בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

גראמען נעכטן מיטוואך משפטים
אטעטשמענטס
גראמען - ד' משפטים ע''ה.pdf
(37.62 KiB) געווארן דאונלאודעד 403 מאל
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

געב_מיר_כח האט געשריבן:גראמען נעכטן מיטוואך משפטים


יישר כח, אבער עס פעלט זייער פיל, דאס פריער געהערט אויפ'ן טעלעפאן ס'איז געווען מתוק!
עפעס זאגט עס אן ERROR אינעם פייל
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

די גאנצע פזמון מיט שתשים הסנהדרין אצל המזבח איז זייער שיין, אבער כ'ווייס עכט נישט וואס פשט איז.
ווישעווער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישעווער »

גראמען פארן היינט נאכטיגע חתונה פון החתן הרב יקתואל יהודה טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, בן כ"ק מרן הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א. עב"ג הכלה תחי' בת הגה"צ רבי מנחם צבי כהנא שליט"א, דומ"ץ קארלסבורג, ומו"ץ דקיט"ל ד'סאטמאר וומב"ג, בן כ"ק אדמו"ר רבי ברוכ'ל שליט"א מ'קארלסבורג, וחתן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל ובעל אגלי דבש שליט"א, וואס וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג

נתפרסם ברשותו

הקדמה

מזל טוב, וואונטשן בקול רם,
רבינו שליט"א מיט אלע מחותנים,

וחסד ד' מעולם ועד עולם,
וצדקתו לבני בנים,

בעזר הבורא דער יוצר היצירה,
שלחתי במלאכות סגל חבורה,

פרייען זיך הקטנים עם הגדולים די גאנצע חבורה,
ווען מ'זינגט צוזאמען דעם קאפיטל הללוק'ה שירו,

--שירו לד' שיר חדש,
חדש ר"ת חתונה דור שלישי פון דעם שלשלת הקדוש,

צוזאמען מ'גייט טאנצן די ריקודים,
ווייל תְּהִלָּתוֹ בִּקְהַל חֲסִידִים,

=יִשְׂמַח יִשְׂרָאֵל בְּעשָׂיו,
דאס מיינט צדיקים פון גן עדן איז דער זוה"ק מוסיף,

די צדיקים וואס האבן שוין ציונים מקום לשכן שמו שם,
פרייען זיך היינט בְּנֵי צִיּוֹן יָגִילוּ בְּמַלְכָּם,

*משמים זיי בעטן דעם כל יכול,
יְהַלְלוּ שְׁמוֹ בְּמָחוֹל,

עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים ביום חתונתו,
ס'וועט זיין בְּתֹף וְכִנּוֹר יְזַמְּרוּ לוֹ,

מזל טוב, וואונטשן בקול רם,
רבינו שליט"א מיט אלע מחותנים,

וחסד ד' מעולם ועד עולם,
וצדקתו לבני בנים,

תלמידים וחסידים פונעם רבי'ן דער ברך משה פרייען זיך פי כמה,
ברך ר"ת כִּי רוֹצֶה בְּעַמּוֹ,

דער חתן א דאפלטע אייניקל א זכי',
יְפָאֵר עֲנָוִים בִּישׁוּעָה,

--צוזאמען מ'גרייט זיך צו דעם עת רקוד,
יַעְלְזוּ חֲסִידִים בְּכָבוֹד,

שירה אינימטן די נאכט האט א באזונדערע חשובות לדורותם,
יְרַנְּנוּ עַל מִשְׁכְּבוֹתָם,

=צוזאמען מ'הייבט זיך צום שוכן מעונם,
רוֹמְמוֹת קל בִּגְרוֹנָם,

תלמידים פון ישיבה לצעירים געברענגט היינט שעות רצופות פון אלע צדדים,
דאס איז חרבו של תורה וְחֶרֶב פִּיפִיּוֹת בְּיָדָם,

*חודש אדר א שמחה מ'איז טועם,
לַעֲשׂוֹת נְקָמָה בַגּוֹיִם,

תּוֹכֵחוֹת בַּלְאֻמִּים פאר אלע עמלקים,
זייער עונש לא ישוב ריקם,

*געהאנגען המן מרומם געוועהן קרן הצדיקים,
לֶאְסּר מַלְכֵיהֶם בְּזִקִּים,

וְנִכְבְּדֵיהֶם - בְּכַבְלֵי בַרְזֶל,
די עשרת בניו אויף די זעלבע שוועל,

*לַעֲשׂוֹת בָּהֶם מִשְׁפָּט כָּתוּב,
ככתוב אשר הכין לו מקיום געווארן בנועם זיו,

ברוכים כל הצדיקים זינגט מען היינט ימצא בה,
הָדָר הוּא לְכָל חֲסִידָיו הַלְלוּקָהּ:

מזל טוב, וואונטשן בקול רם,
רבינו שליט"א מיט אלע מחותנים,

וחסד ד' מעולם ועד עולם,
וצדקתו לבני בנים,


רבינו שליט"א (ניגון א')

אגרא דבי הילולא מילי,
ווען רבינו שליט"א פרייט זיך ברנה בגילה,

ס'פרייען זיך אלע מסתופפים בצלו,
שמחת צדיקים איז לכל העולם כלו,

--טאנצן ריקודין איז א עקסטערע פעולה,
צדיקים האבן געזאגט טאנצן איז נאך מער ווי תפלה,

בפרט היינט נאכט א באזונדערע סגולה,
פון הייליגן קאלוב'ער די יומא דהילולא,

--באקאנט דער הייליגע קאלובער האט געזאגט במקומו,
פארן טאנצן געזאגט משל למה הדבר דומה,

איינער האט זיך אנגעגעסן מיט א סעודה מכל טוב וטוב,
אבער נישט געהאט צו באצאלן דערויף,

=מ'האט אים געוואלט דערפאר באשטראפן און שלאגן,
האט דער מענטש גע'טענה'ט און געטון זאגן,

שלאגן ברענגט נישט קיין געלט אבער איך קען טאנצן און זינגען,
מענטשן וועלן מיט מיין זינגען אהער אריין דרינגען,

=האט דער הייליגער קאלובער געזאגט רבש"ע מיר זענען דיר שולדיג אסאך,
מיר קענען אבער נישט באצאלן גלייך,

מיר קענען אבער זינגען און טאנצן פאר דיר,
מעורר זיין יעדן ארום צו דינען דעם יוצר היצור,

= דער צדיק ר' הירצקא ראצפערטער פלעגט אויך פארציילן דעם סיפור,
יעדעס יאר נאכן דאווענען כל נדרי ביינאכט ליל יום כיפור,

און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה,
געזאגט מיטן טאנצן קען מען זיך אויסקויפן צום שנת העתידה,

*אזוי גייט מען טאנצן מעומק הלב,
דער הייליגער ייטב לב געזאגט אפילו מ'איז שולדיג מ'איז חייב,

אבער חייב ר"ת 'יעלזו 'חסידים 'בכבוד 'ירננו,

טאנצן איז ווי הקפות און בארגן איז מלשון הקפה,
אז מ'איז שולדיג אזויפיל בהוספה,

ביים טאנצן קען מען באצאלן אלע חובות חייב ס"ת כי' לקח' טוב' נתתי',

"=דער רבי הערשט געקומען מעבר לים אין דעי מצבים,
מ'בענטשט גומל זאגט מען הגומל לחייבים,

לחייבים אפי' ווען מ'איז חייב איז דער באשעפער גומל לחייבים טובות,
אבער מיט תורה באצאלט מען יעדן חוב,

ווי די פסוק זאגט כי לקח טוב,
מיטן טאנצן זוכה לחמשה קולות באצאלט מען אלע חובות,

=ס'קומט שוין פורים חייב איניש אז א מענטש איז שולדיג פארן באשעפער א חוב
איז די עצה לבסומי בפוריא צו טאנצן און זינגען במינים ועגב,

די וואכעדיגע סדרה והיו על לב אהרן בבואו ל"ב ר"ת לבוסומי בפוריא זאגט אבער דער הייליגער של"ה,
לבסומי בפוריא מיינט זיך לשמוח ברוחניות דאס טוט מען יעצט דא,

(זינגען לעצטע פאל)


(אודה ל"ט)

יעלזו חסידים בכבוד ווען די אבות זענען דא שכיחא,
דעי וואך ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך,

מיט די עבודת הק' לעמוד ולשרת,
מיט די בגדי כהונה לכבוד ולתפארת,

שטייט פון קדמונים לכל חפציהם דרושים,
די הייליגע צדיקים זענען פאר כלל ישראל לבושים,

די גמ' אין מועד קטן, קרבנות שטייט גלייך נעבן בגדי כהונה,
אויך לעבן מיתת צדיקים ווייל אלע זענען מכפר מיט די זעלבע בחינה,

--האמיר דא די בגדי כהונה אנגעהויבן מיטן הייליגן ישמח משה מיטן מצנפת,
מצנפת זאגן חז"ל ווייזט אויף ענווה זיך געהאלטן קליין כאין וכאפס,

שטייט אין רבינו בחיי און דומה לזה שטייט פון מהר"ל,
די מצנפת ווייזט אז די שכינה איז שורה ביי אידן ס'ווייזט אז אלקית איז חל,

ווען דער הייליגע ישמח משה האט געלערנט האט מען ארויסגעהערט נאך א קול,
ס'איז געוועהן שכינה כגנדו אויך געוועהן שבתא דכולא שעתא אן קיין חול,

שטייט אין אברבנאל מצנפת ווייזט אויף אמונה וואס איז תלו אינעם שכל מ'זעהט דאס אין זיינע ספרים כאמור,
דער צדיק כתמר - מצנפת בגימ' כתמר,

=ר' אלעזר ניסן קעגן די כתונת - מעורר זיין די זכיות,
כתנת ס"ת אמונת' עתיך' חוסן' ישועות',

שטייט אין רמב"ן די כתונת איז געוועהן אהרן מיט די קינדער אב ובן די זעלבע זאך,
דער הייליגע ישמח משה אים מכבד געוועהן ביים טיש זאגן תורה אויך מיטן ייטב לב כדי ס'זאל זיין גלייך,

שטייט אין אברבנאל די כתנת ווייזט אויף שלימות המעשים געוועהן אזא שלימות,
כתנת איז אבער געוועהן באהאלטן אונטער אלע בגדים די ענוה כמי שממית,

זכר צדיק לברכה זיין ברכה איז דא משבחים ומפארין,
כתנת ס"ת יברך' את' בית' אהרן',

=דער הייליגער ייטב לב - מיטן מעיל טוט קומען,
ונשמע קולו בבואו אל הקודש מיט דעם פעמון ורימון,

שטייט פון אלשיך הק' פעמון ורימון איז געוועהן צוזאמען,
שווייגן איז דער רימון אבער דער כח הדיבור ליגט אינעם פעמון,

כדי צו וויסן ווען צו ניצן דעם דיבור און ווען דער שתיקה,
דער הייליגער ייטב לב מיטן כח הדיבור כה תברכו בתורה געגעבן ברכות און צו תורה געווען חבוקה ודבוקה,

מעיל ר"ת 'מהודך 'עליו 'למען 'ישמעו, מעיל ר"ת 'עומדת 'לעד 'משפטי 'ד',
מעיל תכלת - תכלת דומה לרקיע משמים דעם זכות מ'געט א נעם,

"מיטן הייליגען קדושת יו"ט אבנטו של כהן גדול געוועהן פון ל"ב אמות,
מרומז אויף גדרים וסייגים געוועהן דער לוחם מלחמות,

דער אבנט איז נגד הלב - בכל נפשו ולבבו געפירט דעם הייליגען הויף,
אבנט איז די ס"ת לא' הביט' און' ביעקב',

אבנט בגימ' 'חיל אחז' פארן באשעפער מיט אזא פחד ומורא,
חיל ר"ת זיין הייליגע נאמען די זכות איז דא שורה,

תוס' אין מס' עריכין זאגט דער אבנט איז ארום געגאנגען צוויי מאל, נגד הלב צו זיין א שליט,
צוויי מאל לב בגימ' ס"ד ארויף בסערה השמים בשנת תר-ס"ד,

"דער הייליגער עצי חיים מיטן ציץ - קודש לד' זהב טהור,
בקדושה ובטהרה נשאת ציץ נזר הקודש מיט דעם אור הבהיר,

והי' על מצחו תמיד מצחו ר"ת 'מורינו 'ורבינו 'חיים 'צבי,
על מצחו תמיד נישט מסיח דעת געוועהן פון די הייליגע תורה מתורתך לא נטיתי,

די ציץ איז מרצה אפילו שאינו על מצחו איז דאך שיטת ר' שמעון,
אפי' נאך די הסתלקות ציץ מרצה זיין זכות צוניץ געקומען,

דער רבי דער ברך משה פארציילט בשעת די מלחמה, ווען ער האט אזויפיל געליטן
דער טאטע דער הייליגע עצי חיים געקומען פון גן עדן העלפן אין יענע מינוטן,

חלק ב'

(שינאק – מיוחס להרה"ק מקאלוב)

מיט רבינו הקדוש - זכור אהבת קדומים,
דער חשן משפט דער אורים ותומים,

שטייט אין בעל הטורים אורים ותומים בגימ' אור ישראל,
פארשיינט זיין אור פאר אונזערע קהל,

"שטייט אין חתם סופר דער חושן איז געוועהן פארנט פונעם כהן צדיקים גייען לפניו,
שטייט פון ראפשיצע רב חשן ר"ת 'שומר 'נפשות 'חסידיו,

שטייט אין דגל אורים ותומים מרומז אויף יראה און אהבה,
דער רבי האט מיט יראה ואהבה געשיינט כי ידעתיו אשר יצוה,

"ומלאת בו ארבעה טורים,
אין פיר מקומות משמש געוועהן ברבנות מיט אלע הידורים,

ארשעווע קראלי סאטמאר אין אמעריקא בארץ לא זרועה,
דער אורים ותומים האט געוויזן ווען צו ארויס צוגיין אין מלחמה כידוע,

"שטייט פון ר' לייבוש בערזאנער חשן בגימ' ד' מֶלך ד' מלך ד' ימלך,
אויסגעשריגן דעם ד' מלך איבער די גאנצע וועלט מיט כח,

אמאל געוועהן אין לאנדאן בעת רעוא דרעווין ד' מלך אויסגעשריגן,
אפי' די גוים שונאי ישראל זענען געווארן פארשוויגן,

--מיטן טאטן דער רבי ז"ל ז' אדר הילולת משה מעלמא דקשוט,
מקיים געוועהן ולא יזח החשן מעל האפוד,
דער רבי דער אפוד געוועהן דבוק צום פעטער דער חושן המשפט בכל נפש ובכל מאד,

-- שְׁתֵּי כְתֵפת חוברת יהי' לו,
אֶל שְׁנֵי קְצוֹתָיו פון ביידע זייטן אזוי,
שטענדיג זיך סומך געוועהן על אביו ועל דודו,

"אויפן אקסל געוועהן די אבני שהם – שהם די אותות משה,
דעי וואך אין באר מים חיים א מנהיג דארף טראגן אויף די פלייצע אידן פון זיין עדה קדושה,

זאגט ער פונקט ווי טאטע טראגט א קינד אויף די פלייצע ער זאל נישט אום פאלן אינמיטן וועג,
אזוי אויך אין אלע דורות דער מנהיג איז מגין אויף אידישע קינדער אין אלע טעג,

"ס'איז געוועהן צוויי כתפות זאגט דער באר מים חיים,
דאס ערשטע ווי א טאטע צו געדענקען אידן כל ישראל אחיהם,

און דאס צווייטע צו געדענקען כלפי שמים צו בעטן פאר זיי א תפלה,
ווער נאך ווי ער האט געטראגן אויף'ן פלייצע אזויפיל אידן מיט פריוואטע בקשות אפילו,

"ונשא אהרן את שמותם על שתי כתפיו לזכרון,
דער רבי געדענקט נאך וואס איז געליגן אויפן טאטנס פלייצע במשך די אלע יארן,

וויפיל צער און כאב דורך געגאנגען זיין לעבן - מיט מסי"נ געפירט די קהילה מיט אזויפיל כח,
היינט נעמט מען דעם זכות פונען חשב האפוד חשב ר"ת חִזַּק בְּרִיחֵי שְׁעָרָיִךְ,

"היינט נאכט ז' אדר פארציילן שנת תש"ד בשעת די מלחמה דער טאטע געפארן קיין קאלוב צו די הילולא,
צוזאמען מיט טויזנטער אידן זיך אויסגעוויינט ס'געוועהן ממש א יום תפלה,

אויפן וועג אהיים ביים זיידן ר' שלום אליעזר באקומען א ברכה שליחי מצוה אינם נזוקין אפי' בחזירתן,
און טאקע ניצול געווארן אונטערוועגנס פון שונאי ישראל ס'איז געוועהן תופר עצתן,

"היינט נאכט ביום ז' אדר ווען דער רבי איז דא צוזאמען מיט ר' שלום אליעזר'ל דעם זיידן,
זיי זענען שלוחי מצוה צו די ריקודים של מצוה שלוחים פון גן עדן,

וועלן זיי משפיע זיין אז אינם ניזוקן אפי' בחזירתן,
פאר קיין שום אידיש קינד זאל נישט געשעהן קיין שום אסון,

"מ'דערמאנט זיך בשעת די שמחות מ'פלעגט זינגען די קאלוב'ע ניגונים ביים רבי'נס טיש,
האבן זיך געגאסן טרערן פון זיינע אויגן בדמעות שליש,

אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת,
היינט נאכט ז' אדר דערמאנען די הייליגע שירים אין דעם עת משוש,

(סאלא קאקאש – מיוחס להרה"ק מקאלוב)

בעט מען: ווען וועט דאס זיין, ווען וועט דאס זיין,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא, דעמאטץ וועט עס זיין,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא, דעמאטץ וועט עס זיין,

--צוזאמען מיט די רעבעצן ע"ה וואס שעפט נחת פון דעם דור,
א מורא'דיג לשון שטייט אין מדרש רבה פ' במדבר,

משבצות זהב לבושה זה אהרן שנאמר ועשית משבצות זהב,
מכאן אמרו זאגט די מדר' דערויף,

--א אשה וואס איז א צנועה אפי' ישראלית ראוי'ה שתנשא לכהן,
ותעמיד כהנים גדולים שנא' ממשבצות זהב לבושה דאס זעהט מען במיטב הגיון,

אדאנק איר צניעות - זוכה געוועהן משמש צו זיין דעם טאטן,
מעמיד געוועהן כהנים גדולים קינדער און אייניקלעך רבנים אויפן וועגן דעם גלאטן,

ממשבצות זהב לבושה, זה אהרן ממשיך די ירושה,
צוזאמען מיט די בגדי כהונה בגדי אהרן מגין מיט א זכות א פרישע,


בעט מען: אִם מָּצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ, בְּעֵינֶיךָ הַמֶּלֶךְ,
תִּנָּתֶן נַפְשִׁי, בִּשְׁאֵלָתִי, וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי, (ב"פ)

--די מינוטין זענען אזוי טייער,
ויאמר המלך לאסתר,

דער מלכו של עולם פרעגט כלל ישראל,

במשתה היין ווען מ'קען פועלן נאך און נאך,
מה שאלתך וינתן לך,

וואס ענפערן אידישע קינדער דאס מאל,

--אם על המלך טוב מ'בעט כלפי מעלה,
בשעת'ן טאנצן המלך ר"ת כיצד מרקדין לפני הכלה,

במשתה היין מ'האלט שוין נאכן בענטשן און ברכות אויף 2 כוסות,

מה שאלתך וינתן,
די יעצטיגע בקשות זענען אל הלב נכנסין,

די אבות פון ג"ע זענען דא די מינוטין אזוי גרויס ס'איז,

--ווייל כלל ישראל ענפערט אם מצאתי חן,
נפשי בשאלתי שטייט פון ר' משה'לע קאזניצער כדי די תפלות זאלן אויפן פלאץ גיין,

ועמי בבקשתי איז מען זיך מקשר מיט די צדיקים פון פריער,

ועמי בבקשתי די צדיקים העם,
נפשי בשאלתי אידישע בקשות בזו היום,

זיי טראגן ארויף צום יוצר כל היצור,

"במשתה היין ביום חתונתי,
ושויתי ד' לקראתי,
מן המיצר קראתי,

ווען עליונים ותחתונים ששו,
בעט מען מי יתן מנוחתי,
ועמי בבקשתי,

"אם מצאתי חן,
כי גם זה לך בן,
חשוכי בנים זאגן היתה לי לחם דמעתי,

תנתן לי,
זאל שוין זיין א בית רבתי,
ועמי בבקשתי,

"אם מצאתי חן,
אויף די ערליכע וועגן גיין,
והיתה שלימה מטתי,

אוועק מיט די בזיונות אסף אלקים את חרפתי,
נאר צוריק בצל קורתי,
ועמי בבקשתי,

"אם מצאתי חן,
רפואות פאר גרויס ביז קליין,
אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי,

רחמיך יכמרו בחננתי,
קרעכצן פון חולים יגעתי באנחתי,
ועמי בבקשתי,

"אם מצאתי חן,
מיט געלט ובכן תן,
מיט א שפע שתזמין פרנסתי,

קומה בעזרתי,
וצויתי את ברכתי,
ועמי בבקשתי,

"מיט די תורה תבלין בראתי,
נר לרגלי ואור לנתיבתי,
מקיום ווערן כל היום הוא שחתי,

מתורתך לא נטיתי זאת נחמתי,
ווייל די חורבן קומט על עזבם את תורתי,
ועמי בבקשתי,

"אידן אין גלות לרוחתי ולשעותי,
בעטן ושמחתים בבית תפלתי,
איכה ישבה בדד העיר רבתי,

די שכינה הק' יונתי תמתי,
שוין אזויפיל יאר בקשתי ולא מצאתי,
ועמי בבקשתי,

בעט מען: גלות גלות ווי גרויס ביסטו, שכינה הק' ווי ווייט ביסטו,
וואלט דער גלות קלענער געוועהן, וואלט די שכינה נענטער געוועהן,

אִם מָּצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ, בְּעֵינֶיךָ הַמֶּלֶךְ, תִּנָּתֶן נַפְשִׁי, בִּשְׁאֵלָתִי, וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי,

(בגלל אבות - וויזניץ)

בגלל אבות,
די שמחה איז גרויס,
א מז"ט אין דעם עת משוש,

די חשוב'ע רעבעצן די באבע,
בשמחה רבה,

מ'זעהט מיט די אויגן נחת,
בבת אחת,
נאך א שמחה בשעה טובה ומצלחת,

=בגלל אבות תושיע בנים,
ויזכור ברית איתנים,

די זכות אבות פונען זיידן כ"ק דער ישועות משה זער צדיק לברכה,
ברענגט א המשכה,

אבות אבותיהם,
משמים,
לבני בניהם,

=אם מצאתי חן,
א ברכה פאר רבינו שליט"א מבשר אתן,

די וואכעדיגע סדרה ואתה הקרב אליך אהרן אחיך ידוע ונתגלה,

זאגט די מדר' הה"ד לולי תורתך שעשיעו,
ווייטער קענען משפיע זיין תורה וחסידות לתפארת ולנוי

(חסר הסיום... ווער קען עס משלים זיין?)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דער סיום איז :
לכה רבינו לקראת כלה
----
PDF:
groman.pdf
(145.59 KiB) געווארן דאונלאודעד 308 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

פאריגע מאל האט ער געמאכט דעם יש"מ פאר א זית און יעצט פאר א מצנפת איך מיין מעיק אפ יור מיינד
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

https://app.box.com/s/piogdaelvjvahlwaqmq0

איינער קען ארויפלאוידען די לעצטע פאר פון דעם ווינטער
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

האט איינער אפשר די גראמען פון די חתונה די וואך
בחצרות סערט וויזניץ - ביסטריץ - וויזשניץ?
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

ווער האט געגראמט דארט? מרדכי דוד?


בכלל ממעג עפענען אן אשכול לכבוד השמחת בבית צדיקים סאטמאר-וויזניץ סקווער און בעלזא
אויב מקען ארויפלייגען דארט די נעמען פון די בדחנים. ווער סגראמט ווען . recordings און pdf files אויב מעגליך
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ביסט מכובד צו גיין פתיחה, געב א דרוק דעם קעסטעל , אויבען ווי עס שטייט נייע אשכול,און פול עס אן....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער בדחן האט געשריבן:ווער האט געגראמט דארט? מרדכי דוד?


בכלל ממעג עפענען אן אשכול לכבוד השמחת בבית צדיקים סאטמאר-וויזניץ סקווער און בעלזא
אויב מקען ארויפלייגען דארט די נעמען פון די בדחנים. ווער סגראמט ווען . recordings און pdf files אויב מעגליך

ביטע נישט עפענען קיין אשכולות פון שמחת בית צדיקים אשר חיים אתנו לאויו"ש.
יישר כח
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קען איינער ביטע ארויפלייגן די נייע גראמען פון ר' מרדכי דוד'ן אויפ'ן תפלה קודם התפלה פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך?
הערעך ס'איז עפעס מייסטערהאפט, ווארעם און תוכן'דיג!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מ'קען עס קויפן ביי קרן שמואל ישעי' פאר א נישטיגע דאללאר.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

ר' מרדכי דוד האט ווידער אראפגעלייגט גאר א שיינע תוכנדיגע ארבעט ביי די סאטמארע חתונה דעם פארגאנגענעם דינסטאג נאכט

אוי הומה להי

כל בני ישראל מלכים

זייער זייער ווארים
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

געדענק איך אמאל ביי א חתונה אין וויליאמסבורג סדאכצעך געווען חמשה עשר בשבט האט ר מרדכי דוד אויסגעגראמט מיט קולי שמע לרוחתי לשועתי, זייער שיין געווען ווייסט איינער וואו מען קען עס באקומען ?
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

דל גאה האט געשריבן:געדענק איך אמאל ביי א חתונה אין וויליאמסבורג סדאכצעך געווען חמשה עשר בשבט האט ר מרדכי דוד אויסגעגראמט מיט קולי שמע לרוחתי לשועתי, זייער שיין געווען ווייסט איינער וואו מען קען עס באקומען ?



https://app.box.com/s/xkwna2xon0xjco679qfshtwtkkh9pqob

file ka13516
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

חזרה האט געשריבן:כל בני ישראל מלכים

מיינסט אוודאי כל ישראל בני מלכים
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

דער בדחן האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:געדענק איך אמאל ביי א חתונה אין וויליאמסבורג סדאכצעך געווען חמשה עשר בשבט האט ר מרדכי דוד אויסגעגראמט מיט קולי שמע לרוחתי לשועתי, זייער שיין געווען ווייסט איינער וואו מען קען עס באקומען ?



https://app.box.com/s/xkwna2xon0xjco679qfshtwtkkh9pqob

file ka13516

שכוח
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

דער בדחן האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:געדענק איך אמאל ביי א חתונה אין וויליאמסבורג סדאכצעך געווען חמשה עשר בשבט האט ר מרדכי דוד אויסגעגראמט מיט קולי שמע לרוחתי לשועתי, זייער שיין געווען ווייסט איינער וואו מען קען עס באקומען ?



https://app.box.com/s/xkwna2xon0xjco679qfshtwtkkh9pqob

file ka13516

אין די גאנצע אשכול זיינען אלע גראמען נאר אין די סייט https://app.box.com
איך האב נישט צוטריט צו דארט, אפשר איז פארהאן דא עפעס א בעל חסד וואס וואלט מיר איבער געלייגט כאטש א חלק אויף קאפי/דראפבאקס/דרייב?
נאך א וואך דארף איך פארן אינטערוועגנס א לאנגע צייט און ס'וואלט מיר שטארק געקומען צונוץ אינטערוועגנס...
יישר כח.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

פעלעד האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:געדענק איך אמאל ביי א חתונה אין וויליאמסבורג סדאכצעך געווען חמשה עשר בשבט האט ר מרדכי דוד אויסגעגראמט מיט קולי שמע לרוחתי לשועתי, זייער שיין געווען ווייסט איינער וואו מען קען עס באקומען ?



https://app.box.com/s/xkwna2xon0xjco679qfshtwtkkh9pqob

file ka13516

אין די גאנצע אשכול זיינען אלע גראמען נאר אין די סייט https://app.box.com
איך האב נישט צוטריט צו דארט, אפשר איז פארהאן דא עפעס א בעל חסד וואס וואלט מיר איבער געלייגט כאטש א חלק אויף קאפי/דראפבאקס/דרייב?
נאך א וואך דארף איך פארן אינטערוועגנס א לאנגע צייט און ס'וואלט מיר שטארק געקומען צונוץ אינטערוועגנס...
יישר כח.


גייסט די לינק,
קענסטו דאונלאודן אלע
https://app.box.com/s/xkwna2xon0xjco679qfshtwtkkh9pqob

אהן אריין סיינען
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

איך האב געהערט אז ער איז אויך א קאמפאוזער און האט שוין קאמפאוזט אפאר ניגונים, אויב איינער ווייס וואסערע ניגונים און קען דאס ארויף שטעלן דא פארן ציבור, איז מכיבוד
יישר כח
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איך מיין אז די ניגון "אנא מלך" פון די טעיפ "קרית מלך רב", האט ער מחבר געווען,
די טעיפ איז ארויסגעקומען תשנ"ד לכבוד די חתונה פון ר' חיים צבי בן מהר"א מ'סאטמאר,

די באוואוסטע ניגון "ואמר ביום ההוא" פון ר' יושע מענדעלאוויטש איז אויף דעם טעיפ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די שנעלע "השבת נועם הנשמות" אויך.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשי מאטשי »

איינער קען ביטע צושטעלן די גראמען וואב די בדחן שליט"א האט געגראמט ביים גרויסן טאשע חתונה פאריגע וואך??
ביטע אויף דראפאקס אויב מעגליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”