון די ליטווישע תורה ריזן, און די מעשה איז געווען מיט א שניידער.
זעט מקורות בייגעלייגט.
אטעטשמענטס
מוסר ה' - א_ טנג'י, אופיר בן שלום (2){18} עמוד 418.pdf
(240.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 238 מאל
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

נאך
אטעטשמענטס
זיווג משמים_ וקסברגר, בנימין (1){12} עמוד 115.pdf
(236.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 320 מאל
מה' יצא הדבר_ ורטהיימר, הלל (1){12} עמוד 405.pdf
(70.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 363 מאל
פיני גאלד- פנה אלי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיני גאלד- פנה אלי »

געווענדליך בין איך נישט די מענטש צו שרייבן א אנאליז אויף א סי די, אבער פערצופאל בין איך נעכטן געפארן אויף א ווייטע וועג, האב איך געקויפט צוויי נייע סידי'ס, איינס דערפון דעם נקודה'לע פון מיכאל, און איך האב געזעהן נקודות וואס ס'איז נישטא ביי אנדערע סידי'ס און איך פיהל איך וויל עס דא ארויסברענגען.

קודם כל איז באוואסט אז מיכאל האט א ספעשיל כח און טאלאנט אויס צו קלויבן די ריכטיגע ניגונים, און יעדער ניגון באזונדער האט זיך זיין חן,

אבער כ'האב באגעגנט ניגונים וואס ס'איז מער ספעציעל פון אלע אנדערע סידי'ס

1.

די צווייטע ניגון מאמע, פון פינקי וועבער, בשעת הערן האט מיר עס אריינגעלייט אין דעם מאורע ממש ווי איך וואלט עס געזעהן אין א פלעי אדער געחלומ'ט פון עס, 1943, קודם רעדט די אינגל, שפעטער מיכאל, שפעטער פינקי, די הארמאני, און שפעטער אלע צוזאמען. אזוי מין ווארעם. רבותי פינקי איז געוואלדיג! ווען כ'האב געהערט דעם ניגון האב איך אראפ געלאסט א טרער, און ווען כ'האב געקוקט אויף מיינע ארומיגע אין די קאר ווי איך בין געפארן, זעה איך אז איך בין נישט געוועהן די איינציגסטע וואס האט געהאט א טרער אין די אויגן. . פאר מיכאל לייגט אוועק פינקי זיינע ספעציעלע גוטע שטיקלעך.

2

די רש"ש פון ליפא,דער ניגון איז מלא טאלאנט ס'איז א לאנגע מעשה פון די רש"ש, און ביי יעדע חלק פון עס טוישט ער די זינגעריי , ס'קוקט אויס ממש ווי עס געשעהט יעצט די מינוטן. ער טוישט יעדע שטיקל לפי המצב און לפי די מעשה וואס איז געשעהן. ארויס צוברענגען די זאך לייוו . איך האב עס איבער גהערט צענדליגע מאלן, און יעדעס מאל פון פריש ווער איך נתפעל וויאזוי ס'ווערט אראפ געלייגט. מיכאל לייגט עס אראפ אזוי אז די הארץ צוגייט פון דעם ניגון. און מיט די ניגון גייט די סידי געדענקט ווערן , לדעתי

3

די ראק ניגון לא להתייאש פון לונגער, ס'האט די גוטע לעבעדיג ערענזשמענטס,
א "ראק" ניגון מיט די ריכטיגע ווערטער איז אסאך שווערער צו מאכן ווי א פלענער קלאסיגער ניגון אדער הורה. ער האט געמאכט א ראק ניגון וואס איז א שטיק חידוש, און ס' מאכט לעבעדיג אויף אן אפנארמאלער אופן. ווען מיכאל זינגט "הקב"ה מבקש לא להתייאש" האט מיר אריין געלייגט אין א מין שמחה וואס איך קען זיך מער קיימאל נישט מייאש זיין.דאס איז זיכער אז דאס לא להתייאש גייט ווערן א היט ניגון! אלע חתונות גייט מען דאס זינגן. לדעתי

.

די סך הכל וויל איך זאגן פאר מיכאל איין נקודה'לע: "יא דו קענסט", גיי אן מיט דיינע געוואלדיגע ארבעט צו משמח זיין אידן, און אונז קענען מיר קוים ווארטן פאר'ן נעקסטע סידי
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

א בריוו וואס א איד האט געשריבן צו מיכאל

לכבוד די טשענעל אידישער ווינקל.

איך וויל דורך אייך שיקן א שטיקל הכרת הטוב צו מיכאל שניצלער וועלכע האט אינספירירט מיין לעבן ביז טרערן, ארומגעדרייט מיט מיין נשמה אויף א אופן וואס איך וואלט נישט געגלייבט קיינמאל אז עס קען פאסירן.

מיין משפחה האט לעצטענס מיטגעמאכט א שוידערליכע צרה, איך שרייב נישט קיין דעטאלן ווייל יעדער וועט גראד כאפן פון וועלכע משפחה איך קום, אבער דאס איך קען איך זאגן בפה מלא אז אויף מיר האט דאס גאר שטארק געשאדט, און איך בין שוין "דאון", פאר לאנגע וואכן, איך בין אפציעל געווארן א טרויערדיגע מענטש, און גארנישט האט מיר געקענט הייבן די געמיט.


איך האב נעכטן אנגעטראפן די רב אין מיין שול, איך האב זיך אויסגערעדט צו אים אז איך האב פון מיין לעבן גארנישט, איך בין צושאסן און חרוב.

ער האט מיר געגעבן הדרכה, געהאלפן און זיך אונטערגענימען צו טון א געוויסע זאך וואס איך האב ארויסגעקוקט ער זאל טון.

ביים זיך שיידן האט ער צוגעליייגט, הער אביסל די נייע סידי פון "מיכאל שניצלער", וועסט טרעפן דארט גרויסע חיזוק.

איך בין א גרויסע חסיד פון מיכאל, איך האלט אז אים איז צו פארדאנקען אסאך אסאך חיות, און סיפוק וואס מענטשן שעפן פון אים.

איך הער אלעמאל זיינע מוזיק אבער פון אזויפיל איבערהערן זיינע אלע אלבוימס ביז אהער בין איך שוין געווארן אביסל אויסגעטרוקנט און "בארד", דערפון. מען טאר נישט איבערהערן א סידי מער ווי די מאס.

הכלל האב איך געצאלט דעם סידי, און אנגעצינדן אין קאר. פון ערשטן טרעק און זיך געשטעלט אין זייט די געביידע ווי איך ארבעט און צוגעמאכט די אויגן.

איך האב געשפירט ווי מיכאל רעדט צו מיר פערזענליך און זינגט אריין אין מיין אויער, יעדע ניגון באזונדער האט מיר אדרעסירט, ביי די ניגון פארשטעלונג פון מאמע רחל האב איך אויסגעפלאצט אין א געוויין.

איך בין נישט דער באקאנטע געפילישע מענטש, און איך געדענק נישט ווען דאס זאל האבן פאסירט צו מיר דאס לעצטע מאל, אבער עס האט גערינען טרערן פון מיר אן אויפהער.

אזויפיל חיזוק אין יעדע ווארט, עס איז אומבאשרייבליך, איך האב געלאכט פון די אייגנארטיגע ניגונים, און געשעפט אינספיראציע אין מיין שווערע דורכגאנג.

איך בין געווארן א נייע מענטש, מיט א פעקל פראבלעמען. אבער שמייכלדיגע הדרכה, ליבשאפט פון א איד וואס זינגט אזוי קונצלעך אראפ שיינע רייכע ניגונים, מיט הארץ און רגש.

מיכאל אדאנק! האסט מיר אויפגעראכטן, דו ווייסט נישט ווער איך בין און וועסט נישט וויסן ווייל איך שעם זיך, אבער ווער ווייסט אפשר וועל איך זיך אדרעסירן צו דיר איין טאג, אז איך בין דער וואס האט געשריבן די בריוו.

איך וויל עפענען א פעטיציע פאר נאך א סידי, איך קען קוים ווארטן, און איך ווייס פון אלע מיינע ארומיגע וואס זענען אין זעלבן מצב.

נישט נאר די מענטשן וואס זינגסט אויפן סידי האסטו אויפגעראכטן. נאר קענסט צולייגן א געשיכטע, אט, איך, בין פון דיר געווארן אזוי איבערגענומען, און מחוזק, אינספירירט און געשטארקט, אין לי מילים, איר זענט ביי מיר די מערסט רעספעקטירטע מענטש פון עלטערן דור, איך וואלט אייך באקרוינט מיט א קרוין פון ליבשאפט.

פאר אייך איז עס אפשר א רוטין. א שפיל, מען זינגט, רעקארדירט, פארעפנטליכט, און מאכט (אדער פארלירט) געלט... אבער פאר אסאך איז דאס א מעדיצין. א שטיק לעבן!

א איד וואס שעצט אייער ארבעט, און קען קוים ווארטן פאר נאך.
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

און מיכאל ענטפערט

מיין טייערע ליבער בורדער איך מיכאל שניצלער שרייב דא פאר דיר פרעזעטליך אין אויך פאר אלע הייליגע טייערע באליבטע מיינע וואס קומען דא אריין אין דעם טשענל . עס איז טאקע ביי מיר א רוטין , א געוואוינהייט און א גרינגע זאך ענק אלע מחייה צו זיין אין מיין ליבשאפט צו ענק אלע זאלט איהר וויסן קומט פון ענק אלע ווייל איהר זענט אלע צדיקי העולם , קוקטס אריין און ענקערע הערצער דאס איז דער חלק באשעפער און ענק אין דאס איז דער חיבור פון אונז אלע . מיין טייער קינד א דאנק פאר די שיינע חיזוק ווערטער וואס די שרייבסט דא , דאס איז די עקסטרא כוחות ממשיך צו זיין . איך טראג טאקע א קרוין פון ליבשאפט אבער די טראגסט אויך דיין אייגענע קרוין פון ליבשאפט . א ייעדער טראגט דעם קרוין ווען נאר דעם מאמענט וואס מעדארקענט אז דעם מלך מלכי המלכים איז אין זיך אין דעם אייגענעם הארץ . מיינע טייערע ליבע ברידערס איך פיל זיך דא דעם אפערטוניטי צו לאזן ענק דא הארצ-ריפ איך בעט ענק בכל לשון של בקשה קוקטס אריין און ענקער טופן הארץ , אלע תשובות זענען דא ביי ענק אליין האטס ליב דעם באשעפער וואס ער איז אין ענק אין נישט ערגעס ווייט און נישט ביי קיין אנדערן , דער באשעפער איז ביי דיר אין ער האט דיר ליב און א שיעור
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

"רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"....... קומט'ס אריין נאכאמאל...... "רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"
אוי ברענגט דאס נאסטאלאגישע געפילן צו ליפא אין די לטובה צייטן.

ליפא אוואו ביסטו??!! (אין דותן קען מען זיכען....)
חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה פיש אין קיגעל »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:On iTunes
https://itunes.apple.com/us/album/a-nek ... 1089290844

ארבעט נישט
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

זכאי האט געשריבן:"רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"....... קומט'ס אריין נאכאמאל...... "רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"
אוי ברענגט דאס נאסטאלאגישע געפילן צו ליפא אין די לטובה צייטן.

ליפא אוואו ביסטו??!! (אין דותן קען מען זיכען....)

שוין אריינגעמישט די יוסף וואס זוכט די ברידער אין דותן ניין? אזוי זאג איך..
דער ניגון איז דאך א שטיק ארט און אסאך אסאך אסאך בעסער ווי עקספעקטעד איך האלט אין די היסטאריע פון מיכאל'ס ניגונים אויף יודישע געשיכטעס איז נישט דא נאך א ניגון וואס פון די מוזיק גופא פילט מען זיך ממש שטיין ביים שוסטער אין הויף צוקוקנדיג פון די זייט ווי ער האקט די שיך 'טאק טאק טאק אזוי געשמאק' יעדע וואך ווערט בעסער דער גראך.. נאך און נאך, מנדב אין שול די שמן זית זך.. ליפא! ביסט אן ארטיסט יויש!! אזא קריעשען הערט מען נישט יעדן טאג וואס הערן? זעהן!

איך האב נישט געזעהן די מקורות וואס דער עולם האט דא צאמגעברענגט איך ווייס אז דער מעשה גייט נאך ווייטער אז ער האט נישט געהאט צו באצאלן האט ער פארקויפט זיין הויז צו קענען צאלן דעם חוב וואס ער האט שוין געהאט אפגעצאלט, און נישט ווי ער זאגט אויפן ניגון 'איך בין גרייט צו צאלן כאטש מיין נאמען זאל איך קענען צוריקויפן' און דאס אז דער רש"ש נעמט אים פאר א מחותן האב איך קיינמאל נישט געהערט פריער, די מעשה גייט מער אויף די ערשטע האלב ווי די בושות מיטן חשד און אלעם מער ווי אויף די פאנטש ליין, איך שטעל מיר פאר אז ווען מ'שרייבט א ניגון דארף מען עס מער באצירן ס'זאל האבן א טעם און די מעסעדזש זאל זיין קנאקעדיג
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:"רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"....... קומט'ס אריין נאכאמאל...... "רבי איך האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט"
אוי ברענגט דאס נאסטאלאגישע געפילן צו ליפא אין די לטובה צייטן.

ליפא אוואו ביסטו??!! (אין דותן קען מען זיכען....)

שוין אריינגעמישט די יוסף וואס זוכט די ברידער אין דותן ניין? אזוי זאג איך..


געמיינט האב איך א ליין אין די ניגון

....קינדער אין שידוכים
...אין דותן קען מען זיכען... (ציקער זיס)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן: ליפא! ביסט אן ארטיסט יויש!! אזא קריעשען הערט מען נישט יעדן טאג וואס הערן? זעהן!



כמיין אז די ארעינדשמענטס אויף דעם ניגון איז נישט ווייניגער טאלאנט און קריעטיוועטי, וועכטער שיינט צו זיין אן אויפגייענדער שטערן אין דעם געביט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”