בלאט 1 פון 2

פארשלאגע: אוצר הניגונים

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 10:40 am
דורך מיללער
אזוי ווי דער אוצר הספרים פארשלאגע האט ב"ה געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטען, ווייסט איר דאך, דער אפעטיט קומט מיט'ן עסן, איך זעה חדשים לבקרים אויף פארשידענע וואונקלען פונעם קרעטשמע שפראצן ארויף ניגונים פון אלע סארטן אן קיין שום סדר למשנה.

האו עבאוט ס'זאל זיך מנדב זיין איינער-צוויי און מאכן אזא "אוצר" וואו אלע ניגונים זאלן ליגן אזוי שיין מסודר לויט די מזמרים/מחברים אדער עפ"י סדר השנה איי דאונט נאו באט סאמטינג ארגענייזד, יו נוא וואט איי מיען.

איי וועלן דאך אלע פינגערס צילן צו מיר לאמר אזוי צו זאגן, קריינא דאיגרתא איהי ליהוי נישט שלאג פאר טוה צו דער זאך, איז אבער די מעשה אז איך האב כלל נישט אזא געפיל צו נגינה און איך בין נישט דער פאסיגער קאנדידאט דערויף, האועווער, איך גלייך א סדר און כ'מיין אז ס'וועט אסאך צוגעבן צום חן הקרעטשמע.

(סאכדעס, ערלעדיג מיר א סקר פליז טו גאו, ווארף שוין אריין א פרענק מיט א קאלע, טענקס. האו מאטש איז איט? דיס איז יור טיפ ענדזשוי איט)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 10:55 am
דורך 3x0
איך האלט נישט דערפון, ווייל רוב ניגונים וואס מען ברענגט אהער, ברענגט מען דורך יוסענדאיט, און די לינקס עקספייערן נאך זיבן טעג. דארפסטו דען א ליידיגע אוצר?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 11:00 am
דורך מיללער
טריאו, כ'קען מיך נישט אויס דערמיט האב איך טאקע נישט געוואוסט פון די עקספיירעשאן דעיטס אויף דאשיקעס, (קרעדיט לאזונגען פון טאג) הייסט דאס אז ס'אזוי ס'מילך וואס איז גוט ביז'ן טוג דערנאך שטינקט עס.

איז נישט פארהאן א מער פערמענאנטע וועג מהנה תו זיין ס'עולם המנגנים אזוי ווי 'צופר' עטס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 11:30 am
דורך 9/11/01
WWW.JEWISHBROADCAST.COM

האסטו לייוו מיזוק 24 Hours

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:03 pm
דורך Jewboy
http://www.toker.co.il/

כנ"ל 9/11/01

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:18 pm
דורך 3x0
יישר דזשובוי פאר די טוקר סייט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:25 pm
דורך צייטליך
מיללער, נאר יונתן שווארץ זאל נישט געוויאויר ווערן פון דער אוצר וואס די ווילסט דא מאכן,

למען האמת, אזא זאך דארף זיין אויסגעהאלטן, נייע טעיפס טארן לדעתי נישט ארויפגעלייגט ווערן, אלס דעם איסור השגת גבול, אלטע ממילא, קיינער קויפט עס שוין נישט, אין געשעפט קאסט עס שוין נאר 2.99 ($..) אבער גאר נייע טעיפ'ס, וואס דאס מאכט אז דורך דעם זאל מען זיך עס צוריק האלטן פון קויפן טארן נישט ארויפגעלייגט ווערן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:45 pm
דורך סאכדעס
דער טאקער באקער שרייבט בזה"ל: ברוכים הבאים לרדיו של מנחם טוקר

כאן תוכלו להאזין ולהנות מהמוסיקה החסידית הכי טובה ברשת


האזנה נעימה!

עד כאן לשונו.

יאך האב קיין חסידישע מוזיק דארט נישט געהערט...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 12:50 pm
דורך 3x0
סאכדעס האט געשריבן:דער טאקער באקער שרייבט בזה"ל: ברוכים הבאים לרדיו של מנחם טוקר

כאן תוכלו להאזין ולהנות מהמוסיקה החסידית הכי טובה ברשת


האזנה נעימה!

עד כאן לשונו.

יאך האב קיין חסידישע מוזיק דארט נישט געהערט...

קליק אויף די רעכטע זייט אויף 'מוסיקה אונליין'. אדער קליק דא.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 2:17 pm
דורך יאנאש
שכוח קעניג פאר די לינק, מיין גאנצע שטאק האט הנאה דערפון.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 2:31 pm
דורך סאכדעס
טריאו, כ'בעט דיך איבער אז דו האסט אזוי שווער געארבייט, אבער נישט פון דעם האבעך גערעדט. כאגעזאגט אז קיין 'חסידישע' מוזיק האט ער נישט, כ'ווייס נישט וויאזוי צו רופן זיינע ניגונים, חסידיש נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 2:34 pm
דורך 3x0
עס איז נישט געווען אזוי שווער ווי דו מאכסט עס, אבער נאכן דריקן שלח האב איך געכאפט וואס דו האסט געמיינט. פון ווי ווייסטו פון וועלעכע חסידידות ער רעדט?...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 3:17 pm
דורך מיללער
צייטליך האט געשריבן:מיללער, נאר יונתן שווארץ זאל נישט געוויאויר ווערן פון דער אוצר וואס די ווילסט דא מאכן,

למען האמת, אזא זאך דארף זיין אויסגעהאלטן, נייע טעיפס טארן לדעתי נישט ארויפגעלייגט ווערן, אלס דעם איסור השגת גבול, אלטע ממילא, קיינער קויפט עס שוין נישט, אין געשעפט קאסט עס שוין נאר 2.99 ($..) אבער גאר נייע טעיפ'ס, וואס דאס מאכט אז דורך דעם זאל מען זיך עס צוריק האלטן פון קויפן טארן נישט ארויפגעלייגט ווערן.

איך עגרי מיט דיר אז מ'דארף זייער אבאכט געבן אויף השגת גבול, ס'בלייבט אבער גענוג וואס צו לייגן למשל יו"ט ערליך, קארליבאך, חזנות וכדו'.

נא ווי האלט עס מיט'ן אוצר, ס'שוין דא עפעס קאנדידאטן?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 3:59 pm
דורך יעקב אלי בראך
משפחת יו"ט ערליך, פארקויפט יעצט פאר $99.00 א MP3 ניגונים וואס זיי האבן ביטער שווער געארבעט קלאר צו מאכן.

לאז זיי מאכן דאס געלט, קומט זיך זיי.

מ'קען זיך נעמען צו חזנות.

אויב איינער פרעגט מיר, איך חליש צו האבן א פשוטן טעיפ פון די תפלות פון די הייליגע טעג, א פלעינעם חסידישן בעל תפלה, אויב איינער האט, ביטע ארויפשטעלן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:11 pm
דורך צייטליך
דאס באלאנגט שוין אונעם "מידי שבת בשבתו" פארום.

אפשר העמער באלד עפעס לייגן, כ'דענק אז עפעס דארף איך צו האבן,

זאג, מאיר ברוך קאהן איז גוט ? (איך דארף נישט דיין אקעי דערפאר, כ'פרעג נאר למראות העין..)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:16 pm
דורך יעקב אלי בראך
איך ווייס נישט ווער דאס איז, דער עיקר, ס'זאל זיין ווארים און חסידיש.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:28 pm
דורך סאכדעס
האט מיר פריער איינער אריינגעשיקט א גוט'ס וואס החזן הרב מאיר ברוך קאהן שליט"א לייגט אראפ אום ראש השנה, כ'על עס באלד ארויסשטעלן לרוות הצמאים לחסידות.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:29 pm
דורך סאכדעס
נאט אייך

כ'ווייס נישט ווער ס'האט עס אפגעכאפט, אבער ס'קוקט אויס ווי בעצם ראש השנה.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:41 pm
דורך יעקב אלי בראך
מ'קען נישט שרייבן אזא זאך, ווילאנג מ'ווייסט נישט פאר א פאקט אז ס'איז אזוי געווען.

על פי האמוד ביסטו גערעכט, די שמות, די ווידערקול צייגט אויף וואס דו זאגסט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:42 pm
דורך סאכדעס
קוק דארט ביי די חזנות זאגט ער נישט איבער קיין ווערטער וואס ארגינעל קומט עס צו זאגן עטליכע מאל...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:43 pm
דורך יעקב אלי בראך
יאפס, דער עולם זינגט מיט, אבער אלעס איז על פי האמוד

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:46 pm
דורך צייטליך
סאכדעס, א ריזיגען יישר כח,

הערליך!! הארציג!!! ווארעם!!

א שיינעם דאנק.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:53 pm
דורך יעקב אלי בראך
סאכדעס, נאכן זיך באדאנקן אין גוגל, באדאנק איך דיר דא נאכמאל, אויסטערליש גוט!! איי דאס הארץ בענקט צו יענע הייליגע מינוטין

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:57 pm
דורך צייטליך
יעקב אלי', כ'ווייס אבער יא פאר א פאקט אז מען האט דאס אפגעכאפט אום ראש השנה, פארשטייט זיך מיט א געהעריגן היתר.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 5:01 pm
דורך סאכדעס
כמעט ווי דער היתר מאה רבנים פון סעלקא'ס שפיגל....