"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

חחח דער רבי האט נישט געלאכט?
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

And.........finally it's here

שרייבנדיג די שורות זענען די געפילן איבערגענומען פון התרגשות צוריקערנדיג זיך פונעם לאנגן רייזע קיין ווארשע דארטן אין באראק צוזאמען מיט אונזער ר'טובי, דודי און אלע אנדערע צובראכענע יודן מאחינו בני ישראל וואס זענען נעבעך געפייניגט און געשמיסן געווארן דורך די אכזוריתדיגע דייטשן ימח שמם וזכרם


יעצט צוריקקונקדיג אויף יענע שווערע מינוטן דאס ציטער און שרעק וואס אונז האמיר אלע מיטגעלעבט ווערט פארבלייבן א טייל פון אונזער לעבן און וועט פארנעמען גאנצע בלעטער אין יודישע היסטאריע אויף אייביג.......

לאמיר זיך צאמנעמען און זיך האלטן שטארק און קיינמאל נישט פארגעסן פון די שווערע מינוטן פון די יסורים, פון די קלעפ, פון די הונגער, פון די שוידערליכע פיינוגונגען וואס אונזערע זיידעס און באבעס זענען דורכגעגאנגען און לאמיר דאס האלטן פאר אונזערע אויגן אלעמאל...

און אוודאי נישט לאזן אונזערע קינדער פארגעסן פון די רשעות און רציחות וואס די נאציס ימח שמם האבן געטוהן צו אונזערע עלטערן.....

לאמיר דאס פאראייביגן למען ידעו דורותיכם והגדת לבנך און ווייזן פאר די קינדער קוקטס וויאזוי עס האט אויסגעזעהן א טאג טעגליכן "לעבן" אויפן שוועל פון טויט, צווישן זיך און די רויעך פון די קרעמעטורימס......

א פינסטערע נאכט אין ווארשע יעצט דא צו באקומען אין אלע געשעפטן
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

AD
אטעטשמענטס
photo_2015-12-11_08-47-58.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפה לישועה »

איך האב לעצטענס געזעהן די dvd
די פלעי איז זייער שיין אבער ס'העט מיך זייער געבאדערט אז די מעשה שטימט נישט מיט די היסטארישע פאקטן.
למשל-
1. די נאצי'ס האבן אויסגעליידיגט די פוילישע געטאס פון יודן אין זיי אלע געשיקט צו די לאגער / צום טויט ערשט אין יארן 1942-1943,
וואו עס איז באוואוסט האבן זיי ערשט צושטיפט אלע יודן אין געטאס, ווייל זיי האבן געמיינט אז די יודן וועלן דארט אויסגיין פון זיך אליין, ערשט 1942 אין וואנזע האבן זיי באשלוסן צו אויסהרגענען די יודן דארך גז אין אלעמען אריין געפירט אין די לאגערס.
2. מען האט געזיגלט די הענט נאר אין אושוויץ, וואו מען האט אנגעהויבן שיקן יודן נאר ארום 1942 און שפעטער
3. פון אושוויץ האט מען נישט געקענט אנטלויפן (נאר 2 מענטשן איז געלונגען צו אנטלויפן מיט די באקאנטע מעשה) אזוי אויך פון קיין שום לאגער זענען נישט אנטלויפן אזא גרויסע גרופע יודן.
4. לויט דאס אלעס פון אויבן, האט געפאסט ס'זאל קודם אנקומען די סצענע אין די בונקער אין ערשט נאכדעם די לאגער
5. ווען מען האט געשיקט לינקס אדער רעכטס איז געווען זייער פאני, סיי אז מען האט צוריק געטראגן די לינקע צו די באן, אין סיי די גאנצע איפזאדע האט נישט אויסגעקוקט צו עכט.
און נאך....

אויסער דעם די פראפס אין די קאסטומס איז געווען ממש עכט אין שיין
אויך די עקטערס האבן רוב געעקט זייער שיין

ס'האט אויך אויסגעפעלט איין עקטער וואס מען זאל זיך צובינדן צו אים
אבער שוין

די עיקר האט מיר געשטערט אז עס האט נישט געשטימט מיט געשיכטע,
ווען מען בויעט אויף א מעשה אויף א היסטארישע געשעעניש וואס האט זיך געצויגן קוים 6 יאר
וואלט איך ערווארט מען זאל מער נאכקוקן און אפלערנען גוט די געשיכטע
(נישט אז ביי אנדערע פלעיס שטימט יא אלעס, אבער ווען מען נעמט א היסטארישע תקופה ווי די קאנטאניסטישע צייטן איז דאס א תקופה וואס האט זיך געצויגן איבער הונדערט יאר, אין נאך מער, עס איז נישט פונקטליך אפגעשריבן די צייט וואס עס איז געווען, סא אויב ס'שטימט נישט הונדערט פראצענט, איטס אוקיי, אבער די צווייטע וועלטס קריג איז א לעצטיגע געשעעניש וואס עס איז אפגעשריבן וויאזוי עס איז געווען און סאיז אויך נאר אפאר יאר, וואלט איך ערווארט די מעשה זאל מער שטימן.)
לעצט פארראכטן דורך מצפה לישועה אום מיטוואך פעברואר 10, 2016 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישועת השם כהרף עין
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מצפה לישועה האט געשריבן:
די עיקר האט מיר געשטערט אז עס האט נישט געשטימט מיט געשיכטע,
ווען מען בויעט אויף א מעשה אויף א היסטארישע געשעעניש וואס האט זיך געצויגן קוים 6 יאר
וואלט איך ערווארט מען זאל מער נאכקוקן און אפלערנען גוט די געשיכטע
(נישט אז ביי אנדערע פלעיס שטימט יא אלעס, אבער ווען מען נעמט א היסטארישע תקופה ווי די קומוניסטישע צייטן איז דאס א תקופה וואס האט זיך געצויגן איבער הונדערט יאר, אין נאך מער, עס איז נישט פונקטליך אפגעשריבן די צייט וואס עס איז געווען, סא אויב ס'שטימט נישט הונדערט פראצענט, איטס אוקיי, אבער די צווייטע וועלטס קריג איז א לעצטיגע געשעעניש וואס עס איז אפגעשריבן וויאזוי עס איז געווען און סאיז אויך נאר אפאר יאר, וואלט איך ערווארט די מעשה זאל מער שטימן.)



ווען מען שרייבט עפעס אויף אייוועלט וואלט ערווארט צו זען אויב עס שטימט מיט דעם היסטאריע,
מילא אויב מען רעט וועגן די איקוואזיציע וואס איז געווען אלאנגע צייט צוריק אבער קומינסטעשע רעדשים איז געועען לעצטיגע געשעניש

דער קומינסטישע צייט האט ניט געצויגען איבער הונדרעט יאר
קומינסטישע צייט האט אנגעהויבן אין תרע"ט לערך ווייניקער הונטרעט יאר צוריק
און אין תש"נ העכער 25 יאר צוריק האט עס גענדיקט
אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפה לישועה »

אנטשולדיגט איך האב געמאכט א אטעות מיט די קאנטאניסטן,
וואס די אונטערן האבן געשפילט פאריגע מאל
דאס האט זיך געצויגן קרוב צו הונדערט יאר
ישועת השם כהרף עין
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מצפה, איר האט דורכגעליינט דעם אשכול און פשוט אפגעשריבן די סך הכל פון די טענות דאהי?
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

למעלה משבעים האט געשריבן:מצפה, איר האט דורכגעליינט דעם אשכול און פשוט אפגעשריבן די סך הכל פון די טענות דאהי?

איך מיין מ' קען צולייגן דאס ווארט קריטיק צו אלו דברים שאין להם שיעור...
דאס איז די נאטור פון מענטשן מ'זעהט א שיינע זאך העט מען גראד האבן אן הערה וויאזוי עס וואלט געווען 'סאך בעסער' אבער ס'איז נאר אזוי! מהכי תיסי! ווי קום איך דא אריין מיט מיינע קאמענטס? ווער וועט קוקן אויף מיין זייט אז איך זאג אז ס'איז 'פלעין שיין'
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

מצפה לישועה האט געשריבן:איך האב לעצטענס געזעהן די dvd
די פלעי איז זייער שיין אבער ס'העט מיך זייער געבאדערט אז די מעשה שטימט נישט מיט די היסטארישע פאקטן.
למשל-
1. די נאצי'ס האבן אויסגעליידיגט די פוילישע געטאס פון יודן אין זיי אלע געשיקט צו די לאגער / צום טויט ערשט אין יארן 1942-1943,

נו? וואס איז די פראבלעם דאס אז מ'האט נישט דעדיקעידעט א גאנצע צענע סטריקלי פאר די געטא? אדער מיינטסטו די טיימינג שטימט נישט? אה דאס, איך הער,

וואו עס איז באוואוסט האבן זיי ערשט צושטיפט אלע יודן אין געטאס, ווייל זיי האבן געמיינט אז די יודן וועלן דארט אויסגיין פון זיך אליין, ערשט 1942 אין וואנזע האבן זיי באשלוסן צו אויסהרגענען די יודן דארך גז אין אלעמען אריין געפירט אין די לאגערס.
2. מען האט געזיגלט די הענט נאר אין אושוויץ, וואו מען האט אנגעהויבן שיקן יודן נאר ארום 1942 און שפעטער
3. פון אושוויץ האט מען נישט געקענט אנטלויפן (נאר 2 מענטשן איז געלונגען צו אנטלויפן מיט די באקאנטע מעשה) אזוי אויך פון קיין שום לאגער זענען נישט אנטלויפן אזא גרויסע גרופע יודן.

פארדעם איז די לאגער נישט אין אוישוויץ, נאר "סטישינע ארבעטס לאגער" אויב האט איר פארפאסט צו קוקן אינעם ביכל, אבער איך עגרי מיט אייך אויף די אלע אנדערע קלייניקייטן וואס זענען נישט געווען 100% קראנט, עס האט זיך מער געפילט ווי א נאוועל פון א אקטועלע מציאות וואס איז פארגעקומען אין אונזער היסטאריע ווי איידער א אקטועלע קראנטע געשיכטע,

אגב, נאך א טעות וואס מענטשן האבן געהאט איז געווען (טאקע וועגן די צומישעניש ביים סעלעקציע, און די רעכטס און לינקס האבן נישט אנגעהויבן צו שטימען, די יודן וואס זענען געגאנגען לינקס איז געגאנגען איינער אויפן באן, און א צווייטער ארויס פון די לינקע זייט סטעידזש)
אז ווען מען האט געזעהן דעם וואגאן און די יודן אראפשטייגן, האט די אוידיענס געמיינט אז דאס איז "אוישוויץ" זעהנדיג די וואגאן; די סעלעקציע; די זיגלען נומערן; אבער די סין איז געווען אין לאדזש, צו זיין קלאר איך האלט אז עס וואלט זיכער געפאסט אז מ' זאל פארשטעלן די זעלבע זאכן אין אוישוויץ, איך זעה אז רוב עולם האט ניטאמאל צאמגעשטעלט אז די ווארשע טראנספארט איז נישט גראד אנגעקומען אין אוישוויץ זיי זענען צוטיילט געווארן ביים סעלעקציע "אין לאדזש" (נאכאמאל לויט שלמה פערל, דאס שטימט מער מיט די מציאות??? דאס דארפן די היסטאריקער ענטפערן.

4. לויט דאס אלעס פון אויבן, האט געפאסט ס'זאל קודם אנקומען די סצענע אין די בונקער אין ערשט נאכדעם די לאגער
5. ווען מען האט געשיקט לינקס אדער רעכטס איז געווען זייער פאני, סיי אז מען האט צוריק געטראגן די לינקע צו די באן, אין סיי די גאנצע איפזאדע האט נישט אויסגעקוקט צו עכט.
און נאך....

אויסער דעם די פראפס אין די קאסטומס איז געווען ממש עכט אין שיין
אויך די עקטערס האבן רוב געעקט זייער שיין

I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפה לישועה »

למעלה איו ריטער,
האט איר איבער געליינט וואס איך האב געשריבן?
איך האב נישט אווקע געמאכט קיין איין חלק פון די פלעי,
נאר ארויף געברענגט איין פוינט וואס איך מיין אז קיינער האט נישט גערעדט דערוועגן,
און ס'פאסט זיך מען זאל מער צולייגן קאפ דערוועגן ווען מען קאמפלעצירט א פלעי.
קענט איר מיר וויזן וואו האט מען גערעדט אויף די נקודה?


נאר וואס,
דאכט זיך אז דא אין אייוועלט קוקט מען ווי לאנג די בערד פון די ניק איז,
און לויט דעם דעסיידט מען אויב אוועק צומאכן וואס ער זאגט, צו נישט...
ישועת השם כהרף עין
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

מצפה לישועה האט געשריבן:למעלה איו ריטער,
האט איר איבער געליינט וואס איך האב געשריבן?
איך האב נישט אווקע געמאכט קיין איין חלק פון די פלעי,
נאר ארויף געברענגט איין פוינט וואס איך מיין אז קיינער האט נישט גערעדט דערוועגן,
און ס'פאסט זיך מען זאל מער צולייגן קאפ דערוועגן ווען מען קאמפלעצירט א פלעי.
קענט איר מיר וויזן וואו האט מען גערעדט אויף די נקודה?


נאר וואס,
דאכט זיך אז דא אין אייוועלט קוקט מען ווי לאנג די בערד פון די ניק איז,
און לויט דעם דעסיידט מען אויב אוועק צומאכן וואס ער זאגט, צו נישט...


מצפה. די האסט נישט פארשטאנען וואס למעלה האט דיר געזאגט . נישט אז די די רעדטס נישט צום זאך חס וחלליה נאר די קייסט איבער וואס די עולם האט שוין דארט מעלה גרה געוועהן איבער און איבער האסט גארנישט צוגעלייגט !

האב נישט מורא צו זאגען וואס די האלסט. ווען א קרעמעל שמועסט און מוויל זשוינען פרעגט מען וואס איז די נושא(אדער פרעגט מען נישט) און מחזרט נישט איבער אלטע זאכען
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

מצפה לישועה האט געשריבן:למעלה איו ריטער,
האט איר איבער געליינט וואס איך האב געשריבן?
איך האב נישט אווקע געמאכט קיין איין חלק פון די פלעי,
נאר ארויף געברענגט איין פוינט וואס איך מיין אז קיינער האט נישט גערעדט דערוועגן,
און ס'פאסט זיך מען זאל מער צולייגן קאפ דערוועגן ווען מען קאמפלעצירט א פלעי.
קענט איר מיר וויזן וואו האט מען גערעדט אויף די נקודה?


נאר וואס,
דאכט זיך אז דא אין אייוועלט קוקט מען ווי לאנג די בערד פון די ניק איז,
און לויט דעם דעסיידט מען אויב אוועק צומאכן וואס ער זאגט, צו נישט...

קיינער האט אייך נישט אוועקגעמאכט און אויך נישט אייערע הערות, פאקערט איר האט ארויסגעברענגט אייער פוינט און איך מיינס, וואס יא, איך האב אייך נאר פאראכטן מיט א קלייניקייט וואס איר האט מעגליך פארזעהן קוקט ביטע איבער דעם ספעציפשע זאך לגבי ווי פנקטליך די לאגער צענע איז פארגעקומען נאכאמאל אפשר וועט איר קלארער ווערן,

אז איר פילט זיך אפפענדעט, קען איך גאאאארנישט טוהן און גראדע צו איר האט א לאנגע בארד צו איר גייט אן בארד איז בכלללללל נישט מיין געשעפט, א אשכול איז געמאכט זיך דורכצושמועסן און ארויסברענגען יעדער איינער וואס ער שפירט פאר וויכטיג אנצומערקן, און מוזט נישט ווערן באליידיגט ווען איינער פרובירט זיך צו פראווען אז ער איז מעגליך גערעכט און איר נישט פארשטייסט?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איך ווייס אז ס'איז שפעט. אבער אזוי ווי איך האף אז איידער די נעקסטע שפיל וועט ספעף איבערליינען דעם אשכול, וויל איך מוסיף זיין אז דאכצעך אין פוילן האט מען נישט גערופן קינדער דודי אדער יוסי און יענקי מיטן יוד צום סוף נאמען. אפשר דודיע אדער דו'טשע.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

Will also add my 2 cents.
The child named yanky, first came on stage with his father, afterwards he explains that he’s a yusem from before the war, and the third time he appears, he says he went to deportation with his mother because his father was sick.
Overall, the actors were awesome, all of them. I don’t know if it’s because of the training or that Mr. perl has a super sense in choosing the right people for actors. That’s why I can’t wait for more from SPAF.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ס'האט גארנישט מיט אויסוועלן עקטארס
נאר שלמה פערל און שאול אייזן זענען אויסטערליש גרויס ווען עס קומט צו טרעינען עקטערס. והא ראי' אז אפילו די עקטערס וואס זענען געוועהן דא און אויך ביי אנדערע, האבן דא געשפילט פיל בעסער
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

I got a message that spaf is preparing a play for' sikes' can anybody confirm?
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

info seeker האט געשריבן:I got a message that spaf is preparing a play for' sikes' can anybody confirm?

העמיר מוזן ווארטן אויף ריטער צו קאנפירמען
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

info seeker האט געשריבן:I got a message that spaf is preparing a play for' sikes' can anybody confirm?

just confirmed that the message has no backing. sorry for even bringing it up
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

פיטום האט געשריבן:
info seeker האט געשריבן:I got a message that spaf is preparing a play for' sikes' can anybody confirm?

העמיר מוזן ווארטן אויף ריטער צו קאנפירמען
אטעטשמענטס
wink1[1].gif
wink1[1].gif (156 Bytes) געזען 5870 מאל
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דא געווען.
אוועטאר
מוזיק ליב האבער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2016 9:32 am
לאקאציע: ערגעץ אין די מוזיק וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק ליב האבער »

דע מה שתשיב האט געשריבן:ענדליך... ענדליך... ענדליך...

די אזוי באליבטע SPAF PRODUCTION קומט צוריק אויף די ארענע...

נאך א לענגערע אפוועזנהייט, קומט די פרייליכע בשורה אז די אזוי-טאלאנטפולע און ערפארענע פרודוסערס שלמה פערל און ארי פרענקל וועלן היי-יאר פסח צושטעלן א מאסיווע פארשטעלונג פאר'ן ברייטן ציבור, וואס וועט ברענגען אן עונג יו"ט פאר די טויזנטער אידן וועלכע זוכן חול-המועד היימישע פלעצער וואו צו גיין פארברענגען מיט די משפחה.
די "ספעף פראדאקשן" זענען באוואוסט פאר זייערע צענדליגער פארשטעלונגען וואס זענען געשפילט געווארן מיט גרויס פראפעסיאנאליזם. זיי האבן שוין אנגעהויבן זייערע שפילן אין יאר תשכ"ו, ווען זיי האבן אהערגעשטעלט א פארשטעלונג "דער יתום" און צוויי יאר שפעטער: "דער רבי און דער בעל עגלה". שפעטער האבן זיי געשפילט:
יוסף שפיל (דריי מאל).
בוסתנאי (צוויי מאל).
שפאנישע אינקוויזיציע (אידיש-ענגליש)
המלאך הגואל
על נהרות בבל
א סליחות נאכט אין קיוב
אלע זייערע פארשטעלונגען זענען געשפילט געווארן גאר שפאנענד, צוציענד, דראמאטיש און הערליך שיין אראפגעשפילט ליגן נאך ביי יעדן אין די ביינער. די עקטן, די ניגונים, די פראפס, די ווערטלעך - אלעס אלעס אלעס.
זייערע פלעיס וואס מען קען איבערהערן און איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל און קיינמאל נישט בארד ווערן.
דעריבער איז די שמחה גאר גרויס, ווען מען הערט פון הינטער די קוליסן אז עס קומט א פרישער פלעי, וואו עס וועלן שפילן טאלאנטפולע שפילער, אמאליגע און פרישע, מען וועט האבן דעם אלטן טעם, געמישט מיט יין חדש. לויט ווי מיר הערן קומט עפעס אזוינס און אזעלכעס.

אז עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר פרובירן צו אפדעיטן, און אויב עמיצער אנדערש ווייסט - זאל ער מוחל זיין און ארויפשטעלן.

קען איינער אפשר שרייבן די צייטן ווען די פלעי'ס זענען פארגעקומען?
יוסף שפיל (דריי מאל).
בוסתנאי (צוויי מאל).
שפאנישע אינקוויזיציע (אידיש-ענגליש)
המלאך הגואל
על נהרות בבל
א סליחות נאכט אין קיוב
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

מוזיק ליב האבער האט געשריבן:קען איינער אפשר שרייבן די צייטן ווען די פלעי'ס זענען פארגעקומען?
יוסף שפיל (דריי מאל).
בוסתנאי (צוויי מאל).
שפאנישע אינקוויזיציע (אידיש-ענגליש)
המלאך הגואל
על נהרות בבל
א סליחות נאכט אין קיוב


יוסף שפיל פיר מאל
אנגעפירט ביי שלמה פערל
1. מכירת יוסף [נישט נייטרא'ס] מאנהעטן סענטער תשכ"ח (ער האט גראדע געשפילט יעקב)
2. באבוב אויפן טיש די זעלבע תקופה

פראדוצירער: שלמה פערל - ארי פרענקל
3. יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
4. דאס זיידענע העמדל חוהמ"ס תשס"ו


שפאנישע אינקוויזציע דריי מאל
אלע דריי ביי שלמה פערל - ארי פרענקל
1. כ'ווייס נישט קיין דאטום
2. ל"ג בעומר תשמ"ג ברוקלין קאלעדזש
3. Spanish Inquisiton אויף ענגליש חוהמ"פ תשנ"ו ברוקלין קאלעדזש

בוסתנאי צוויי מאל
1. חוהמ"פ תשמ"א
2. חוהמ"פ תשנ"ה ביידע ברוקלין קאלעדזש
פראדוצירער: שלמה פערל - ארי פרענקל

על נהרות בבל
חוהמ"ס תשנ"ב ברוקלין קאלעדזש
פראדוצירער: משה פריעדמאן און בנציון לעבאוויטש

סליחות נאכט אין קיעוו
חוהמ"פ תשנ"ב קווינס קאלעדזש
פראדוצירער: שלמה פערל, בנציון לעבאוויטש און משה פריעדמאן
המלאך הגואל
חוהמ"ס תשנ"ט ברוקלין קאלעדזש
פראדוצירער: שלמה פערל - ארי פרענקל
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

קען מען באקומען על נהרות בבל?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

על נהרות בבל איז דא אויף DVD...

די צווייטע בוסתנאי איז געווען א פריוואטע יונגערמאן, נישט שלמה פערל, קען זיין אז ער האט געעקט, די פראדוסער איז געווען א צווייטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

ווער?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”