ילמדנו רבינו
קען איינער מיר ביטע פליז געבין צו פארשטיין וואס הייסט "נאך דא צו באקומען", איך פארשטיי די טעיפס וואס מען קען קויפין אין די מוזיק וועבסייטס און פיל געשעפטין ארים די וועלט זאל זיין בכלל איסור השגת גבול.
צו דען אויב מען וויל אויסרייניגין אלטע אווערסטאק טעיפס פון א שטויביגע אלטע warehouse הייסט עס 'נאך דא צו באקומען'.
מנוחה ושמחה האט געשריבן:
געווענליך איז עס דא צו באקומען אין די וויזניצע בתי מדרשים פאר שבועות
ואיסור השגת גבול ידוע
וועליכע וויזניצע ביה"מ? (למושל: אויב איך וואוין אין א צוויטע שטאט אדער א צווייטע לאנד.) צו דען אויב עס איז דא איינער וואס פארקויפט עס אלץ זכר (למשל א אייניקעל, א גמ"ח וואס האט גענומען פארשידינע אלטע טעיפס און פארקויפט עס להשאיר זכר ווייל עס איז נישט געווען א צווייטע וואס האט עס פארקויפט) גייט עס אריין אין די 'א י ס ו ר - ה ש ג ת - ג ב ו ל'? ווער האט זיי געמאכט בעל הבית אויף דעם טעיפ?
אויב מען פארקויט עס נאר ערב יו"ט, צודען וואס איז די השגת גבול פון מוצאי יו"ט ביז דעם קומענדיגע ערב יו"ט ווען מען קען עס דערווייל קיינערגיץ נישט קויפן?
איך בעט א קארצע ריכטיגע ענפער ביטע נישט פארפירען די נושא פון "גירסא דינקותא טעיפס"