געוואלד!!! ווער קען דעם ניגון?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

געוואלד!!! ווער קען דעם ניגון?

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:26 am

לעצטנס בינעך געווען ביי א שמחה פון א באקאנטען, די עסן איז געווען א מחי', די דרשות נאך בעסער, דער עולם האט זיך באלעקט די פינגער. אבער דאס בעסטע פון אלעם איז געווען יונתן שווארץ, ער איז געווען דארט ווי דער טשערמאן, פשוט אונטערגעהאלטן דעם עולם, פארן עסן, נאכן עסן, אינמיטן עסן, פאר די דרשות, נאך די דרשות. הקיצור די גאנצע צייט מער ווייניגער איז ער געשטאנען דארט ביים מייקראפאן און אויסגערופן דעם און יענעם, שכויעח פאר דעם פעטער, און נאך א גרעסערן פאר די מומע. און אויסגערעכנט כמעט אלע מתנות וואס מען האט דארט באקומען, און פונקטליך וואס מען גייט טאן דערמיט. ער איז געווען עי-וואן. דער עולם האט פארגעסן אז די זייגער רוקט זיך, און מען האט זיך געמיטליך פארברענגט.

אלעס האט זיך אבער גע'ענדיגט, און ספאנטאן אפגעשטעלט, ווען ר' יונתן האט גענומען דעם מייק אין די הענט (צום זיבן און זיבעציג'סטן מאל), און שטיל געמאכט דעם עולם, אז יעצט גייט ער זינגען א ניגון וואס גייט זיין אויף זיין נעקסטע טעיפ, און ער בעט דעם עולם מען זאל אויסהערן.

ער האט זיך גענומען זינגען א ניגון אויף יודיש, אויף דעם טאן פון "מודה אני לפניך" פון רגש, די טעמע פון דער ניגון איז געווען אז די נשמה איז תחת כסא הכבוד און וויל נישט אראפקומען אויף דער וועלט ווייל ס'יז פול מיט נסיונות און ער וועט נאר צוריק קומען פארשמירט, די נשמה וויל בעסער בלייבן אויבן און נהנה זיין מזיו השכינה. אבער דער באשעפער איז מסביר די נשמה דעם גרויסן זכות פון זיין אויף די וועלט און מקיים זיין מצוות און מען קומט גאר צוריק פיל שענער און בעסער, און נאכדעם איז מען הערשט נהנה מזיו השכינה. און די נשמה נאכן הערן די הערליכע הסברים, וויל שוין אראפקומען אויף די וועלט און מקיים זיין תורה און מצוות.

דער ניגון איז עפעס מורא'דיג און געוואלדיג. דער יונתן האט פשוט אריינגעפירט דעם עולם אין אזא עקסטאז אז מען האט פארגעסן אז מען עקזיסטירט. ווען ער האט געהאלטן אין די שפעטער פאזעס פון די ניגונים האט שוין דער גאנצער עולם מיט געברימט מיטן ניגון און מיטגעקלאפט מיט די הענט און פיס. אבער ווען ער איז אנגעקומען צום סוף, און ער האט צוגע'ענדיגט מיט "שהחזרת בי, בי נשמתי, נשמתי בחמלה, רבה אמונתיך" איז דער עולם ארויס פון די כלים, און מען האט זיך גענומען מיטזינגען אויף די העכסטע טענער, און פאר די קומענדיגע צען פופצן מינוט האט דער גאנצער עולם געזינגען צוזאמען מודה אני, אזש ס'יז געגאנגען א רויעך אויף כויעח.

אצינד רבותי, ס'אט מיר גאנץ ווייניג געשמעקט אבער נאכן ווארטן בכליון עניים אפאר חדשים אויף דעם קומענדיגן טעיפ, און זע'ענדיג אז ס'קומט נאך נישט אן, האבעך אנגערופן ר' יונתן'ען און עם געפרעגט, "טייערע יוינעסן זיסער" (געדענקט איר נאך שלוימע'ן פון על נהרות בבל), זאג מיר ווען קומט שוין ארויס דער נייער טעיפ, און לדאבוני הגדול לאזט ער מיר וויסן אז כ'על נאך דארפן ווארטן א שפאר ביסל צייט, אבער אני הקטן והדל, האב שוין געפייגערט צו הערן דעם ניגון וועלכער האט מיך כמעט אראפגעפירט פון זינען האבעך מיט בושות אנגערופן דעם בעל שמחה און געבעטן א קאפי פון א טעיפ פון דעם שמחה, נו איך ווייס נישט צו ער האט נישט, צו ער וויל מיר נישט געבן, אבער ס'יז שוין ווידער אפאר חדשים, און דעם טעיפ האבעך נישט, און פון טאג צו טאג פיל איך אז די כוחות לאזן זעך מיר אויס, "איך מוז הערן דעם ניגון".

נא, בלית ברירה, נאך א טעלעפאן צו ר' יונתן, (ער האט זיך שוין גערעגט, וויפיל מאל איז דער שיעור רופן וועגן איין ניגון, נו, כ'אב עם געזאגט אז ער קאן עס צויאגן וועלעך שוין מער נישט משוגע מאכן וועגן דעם ניגון), עניוועי, דער יונתן האט מיר מגלה געווען אז ער האט דאס שוין געזונגען ביי אסאך שמחות. נו, זאגט מיר ר' יונתן, ס'יז דער אזוי וויכטיג, פויל דיך נישט און הייב אן זיך נאכפרעגן ווי מען קען פארשאפן א טעיפ פון עפעס א שמחה ווי ער זינגט דעם ניגון.

רבותי, געוואלד!!!!!!!!!!!!, איך האלט פשוט נישט אויס, איך פיל אז כ'על עס נישט איבער טראגן צו לאנג איך בעט ברחמים ובתחנונים, ווער עס ווייסט ווי מען קען הערן דעם ניגון, אדער ווי מען קען פארשאפן די ווערטער, וועלעך עם דאנקבאר זיין פאר פילע יארן.

נו, טייערע קאלעגע קרעטשמעריסטן העלפט מיר ארויס.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:24 am

איך האב דעם ניגון, קליק מיך אין אישית.

איך הייב עס יעצט אן ארויפצולייגן אויף YOUSENDIT, וועסט עס באלד האבן

אוועטאר
9/11/01
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2007 12:05 pm
לאקאציע: אין קאר סיט

תגובהדורך 9/11/01 » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:38 am

אז די האסט עס שוין יא זיי שוין מהנה דעם עולם איינוועגס

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:06 pm

רבותי, העלפט מיר קוועליע הייסט מיר עם קליקן אין אישית, כ'בין נאך ניי דא כ'ווייס נישט וויזוי מען טוט דאס, אפשר וויל מיר איינער אזוי גוט זיין און ארויסהעלפן, כי נפשי תערוג אל הניגון.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:15 pm

געב א קליק דארט ווי די רויטע עראו צייכענט אן, די באקס וואס איז ארימגענימען מיט א רויטע קעסטעל, און שרייב אום אריין אזוי ווי ווען די שיקסט אן אימעיל, דערנאך דרוק "שלח"
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (17.15 KiB) געזעהן 4016 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
9/11/01
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2007 12:05 pm
לאקאציע: אין קאר סיט

תגובהדורך 9/11/01 » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:19 pm

נאכאמאל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אז די האסט עס שוין יא זיי שוין מהנה דעם עולם איינוועגס!!!!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:21 pm

שכוח צייטליך.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:25 pm

הארכט אויס, כ'אב איצט גערעדט פערזענליך מיט ק'וועליען און איהם געפרעגט, נו??? האט ער מיר געבעטן כ'זאל איבערגעבן דעם ציבור: דער עולם זאל זיך האלטן רואיג עס וועט אנקומען, ער האט נישט פארגעסן פון אונז... אבער מ'מוז אויסווארטן, עס וועט נישט העלפן קיין דרוק....

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:29 pm

נונו, אברירה האט מען, מען וועט ווארטן, מיט א איינגעהאלטענעם אטעם, כאטש ס'יז שווער, אבער וואס טוט מען דען נישט פארן אייבירשטן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:30 pm

טהור כאדיר געשיקט אן הודעה פרטי, טשעק עס אויס...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:36 pm

דאכט זיך אז ר' יונתן האט אמאל געזונגען דעם ניגון ביי א גמ"ח הצלה דינער אין קעי-דזשעי. אויב יעקב אלי' וועט איינשלאפן, וועל איך פרובירן עס צו פארשאפן.
An article a day keeps the babies away

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:40 pm

מיינסט צו זאגען אויב יעקב אלי' וועט זיך נישט אויפוועקן, וועסטו עס פראבירען צו פארשאפן...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:19 pm

סאמטינג לייק דעט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:30 pm

איך וויל נישט מען זאל מיינן אז איך ווארט נישט, רבותי איך ווארט אויך.
יעקב איל' אדער מאשקע, א פערזענליכער רוף צונייך, רופט אייך אן ווארעם.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 6:30 pm

ביזדערווייל דער עולם זיצט און ווארט אויף דעם ניגון, וועל איך א דאנק טאן דעם טהור-עינים פאר די שיינע ארטיקל איבערן ניגון!

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 9:28 am

עטס זיטץ אדער עטס שטייטס? נישט גוטע נייעס. וויפיל כ'האב געזוכט אין מיין גרויסען אלבוים, קען איך עס נישט טרעפן, כאטש איך געדענק אז איך האב עס געהערט ביי מיין קאמפיוטער.

אי"ה אויב איך טרעף עס, וועט עס ארויפגיין. זייטס מיר מוחל פארן אייך אנציען.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 11:08 am

געטראפן

חברה! ביז 20 מינוט, איז די ניגון דא. ס'גייט יעצט ארויף אויף YOUSENDIT

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 11:12 am

בשעת'ן פאטרן, קען איך מעלדן, איך הער יעצט דעם ניגון, טהור; דו האסט ווייניג געשריבן, ס'איז מוראדיג.

די טעיפ איז "פנימי", ס'מיינט, אז זיי געבן עס נישט ארויס, אבער ווי פארשטענדליך באקום איך, יעקב אלי', אלעס וואס איך בעט, איך בין דאך נאך אלעם דער שר האופים אינעם שטעטל (חאחא, ווער געדענקט נאך?... ), דא אין קרעטשמע כולנו בני איש אחד נחנו, וועט מען עס ארויסגעבן. באט, ביטע נישט פויקן אין אנדערע סייטס דערוועגן.

ורוח הקודש מתמה ואומר: הא? וואס זאגסטו יעקב אלי'? דו וועסט זיך נאך איבערצייגן ביז 8 שעה וויפיל מענטשן ס'דרייען זיך אין קרעטשמע..

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 11:14 am

58%, אזוי האלטס עס יעצט.

גארנישט, זאל זיך די מנהל יעצט ברעכן קאפ, און אריינגיין אין מיין "פרופייל" אין טוישן מיין מספר ההודעות...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:23 pm

איז די ניגון ארויף און צירוק אראפ?
אדער וואס גייט פאר?
האסט אפשר פראבלעמען וויזאוי (האסט באממערקט...?) עס ארויפצולייגן?
זאל איך נאך אלץ זיצען און ריפרעשען די פעידזש שוין צום ווייסעך וויפילטען מאל?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:38 pm

כ'בין אויך נייגעריג וואס ס'איז געווארן, אבער דערווייל זאג איך גארנישט. קען זיין אז צוליב'ן קאלטן וועטער האט זיין קאמפיוטער געפרוירן. ניתי ספר, העמיר זיצן געדולדיג, ונחזי, און מ'העמער ווארטן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 1:04 pm

איך ווארט שוין אויך מיט ווייניג געדולד, ווי זאגט מאשקע? ניתי ספר ונחזי, העמער ווארטן..

מאשקע, ביסטאך אזוי גוט, זאג, די האסט א שמחה ואורה סידור ? פון ווי דען נעמסטו דיינע פירוש המילות ??
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 1:09 pm

האלאו, איך זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט איך זאל ברענגען א שמחה ואורה סידור יעצט... ס'וועט זיך נעמען פליסן טייטשן, אזש ס'וועט גיין א רויך און א פייער-אפפער...
An article a day keeps the babies away

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 1:30 pm

איך הייב שוין אן צו ווערן אומגעדולדיג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 1:50 pm

נאך שווערע אימערמידליכע לאנגע ארבעט, האמיר ענדליך דערווישט דעם ק'וועליען באהאלטן דעם אזוי געגארטן ניגון.

דא האט איר עס מיטן פולסטן קנאק די נשמה'לע


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט