להודיע - משה גאלדמאן
אחראי: אחראי
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12466
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
להודיע - משה גאלדמאן
די פארגאנגענע וואך איז ווידעראמאל ארויסגעקימען א טעיפ פונעם באקאנטען - און אפשר גרעסטען - חרדישן קאמפאזעטירער ר' משה גאלדמאן מיטן נאמען "להודיע" אויפן פסוק להודיע לבני האדם גבורותיו, די אכצענטע! אין די סעריע פון די 'מחנה שלוה' קאסעטע'ס,
ווי אלעמאל איז עס אויך אראנדזשירט דורך ר' משה לויפער (נישט פון די סאטמאר'ע לויפער'ס..)
די פארגאגענע פאר יאר זינט ער איז ארויסגעקימען מיט די טעיפ 'שמחתי' - נאך א צייט אפשניט וואס ער איז נישט ארויסגעקימען מיט קיין טעיפ'ס,- האט ער געוויסט אז אויף חמשה עשר באב מיז ער האבן א טעיפ מיט צען ניגונים אין די געשעפטן, נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט און וויאזוי ס'קוקט אויס, די פארגאנגענע יאר איז ער אבער נישט ארויסגעקימען מיט קיין טעיפ, כ'ווייס נישט די סיבה, אבער ס'גיט שטארקע טשאנסן אז ס'איז בעסער אויפגעארבייט ווי די פאריגע,
ס'איז דא וואס גלייכן נישט זיינע טעיפ'ס, איך לכשעצמי גלייך עס שטארק, עס האט עפעס אן אייגענארטיגע חן,
*
איינער איז צו מיר צוגעקימען נעכטן און ער בעט מיר די דעקל פון די נייע טעיפ להודיע, "די ניגונים קען איך שוין" זאגט ער, "איך וויל נאר וויסן די ווערטער אויף וואס ער האט עס דאסמאל ארויפגעלייגט"...

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12466
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
גראדע כ'האב מיך גאר לעצטענס איינגעהאנדעלט דעם סידי, די צוויי אידישע ניגונים איז זייער שיין, בעיקר די בלעטעלע ניגון, זייער הארציג און שיין, די מעשה מיטן בלעטל, די משל איז א מורא'דיגער דערהער, ס'האט מיך היפש באנימען, און די קינדער זינגען אויך דארט בעסער ווי נארמאל,
דער לוח ניגון איז אויך זייער א שיינער ניגון, שוין נישט אזוי הארציג, אבער שיין, און א גוטע דערהער, ביסט דאן האביך נישט געוויסט פון וואנעט שוועמל נעמט זיין חתימה "דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט" ...מיינע גוטע פריינד...
די אנדערע ניגונים זענען אויך זייער שיינע,
דער לוח ניגון איז אויך זייער א שיינער ניגון, שוין נישט אזוי הארציג, אבער שיין, און א גוטע דערהער, ביסט דאן האביך נישט געוויסט פון וואנעט שוועמל נעמט זיין חתימה "דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט" ...מיינע גוטע פריינד...
די אנדערע ניגונים זענען אויך זייער שיינע,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זיינע לעצטע 5-6 טעיפס זענען כאין וכאפס אנטקעגן זיינע ערשטע טעיפס.
ער האט נישט קיין איין "היט" ניגון אויף די טעיפס.
און ווען איך הער אויס זיינע ערשטע טעיפס, וואונדער איך מיך פארוואס די טאלאנט
פון פאבריצירן ניגונים ווערט שוואכער אין די שפעטערע יארן.
האסט שוין געהערט "כי נחם" "זכור השם חבת" הבן יקיר" " אני מאמין" "הגלה נא" "ועל ידי" " כאיל תערוג" "כי לקח" "אלקי נשמה" "לב טהור" ? ,
און די ליסטע איז ריזיג, מיט די ניגונים איז די וועלט אויף געווען, און האסט עס געהערט זינגן איבעראל.
כמעט יעדע ניגון זיינע איז געווען א "היט" אויף זיינע ערשטע טעיפס.
זיינע לעצטע טעיפס זינגט קיינער נישט נאך, ווייל עס איז נישט דא וואס מען קען עכט נאכזינגען.
ער האט נישט קיין איין "היט" ניגון אויף די טעיפס.
און ווען איך הער אויס זיינע ערשטע טעיפס, וואונדער איך מיך פארוואס די טאלאנט
פון פאבריצירן ניגונים ווערט שוואכער אין די שפעטערע יארן.
האסט שוין געהערט "כי נחם" "זכור השם חבת" הבן יקיר" " אני מאמין" "הגלה נא" "ועל ידי" " כאיל תערוג" "כי לקח" "אלקי נשמה" "לב טהור" ? ,
און די ליסטע איז ריזיג, מיט די ניגונים איז די וועלט אויף געווען, און האסט עס געהערט זינגן איבעראל.
כמעט יעדע ניגון זיינע איז געווען א "היט" אויף זיינע ערשטע טעיפס.
זיינע לעצטע טעיפס זינגט קיינער נישט נאך, ווייל עס איז נישט דא וואס מען קען עכט נאכזינגען.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12466
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
נישט ווייל ס'איז נישטא וואס נאך צו זינגען, נאר ווייל אמאל איז ער געווען דער "איינציגסטער" צו ארויסגעבן די טעיפס, און איהכ"נ אז זיינע לעצטע פאר טעיפ'ס זענען ארויסגעקימען ווייל ער האט געוויסט אז ס'ווערט שוין זימער און ער מיז זיין אינדרויסן מיט א טעיפ, ווי אויבן דערמאנט באריכות, מיט דעם אלעם, איז אבער די יעצטיגע טעיפ "להודיע" שענער ווי די לעצטע פאר שטיק,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2549
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7174
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן

ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שדה ורוד און 19 געסט