איז שייך אזא זאך ווי באָורד ווערן פון ניגונים?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

איז שייך אזא זאך ווי באָורד ווערן פון ניגונים?

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יוני 10, 2007 5:58 pm

היינט האב איך ווידער אנגעצינדן שוועקיס טעיפ, איך געדענק ווי איך בין ארויס פון התפעלות פון זיין "טאטע טאטע" (אדער - זארעכ ביסטא?- "אין א ווינקאלע שטייט") די ערשטע מאל איך האב עס געהערט. א חבר מיינע האט מיר געזאגט אז עס דרינגט אריין אין די טיפעניש פון די נשמה, איך האב אים געפאלגט און מיין נשמה איז אויסגעוואשן געווארן כתינוק שנולד פון די הארציגע מעלאדיע... די יאמרליכע קולות "אוי טאטע טאטע" און דאן די אייגנארטיגע קוועטש פון "צו-קודשא-בריך-הוא-לעילא", בקיצור אזאנס און אזאלכעס.

יעצט האב איך עס געהערט. איך ווייס נישט... עס איז נישט דאס וואס איך האב געהערט די ערשטע מאל... חוץ אויב מען וועט זאגן אז די סידי איז אפגעקראצט געווארן...

יעצט דערמאנט מיך ווי די זאל האט אמאל געדונערט ביי "דידא ביה כולה ביה, ולדא דא ביה מה ביה, זה מאמר שנאמר במערבא.... הוא הא הוא העי יעי...."

און די זכרונות שלעפן מיך טיפער און טיפער.... שויתי ה' איך לעיג דעם בורא עולם, איי שויתי ה' לנגדי תמיד.... הוא כלל כלל גדול.... עס באמבערט... דער עולם האפקעט.... איינס איינס איינס, צוריק א טריט, א טריט פאראויס. און נאכאמאל... הארא!!!.....

"איי אידן אידן! קומטס צו גיין. מיט משיח אינאיינעם אין די גאסן פון ירושלים!!!... אידן!!!!....."

אקיצור איך פראביר נאכמאל אויפצופלאמען דעם פלאם פון אמאל... עס גייט נישט! טאטע טאטע! האב רחמנות... אזוי אנידערגעפאלן בין איך??? פארוואס גייט עס נישט?????? איי בין איך אמאל געווען אן ערליך בחור'ל, מיט אזא אמתדיג התלהבות געטאנצן... איך בין געווען אפילו דער וואס פלעגט צומאל אנהייבן די "קלאטש-רונדע" אינמיטן די הארא, און געקוועלט ווען דער גאנצע עולם, שטריימלעך און שטאפן הוטן האבן מיך נאכגעמאכט... העי! איינס צוויי דריי... קלאטש קלאטש... צוריק... פאראויס... איינס צוויי...

וואו איז מיין התלהבות? פארוואס בין איך היינט אזוי אייז קאלט!

א בליץ פאלט מיר אריין אין מח... לאמיך אנהייבן מיט דעם ק-ה רבון עלם וואס מיין טאטע האט געזונגען זינט איך קען מיך ביים שבת טיש....

איי פרוק... פרוק... ית ענך...... מפום אריותא..... אהאהההה!!!!!!!!!! איך וועק מיך אויף!!!!!

אוי!!! ויהיו רחמיך מתגוללים... על מדותיך... אוי עס שרייט! השבת! נועם הנשמות! והשביעי עונג הרוחות!!!!! שוועקי? אברהם? שלומי? ליפא? עטץ זענטס דא? די דאזיגע געשרייען לעבן אסאך לענגער ווי דיינע! אידן וויינען נאך דערויף א שיינע צענדליגער אדער הונדערטער יאר נאכן פארפאסט ווערן!

לאמיך נאך איינמאל פראבירן צוצופאסן וועלכע געשריי עס שרייט מער... "אוי טאטע טאטע... טאטע טאטע.... "הייליגער" טאטע.... די צער פאן דיינע קינדער איז דאך גרויס... העלף אונז שוין בזכות האבות...."

אדער: איי השבת!!! נועם הנשמות! והשביעי עונג הרוחות!!!!!.... היה הוה! שמור שומרי.... ומצפים שבת קדשיך....
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » זונטאג יוני 10, 2007 7:22 pm

זיכער איז שייך אזא זאך ווי בארד ווערן פון ניגונים, איי וועסטו פרעגן וואס איז מיט די שבת'דיגע ניגונים? דאס איז שוין א גוטע קשיא, איך האב צוויי תירוצים דערויף.
1) די שבת'דיגע ניגון זינגסטו איינמאל א וואך, ווערסטו נישט אזוי שנעל בארד דערפון, אבער די וואכענדיגע ניגונים קענסטו איבערהערן וויפיל מאל די ווילסט אין איין טאג. איך גלייב נישט אז עס האט מיט שוועקי'ן אדער מיט מרדכי אדער מיט ליפא א.א.וו., ווייל עס איז דא שיינע חסידישע לעבעדיגע ניגונים וואס מען פלעגט אמאל האלטן אינאיין טאנצן דערויף, און היינט האט מען שוין כמעט פארגעסן דערפון, צ.ב.ש. "הכל יודיך", " שנשמע ונשבשר" (וואס איז -דאכט זיך מיר- פארפאסט געווארן לכבוד איינס פון די גרויסע סטרולעוויטש חתנות) א.א.וו. וואס ווי געשריבן פריער פלעגט מען עס איבערזינגען ביי רבי'שע טישן עטליכע מאל נאכאנאנד, אויך אויב האסטו עס געהאט אויף א סי די האסטו עס געקענט אנשטעלן אז עס זאל איבערגיין עטליכע מאל נאכאנאנד, און דאס האט געמאכט אז די זאלסט שנעל בארד ווערן דערפון.
אבער ביי די שבת'דיגע ניגונים איז אנדערש, איך מיין אז קיינער זינגט נישט איבער "כל מקדש" אדער "מנוחה ושמחה" צוויי מאל, העכסענס זינגט מען איבער די לעצטע פאל אביסל.
2) צוויי ווערטער, "נשמה יתירה". זעצט די טרינקן א גלעזעל ווין אינמיטן די וואך, עס א שטיקל חלה מיט פיש, איי מיט צוויבל א.א.וו. עס איז קיין פארגלייך צו שבת.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג יוני 10, 2007 8:20 pm

די אויסגעדראשענע בדחנים, וועלכע קריכן אויף די געהירן, עפענען אלעמאל זייערע פארשטעלונגען מיט די אומ'בע'חן'טע דזשאוקישע פראגע: פארוואס, א ניגון, וויפיל מאל מען זאל עס נאר זינגען וועט דער עולם אלעמאל דאס פריש הערן מיט א געשמאק, און יעדן מאל באזונדער הנאה האבן דערפון ווי כאילו מ'הערט דאס אצינד דאס ערשטע מאל, משא"כ ביי א דזשאוק, אויב זאל זיך דער גראמער וואגן איבערצוזאגן אן אויסגעדראשענער דזשאוק, וואס מען האט שוין אפי' איינמאל געלאכט דערויף, וועט דער גאנצער זאל אויפאמאל גיבן א ברום נננווו... נננעעע... זוי פאני... הע... הע...

גרויזאמער: זעט זיך אויס אז די אלע ניגונים, פון וואס דו רעדסט, טראגן דעם זעלבן "חן" ווי אן אויסגעדראשענער דזשאוק... דעריבער האט פאסירט דערמיט דאס וואס פאסירט מיט אן אויסגעדראשענער דזשאוק, ווארן א דזשאוק מיט א "חן" קען איבערגעזאגט ווערן טויזנט און איין מאל און דער עולם וועט נאך אלס הנאה האבן...

יא, יא, אלעס געווענד זיך ווער דער פערפאסער אדער זאגער איז...

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג יוני 11, 2007 10:28 am

זארעכפעפער האט געשריבן:די אויסגעדראשענע בדחנים, וועלכע קריכן אויף די געהירן, עפענען אלעמאל זייערע פארשטעלונגען מיט די אומ'בע'חן'טע דזשאוקישע פראגע: פארוואס, א ניגון, וויפיל מאל מען זאל עס נאר זינגען וועט דער עולם אלעמאל דאס פריש הערן מיט א געשמאק, און יעדן מאל באזונדער הנאה האבן דערפון ווי כאילו מ'הערט דאס אצינד דאס ערשטע מאל, משא"כ ביי א דזשאוק, אויב זאל זיך דער גראמער וואגן איבערצוזאגן אן אויסגעדראשענער דזשאוק, וואס מען האט שוין אפי' איינמאל געלאכט דערויף, וועט דער גאנצער זאל אויפאמאל גיבן א ברום נננווו... נננעעע... זוי פאני... הע... הע...

גרויזאמער: זעט זיך אויס אז די אלע ניגונים, פון וואס דו רעדסט, טראגן דעם זעלבן "חן" ווי אן אויסגעדראשענער דזשאוק... דעריבער האט פאסירט דערמיט דאס וואס פאסירט מיט אן אויסגעדראשענער דזשאוק, ווארן א דזשאוק מיט א "חן" קען איבערגעזאגט ווערן טויזנט און איין מאל און דער עולם וועט נאך אלס הנאה האבן...

יא, יא, אלעס געווענד זיך ווער דער פערפאסער אדער זאגער איז...


זארעכ, אוי האסטו גוט געזאגט,

גרויזאמער, שיין אראפגעלייגט,

לוי, דברים של טעם

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 11, 2007 10:51 am

גרויזאמער, אזוי ווי דו פרעגסט. יא, סיז שייך. און וואס האבעך צוצולייגן לדברי ידידי ערעב זארעכ..

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 11, 2007 11:01 am

גרויזאמער;
דיין פוינט איז זייער א ריכטיגע. הגם לוי זאגט נישט שלעכט, איז עס אבער נישט אינגאנצן אזוי, ווייל הכל יודוך האט נאך (דערווייל) נישט עקספייערט. מ'הערט עס ביי כמעט יעדע חתונה.
אבער די עיקר סיבה צו די אינטרעסאנטע ערשיינונג איז, די חילוק ווער ס'האט מחבר געווען די ניגונים און אונטער וואספארא אומשטענדן מ'האט עס געזונגען. דאס איז די איינציגסטע חילוק צווישן א באבוב'ער קה רבון עלם אדער א מאדזשיצער מנוחה ושמחה און א הארא ניגון פון שוועקי אדער ווייסעך וועמען.
איך האב אמאל געהערט ווי א בחור זינגט זיך אונטער עפעס א ניגון פון איינעם פון די היינטיגע זינגערס. איך קען יענעם אלס אן ערנסטער בחור, האב איך אים געפרעגט מה הפשט? זאגט ער מיר, אז ס'איז פערצופאל זייער א ווארימער ניגון, פול מיט געפילן. ווען איך האב אים געפרעגט צי ער וואלט עס געזונגען ביים טאטן'ס שבת טיש, איז ער שטיל געווארן...
ס'איז דא אסאך מאריך צו זיין אין דעם ענין. איך וועל נאך בל"נ אמאל צוריקקומען דערצו.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 11, 2007 11:15 am

מאשקע, האסטעס געזאגט זייער בקיצור, אבער כפ'ארשטיי ואס די ווילסט זאגן,

דער עיקר איז, ס'איז דא ניגונים פון וואס מ'ווערט באורד, און ס'איז דא וואס נישט,

פון די אנדערע זייט, די הארא ניגונים זינגען די זינגער'ס יעדן נאכט ביי אן אנדערע חתונה, און די מאדזשיץ'ע ניגונים ווערן געזינגען איינמאל אין דריי וואכן ביי א צוזאמקום פון אפאר אינגעלייט, די רעזולטאט: די הארא ניגונים אא"וו, קריכען ארויס פון די נאז, משא"כ די אנדערע שבת'דיגע, מאדזשיצץ, אא"וו ניגונים, בלייבן מיט די זעלבע חן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 11, 2007 11:26 am

אויסדרוקליך נישט דאס איז די סיבה!
איך זאג נאכאמאל, די חילוק איז ווער ס'האט עס געמאכט!
מער באריכות, ביי די קומענדיגע געלעגנהייט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יוני 11, 2007 1:20 pm

זאלעך מיך אנרופן בפני מאשקע?
ס'איז ידוע מפי ספרים וסופרים אז אין א ניגון ליגט די נשמה פונעם מחבר, נישט פשט מיט וואסערע געפילן דער מחבר האטעס געמאכט, נישט מיט וואסערע כוונות, און נישט ווי הויעך מ'קען ארויפציען און אראפציען (נישט אין בית האקווארעס....). נאר פשוט, יענעמס א שטיק נשמה איז אריינגעטוהן אין דעם ניגון. אשר על כן, ווען מ'זינגט א ניגון פון אן ערליכער איד ווערט מען מקושר צו דער מחבר'ס נשמה, טאמער איז דאס א ריינע מעשה האט מען א געפיל דערצו און מ'קען דאס איבערזינגן עד אין שיעור, מאשיינקיין (קרעדיט: מאשקע) א פארשמירטע.... וואסערע געפיל זאלעך האבן צו איבערזינגן זיין ניגון יעדע וואך ביים שבת טיש? איין מאל, צוויי מאל, נו שוין, ס'גייט שוין מיט, ס'איז דאך שיין, ס'טייטשט אפילו די ווערטער וואס מ'זינגט, ביי די עמאושענעל ווערטער ציט ער ארויף מורא'דיג הויעך, און ביי די אנגעזעצטע ווערטער פארט אראפ ביז'ן גרעפס אראפ, אלעס פיין און וואויל.
און איר זאלט נישט מיינען אז דאס איז דמיונות, ניין! אויסדריקליך נישט! יאך בין ביקלאל נישט קיין בעל דמיון, אבער א געוואלדיגע געפיל צו ניגונים האבעך יא, און א ניגון פון א פשוט'ע איד, אודאי איז דאס זייער שיין, כ'האב דאס שטארק ליעב צו זינגן, אבער מיט א מאס, ס'קומט א צייט וואס מ'עקלט זיך דערפון.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 11, 2007 1:23 pm

זייער גוט ארויסגעברענגט!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יוני 11, 2007 7:06 pm

לחיים, זייער גוט.

נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

תגובהדורך נחבי בן ופסי » מאנטאג יוני 11, 2007 7:27 pm

איך בין זיך מצרף לדברי לחיים ולברכה וזארעכפעפער איך האב נאר איין פראבלעם וואס באדערט מיר דער פראבלעם רופט זיך שלמה קרלבך וואס ווי באקאנט זענען זיינע ניגונים אייגנארטיג אין סטיל און קענען געזונגען ווערן נאכאמאל און נאכאמאל מיטן גרעסטן התלהבות אפי' ביי די שענסטע חסידישע יודן (און אפי' ביי א שבת טיש) איז מיר די קשיא מאי שנא שלמה משאר הקאמפאוזערס?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 12, 2007 10:09 am

שעקויעך פאר די קאמפלימענטארן....

נחבי, כוידעם, כאדיר געוואלט באגריסן פאריגע וואך - פרשת שלח, סידאך געוועזן דיין אושפיזא, הא?
איצטע צו דיין פראגע איבער שלמה קארלבאך, גלייב מיר, אין מיין תגובה כאבעך שוין געהאט געשריבן וועגן אים, נאר פאר'ן ארויסשיקן די תגובה אויף פאסט האבעך אויסגעמעקט דעם שטיקל. ס'האט א תירוץ, כ'ווילעס נאר נישט שרייבן זוי דא באראבעם. אפשר אנאנדערס מאל עלעך יא... ווייסעך נאכניש, עמיר זעהן.
אז אנאנדערע האט צו שרייבן טוה איך עם נישט אפהאלטן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 12, 2007 11:00 am

לחיים, שרייב יא.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 12, 2007 11:45 am

גם אני מצטרף לדברי מאשקע יר"ה,

לחיים, די האסט אייזן געשריבן ביז אהער, אלעס אזוי גוט ארויסגעברענגט בצחת לשונך, בעטן מיר, ענדיג צו, נישט חס ושלום, חלילה וחס ענדיגן, שרייב אלעס געהעריג ארויס, יאך בין א שטיקל 'פען' פון שלמה'לע'ס טעיפ'ס, און איך וויל הערן וואס די האסט צו דערציילן,

אדרבא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 12, 2007 1:41 pm

ס'פארלאנגט זיך א שטארקע ישוב ושיקול הדעת וויזוי מ'קען אראפשרייבן אזא ענין, עוד חזון למועד. מיין דעת איז נישט מיושב יעצט, ער איז מעומד....
צייטליך, דערמאן מיך קומענדיגע סוף וואך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יוני 12, 2007 4:10 pm

לחיים, זייער שיין ארויסגעברענגט במתק לשונך, און מיר קוקן ארויס בכליון עינים אויף דיין פארזעצונג איבער קארלבאכ'ס ניגונים.

דער אמת איז אז ס'נאך טיפער ווי דאס. אין חב"ד איז פארהאן אזא אויסדריק "הניגון שפת הנשמה", ס'הייסט אז אין א ניגון וואס א מענטש פערפאסט ליגט פארבארגן דער גאנצער כאראקטער דער גאנצער מהות פונעם פערפאסער (כעין ווי א שריפט איז דער קולמוס הלב). דעריבער טראגן די אלע ניגונים וועלכע זענען פערפאסט געווארן דורך ערליכע אידן א באזונדערע חן דקדושה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 12, 2007 4:27 pm

ווי קען מען טאקע פארגעסן, זארעכ, שכויעך פארן דערמאנען,

נעמט א ביישפיל, א שטייגער די חב"ד ניגונים, כ'מיין, ווי איז נאך דא אזעלעכע ציענדע און בענקענדיגע ניגונים ווי דארט, ווי איז נאך דא אזעלעכע היימישע לעבעדיגע, און ווען איך זאג לעבעדיג, מייניך באמת לעבעדיגע ניגונים, און דאס אלעס זענען אלטע און איר-אלטע ניגונים פון יארן צירוק, נאך מימי קדם, איז דאס אלעס קאמפאזירט געווארן ביים ליבאוויטש'ן רבין זי"ע ? צו איינע פון זייערע דיינים ?

עס ליגט אויך עפעס אינעם 'סטיל' פון די ניגון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג יולי 24, 2009 11:52 am

גרויזאמער ביסט נאך 'באטרד' ?
לחיים מיר ווארטן זאלסט ממשיך זיין

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יולי 24, 2009 3:01 pm

במו עיני ראיתי
איך בין אמאל געווען אין א ליובאוויטשע קעמפ, ווי מען האט געארבעט אויף בעלי תשובה, איז געזעצן דארט איינער א חב"דסקער משפיע מיט א יונג, וואס האט דאכציך פון גארניט געוויסט, דער יונג איז געווען א געלערנטער אין מוזיק, הקיצור מען האט געגעבן דעם יונג דעם 'ספר הניגונים' חב"ד, ער האט אליינס אויסגעזונגען דערפון דעם באקאנטן ד' בבות ניגון פון דעם הייליגן בעל התניא זי"ע, דער איז אזוי גערירט געווארן דערפון אזש ער האט געפלאסן טרערן!! (ער האט דעם ניגון געליינט, ווי איך ליין פון א ספר, נישט קענענדיג דעם ניגון פון פריער בכלל), דאס האבעך אליינס געזען


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 19 געסט