בלאט 1 פון 3

ניגוני נחמה לכבוד שבת נחמו

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 10:44 am
דורך מאשקע
ווער ס'האט עפעס שיינע ניגוני נחמה לכבוד שבת נחמו, ווערט געבעטן דאס ארויפצולאדענען דא.

איך וועל זיין דער מתחיל במצוה (אויסער אויב עמיצער וועט מיך אויסכאפן) און ארויפלייגן דא ביז געציילטע מינוט פינף ניגונים פון ר' בנציון שענקער הי"ו.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 10:58 am
דורך מאשקע
דא האט איר.

לערנטס ענק אויס דעם נחמו. ס'צעגייט אין די ביינער.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:27 am
דורך קרעזי
לכבוד דאס וואס מיר קענען שוין הערן מוזיק, וועט מען זיך היינט קענען אנבינדן דירעקט אינעם "היימיש ענד בלעק" ראדיא סטאנציע דורכן רופן אין ביורא דורך גוגל טאלק. פארבינד אייך מיט מיר דורכן גוגל טרייבל, און איר וועט אויך קענען מיטהאלטן דעם לייוו בראודקעסט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:04 pm
דורך קרעמער
יישר כח מאשקע.

--
נאכן זיך איינהערן צו קרעזי'ס קרעזי סטאנציע אויף גוגעל טאלק, קען איך מיט פאטאס מעלדן אז איך בין שוין ב"ה פולקאם געטרייסטעט..

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:08 pm
דורך קרעזי
א דאנק ר' קרעמער. ענד ווי דזשאסט וואנט טו טעל יו אלל אוט דער, דיס איז א וואן דעי ספעשיל פראם די היימיש ענד בלעק היפ-האפ דזשואיש סטעישן, סאו סטעי אף טונד.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:25 pm
דורך קרעטשמע מאן
א גרויסן דאנק פאר די מאשקע מייסטער דא, עס לויפט בי מיר אויפן סקרין די גרינע קעסטעלעך אלץ באוייז אז ער יושב'ט אריין ביי מיר אין קאמפיוטער,

מיסטער קרעזי (Wאט עי ניק?) אויב מעג איך וויסן, ווי אהין ברויך איך זיך איינשטעקן צו קענען מיטהאלטן דיינע בראודקעסטער ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:27 pm
דורך קרעזי
מען דארף זיך ווענדן צו מיר אין גוגל טאלק. מיין אדרעס איז heimishekretchme ביי גימעיל.זאלזייןגעזונט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:29 pm
דורך קרעטשמע מאן
און אויב האב איך נאר א יאהו, איך פארמאג נישט די לוקסוס פון א גימעיל אקונט, בין איך אויסגעשפראכן ?

קענסטע דען נישט ארויפלייגן א לינק דאהו אינעם היכל הנגינה ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:32 pm
דורך קרעזי
גימעיל איז שוין היינט נישט קיין לוקסוס. גיי צו גימעיל.קאם און קענסט דארט אליין עפענען א חשבון.

מערהייט פון קרעטשמע מיטגלידער נוצן גוגל טאלק, און דאס איז געווארן די דע-פאקטא א.מ. פראגראם צווישן די יושבי על מדין דקרעטשטמע דינן.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:54 pm
דורך אלץ-ווייסער
קרעיזי זיסער
די בסט דאך אראפפון זינען, OFFLINE
וואס איז דאס אזוינס?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:55 pm
דורך אלץ-ווייסער
מאשקע
פארוואס אייגענטליך האסטו יודישע טעגס?
האסט אן אידישע אייפאד?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:58 pm
דורך מאשקע
ניין. ביים ריפען די פיילס פונעם סידי דורך ווינדאוס מידיא פלעיער, קאנעקט ער זיך צו אן אינטערנעטישן דאטאבעיס פון - ווארשיינליך - מיליאנען אלבאמען וואס זענען שוין ערשינען לאור עולם, און צווישן זיי האט ער געטראפן די אינפארמאציע פון דעם סי-די וואס א איד האט זיך געיאוועט אריינצולייגן און מזכה זיין די אנדערע צענדליגער מאדזשיצער חסידים.

יעדע סי-די ווערט אידענטיפיצירט דורך א סיריעל נומער, און אויב טרעפט ער אינפארמאציע אויפ'ן זעלבן סיריעל נומער, ווייסט ער גלייך וואספארא סי-די איך האב. איך האב שוין געריפט אסאך מוזיק סי-דיס צו מיר אין קאמפיוטער (בלויז פאר בעקאפ), און אויף רוב דערפון האט ער טאקע געטראפן טעגס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:21 pm
דורך אלץ-ווייסער
כ'ווייס פון GRACENOTE און CDDB.
אבער ניגונים מיט יודישע טעגס האב איך נאכנישט געזען.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:28 pm
דורך מאשקע
דאכט זיך אז מייקראסאפט נעמט זייער אינפארמאציע פון CDDB.

פרוביר עס אויס. נעם א באקאנטע אידישע סידי (נישט ניגוני סאטמאר לימים נוראים תשס"ב למשל...) און לייג עס אריין, צינד אן מידיע פלעיער, גיי צו ריפ, און קוק וואס ס'פאסירט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:37 pm
דורך אלץ-ווייסער
מאשקע האט געשריבן:יעדע סי-די ווערט אידענטיפיצירט דורך א סיריעל נומער, און אויב טרעפט ער אינפארמאציע אויפ'ן זעלבן סיריעל נומער, ווייסט ער גלייך וואספארא סי-די איך האב.


ס'איז נישט אזוי.
די סי די האט נישט קיין סיריעל נומער. ניין.
ס'איז אזוי:
יעדע סי די האט א צאל טרעקס, לאמיר זאגן פון 1 ביז 20 טרעקס.
יעדע טרעק האט א סכום פון מינוטן און סעקונדעס.
צווישן יעדע טרעק איז דא א סכום סעקונדעס לידייג. בלענק בלע"ז

יעצט, די יונגע חברה וועלכע האבן ערפינדן CDDB בערך אין די מיטעלע 1990, האבן אויסגעטראפן אז כמעט יעדע סידי איז אנדערש פון די אנדערע, דורך די אינפארמאציע פון טרעקס, און טרעק צייט (צייטליך, דא קומסטו אריין אין בילד).

איך געדענק ווען ר' מיכאל שניצער איז ארויסגעקומען מיט זיין ערשטע סי די, אין 1998 בערך, האב איך עס ארויפגעלייגט פאר אים אויף CDDB און אים געוויזן, אז יעדע סידי וואס איינער וועט אריינלייגן ביי זיך וועט דאס ארויפגעקומען. האב איך אים דעמאלטס געוויזן וויזוי ס'ארבעט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:43 pm
דורך מאשקע
ביזט גערעכט. איך האב עס יעצט נאכגעקוקט ביי מיין חבר מר. וויקי.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 4:28 pm
דורך אלץ-ווייסער
כ'מיין אז ס'איז געווען פאר 1998. ווייל מיכאל'ס ערשטע סי די איז געווען אין 95.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 4:32 pm
דורך קרעזי
אלץ-ווייסער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:יעדע סי-די ווערט אידענטיפיצירט דורך א סיריעל נומער, און אויב טרעפט ער אינפארמאציע אויפ'ן זעלבן סיריעל נומער, ווייסט ער גלייך וואספארא סי-די איך האב.


ס'איז נישט אזוי.
די סי די האט נישט קיין סיריעל נומער. ניין.
ס'איז אזוי:
יעדע סי די האט א צאל טרעקס, לאמיר זאגן פון 1 ביז 20 טרעקס.
יעדע טרעק האט א סכום פון מינוטן און סעקונדעס.
צווישן יעדע טרעק איז דא א סכום סעקונדעס לידייג. בלענק בלע"ז

יעצט, די יונגע חברה וועלכע האבן ערפינדן CDDB בערך אין די מיטעלע 1990, האבן אויסגעטראפן אז כמעט יעדע סידי איז אנדערש פון די אנדערע, דורך די אינפארמאציע פון טרעקס, און טרעק צייט (צייטליך, דא קומסטו אריין אין בילד).

איך געדענק ווען ר' מיכאל שניצער איז ארויסגעקומען מיט זיין ערשטע סי די, אין 1998 בערך, האב איך עס ארויפגעלייגט פאר אים אויף CDDB און אים געוויזן, אז יעדע סידי וואס איינער וועט אריינלייגן ביי זיך וועט דאס ארויפגעקומען. האב איך אים דעמאלטס געוויזן וויזוי ס'ארבעט.


לא זכיתי להבין, וואס מיינט דאס אז "צווישן יעדע טרעק איז דא א סכום סעקונדעס ליידיג". אויב איז עס דיגיטאל, איז נישט שייך אז עס דא עפעס ליידיגס אינדערמיט. עס איז אדער געשריבענע דאטא, אדער גארנישט. ניט אזוי?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 4:34 pm
דורך 3x0
קרעטשמע מאן האט געשריבן:און אויב האב איך נאר א יאהו, איך פארמאג נישט די לוקסוס פון א גימעיל אקונט, בין איך אויסגעשפראכן ?

קענסטע דען נישט ארויפלייגן א לינק דאהו אינעם היכל הנגינה ?

קוק דא. און אויב איז דיר נאך עפעס שווער איבער יענע ענין, זיי דארט ממשיך ביטע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2007 4:41 pm
דורך מאשקע
אלץ-ווייסער האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז געווען פאר 1998. ווייל מיכאל'ס ערשטע סי די איז געווען אין 95.


על גאור האט שוין בכלל געהאט דעמאלטס אויסגעטראפן דעם אינטערנעט?...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 3:46 pm
דורך Good
מאשקע האט געשריבן:דא האט איר.

לערנטס ענק אויס דעם נחמו. ס'צעגייט אין די ביינער.


מאשקע אפשר לייגסט'ס פריש ארויף?

א גרויסן יישר כוח פון פראנאויס

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:15 pm
דורך שנאפס
אפשר טאקע?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:22 pm
דורך דעת זקנים
און פארוואס טאקע נישט?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 4:59 pm
דורך מאשקע

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 5:24 pm
דורך דעת זקנים
א ריזן יישר כח הער מאשקע פארן צילוב טוהן און ארויפשטעלן די ניגונים עוה"פ.
א פרייליכן שבת.