מחשבות - מאטי אילאוויטש

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

מחשבות - מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס"ד

יא,שוין אפישעל, דער באקאנטע מלחין און בדחן מיטען 'ה' הידוע, ר' מרדכי אילאוויטש ארבעט אויף א אייגענע אלבום, ס'ווערט פראדוסט דורך נפתלי משה,פיר ניגונים זענען שוין ריקארדעט.

ווער עס האט עני דיטעילס ביטע מעלדען דא
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אין סטודיא
אטעטשמענטס
.
.
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

פיינע נייעס !!
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

קען מיר קוים ווארטן,
מ'קען צוגיין פון זיינע אידישע ניגונים כ'האף אז דער סידי וועט זיין אלע אידישע ניגונים
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פרייליכע נייעס. קוקן מיר ארויס אויף ווען עס וועט זיין אויף די שעלווס. (עס איז לכאורה זייער א שווערע זאך פאר איהם, צו סעלעקטן וואס עס וועט גיין פאר זיין אייגענע טעיפ).
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלום עליכם און וועלקאם בעק טייערע צוהערער... דיס איז וויכי אן די ק.נ.א. נעטווארק ביי די היכל הנגינה אפטיילונג...

ס'איז טאקע ספירה, ס'איז נישט קיין צייט וואס רוב עולם איז פארנומען מיט מוזיק, ס'זענען אבער פארהאן יודן וואס זייער ביזנעס איז מוזיק, און א גאנץ יאר זענען זיי פארנומען מיט שמחות, און דייקא די יעצטיגע ימי הספירה איז זייער צייט צו ארבייטן אויף זייערע פראיעקטן...

איינע פון די יודן איז אונזער באקאנטער קאמפאוזער, בדחן און זינגער "מאטי" אילאוויטש... מאטי דארף איך נישט אינטרעדוסן, זיינע ניגונים זינגן פון זיך... אוי ויזכו לבנות בית נאמן, בית נאמן בישראל... א בית נאמן אן פראבלעמען, א בית נאמן בישראל... אוי האטעס געבאכעט! דורות ישרים ומבורכים, דורות ישרים ומבורכים, מיר בעטן איין זאך... אויף אלע חתונות האפקעט מען נאך היינט אויף דעם! צו זיינע שטייטע ניגונים, יברכך ה' אוי יוי יוי וישמריך... אדער "ניין, דו ביסט גארניש קליין"... אויף מיכאל'ס סידיס, אדער ווי ער זינגט "דרייצן יאר אין א מערה, געלערענט בקדושה ובטהרה..." (כדי ר' שמעון) זיינע ניגונים פארנעמען דעם אויבן אן אויף יעדן סידי און ביי יעדע שמחה, יעדע זינגער וואס קלערט נאר פון ארויסקומען מיט א סידי ווייסט אז מאטי אילאוויטש איז פון די ערשטע אדרעסן... לאמער הערן עפעס א גוטן לידל...

סאו ווען נפתלי משה שניצלער האט מיך גערופן אפאר חדשים צוריק אז איך מוז אריבערקומען אין סטודיאו הערן וואס "מאטי" גרייט אן פאר זיין סידי, בינעך געווארן אלל עקסיידעד! און דאס איז נאך געווען בלויז פון הערן "אז ער ארבייט אויף א סידי", ווען ס'איז געקומען למעשה, מ'האט אנגעפאנגן צו הערן וואס די רעדע איז צו מיין פרייד נישט געווען קיין גרעניץ! איך האב תיכף אנגעפאנגן שרייבן... און דא האט נפתלי משה מיך אפגעשטעלט! ער זאגט מיר: "וויכי דו ווייסט אז איך גיי אלעס לאזן מעלדן אויף אייוועלט, אבער נאכנישט! ס'וועט קומען די ריכטיגע צייט"... און ער איז מסביר בארוכית...

דו ווייסטעך אז מאטי קומט נישט ארויס מיט קיין סידי יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, ער האט קוים געוואלט ארויסגיבן א סידי, מענטשן האבן אים משיגע געמאכט, און איך האמעך אריינגעלייגט דערין, ער האט פיינעלי מסכים געווען מיטצוארבייטן, אבער אז מ'מאכט א סידי ווילער ארויסגיבן איינס און א גוטס, אויב גייט מען מעלדן שוין יעצט אז מ'קומט ארויס גייצעך אנהייבן פרעשור, ס'וועט ווערן א גע'יאגטע פראדזשעקט... לאמער ענדערש ארבייטן ביז מ'וועט זיין אינגאנצן פארטיג מיט די ניגונים, דעמאלטס וועט מען מעלדן... אזויפיהל האבעך ארויסגע'קוועטשט פון מאטי'ן און נפתלי משה אז ווינאר מ'וועט קענען מעלדן איבער די סידי, גייען זיי האלטן אפן אלעס! מ'גייט כסדר אפדעיטן דעם עולם ווי מ'האלט מיט יעדע זאך...

עכ"פ פאריגע וואך סוף וואך איז באשלאסן געווארן אז מ'קען גיין פובליק! די ניגונים זענען גרייט!

די אייגענארטיגקייט פון די סידי איז אז ס'גייט זיין יודישע ניגונים, יעדע ניגון איז פריש קאמפאוזד, געשריבן גראמען און געזינגען דורך מאטי'ן אליין... און איינע פון די זאכן וואס מאטי האט מיר אנגעזאגט ביים הערן די ניגונים איז אז ער וויל נאר חסידיש! ער זאגט מיר, האניש מורא צו זאגן קריטיק! קענסט מיר זאגן אין פנים אריין, אויב די ניגון, גראמען, אדער עני קוועטש שטומט נישט 100 פראצענט מוזיקאליש אדער סיז צו מאדערן לאדעך הערן! ער לייגט צו "כאב אריינגעלייגט שעות, טעג און וואכן אין דעם און איך וויל סאל זיין פערפעקט"...

די סידי האט דערווייל 10 ניגונים, ווי געשריבן אלעס ניי! 2 ניגונים קענעך זאגן אויף 100 פראצענט אז ס'גייט ווערן אויפגעכאפט איבעראל, מ'גייט טאנצן ביי אלע חתונות דערויף, חסידיש און מאדערן צוגלייך... איך בין ממש אויפגעשפרינגן ווען כ'האב געהערט די ניגונים, סיי די טאאן, די ווערטער אריינגע'פלאכטן יודישע ווערטער אינעם פסוק... ביידע וואלטן געווען היטס אויף סיי וועלעכע אלבוים!

די סידי האט נאך 8 ניגונים, איך האבעס געהערט מסתם 5 חדשים צוריק, און מעגליך אז מ'האט עפעס געטוישט, ווילאנג די סידי איז אין פראגרעסס וועלעך פראבירן כסדר צו אפדעיטן, אויף וויפיל כ'האב געהערט איז יעדע ניגון פאר זיך א היט! סיי די ניגונים זענען גוט, און די תוכן פונעם ניגון, די קאנצעפט און די ווערטער זענען געוואלדיג!

און פארשטייצעך אז גענוי ווי יעדע סידי לעצטענס גייט די סידי אויך האבן איין סורפרייז...

דערווייל האטס מיר אלע א גוטן טאג...

דיס איז וויכי אן די ק.נ.א. נגינה נעטווארק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ייש"כ פאר די נייעס, מ'קוק מיר שטארק ארויס אויפן אלבום!

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און פארשטייצעך אז גענוי ווי יעדע סידי לעצטענס גייט די סידי אויך האבן איין סורפרייז...

חב"ד איז נאך געבליבן מיט עפעס פארלוירענע ניגונים...?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

העלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

א גוט יאר טייערע ק.נ.א אויסרופער
מיסטער וויכי.... as we call him with love

האסט מיר אריין געלייגט און די דישעס, גלייכצייטיג ארויסגענומען פון די כלים
גענוג אז איך זאל שרייבן וואס איך האב גלייך צום פינטל - איא?!

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די אייגענארטיגקייט פון די סידי איז אז ס'גייט זיין יודישע ניגונים, יעדע ניגון איז פריש קאמפאוזד, געשריבן גראמען און געזינגען דורך מאטי'ן אליין... און איינע פון די זאכן וואס מאטי האט מיר אנגעזאגט ביים הערן די ניגונים איז אז ער וויל נאר חסידיש! ער זאגט מיר, האניש מורא צו זאגן קריטיק! קענסט מיר זאגן אין פנים אריין, אויב די ניגון, גראמען, אדער עני קוועטש שטומט נישט 100 פראצענט מוזיקאליש אדער סיז צו מאדערן לאדעך הערן! ער לייגט צו "כאב אריינגעלייגט שעות, טעג און וואכן אין דעם און איך וויל סאל זיין פערפעקט"...


די לעצטע אלבומס וואס קומען ארויס קויף איך מער נישט, א חוץ וועלעכע זענען לפי רוחי פארשטייט זיך
אבער לאמיך דיר מסביר זיין פאוואליא וואס מיר באדערט.

איך גלייך זייער א שיין שטיקל מוזיק, זינט איך בין ארויס פון ישיבה (אפאר יאר צוריק שוין) בין איך שוין נישט אין די גיסטע פון הערן אז יעדע טעיפ גייט ראקן

איך גלייך זייער אלטע ניגונים - אברהם פריעד - יוסי גרין - אלטע מודזיץ וכו' וכו' די ליסטע גייט אן (איך ווייס יוסי גרין האט ראקישע ניגונים אויך יא געט די פאונט)
אצינדער די זאגסט אז מאטי קומט ארויס מיט שיינע ניגונים, דא מישטע אריין מע גייט עס טאנצן אויף חתונות וואסערע אלבוים גיבט ער ארויס??

דו שרייבסט אביסל בחוריש די ארטיקל, איך מיין צו זאגן אויף א ראקי סטייל, ווייל אויב וואלסטו יעצט באשריבן א יו"ט ערליך טעיפ וואלסטו מן הסתם גענוצט אנדערע ווערטער

וויכטיג מאכער האט געשריבן: די סידי האט דערווייל 10 ניגונים, ווי געשריבן אלעס ניי! 2 ניגונים קענעך זאגן אויף 100 פראצענט אז ס'גייט ווערן אויפגעכאפט איבעראל, מ'גייט טאנצן ביי אלע חתונות דערויף, חסידיש און מאדערן צוגלייך... איך בין ממש אויפגעשפרינגן ווען כ'האב געהערט די ניגונים, סיי די טאאן, די ווערטער אריינגע'פלאכטן יודישע ווערטער אינעם פסוק... ביידע וואלטן געווען היטס אויף סיי וועלעכע אלבוים!

און פארשטייצעך אז גענוי ווי יעדע סידי לעצטענס גייט די סידי אויך האבן איין סורפרייז...


איך ברויך שוין נישט קיין סורפרייזעס. איך ברויך א פלעינע שיינע נארמאלע סידי, איך זיך שיינע ניגונים מלא תוכן
נישט אז איך זאל מאכן א ברכה הויעך, נישט אז איך זאל הערן ווי וואונדערליכע קינדער ציען ארויף און גארגלען זיך איינער העכער דעם צווייטען.

פארוואס זאג איך עס אייך???

ווייל איך קען מאטי פערזענליך, ער איז מלא תוכן ער קען גוט די מלאכה, ער גייט ארויסגעבן לויט ווי אזוי איך פארשטיי לויטן דימענד, וויל איך נישט ער זאל קענען זאגן - פארוואס זאגסטו נישט איידער די טעיפ איז אינדרויסן??
זאג איך יעצט, מאטי טייערער I believe in you.... די קענסט ארויס קומען מיט א טעיפ פאר בחורים און קינדער
די טעיפ וועט גיין אונטן פון מיין אייפאד אזוי אלע נייע טעיפס זענען געגאנגען

אדער קענסטו עס מאכן לויט 'מאטי סטאנדארט' איך וועל הנאה האבן די וועסט הנאה האבן און די געלט וועט זיך האבן געלוינט....
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רט אליעזר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גוטע נקודה ר' אליעזר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אמת לאמיתו
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אליעזר, כאב גרויס הנאה אז דו האסט ארויסגעברענגט וואס דו האסט אין הארץ, איך בין זיכער אז סיז דא נאך אסאך מענטשן וואס זיי באדערט דאס וואס דו שרייבסט...

לאמעך דיר אבער זאגן, און איך גיי נישט רעדן איבער אלע סידיס, נאר דייקא דא איבער מאטי'ן... איינע פון די סיבות פארוואס מאטי האט נישט געוואלט ארויסקומען מיט קיין סידי אז טאקע געווען ווייל ער האט כמעט גארנישט צו פארדינען, נאר דערלייגן... מאטי איז ב"ה אן אויפגעכאפטער בדחן, ער איז פארנומען ערגעץ צווישן 99 און 100 פראצענט פון נעכט וואס מ'מאכט חתונה, און די רעסט שרייבטער ניגונים, יעצט אליין ווייסעך פון 3 סידיס וואס ער גייט האבן ניגונים אויף דעם... ער איז נישט קיין זינגער וואס דארף די אדווערטייזמענט, סאו סיז עכט נישט דא וואס צו פארדינען, ווידער דערלייגן... ער האט אזוי מורא געהאט און האט נאכאלץ מורא אז ס'גייט נישט זיין פערפעקט, נישט יעדער גייט הנאה האבן, צו_וואס פעהלט דאס אים אויס? מענטשן זאלן קענען זאגן נע... דער מאטי איז נישט...

אבער נאכן ערהאלטן אזויפיהל בקשות פון מענטשן, מענטשן האבן אים ממש משיגע געמאכט אז ער מוז שעירן זיין טעלענט, האטער אנגעפאנגן צו ארבייטן דערויף... און ער האט מיר געזאגט יעדעס מאל עקסטער, וויכי, פליז, איך בעטעך איין זאך, אויב דו פיהלסט עפעס איז נישט גוט אין סיי וועלעכע עריע, זאג! איך וויל הערן יעדן'ס אפיניען... אויב קומעך ארויס מוזעס זיין גוט!

נעכטן ווען כאבעם געשיקט א לינק אהער און ער האט געליינט דיינע ווערטער האטער מיך געקאלט "וויכי, דאס ווילעך, איך וויל הערן יעדן'ס אינפוט!" ער האט מיך געבעטן "גיי זאג פאר יענעם שרייבער ער זאל מיר זאגן וואס ער האט אין מיינד, וואס וואלטער געוואלט זעהן און וואס נישט..." ער האט צוגעלייגט, איין זאך דארפסטו האבן אין מיינד, איך בין דאס וואס איך בין, איך קען נישט זיין קיין צווייטער, סאו עקספעקט מיך נישט נאכצוקומען יעדן'ס פארלאנגן 100 פראצענט, ווייל איך בין ס"ה נאר א מענטש, אבער בעזר ה' וועל איך טרייען יעדן צופרידנצושטעלן ווי ווייט מעגליך, און עט ליעסט קאנסידערן יעדן'ס פארשלאגע...

סאו ר' אליעזר, נעם דאס ווארט, און גיי אריין אין דיטעילס...

א זייטיגע נאטיץ, דו האסטעך געשטעלט אויף די חלק וואס איך האב געשריבן "מ'גייט האפקענען ביי אלע חתונות"... כ'שטעלמעך פאר אז דו האסט נישט געמיינט דוקא דאס, דו האסט געמיינט די קאנצעפט, אבער פאר די רעקארד, די באמערקונג איז געווען מיין אייגענע, איך האב געהערט די ניגונים און געשריבן מיין אבזערוועישן, וואס איך האלט אז מענטשן קוקן גראדע יא דערויף, דאס האט גארנישט קיין שייכות מיט מאטי'ן, איך שטעל מיך פאר אז ער האט מסתם געטראכט דערפון בשעתן מאכן די ניגונים, אבער איך ביניש זיכער צו דאס איז געווען זיין ציהל... און איך וויל דיר נאר זאגן, די ניגונים זענען נישט סתם צולאזטע ניגונים, נאר באמת הערליכע לעבעדיגע חסידישע ניגונים, גאר גוט אריינגעלייגט אפאר יודישע ווערטער...

און שרייבענדיג דערמאנעכמעך נאך אן אבזערוועישן וואס איך האב געזאגט סיי פאר נפתלי משה'ן און סיי פאר מאטי'ן נאכן הערן איינע פון די ניגונים, א וואלץ ניגון, כאבעם געזאגט אז איך הער שוין דעם בעל שחרית יוה"כ אין מיין ביהמ"ד זינגען דעם ניגון אויף "מעשה אלוקינו"... ער זינגט יעדעס יאר אינטערעסאנטע וואלץ ניגונים און מארטשן, די ניגון איז אזוי גוט און אינטערעסאנט אז איך בין זיכער אז אונזער בעל תפילה גייטעס אויפפיקןן...

עכ"פ די פוינט איז, די אבזערוועישענס האבן גארניש מיט נפתלי משה אדער מאטי, נאר מיט מיין געפיהל און מיין טעיסט, בעיסד וויזוי כאבעס געהערט...

בנוגע מאטי'ן, שרייב דא וואס דו וואסט געוואלט זעהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

איך קען קוים ווארטן!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אליעזר קען שרייבן אייגענס. אבער איך וועל שרייבן מיינס.

מאטי האט מיר שוין איבעראשט אסאך מאל מיט זיין טאלאנט, ער האט אין זיך משונה'דיגע טאלאנט, און אפי' איך טוה אמאל אמאל אין די זאכן וואס ער טוט, איבעראשט ער מיר זייער אסאך מאל, חוץ.. חוץ ווען ער איז נישט זיך, ער 'שטעלט זיך צי', דעמאלט איז נאר 'נאכגעמאכט' מאטי.

איז אזויווי ער גייט דאך עס נישט ארויסגעבן פאר געלט, נאר צו שעירן טאלאנט וואס השי"ת האט איהם געגעבן, זאל ער איז מאכן א 'שטיק זיך'. הארציגע שיינע זאכן, אויפן חסידישן געשמאק, מיט פעסטע תוכן.

און נאך איין זאך.. אן קיין חיזוק פאר דורכגעפאלענע-שווערע-יוגנט-מענטשן... (אויב וויל ער דוקא, איין ניגון, זאל זיין, געלט דארף ער דאך מאכן, אבער נישט מער.).

א סעמפל פון א ניגון:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אדער "ניין, דו ביסט גארניש קליין"... אויף מיכאל'ס סידיס
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך בין מודה צו ענדע צדיק אז חיזוק פאר דיפרעסטע פעהלט נישט אויס, אבער א ניגון ווי ברכת כהנים וואלט איך געוואלט זעהן מער ווי איינס, ווי אויך צוויי דריי מיט אביסעל הומאר.

צווייטעס, ניגונים וואס מ'זאל קענען נאכזינגען אויף ממקומך אדער אריין פאסען צו מנוחה ושמחה, כנלע"ד.

די גראמען חלק לאז איך פאר עם....
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

שקויעך פאר די פיינע נייעס, יעך האב זעהר ליב זיין שטומע או זיין הארציגע וועג פון זינגען. סיז דא עפעס א קעמפ סידי וואס ער זינגט דארט איך האבעס געהערט און געהערט און געהערט און נאכדעם איבער געהערט.
אוועטאר
א גוט מארגן
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:35 pm
לאקאציע: אויפן האריזאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט מארגן »

ערעב וויכי אפשר זאגט מען שוין ווען ער קומט ארויס איך שוין כמעט נישט שלאפן
אודה לקל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גוט מארגן האט געשריבן:ערעב וויכי אפשר זאגט מען שוין ווען ער קומט ארויס איך שוין כמעט נישט שלאפן

אויף קל מבשר זאגט ער אז ער האפט ס'זאל שוין זיין אין געשעפט אין עטליכע וואכען
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ערעב וויכי, שכוח פאר דיין אפהאנדלונג

"
אוי ויזכו לבנות בית נאמן, בית נאמן בישראל... א בית נאמן אן פראבלעמען, א בית נאמן בישראל... אוי האטעס
געבאכעט! דורות ישרים ומבורכים, דורות ישרים
ומבורכים, מיר בעטן איין זאך... אויף אלע חתונות
האפקעט מען נאך היינט אויף דעם!
"

זאג מיר נישט אז דעס זענען מאטיס ניגונים. שטומט נישט מיט די יארן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ויזכו לבנות האט ער דאכצעמיר קאמפאוזד אויף זיין אייגענע חתונה.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

ווי קען מען פארגעסן זיין סאמע ערשטע ניגון מיט וואס ער האט זיך אויפגעריסן אויף אן אלבוים, דער ניגון "יענער", אויף שמעלצער'ס פשוט'ע איד אלבוים. ס'איז געווען א חידוש נפלא, מבהיל הרעיון בעולם הנגוני..
אוועטאר
לייבוש'ל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבוש'ל »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:קען מיר קוים ווארטן,
מ'קען צוגיין פון זיינע אידישע ניגונים כ'האף אז דער סידי וועט זיין אלע אידישע ניגונים
מיט א שמייכעל און גוט ווארט.
אייזקרים
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזקרים »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ויזכו לבנות האט ער דאכצעמיר קאמפאוזד אויף זיין אייגענע חתונה.

ער האט נישט קאמפאזירט דעם ניגון ספעציעל פאר זיין חתונה דער ניגון האט ער שוין געמאכט פון פארדעם נאר ביי זיין חתונה האט ער ארויס געגעבן אביסל פון זיינע שטאף פון די יארן האט ער אויך אפגעזינגען דעם ניגון וואס איז פאסיג פאר א חתונה
אוועטאר
לייבוש'ל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבוש'ל »

מאטי האט געטוויטערט אז מ'קען שיקען אינטערסאנטע און יוניק איידיעס פאר ניגונים.
צו דעם אימעיל :

[email protected]
מיט א שמייכעל און גוט ווארט.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

לייבוש'ל האט געשריבן:מאטי האט געטוויטערט אז מ'קען שיקען אינטערסאנטע און יוניק איידיעס פאר ניגונים.
צו דעם אימעיל :

[email protected]

וואס הייסט? ער האט נאך נישט אלע ניגונים?
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”