הילף איבער א גיטאר

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

הילף איבער א גיטאר

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יוני 24, 2007 10:50 pm

איך וויל זיך איינהאנדלען א ביליגען אבער א גיטן "קוסטיק גיטאר", כ'בין נישט באהאווענט דערין, אבער כ'וויל מיך אביסל צילערנען,
איך זיך איינער זאל מיר אנצייגן וואס ס'איז גוט, ווי איך זאל זיכן, און פארשטייט זיך וואס ס'איז בעסער זיך צו לערנען, נישט צו גרויס, ס'זאל אריינפיטן אין מיין דירה, נישט צו קליין, אז די קליינווארג זאלן עס נישט פארוואנדלען אין זייער'ס א שפילצייג, און ס'זאל אויך האבן א שיינעם קול, דאס ווענדט זיך שוין פון וואספארא האלץ ס'איז געמאכט, און די עיקר שבעיקרם, נישט טייער, דאס פארשטייט דאך מסתמא יעדער אליין,

בקיצור, איך זיך צו קויפן א קוסטיק גיטאר, עני העלפ פליז ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 12, 2007 9:12 pm

איך ווייס נישט וואס קוסטיק איז, אבער אין די היינטיגע WEEKLY LINK (וואס איך האלט אז עס איז על שם די טעלעוויזיע פראגראם THE WEEKEST LINK) שטייט אזא אנאנס:

GUITAR - 31", REAL WOOD, JUNIOR SIZE, PERFECT FOR BEGINNERS
25$
PLEASE CALL 718-692-4187

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג יולי 13, 2007 10:52 am

א גרויסן שכויעך קרעמער.

זעקסטע_הקפה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:12 am

תגובהדורך זעקסטע_הקפה » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:35 pm

נו, צייטליך: וואו האלסטו מיט דעם גיטאר-עסק?

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:40 pm

ביי די וועג, כדי עס זאלן נישט קומען אונזערע נאכפאלגער און טרינקען די שלעכטע וואסערן: מען זאגט אקוסטיק, ולא קוסטיק. קוסטיק, קען איינעם ס'קערפער אפברענען לויאלייני.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:11 pm

קרעזי גוט גוט,

זעקסטע הקפה, לדאבני, אדער בעסער לדבונינו (וואס פונקט נאר וועגן מיינע?..) איז עס געווען אזא אויפוואכונג אין יענער זמן, אבער מיט די צייט איז עס פארפאלען געגאנגען, מ'איז פארנימען געווארן מיט אנדערע עסקים, און אזוי איז פארלאפן א טאג נאך טאג און מ'איז קיינמאל נישט ציגעקומען דערצו,

האט'ס רבותי קיין פאראיבעל, אונעם טאג וואס כ'וועל זיך אי"ה איינהאנדלען ס'גיטאר וועט עס מיט פרייד געמאלדן ווערן בין כותלי ה'קרעטשמע,

ביטע נישט ווארן שטייעדיג, זייט'ס אזוי גוט, און נעמט א בענקל דערווייל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

זעקסטע_הקפה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:12 am

תגובהדורך זעקסטע_הקפה » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:44 pm

כ'פארשטיי. זאלסטו נעבעך אוודאי געטרייסט ווערן פון גאנץ אויבן און זאל דיין צעווייטאגטער זעהל געהיילט ווערן ווי מיט באלזאם אויף איין קראנקין מאן וואס איז גישלאגין גיווארען דורך איין באנדע וואלד רוצחים וואס האבן זיך מתקנא גיווען אויף זיין רייכטום דערונטער פערשידענע נחלאות און וויינגערטנער ... (חסר הסיום וחבל על דאבדון)

אבער וואו און ווי האסטו (געהאט) אין פלאן צו לערנען זיך? איך האב שוין ב"ה א גיטאר און טראכט פון סטעפ 2...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 6:23 pm

זיך צו לערנען האביך נישט אין פלאן צו גיין אין שולע דערפאר, כ'האב עטליכע באקאנטע וואס זענען באקאנט דערמיט, און איך אליין האב שוין אויך עטליכע מאל געשפילט דערמיט, ס'איז נישט קיין ווילד פרעמדער עסק, און איך זיך נישט אנצונעמען קיין חתונות שוין גלייך נאך די ימים טובים... איך ברויך עס פאר מיר פאר א בארואיגונגס מיטל, זיך צו שפילן דערמיט אין די ליידיגע צייט, אדער וועט שוין ווערן פולע צייט ליידיג, אזוי-צו-אזוי, איך זיך זעך נישט צו לערנען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 6:26 pm

צייטליך האט געשריבן:איך ברויך עס פאר מיר פאר א בארואיגונגס מיטל, זיך צו שפילן דערמיט אין די ליידיגע צייט, אדער וועט שוין ווערן פולע צייט ליידיג, אזוי-צו-אזוי, איך זיך זעך נישט צו לערנען.


יו דעמאלטס וועסטו שוין נישט שרייבן ביינאונז? אדער שרייבן שרייבסטו ווען דו האסט דוקא נישט קיין ליידיגע צייט........

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 7:16 pm

בארוהיגט אייך: איך לערן זיך אויך יעצט אן אינסטרומענט (פידל, פאר ווער עס ווייסט נישט), און דאך טרעף איך איבערגענוג צייט צו פארוויילן דא אין קרעטשמע.

אגב, היינט האמיר געהאט א לעקציע פונעם פידל רבי נאך א לענגערע צייט-אפשניט, ער זאגט אז איך בין שוין אן עקספערט!

אויך האט ער מיר דערציילט אפאר שרעקעוודיגע מאפיא געשיכטעס (וואלט איך געהאט צייט וואלט איך דאס אראפגעשריבן דא ווי א מענטש)

אגב דאגב, האב איך די נאכט געהערט מאשקע שפילן מיט זיין גיטאר (אין חלום, פארשטייט זיך)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:22 pm

נעבעך, קרעמער. האסט שוין נישט געטראפן בעסערס פון וואס - און וועמען - צו חלומ'ען?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 5:40 pm

אנטשולדיג מיר, אבער צוערשט דארפסטו זיך פארענטפערן פארוואס דו האסט נישט געטראפן עפעס בעסערס ווי קומען אויפוועקן א גאנצע פאמיליע איינס דרייסיג פארטאגס...

אוועטאר
בוסתנאי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 05, 2013 10:54 am

תגובהדורך בוסתנאי » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 11:56 am

א באנדע לצים דא.

עניוועי צוריק צום גיטאר, איך זוך קארדס פאר אידישע ניגונים, ווייסט איינער ווי?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 1:12 pm

בוסתנאי האט געשריבן:א באנדע לצים דא.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 1:31 pm

בוסתנאי האט געשריבן:א באנדע לצים דא.

עניוועי צוריק צום גיטאר, איך זוך קארדס פאר אידישע ניגונים, ווייסט איינער ווי?

ס'דא צו קויפן ביכער מיט מוזיק נאטן (מיט קארדס שטייצעך) פון אידישע ניגונים.

דא האסטו עס ביי אייכלערס
http://www.eichlers.com/catalogsearch/r ... for+guitar

סתם פאר קארדס האב איך געמאכט א גוגל זוכעניש און אנגעטראפן די סייט

http://www.jewishguitarchords.com/fulllist.php
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
בוסתנאי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 05, 2013 10:54 am

תגובהדורך בוסתנאי » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 1:40 pm

א הערצליכן דאנק.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט