יאפין האט געשריבן:וועלמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט. נא עפען די באקסל און נעם ארויס די פידאלע. קלינג קלאנג.... אריין געווארפן.
וואס מיינט א קארד, און וואס מיינט הארמענייזען? וואס איז זייערע שייכות? און וואס מיינט אן אינטערוואל?קארד מיט הארמאניע האבן גארנישט קיין שייכות, חוץ מיט דעם איין נקודה אז ביידע זענען א צאמשטעל פון צוויי אדער מערערע קלאנגען (אוודאי האט עס יא שייכות, וואו געשריבען אויבען, נאר אזוי ווי מאנכע דא ווערן צומישט, מוז מען דאס פונאנדער טיילן). און אויב איז דאס נישט גענוג קאנפיוזינג, טיילען זיי זיך מיט מיט די זעלבע נעמען פאר אנדערע טערמינען (מן הסתם כדי צו שווערער מאכן די מוזיק טעאריע... ).
איז אזוי, ביי הארמאניע, ווען מען רעדט פון 3rd 4th 5th און 6th, מיינט מען די אינטערוואל פון די ׳יעצטיגע׳ נאוט צו די הארמאניע וואס מען זינגט/שפילט ׳יעצט׳, אן קיין שום שייכות מיט די קארד וואס ווערט געשפילט. די באקאנטע הארמעני הייסט א 3rd, וויי עס איז אפגעריקט פון די יעצטיגע נאוט מיט דריי קנעפלעך אויף די סקעיל דאס הייסט פון א A וועט ווערן א C, און B וועט ווערן א D.
די נידריגע הארמאני הייסט א 6th און איז א שפיגעל פון די 3rd, איז אויך אפגעריקט דריי קנעפלעך נאר אנשטאטס ארויף איז עס אראפ (כ׳מיין, ס׳הייסט דאך לאוער הארמעני....). איי פארוואס הייסט עס 6th? ווייל עס איז נישט קיין חילוק אויף וועלכע אקטאוו די זינגסט א הארמאני, אלעמאל וועט עס זיין די זעלבע סארט הארמאני. דהיינו, אז מען וועט שפילען א היי הארמאני אויף א נידריגע אקטאוו וועט עס נאך אלץ בלייבען א היי הארמאני, וכן להיפך. השתא דאתית להכא, קומט אויס אז ווען וויל מסביר זיין וועלכע סארט באגלייטונג מען וויל האבן איז פשוט לייכטער צו זאגן וועלכע אינטערוואל פון די יעצטיגע נאוט מען וויל האבען, וואס איז ביי א לאוער הארמאני א 6th.
א פיפט הארמאני האט אין זיך א רייכקייט ווייל עס האט א משונה׳דיגע ענליכע קלאנג צום ארגינעלן קלאנג, וואס וועגען הייסט עס א פערפעקט פיפט. די פיפט הארמאניע איז ארויף געריקט פינעף קנעפלעך פונעם מעלאדיע וואס ווערט יעצט געשפילט (און א 4th איז די שפיגעל פונעם פיפט). א פיפט האב איך געשריבען אז ס׳איז נאר פאר מבינים, דאס איז וועגען נאטורליך איז א פשוטע הארמאניע זייער לייכט פאר איינער וואס פארשטייט אביסעל מוזיק, און לאוער הארמאניע דארף מען שוין צולייגען אביסעל קאפ. אבער א פיפט צו קענען זינגען/שפילען וועט נאר איינער וואס פארשטייט באמת מוזיק קענען לייכטערהייט ארויס ברענגען.
אבער די קענסט זיך אויך טרעינען צו קענען די אינטערוואל דורך די זייטעלעך:
https://tonedear.com/ear-training/intervalshttps://www.musictheory.net/exercises/ear-intervalלאמיר גיין א טריט ווייטער, ווען מען שפילט א ניגון אויפן A minor לייטער און מען מאכט א A minor קארד, און די מעלאדיע וועט זיין א B וועט די היי הארמאניע הנקרא 3rd זיין D, און די לאו הארמעני הנקרא 6th וועט זיין די G.
פארוואס איז עס אזוי, ווייל ווען א ניגון וואס גייט צב"ש A-B-C, וועט די קארד זיין א A מיט א C און E פאר די גאנצע תנועה, אפילו פארן B, כאטש ווען מען שפילט א A minor צוזאמען מיט א B אליין שטומט עס נישט, אבער די קארד געט דעם טאן פארן ניגון/תנועה, במילא צווישען די A און C הערט זיך די A minor יא אויס שיין.
לאמיר דיך נעמען נעקסט לעוועל. ביים אויבען דערמאנטען ביישפיל, ווען מען מאכט די A minor קארד פארן
A באקומסטו א 3rd וואס איז א C, און א 5th וואס איז א E. יעצט ווען די מאכט די
C מיט א A minor וואס געשעהט? האלט דיך אן.... באקומסט א 3rd וואס איז א E, און א A וואס איז א 6th צו דעם מעלאדיע און וואס אונז רוף מער היי הארמאני מיט לאו הארמאניע. און E מיט א A minor וועט זיין א 4th מיט א 6th.
יעצט נעם דעם ניגון עוד ישמע און הייב אן צו שפילען A-G-A-B-C-C, און זאג מיר וועלכע באגלייטונג די גייסט דא מאכען. איך האב געמאכט עטליכע.
https://flat.io/score/60061b97f3e4de383 ... 5d2a92291c פארשטייט זיך אז עס איז לאו דוקא וואס ס׳שטייט אין דעם שיעט עס איז מער לסבר את האוזן.
און א זייטיגע נאטיץ, דאס אלעס וואס איך האב געשריבען ביז דא, איז נאר די פשוטע הארמאניע, עס איז דא אסאך טיפערע הארמאניעס און אינטערוואלס, אוגמענטעד און דימינישעד האט מען בכלל נישט אנגעכאפט. וואו אויך איז דא א זאך ׳פראגרעסיע׳ וואס געשעט ווען א הארמאניע ווערט געמאכט אויף א אופן וואס וועט יא האבן א שייכות מיט די מעלאדיע פון פריער און שפעטער ואכמ"ל.
ביי קארדס, ווען מען רעדט פון 6th 7th 9th און ווייטער וועט עס מיינען א A minor צב"ש מיט אויף דעם צוגעלייגט נאך איין אדער מערערע אינטערוואלס צום A וואס געט ארויס פארשידענע אינטרעסאנטע קארדס.
איינער האט נאך עפעס א פראגע? זאל אויף הייבען די פינגער.
וואו, קוק אריין אין די פידל באקס, דער עולם האט דא געהעריג אריין געווארפען שיינע זאכן, מען קען דא מאכן אסאך.... שכוח פארן מיך אויס הערען. הצלחה רבה.