וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » מיטוואך ינואר 18, 2017 2:41 pm

חזרה האט געשריבן:א גרויסן שכוח פאר אלע מגיבים

איך גיי דא שרייבן מיינע עמי הארצישע שאלות, איך בעט סליחה וכפרה קודם ,

אקעי ס'איז דא מעיזשער און מיינער

1) לויט ווי אזוי איך פארשטיי איז מעיזשער פאר מעיזשער נגונים און מיינער פאר מיינער נגונים
(לויט מיין פארשטאנד א נגון וואס מ'הייבט אן און מ'זינגט אויס -איך רעד פון זינגען מיט די מויל- דעם גאנצן קי/טאן/נאוט/ איז א מעיזשער, אבער א נגון וואס מ'גייט גלייך פאר'ן אויסזינגען דעם גאנצן קי/טאן/נאוט/ גייט מען שוין צו נאך א טאן איז א מיינער איך האף דו פארשטייסט איך וועל נעמען די דוגמה פון רנ"י מענדלאוויטש ויעזור פילט מען ביים זינגען אז איך זינג א גאנצע טאן משא"כ ביי די נגון פון אשרי מי שעמלו פילט מען אויפ'ן זינגען אז ס'האקט זיך באלד אפ)
אויב אזוי פארוואס איז נישט פארהאן 2 באזונדערע קיבארדס 1 פאר מעיזשער 1 פאר מיינער ?

2) איך הער אסאך מאל מיכאל בעט פונעם שפילער א D מעיזשער וואס באדייט דעס און פארוואס איז נישט גענוג די מעזישען זאל אים געבן די קי/נאוט פארוואס זעי איך אלס אז ער דרוקט דריי פיר באטן'ס אויפאמאל ?

3) ווי איך פארשטיי איז ווען דו זאגסט א מעיזשער/מיינער נגון מיינט אז מ'זאל גיין אויף די כללים פון מעיזשער/מיינער (WW אדער WH) אפגעזען וועלכע באטן'ס דו נוצט בין איך גערעכט ?

בכלל וואס מיינט סקעיל וואס מיינט נאוט וואס איז ווען איך דרוק פלעין די באטן ?

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך ינואר 18, 2017 3:05 pm

אל מעלת כבוד חזרה שליט"א

כ'וויל דיר ענטפערן אויפן סדר פון דיינע נומערן.

1) נישט דאס מיינט א מעדשער ניגון. א מעדשער ניגון מיינט אז די סדר פון די קי'ס גייען אויפן סדר פון א מעדשער. (זעה אין מיין פריערדיגע תגובה)

2) מיכאל געט דעם טאן פארן שפילער, נישט די סקעיל.

3) יא! האסט גוט פארשטאנען.

?) ווען מ'דריקט פלעין א קי איז עס נישט קיין שום סקעיל, ווען מען דריקט מערערע קי'ס אויף דעם מהלך פון נישט דריקן מער פון 2 קי'ס אין א צו, ווערט עס א סקעיל (זעה אין מיין פריערדיגע תגובה).

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך ינואר 18, 2017 5:13 pm

לדעתי האט געשריבן:עס ווערט נאר אנגערופן "האלבע" ווייל ער איז נישט און די סקעיל.

למשל: אין מיינער איז 1,3,4,6,7,9,11 "גאנצע טענער", און 2,5,8,10,12 "האלבע טענער".

אין מעדשער איז 1,3,5,6,8,10,12"גאנצע טענער", און 2,4,7,6,11 "האלבע טענער".

כ'ווארט אויף קאמענטארן: יישר כח

לדעתי קומסט אריין זייער זייער קלאר.

קענסט ביטע מסביר זיין וויאזוי קאורדס ארבעטן.

א גרויסן יישר כח, די זאלסט זיין געבענטשט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 3:25 pm

דערווייל קען איך נישט קיין קאורד'ס.

אגב: איינער ווייסט ווי אזוי עס הייסט די סקעיל 1,2,5,6,8,9,11 ?
אסאך ליובאוויטשע ניגונים גייען אויף דעם סקעיל, ד' בבות, וכו'.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 3:47 pm

א דאנק פאר יעדעם פארן מיר ארויסהעלפן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 4:11 pm

לדעתי האט געשריבן:דערווייל קען איך נישט קיין קאורד'ס.

אגב: איינער ווייסט ווי אזוי עס הייסט די סקעיל 1,2,5,6,8,9,11 ?
אסאך ליובאוויטשע ניגונים גייען אויף דעם סקעיל, ד' בבות, וכו'.

דאס איז פרעיגעש (נישט וויאזוי דו האסט געשריבן אויבן).

קליינע טוטער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 9:21 am

תגובהדורך קליינע טוטער » זונטאג ינואר 22, 2017 8:52 am

כהמשך פון מיין פריערדיגע שאלה [בנוגע די ספרד'ישע טענער] וואס 'וואוילע שעפעלע' האט מיר געענפערט כאילו סאיז איהם נישט נוגע בכלל, [כמיין אז דו קענסט א גוטע פאר, (ארבע מידות באדם -ליפא שמעלצער שבחו ירושלים פון זיין דיסק 'לקרוא את ההלל' און נאך אסאך) אבער סאיז אפשר צו ווילד געפרעגט]
כ'וועל מאכן מיין שאלה אביסל לייכטער און מער היימיש...
ס'דא אסאך 'מיינער' ניגונים וועלכע די פאל ענדיגט זיך לכאו' נישט מיט כללים און סדר פון דער 'מיינער' סקעיל, און מזינגט 4 - 2 -1. לדוגמא ניגון 'א שיינעם חלום' ...און פון שלאף האב איך זיך "אויף-גע" כאפט. וכדו' איז דא נאך גאר אסאך אזעלכע.
מיין בקשה איז אויב איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס איז 2 נישט אזא קשיא צו דער סקעיל, אדער איז עס טאקע אפשר נישט אזוי אויסגעהאלטן, וכו' (אנשולדיגט אז איך ברענג מיר נישט גענוג גוט ארויס)
זאג נישט ניין - דו ווייסט 'גוט' וואס איך מיין

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » זונטאג ינואר 22, 2017 2:27 pm

לדעתי האט געשריבן:עס ווערט נאר אנגערופן "האלבע" ווייל ער איז נישט און די סקעיל.

למשל: אין מיינער איז 1,3,4,6,7,9,11 "גאנצע טענער", און 2,5,8,10,12 "האלבע טענער".

אין מעדשער איז 1,3,5,6,8,10,12"גאנצע טענער", און 2,4,7,6,11 "האלבע טענער".

כ'ווארט אויף קאמענטארן: יישר כח


וויפיל איך ווייס זענען די שווארצע די האלבע טענער שארפ # און פלעט b אין די ווייסע זענען די זיבן גאנצע
קען זיין איך מיש צוויי זאכן??!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 am

א ריזיגן דאנק ר' לאדיך, טיפע ענינים ארויסגעברעגט פשוט קלאר און זאפטיג, מיר ווארטן אויף די נעקסטע קאפיטלעך.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

צווייער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך צווייער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:06 am

די קשיא פון קליינע טוטער איז בכלל נישט קיין קשיא. די כלל איז, אז יעדע קי פון די ווייסע פון וואו מען הייבט אן איז א סקעיל נאר אויף די ווייסע, למשל פון A ארויף נאר די ווייסע איז א מיינער, פון C איז א מעידזאר, פון די E איז די ספרדישע סקעיל די נאמען דערפון איז ''פרידזשן'' . גראדע לגבי פרעיגיש זעה איך אז די מסבירים קענען נישט מוזיק-טעאריע, וויל לויט די כללי המוזיק ווערט א פרעיגיש געשריבן ווי א מיינער נאר מיט 5 סקעילס ארויף, דהיינו A פרעיגיש שרייבט מען פאר א D מיינער, ווייל די קיס פון A פרעיגיש איז די זעלבע פון D מיינער, א'חוץ די D-פלעט איז ארויס פון סקעיל, אבער דאס הייסט א הארמאניק-מיינער, אבער ווערט געשריבן ווי א געהעריגע מיינער-צוגעלייגט די 7'טע שארפ, וכן להלאה, למשל E פרעיגיש איז א A מיינאר
דוק ותשכח!!!!
מען קען שרייבן הערות דא אינעם אשכול.

צווייער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

Re:

תגובהדורך צווייער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:06 am

קליינע טוטער האט געשריבן:כהמשך פון מיין פריערדיגע שאלה [בנוגע די ספרד'ישע טענער] וואס 'וואוילע שעפעלע' האט מיר געענפערט כאילו סאיז איהם נישט נוגע בכלל, [כמיין אז דו קענסט א גוטע פאר, (ארבע מידות באדם -ליפא שמעלצער שבחו ירושלים פון זיין דיסק 'לקרוא את ההלל' און נאך אסאך) אבער סאיז אפשר צו ווילד געפרעגט]
כ'וועל מאכן מיין שאלה אביסל לייכטער און מער היימיש...
ס'דא אסאך 'מיינער' ניגונים וועלכע די פאל ענדיגט זיך לכאו' נישט מיט כללים און סדר פון דער 'מיינער' סקעיל, און מזינגט 4 - 2 -1. לדוגמא ניגון 'א שיינעם חלום' ...און פון שלאף האב איך זיך "אויף-גע" כאפט. וכדו' איז דא נאך גאר אסאך אזעלכע.
מיין בקשה איז אויב איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס איז 2 נישט אזא קשיא צו דער סקעיל, אדער איז עס טאקע אפשר נישט אזוי אויסגעהאלטן, וכו' (אנשולדיגט אז איך ברענג מיר נישט גענוג גוט ארויס)

די קשיא פון קליינע טוטער איז בכלל נישט קיין קשיא. די כלל איז, אז יעדע קי פון די ווייסע פון וואו מען הייבט אן איז א סקעיל נאר אויף די ווייסע, למשל פון A ארויף נאר די ווייסע איז א מיינער, פון C איז א מעידזאר, פון די E איז די ספרדישע סקעיל די נאמען דערפון איז ''פרידזשן'' . גראדע לגבי פרעיגיש זעה איך אז די מסבירים קענען נישט מוזיק-טעאריע, וויל לויט די כללי המוזיק ווערט א פרעיגיש געשריבן ווי א מיינער נאר מיט 5 סקעילס ארויף, דהיינו A פרעיגיש שרייבט מען פאר א D מיינער, ווייל די קיס פון A פרעיגיש איז די זעלבע פון D מיינער, א'חוץ די D-פלעט איז ארויס פון סקעיל, אבער דאס הייסט א הארמאניק-מיינער, אבער ווערט געשריבן ווי א געהעריגע מיינער-צוגעלייגט די 7'טע שארפ, וכן להלאה, למשל E פרעיגיש איז א A מיינאר
דוק ותשכח!!!!
מען קען שרייבן הערות דא אינעם אשכול.

אויפן טאן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 6:43 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך אויפן טאן » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:30 pm

וויאזוי הייסט די סקעיל פין די הויכע פאל פין די 6סטע הקפה ניגון אין פין רבינו שאג וכדומה?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:09 pm

מ'רופט עס פרעגיש

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:46 pm

אויפן טאן האט געשריבן:וויאזוי הייסט די סקעיל פין די הויכע פאל פין די 6סטע הקפה ניגון אין פין רבינו שאג וכדומה?

https://en.wikipedia.org/wiki/Ukrainian ... prov=sfti1
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

פעניאק
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 5:36 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מ'רופט עס פרעגיש

הויכע פאל פון זעקסטע הקפה איז נישט פרעיגיש

פעניאק
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:53 pm

אביסל צו פארשטייו אין אויפכאפן די חילוקים פון סקעילס

קבלת שבת:
לכו נרננה איז א מעידזשאר
פון קול השם יחולל אילות טוישט זיך עס צו מיינאר
ווען די בעל תפילה הייבט אן ויכילו איז צירוק מעידזשאר

שחרית:
שוכן עד מיינאר
כולם אהובים רוימעניען מיינאר (ווי הויעכע פאל פון זעקסטע הקפה)
נקדישך טוישט זיך אויף פרעיגיש

מוסף: פרעיגיש

מנחה: מיינאר
לעצט פאראכטן דורך פעניאק אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ממוצע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:50 pm

פארוואס מיר הערט זיך "כלם אהובים" ווי א פרעיגיש?

הארמאניק מיינער איז עפעס אנדערש. כזה:

escala-menor-armonica.gif
escala-menor-armonica.gif (5.68 KiB) געזעהן 397 מאל


escala-menor-armonica.wma [ 91.02 KiB | געזעהן 397 מאל ]


ממוצע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:51 pm

וואס איז דער סקעיל פון מערבית פרייטאג צונאכטס?

פעניאק
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

LoRe: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:08 pm

ממוצע האט געשריבן:וואס איז דער סקעיל פון מערבית פרייטאג צונאכטס?

פון קול השם יחולל אילות ביז ויכילו איז אלעס מיינאר אינקלאדינג מערבית

פעניאק
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:14 pm

ממוצע האט געשריבן:פארוואס מיר הערט זיך "כלם אהובים" ווי א פרעיגיש?

הארמאניק מיינער איז עפעס אנדערש. כזה:
escala-menor-armonica.gif


escala-menor-armonica.wma

גערעכט, געטוישט צו רוימעניען מיינאר

ממוצע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:19 pm

איך הער. מ'דארף כאפן די בעיס נאוט פון מערבית. אפאר מאל לויפט עס מעידזשערדיג.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:20 pm

מענין לענין באותו ענין:

געטראפן צווישן מיינע ארכיוון א העכסט-אינטערסאנטע דאקומענט וואס טוט איינטיילן נוסחאות אין זיבן קאטאגאריעס.
ליינט מיט ישוב הדעת אין שטוינט פונעם אויסגערעכנטקייט מיט וואס אונזער נוסח איז אוועקגעשטעלט געווארן...!

(קאלום איינס איינגעטיילט לויט די נוסחאות; קאלום צוויי איבערגע'חזר'ט על הסדר).
123.jpeg
123.jpeg (345.96 KiB) געזעהן 312 מאל
לעצט פאראכטן דורך ציגאנער אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:55 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

ממוצע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:22 pm

פעניאק האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:פארוואס מיר הערט זיך "כלם אהובים" ווי א פרעיגיש?

הארמאניק מיינער איז עפעס אנדערש. כזה:
[attachmentttachment]

[attachmeattachment]

גערעכט, געטוישט צו רוימעניען מיינאר

שטימט מיר אויך נישט. נאר ווען מ'ציעט ארויף צו אוווור חדש.. על צצצציון. דעמאלטס איז עס ראמעניען וואס לויפט כזה. אויף א D סקעיל.

romanian_minor_D.png
romanian_minor_D.png (539 Bytes) געזעהן 381 מאל


אבער למשל ביי ברוך אתה ה', יוצר המאורות, איז עס טפיקעל פרעיגיש.

פעניאק
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:29 pm

דרך אגב, רוב אינזערע ניגינום זענען מיינאר,95% פינקי איז מיינאר, 1 פון די איבריגע 5% איז ותטיב לנו בטובך וואס ער האט געמאכט פאר אייזיק האניג וואס איז מעידזשאר, יוסי גרין, ליפא, האבן פון אלע, יוצי וואלדנער האט אסאך מעידזשאר. עיבי ראטענבערג האט לכאורה די מערסטע מעידזשאר ניגינום.
בדרך כלל וועט א נייע יודישע קאמפאוזער מאכן נאר מיינאר ניגינום. חזקי ווייס ניגון או להם לבנים וואס ליפא זינגט איז די ערשטע פאל מעידזשאר, חוץ דעם האט ער אלעס מיינאר

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:11 pm

פעניאק, פון וועלכע יחולל אילות רעדסטו? פון די פשוט'ע, אדער מער חזנ'ישע (וואס לויפט אזוי ווי ושמרו)?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט