"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

לייק פאר'ן "אינטערען ספעף"!
יתכן אז דאס זאל זיין די נאמען פון די קימענדיגע שפיל?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

דער שאלה איז נאר וועלכע פון זיי עס זאלן עס אנפירן...
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט אליעזר נייהויז געדארפט אנפירן די פראדאקשין, יוסי פרענקל שרייבן די מעשה, פון דארט און ווייטער זאל שלמה אלעס פירן. זיסע חלומות....
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ווער האט געשריבען די סקריפט פאר #ווארשע? שלמה, אדער ארי פרענקעל?

די #אינטערענס ווערן געשריבען דורך א גאנצע גרופע צוזאמען. (יוסף שמואל פרענקעל, אחיו חיים פרענקעל, פוקס, אבראמאוויטש...) ניין?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

איך האב גערעדט פון שרייבן די מעשה (אויפקומען מיט די מעשה) נישט די סקריפט. די סקריפט איז שלמה אייזן אבער מיט מעשיות איז ער גאנץ שוואך ווארשע און המלאך הגואל יוכח.
ארי פרענקל האט נאר מיט די טעכנישע חלקים פונעם שפיל נישט מער.
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

ביי די אונטערן מאכט יוסף שמואל געווענדליך די מעשה. און בעיקר פוקס שרייבט די סקריפט, פארשטייט זיך מיט די הילף פון די אנדערע.
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

כ'האב ב"ה נישט קיין סאך צייט נאך חוה"מ, אבער אז איך האב געצאלט 120x3 בין איך דאך אויך א מחותן, נישט אזוי?

איז אזוי, איך אגרי מער ווייניגער מיט די פוינטס וואס טעגלאש האט ארויסגעברענגט פריערדיגן בלאט, ס'געווען זייער אסאך זאכן וואס האבן שיין ארויסגעברענגט נקודות פון די ביטערע מלחמה. און ער דעזערווט קרעדיט דערפאר. אבער מיין מעין טענה איז אז עס האט געפעלט א "סטארי ליין". און איך וועל מסביר זיין:

איינס פון די הויפט מעלות פון א גוטע פלעי איז אז דער קוקער דארף זיך געפונען "אינעם" שפיל, און דעוועלאפן דאס וואס מען רופט אין ענגליש א "לאוו העיט רילעישאנשיפ" מיט די קערעקטערס אינעם שפיל. לאמיר נעמען פאר א משל א סליחות נאכט, דארט איז יעדער וויוער געווען צוגעבינדן צו חנינא, און יעדער האט באמת פיינט געהאט דעם גאווערנאר, יעדעס מאל ווען עפעס איז געגאנגען ראנג פאר מערצנבאך'ן האט יעדער "געפילט" פאר אים. יעדער האט געוואלט זעהן דעם פערדינאנד גיין ביי ביי, יא אדער ניין?

לאמיר נעמען איינע פון די "קי מאמענטס" פון יענעם שפיל, נאך די אסיפה ביים קעניג וואו דער גאווערנאר רופט צוריק חנינא'ן "קום נאר אהער.... שיק א גריס..." דער עולם איז געזעסן אויף די שפיץ בענקלעך, און אוודאי האט זיך געהערט קלאטשערייען נאכדעם... דאס הייסט א גוטע שפיל! דאס הייסט אז יעדער געפונט זיך אינסייד! דא למשל, ביי די פלעי האט ער געהאט א ענליכע מאמענט ווען ס'האט אויסגעזעהן אז מ'גייט כאפן יוסי, למעשה האבן זיי נאר געטראפן זיין היטל. אבער די דראמא האט געפעלט, ווייל ס'האט נישט צופיל אינטרעסירט וואס יוסי טוט, ער איז ערשט אנגעקומען ביי יענע סצענע און האט נישט געהאט די צייט צו ווערן צוגעבינדן צום עולם. די שפיל האט כמעט נישט געהאט קיין "מעין עקטאר", ס'איז נישט געווען א מענטש וואס די גאנצע שפיל האט זיך געדרייט ארום אים (אפילו ביי די אנדערע שפילן, ווי על נהרות און יוסף שפיל, איז דא דער קערעקטער ארום וועם די שפיל דרייט זיך) און אפילו טובי' איז מער ווייניגער געווען עפ"י רוב אין זעלבן פעקל ווי זיינע חברים (אגב דאס שטיקל ווי ער טרייט צו שמוגלען עסן צו זיין זון איז געווען עפעס אויסערגעווענליך).

נאך א נקודה, דאס ארויס ברענגען די מלחמה מיטן שיקן רעכטס לינקס וכדו' איז גוט געווען, אבער למשל ווען זיי האבן געזיגלט זיין האנט האב איך עקספעקטעד אויסשרייען פון ווייטאג, יא, זאלן אונזערע קינדער זעהן וואס אונזערע זיידעס זענען אלס אדורך.

כלפי דאס עקטן: איך וויל רעדן פון איין נקודה, אבער ס'איז געווען מער ווי דאס. אינעם בונקער, ווען יוסי איז ארויס, מ'ווארט צוויי טעג אויף אים, מ'ארבעט שוין אפילו אויף א פלאן אים צו ראטעווען פון קינדער לאגער, און פלוצלינג עפנט זיך אויף די טיר און ער איז דא. יעצט מיין אינסטינקט האט געזאגט אז דא גייט קומען די נאטורליכע ריעקשאן: אלע אינעם קעלער געבן א שריי אויף אמאל: "יוסי?????". אבער אנשטאט זיצן אלע אויף זייער פלאץץ, קוקן אויף אים און קלאצן, דאס איז לדעתי שרעקליך אומפראפעשאנעל. דאס איז איין משל אבער ס'איז געווען נאך פלעצער ווי ס'האט ערנסט געפעלט אינעם פראפעשענאלעטי פון עקטן (אדער אפשר פונעם שרייבן).

אגב, ווען האלצמאן איז צאמגעפאלן פלוצלינג האט עס אויסגעזעהן מאדנע, איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דארט איז פארגעגאנגען.

איך וויל דא ווידערהאלן דאס וואס טעגלאש האט געשריבן אז שלומי פערל איז סטיל א קנאקעדיגער אקטיאר, ווען ער וויינט, חלש'ט, אדער האקט אויף פיאטעקס טיר, אלעס איז פולקאם גוט אראפ געלייגט.

בנוגע די היץ וכדו' בין איך מיט די מיינונג פון די וואס זאגן אז דאס ליידיגגיין פאר דעם און די צופיל צייט אינמיטן איז דער גורם, איך בין געווען ביים ערשטן שפיל - וואו ס'איז נאכנישט געווען אזוי הייס, אבער איך האב געזעהן ווי די קינדער (וואס איז אגב געווען אסאאאאאאאאאך ביים בייטאג שפיל) זענען ארויס פון די כלים, דאס שאפט א הייפ און א געדולדלאזיגקייט. איך געדענק אז ביי אונטערן שריפט איז אויך געווען הייס, אבער ווי איינער האט שוין דערמאנט, איינמאל מ'איז אין די מעשה פילט מען נישט אזוי שטארק. און זיי האבן טאקע די מעלה פון זיין פונקטליך און נישט געבן די צייט פאר'ן עולם צו טראכטן אז ס'איז דא עפעס א פראבלעם (אגב ביים ערשטן שפיל האט מען אויך געווארט היבש איבער א שעה אנצוהייבן, די אומגעדולדיגע קינדער האבן געווארפן ביכער מיט אנדערע זאכן, ארום געשפרינגען און אלעמען געשטערט).

אויך די פרי רעקארדעד מוזיק האט אויסגעזעהן טעריבל, קען זיין ער האט געוואלט נאכמאכן געוויסע בראדוועי שאוס וואס שפילן ניגונים פרי רעקארדעד, אבער בכל אופן איז עס געווען זייער אומפראפעסיאנאל און האט אוועק גענומען א שיין חלק פונעם שפיל, רוב צושויער ווארטן אויף א שיין שטיקל געזאנג ביי די שפילן.

דאס איז עס לדעתי
לעצט פארראכטן דורך געפילטע פיש אום מאנטאג אפריל 13, 2015 8:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

ביטע אהער ברענגען סחורה אויף קאפי
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

דע מה שתשיב האט געשריבן:5] נאך דעם פלעי בין איך "זיכער" אז שלמה וועט מאכן נאך א פלעי, ווער וויל ענדיגן מיט א ווערעמיגער ניסל... ער וועט זיכער מאכן נאך א שפיל, צו בלייבן מיט א גוטע לעגענדע און געבן א געשמאקע נאך טעם.

איך האף אזוי, אבער איך האף אויך אז ער וועט מאכן א אנליין סטריעם, אז אויב די שפיל איז נישט אינטערעסאנט זאל איך קענען גיין שלאפן און נישט זיין איינגעשפארט פאר 5 שעה אין די היצן...

און כ'האף אז ער וועט דענסמאל בעטן עטוואס ביליגער...
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

איך וויל נישט ציטירן דיין גאנצע ארטיקל, געפילטע, אבער איך שטים איין צו יעדעס ווארט וואס דו זאגסט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געפילטע ברענגט ארויס גיטע פאוינטס איך וועל נארצולייגען אפאר נקודות.

דאס אז די צוויי דייטשען האבן גערעדט דייטש איז געווען זייער נאריש, מען האט געהעריג נישט פארשטאנען וואס זיי רעדן, און אויך זייער אנטראגע איז נישט געווען אקוראט, אזוי זענען נישט די נאציס געגאנגען אנגעטוהן, ס' וואלט ארויס געברענגט די דראמא סך שטערקער אז זיי גייען ווען מיט די היטן און די לאנגע רעקלעך אין שרייען ראס!!

און די סיען ווי טובי' וויל געבן עסן פאר זיין קינד וואלט לדעתי געווען סך מער דאמאטיש און עמאשענאל ווען ס' געלונגט עים ווען יא צו געבן דאס עסן פאר זיין קינד, אנשטאט דעם האט מען געמאכט די טיפיקל מעשה פון געכאפט בלא בלא בלא
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

גראדע, די "עכטע" מעשה גייט אז ס'יא געלונגען אפאר מאל אריינצישמוגלען עסען. נאר די נאכט וואס ס'געווען די 'פינסטערע נאכט אין ווארשע' (ווייסט וועלכע? יא? יענע! נו... וויאזוי הייסטעס שוין...) יענע נאכט איז 'נישט געלונגען' אריינצישמוגלען עסען...

דו האסט דען ערווארטעט אז מ'זאל אויפשפילען יעדע ריר במשך די גאנצע 6 יאר פון די מלחמה אין איין נאכט?! :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

שמעתי ממקור אחד אז עס קומט קומענדיגן חוהמ״ד סוכות נאך א ספעף שפיל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יעדען האלבער יאר א פליי?
צו שנעל!

- זיי וועלן זיך ניט קענען גרייטען געהעריג,
און דער עולם וועט שנעל ווערן "באורד" פון זיי.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

איך קען נישט זאגן אויף זיכער, אבער אויב דענק איך גוט זענען די דריי באמבאסטישע שפילן: יוסף שפיל, על נהרות, און א סליחות נאכט געווען איינס נאכ'ן אנדערן געריקט א האלבע יאר אינצווישן. כמדומה לי, נישט זיכער. געדענקט איינער?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך קען נישט זאגן אויף זיכער, אבער אויב דענק איך גוט זענען די דריי באמבאסטישע שפילן: יוסף שפיל, על נהרות, און א סליחות נאכט געווען איינס נאכ'ן אנדערן געריקט א האלבע יאר אינצווישן. כמדומה לי, נישט זיכער. געדענקט איינער?

יאפס, געדענק מיר
יוסף שפיל תשנ"א (נישט געווען צוליבן בריוו פון ברך משה ספעציעל אויף דעם)
על נהרות בבל תשנ"ב (געווען)
סליחות נאכט תשנ"ג (נישט געווען צוליבן קול קורא פון התאחדות בכלליות קעגן פלעיס, און דאן האט זיך עס אפגעשטעלט אביסל)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

מי יודע האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך קען נישט זאגן אויף זיכער, אבער אויב דענק איך גוט זענען די דריי באמבאסטישע שפילן: יוסף שפיל, על נהרות, און א סליחות נאכט געווען איינס נאכ'ן אנדערן געריקט א האלבע יאר אינצווישן. כמדומה לי, נישט זיכער. געדענקט איינער?

יאפס, געדענק מיר
יוסף שפיל תשנ"א (נישט געווען צוליבן בריוו פון ברך משה ספעציעל אויף דעם)
על נהרות בבל תשנ"ב (געווען)
סליחות נאכט תשנ"ג (נישט געווען צוליבן קול קורא פון התאחדות בכלליות קעגן פלעיס, און דאן האט זיך עס אפגעשטעלט אביסל)

קארעקשן. יאך געדענק עס פונקטליך ווי היינט
יוסף שפיל: חוה"מ פסח תשנ"א
על נהרות בבל: חוה"מ סוכות תשנ"ב
סליחות נאכט אין קיוב: חוה"מ פסח תשנ"ב
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

געדענקען מיר אז נאך אזא געוואלדיגע הצלחה פון די שפילן, זענען מיר בשמחה און מיט גרויסע ערווארטונגען געגאנגען חוה"מ סוכות תשנ"ג צום שפיל "מאפילה לאורה" (אן איבערשפיל פונעם שפיל "אין געראנגל פון יאוש" תשל"ז, כמדומה אויך פון ש. פערל) אבער דאס איז שוין געווען א דורכפאל, ממש מאיגרא רמא לבירא עמיקתא.
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

במשך די לעצטע וואכן האט די ניק ספעף געשריבן אפדעיטס וועגן די פלעיס.

פארוואס קומט ער זיך נישט ארויף פארענטפערן אויף די אלע טענות?

לאמיר הערן זיין צד פון די מעשה.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

פלעכטער האט געשריבן:במשך די לעצטע וואכן האט די ניק ספעף געשריבן אפדעיטס וועגן די פלעיס.

פארוואס קומט ער זיך נישט ארויף פארענטפערן אויף די אלע טענות?

לאמיר הערן זיין צד פון די מעשה.

וואס?? קען ער דען ענטפערן??!
עס איז נישטא קיין תירוצים אויף דאס אלעס!
אפי' ער וועט יא פראבירן וועט מען דאך אים דא פארשטיינערן לעבעדיגערהייט..
ניין?!
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

זכאי האט געשריבן:ביי די אונטערן מאכט יוסף שמואל געווענדליך די מעשה. און בעיקר פוקס שרייבט די סקריפט, פארשטייט זיך מיט די הילף פון די אנדערע.


די לעצטע פלעי אונטערן בילד האט שלומי שטיינמעץ, דער וואס פירט אן די אונטערן סטעידזש מיט אלע קלאפער געצייג, געברענגט די מעשה און די פרענקלס און פוקס האבן אויסגעקנעהט דערפטן א פלעי.
אבער שרייבען די עצם סקריפט טוט פוקס אליין.
ער האט געשריבען זייערע לעצטע דריי פלעיס אליין.
איך רעד פון די סקריפט נישט פון אויפקומען מיט די מעשיות
אונטערן אויווען
אונטערן שריפט
אונטערן בילד
פארדעם פלעגט אבראמאוויטש אויך זיין אינוואלווד אין די שרייבען.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

ווער האט געמאכט "בייגעשטאנען דעם נסיון"? (פורים אין די נ' יארן, חנני' שניטצלער סופער, ליפא שטויבער "וואס איז געלט?")

און ווער האט געמאכט "די פראגער גולם"? (פנחס פריעד אדער מרדכי צבי הערשקאוויטש דער גולם, אויך איינער פרענקל, עפעס א ילד הפלא אויך)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעיקוואד האט געשריבן:אלץ איינער וואס איז געווען מאנטאג נאכט מיט מיין ניין יער'יגע זון ביי די פלעי, וואלט איך געוואלט שרייבן מיין מיינונג איבער די פלעי.
די שפיל אליינס איז געווען מורא'דיג געלומגען און עס איז געווען די זעלבע סטייל ווי על נהרות בבל/בוסתנאי, ד.מ. נישט קיין דראמא, א שפיל וואס מער ווייניגער ווייסט מען די מעשה וכו', און דא כאפט די נפק"מ פון א קינד צי א אינגערמאן, א אינגערמאן גייט ווייל ער וויל האבן אן עונג יו"ט און אויב עס פעלט איינע פון די באקוועמליכקייט, אפילו עס איז נישט די פראדוסער'ס שולד, וועט ער נישט האבן זיין עונג יו"ט און ער וועט זיך אפרעדן אויף די שפיל, משא"כ א קינד גייט ווייל ער וויל חוה"מ האלטן און וועגן אנדערע קינדער גייען וועט ער נישט קאמפלעינען אזוי שטארק פאר זייטיגע באקוועמליכקייט.
א דוגמא צי דעם, איך בין געווען מאנטאג צופרי צי DIGGERLAND איך האב געמוזט ווארטן אין די ליין איבער צוויי שעה צי דרייווען א טראקטער, און ווי לאנג איך האב געווארט זענען די קינדער געווען אויף אנדערע רייד, וואס איז נישט געווען אזוי אינטערסאנט, אדער האבן זיי געווארט א האלבע שעה צי גייען אויף אן אנדערע רייד, פארשטייט זיך אז איך האב כמעט געמאכט א נדר אז מער קומט מען נישט דא חוה"מ, משוגע צי ווארטן אזוי לאנג פאר א רייד פון 5 מינוט, אבער די קינדער די האבן געהאט ווי מען זאגט א GOOD TIME, איי איז עס דען ווערד די WAIT? ווענדט זיך וועם די פרעגסט.
צוריק צי די שפיל, איז מיין מיינונג אז ער וואלט געקענט מאכן מער דראמא למשל ווען די קאפוי האט גע'הרגט די דייטש, אדער ווען די טאטע האט זיך געטראפן מיטן זון, און ווי אויך וואלט ער געקענט מאכן די מעשה מער דראמאטיש מיט ר' טובי, מען וואלט ווען אויך געדארפט מאכן אביסל אן אנדערען ענדע ווי למשל איבערגעבן פיאטיקא צום קאורט און נישט לאזן א געפיל אז די אידן האבן סתם געטוען נקמה, אפילו עס איז געווען אמת, ספעציעל ווען רובא דרובא ביים שפיל זענען פון די סאטמארע קרייז, האט עס נישט געשטומט מיט די מציאות וואס מען האט אונז געלערנט, ווי אזוי אונז דארף מען זיך פירן.
לגבי די פלאפ פון די עירקאנדישאן, זאל ער מיר נישט איינרעדן אז פאר אפאר טאלער וואלט ווען די קאלעדזש נישט אנגעצוינדען די עיר קאנדישאן, און די וועג ווי אזוי ער האט עס געהענדעלט, האט אויך געפעלט די מיינונג פון א פראפעשענאל מארקעטער, יעדער וואס איז געווען ביים פלעי האט געוואוסט אז לכאורה וועט שלמה פערל נישט מאכן נאך א פלעי, סיי צוליב זיין עידזש און אויך ווייל מען קוקט אויף זיין רעקארד, זיין לעצטע שפיל איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, יעצט מיט'ן זאגן אז ער וועט געבן א צען פראצענט הנחה האט ער געמאכט חוזק פונעם עולם, ווי מען זעט ווי דער עולם האט עס אנגענומען, איך וואלט אים פארגעשלאגן אז אויב וואלט ער אויסגערופן אז די אלע באטייליגטע וועלן באקומען אן אומזינסטע דאונלאוד פון די פלעי, אדער די DVD פאר למשל האלב פרייז, וואלט עס דער עולם אנגענומען סאך מער פאזיטיוו, און עס וואלט אים נישט געקאסט אזוי סאך געלט. און ער וואלט ארויס מיט ריוח זייענדיג פארזיכערט אז א שיינע פראצענט וואלט געקויפט די DVD פאר האלב פרייז און ער וואלט נישט געדארפט צאלן פאר דיסטריביושאן וכו'.
איין זאך האב איך גראדע אבזערווירט, ביי די שפיל איז געווען מער אינגערלייט/בעה"ב, משא"כ די אונטערן איז מער פאר קינדער און לכאורה איז דאס די סיבה פארוואס ער האט געהאט זייער אסאך ליידיגע פלעצער, קינדער אז די מאכסט די ריכטיגע מארקעטינג און עס ווערט א רייץ ביי זיי צו גיין, וועלן זיי אראפדרייען די קאפ פון די עלטערן אז מען זאל זיי קויפן א טיקעט נישט קין חילוק וויפיל עס וועט קאסטן, ווידער א אינגערמאן וואס ארבעט פאר זיין דאלער וועט זיך נישט אזוי שנעל לאזן אנדרייען צו גיין ווען עס איז טייער.



איך קוואוט דיינע ווערטער ווייל איך עגרי צו כמעט אלעם! און איך וועל נישט מאריך זיין דערוועגן... אבער איין זאך, די סיבה פון ליידיע פלעצער האט זייער ווייניגע צו טוהן מיט אומפארקויפטע זיצן, ס'איז א פאקט אז די ערשטע פלעי איז געווען 90 פראצענט סאלד אוט און די ביינאכט פלעי איז געווען 99 פראצענט סאלד אוט, נאר ווען א קינד האט א טיקעט העטער מאכן זיכער אז ער זאל אנקומען, משא"כ ווען אן עדאלט האט א טיקעט, אויב ווערט ער ביזי אדער אויב זיין סקעדזשול ערלויבט אים נישט העטער נישט גיין... איך האב ביי מיר 9 טיקעטס, 4 פון די ערשטע רייע פון 60 דאללער און 5 פון די ערשטע רייע פון 40 דאללער וואס צוויי יודן האבן געקויפט פאר זיך און פאר אנדערע, ווען כאב זיי געקאלט חוהמ"ד אז איך האב זייער טיקעטס האבן זיי געזאגט "נע, סיניש אינטערעסאנט, כ'גייניש"... די טיקעטס זענען געהעריג באצאלטע טיקעטס... סאו איה"נ סיז גאנץ גוט אויסגעקומען פאר די קריטיקירער צו זאגן אז סיז געווען אסאך ליידיגע זיצן, (די זעלבע וואס ווייסן פון טויזענטער פרי טיקעטס...) ווייס איך אבער אז די במציאות איז די פלעי געווען כמעט סאלד אוט טראץ די טייערע פרייז...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

ווער האט געמאכט "בייגעשטאנען דעם נסיון"? (פורים אין די נ' יארן, חנני' שניטצלער סופער, ליפא שטויבער "וואס איז געלט?")

און ווער האט געמאכט "די פראגער גולם"? (פנחס פריעד אדער מרדכי צבי הערשקאוויטש דער גולם, אויך איינער פרענקל, עפעס א ילד הפלא אויך)

נישט בנציון לעבאוויטש?
מאיר זונדל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2015 10:31 pm

ווארשע פלעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר זונדל »

איך בין א שטיקל גרינער דא. און כ'ווייס אז כ'בין שפעט אבער האבנדיג א נאנטער ידיד אלס איינער פין די אקטיארן אויפן ווארשעווער פלעי איז מיר אביסל אינטערעסאנט צו וויסן וואס דער עולם האלט.
לאמער זאגן.אז שלמה פערל קימט ארויס אז ער מאכט מאך א.פלעי קימענדיגע סיכות
א רגע טאנץ נישט
פארשטייט זיך אז ער קימט אראפ פין די לייטער און ער בעט נארמאלע צוגענליכע פרייזן. נאך אלעם איז ער שלמה פערל די מייסטער עקטער און דיירעקטער פארשטייט זיך אויך אליין אז ער וועט פרובירן צו פארעכטן די טעיתים וואס ער האט געמאכט. און דא צו שאלה
וועט דער עולם קימען אדער נישט? ??
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”