מיכאל שניצלער - יא דו קענסט!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

בילדער האט געשריבן:איז דא ווי מען קען דאונלאודען די Book פון די סידי
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

אקעי געהערט שוין דעם סידי אפאר מאל
גענוג אויף צו קענען מיט שמועסן דא.

תמצית וואס קומט אויס פון אלע פריערדיגע תגובות איז
סע איז א גוטע, שיינע, אלבום.
נאר יעדער האט א צווייטע פראבלעם אדער אישאו

איינעם געפעלט נישט די דידזיטילייזן די מוזיק, שטימע.
א צווייטער האט א פראבלעם מיט די גראמען דא דארט
אבער ביילאפיג איז יעדער צופרידן.

איך בעצם גלייך עס
מיין איינציגע פראבלעם איז די מעשיות איז שענער ווען סע איז פון צדיקים
נישט סתם פון משלים עממי.

*******
יעצט א שטיקעלע ריוואו וואס טוט זיך אין מיין מח
גאר אין קורצן אויף יעדע ניגון באזונדער

ניגון 1) כל כל הנהנה מסעודת חתן......
א שיינע מעשה פונעם סטייפלער

א יוד קומט אריין אין בעהט אן עצה פארן פראבלעם
ער איז נישט בשמחה ביי קיין חתונה

די רבי זאגט עם שטיי ביי די מוזיק סע בדוק ומנוסעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע (דעי עפעקט שטינקט)
ער איז משמח דעם עולם אויף דעם וועג - פיין אין שיין.

הערה:
1) די ווערטער קלעבן נישט
"אפילו האסט קיין איין חוש נישט
דיינע טרערן וויש נישט"

2)די צוויי פערעגרעפס זענען איינס נאכ'ן אנדערן סע פעלט נישט אויס
איינס איז גענוג.

"יעדער טאנצט ווער דען נישט
ישמח לבב אנוש
אבער איך גארנישט קען נישט
נישט טאנצן זינגען
עס מאכט מיר תמיד בייז"

"מיינע מחשבות טוט גובר זיין
איך זאל נישט גיין צו שמחות,
צייט קובר זיין
איך וויל נישט מער עובר זיין
אויף די גמרא ברכות ו' עמוד ב'"

אויסער דעם קלאפט אלעס שיין!

אויב קוקט מען צוריק אויף די פאריגע אלבומ'ס
איז דאכט זיך מיר דאס אביסל גלייך צו ר' שמחה
נישט די מעשה - די סטייל ניגון.

די מוזיק איז זייער שיין.
איך הער שוין איבער די ניגון כמה פעמים
סע באקומט א טשעק.

***********

ניגון 2) א ברודערעל'ס הארץ

נאכ'ן הערן אזויפיל מאל גלייך איך עס אויך
סע איז א פינקי+ סטייל מען קען עס שפירן.

הערה:
1) דעי ווערטער קלונגען נישט גוט אין מיינע אויערן
"ווער ווייסט צו איך וועל דורכמאכן
דעם היינטיגן טאג, דעי אפילו"

2)ביטע טוישן גראמען
"ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפאו נישט"

3)איך קען נישט אפמאכן אויב פינקי'ס הארמאני איז גוט אדער נישט
איך ווייס אז נאר פינקי קען עס בכלל מאכן קיינער קען נישט אבער עפעס באדערט מיר
אפשר וויל איך מער - ער גיבט אונז זייער ווייניג.

למעשה צווישן אלע 3 (לעכטעלע, ר' סנדר, און אברעמל'ע) איז לעכטעלע נאך אלץ די געווינער
די ניגון איז אויך גוט א טשעק

************

ניגון 3) יו"ט אינדערוואכן

מער א שטייגער ווי כל ברכאין דלעילא
סע א גוטע ניגון גראדע
נאר איך וועלט עס פארטוישט אויף א מעשה ניגון
אפי' א שטייגער ווי - געדענק זייער וועגן, וואס צדיקים פלעגען.....................

הערה:
איך פארשטיי נישט ווען סע איז יו"ט אינדערוואכן
פון וועלעכע טאג רעדט ער??

ניגון איז שיין א טשעק

******************

ניגון 5) קענדי

יעדער גלייכט דעם ניגון
די גראמען וואלט געברויכט ווערן אביסל געטוישט
די דרשה פונעם גראסערי מאן מאכט עס אויסקוקן ווי א פלעי

אבער איך גיי פאר די ניגון
א שיינע ניגון - א גוטע משל
אבער סע פעלט די נאמען פונעם צדיק

יעצט געזעהן ליפא האט עס געמאכט
ליפא אז דו קענסט יא - נעקסט טיים מאך עס נארמאל פליז
סע אויך גוט א טשעק

**********

ניגון 6) ראקעפעללער
די ניגון איז געוואלדיג
די סיפור באלאנגט נישט אויף מיכאלס אלבום - אנטשולדיגט
טוישן מעשה.

א טשעק אויפ'ן טאון אנלי.

*********

ניגון 8) סע געווען גוט

איך וואלט דעיס וועהן געלעיבעלט אלץ די בעסטע אבער ניין
צו א לאנגע מעשה.
די הערינג מיט מאטיאש - עפעס ברויך הילף דארט

א גוטע מעשה גוטע ווערטער א גוטע ניגון
נאר עפעס זאלץ פעלט דארט.

איך מיין סע צו לאנג

*******

ניגון 9) שמע ישראל

איך גלייך זייער זייער דעם ניגון
די אמת איז איך האב נאך נישט אפי' געכאפט געהעריג וואס ער זאגט, וואס וויל ער?
אבער די פזמון זינג איך שוין מיט.

סע זייער שיין
סע גוט געזעצט
א טשעק (איינס פאר די בעסטע ניגון)

***********

ניגון 10) א געלעכערטע אמפער ווואסער

די שענסטע ניגון אויפ'ן אלבום
לחן: יוסי גרין - הערליך

די ווערטער די משל אלעס קלאפט
נאך אלץ וויל איך ענדערש א מעשה מיט צדיק

זייער גוט איך גלייך עס
מער א בחינה ווי די פאריגע מיין קינד טרעף מיך
די מעשה ווי איינער ווארפט שטיינער פון אויבן וכו'

עניוועי. דאס איז עס.

שכח מיכאל - וויכי - און אלע העלפערס.
צום ווידערזעהן - דיסקלעימער: איך האב באצאלט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לעיזערל, א יישר כח פאר דיין דעטאלירטע איבערבליק. גוט ארויסגעברענגט די הויפט נקודות, און בעיקר דאס פארגלייכן צו פריערדיגע אלבומס

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:ליפא אז דו קענסט יא - נעקסט טיים מאך עס נארמאל פליז

דאס איז א סתירה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווי אלעמאל איז לעיזער דא מיט א שיינע דעטאלירטע ריוויא, זייער גוט ארויסגעברענגט אלע פונקטן.

א עקסטערע יישר כח פארן עס צוטיילן אין קורצע שורות אזוי ליינט זיך עס גרינגער אויפן טעלעפאון...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יואש בין איך צוריקגעבליבן. איך האלט נאך ביי פעידזש 3 פונעם אשכול דארף איך דורכליינען 10 בלעטער בעפאר איך קען מיך אפילו ארויסגעבן וואס ס'קומט דא פאר. (יא צען בלעטער, פעידזש 5 איז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן)

אוי מיכאל וואו האסטו געטראגן מיין נשמה'לע??? אוי וואו איז מיין נשמה'לע??? און איך ענטפער א דערשראקענער א בלאסער.. הער מיך אויס וואס האט דארט פאסירט, איך בין מיט דיין סידי געווארן אוועקגעפירט... אויהוי! שטילערהייט בלא יודעים באהאלטן האב איך מיך אויף א בוידעם, קוים וואס איך עס א שטיקעלע ברויט, נאר דיין סידי איך הער אגאנצן טאג...

יעצט פארשטייסטו שוין אחר הדברים האלה פארוואס די איינציגסטע סידי איך גלייך איז דיינע, ווייל דו בוסט דאך מיין ברודער, און קיינער אנדערש וועט דאס נישט פארשטיין!

דאס איז דאך גאר מיין פארלוירענע מיכאל, ענדליך איך זע שוין דעם סידי און דו בוסט געבליבן לעבן. אבער נאך ווי לעבן, האסט מיר אויפגעלעבט די נשמה'לע...

פייפערלעך קומטס אריין שרייען הויעך!!!

איך געב נישט קיין שפעקליר, עס האט זיך געלוינט צו ווארטן ביים טיר, איך האב עס געטון פאר מיר. א סידי אזוי שיין, א טרערעלע טוט פון מיר גיין, עס האט זיך געלוינט דאס געוויין, מיט מיינע אויערן איך הער דאס אליין...

מה טוב ומה נעים, יעצט גיימיר זיך צום גרויסן ריוויאו נעמען ברוכים הבאים!

פארוואס? ווייל היינט איז יאמטעב אינדערוואכן....
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אויף די ראקפעללער ניגון איז אפשר די מעשה נישט קיין אידישע מעשה אבער די גראמען זענען געוואלדיג. עס פארט און זאגט זיך געשמירט. די גראמען אויפן אברמעלע ניגון איז שרעקליך. איך מיין אז אומוויסנדיג מאכן גראמען זייער אסאך אויס אויף ווי גוט די ניגון קלאפט אויס ביים צוהערער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעזער, הערליך! זייער גוט ארויסגעברענגט דיינע פוינטס...

איך עגרי מיט א חלק און איך וועל שפעטער מעגליך מאריך זיין... אבער די חלק וואס אסאך ברענגען ארויס איבער די גראמען... טייל זאגן גוט און אנדערע ניש... דאס העלעך אביסל מער אדרעסירן...

איינער האט דא געברענגט די ליין;

ער הייבט אן רעדן מיט הארץ קלאפעניש
איך בין נתן אבער קיין שלעכטע קאפאו ניש

איך ווייס נישט ווען און וואו די מיסטעיקס געשעהן, רוב גראמען ווען מ'זינגטעס א פיצי אנדערש וואלטעס געווען סאך בעסער... (כ'רעד פון די גראמען חלק...)

"ער הייבט אן רעדט מיט הארץ קלאפעניש
איך בין נתן אבער קיין קאפאו נישט"...

יעצט זאגט זיך די גאנצע זאך אנדערש ניש!

און אז כעמעך דערמאנען נאך משלים העלעך שרייבן...

אנדערע זאכן ווי למשל "קיין איין חוש ניש" און "דיינע טערן וויש ניש" איז יא א שיינע גראם (שטייצעך ווען מ'לייגטעס גוט אראפ...) און די זעלבע איז מיט "מיין מחשבה טוט גובר זיין" "קובר זיין" און "עובר זיין" איז הערליך!

אנדערע זאכן וואס מ'קאמפלעינט... וואס זאלעך זאגן? איך עגרי... איך טענה די גאנצע צייט פאר מיכאל סטיק צו סיפורי צדיקים... לאדעך אפ מיט מוסר און משלים! און די מערסטע רעגט מיך אויף די יברכך ניגון... סיז שוין יא דא א מעסיוו ניגון! א מעסיוו איידיע... זינגט ער די גאנצע מעשה אויף די פאל איין מאל, און די צווייטע מאל איז שוין די עפילאג, די צוגעלייגטע פארט! פארוואס נישט שיין אויסשפרייטן די מעשה מיט זאפט! זינג די מעשה ביזן סוף, און די לעצטע שורה לייגט אריין א תפילה "בענטש אונז"...

און איך קען גיין ווייטער, לדעתי איז מענדי קענדי א שיינע זאך, אבער סאם האו האלטעך אז ס'באלאנגט נישט פאר די סארט סידיס...

למעשה הערט מיך קיינער נישט אויס... און איך פארשטיי זייער פוינט... די באדדעם ליין פון די סידי איז אז די ניגונים זענען שיין! די מוזיק איז שיין! די גראמען איז זאפטיג! און מיכאל לייגטעס גוט אראפ! דעטס אלל! בלייבט מיר נאר איבער צו קרעכצן אויף די דידזשיטל מוזיק...

ארעסטאנט... זייער א זאפטיגע התחלה... איך ווארט אויף א פול ריוויא!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יא יא דו דו דו דו קענסט!

דארפסט נאר וועלן און דו קענסט, ווייל נאר דו קענסט, מיכאל דו דו דו...

רבותי איך בין אין א ערענסטע פארגלעגענהייט, איך האב שוין אין די פארגאנגעהייט א שיינע פאר ריוויאו'ס געמאכט, אבער דאס מאל זאג איך אייך דעם אמת: איך שפיר איך האלט עס מער נישט אויס, און פון אפיס איך וואק ארויס, וואו הייבט מען דא אן און פון ענדיגן איז דאך בכלל נישטא קיין רעדע.

די זאך איז דאך אזוי, סתם א אלבוים וואס מ'דארף בעיקר ריוויאו'ען איז דעם זינגער, די ניגונים, מוזיק און כאר ושאר ירקות. משא"כ ביי מיכאל איז דאך די ערשטע זאך מיכאל, מ'שטיינס געזאגט מיכאל איז דאך נישט סתם א זינגער ער איז בכלל נישט אין דעם קאליבער, ער איז "דער זינגער". די ניגונים זענען דאך נישט סתם לשה"ק ווערטער וואס מ'דארף אפזינגן אפאר ווערטער און ס'ווערט א ניגון, די ווערטער ביי מיכאל'ן זענען דאך א מסכת פאר זיך. אין יעדע ניגון ליגט אזויפיל תוכן, אזויפיל רייכקייט און גלאנץ, וואס ברענגט אונז ווייטער צו די מסקנא אז דאס זענען נישט סתם ניגונים, נאר טאקע "די ניגונים". עס איז ממש אוממעגליך אנצוצייגן אויף דעם און דעם ניגון אז דאס איז דער היט פונעם טעיפ, ווייל יעדער ניגון בארירט א אנדערע נושא און אדרעסירט א אנדערע סטרונע אין הארץ.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך פרובירן א טראפעלע אראפגעבן מיינע מחשבות, כאטש קיין ריוויא וועט דאס נישט זיין ווייל מיינע פערזענליכע געפילן וואס איך האב פאר מיכאל'ן ווער איך ממש איינזייטיג.

קודם דארף באגריסט ווערן מיכאל'ס הייליגע שריט פון ארויסגעבן נאך א אלבוים אין די סעריע פון "נשמה פלאם" וואס זענען טאקע ממש נשמה ניגונים. כאטש נאכן פאריגען אלבוים האט ער געזאגט אז דאס איז די לעצטע. אבער ב"ה ער האט תשובה געטון און אונז געגעבן נאך איינס, און לאמיר טאקע האפן אז דאס איז נישט די לעצטע. דערנאך דארף באגריסט ווערן די נארמאלע ניגונים וואס דער אלבוים פארמאגט. יא, היינטיגע צייטן איז דאס שוין אויך א מעלה אויף וואס מ'ברויך ארויפקוקן. באמת שטייט דעם מיכאל ניטאמאל גוט א משוגענעם ניגון ווייל זיין ארגינעלקייט און צושפרידעלטע געפילן פאסן נאר אריין אין תוכנדיגע אינהאלטסרייפולע ניגונים. אבער איך רעד אפילו לשיטתם פון די אז דער טרעק 5 (בשכמל"ו) איז משוגע, האט ער אויף דעם אלבוים דאס אויך נישט.

נאך איין הקדמהלע, אנדערש ווי די ביז יעצטיגע נשמה פלאם'ס איז דער אלבוים בכלל נישט געבויעט אויף סיפורי צדיקים, עס באשטייט מער פון אקטועלע טעמעס וואס מאכט דאס אביסל שווערער נאכצוזינגן מיט די ווערטער גענוי ווייל די ווערטער זענען פענסי א שטייגער. אבער דאך טראגט עס מיט שטאלץ דעם נאמען נשמה פלאם ווייל די ניגונים זענען זייער זייער תוכנדיג און טראגן מיט זיך א שטארקן מעסעדזש, נישט סתם הוילע געשרייערייען און ווילדע פזמונים. מ'דארף דעם אלבוים אויסהערן א שיינע פאר מאל צו באקומען דעם ריכטיגן טעיסט און כאפן דעם נייעם גאנג, אבער איינמאל מ'קומט אריין דערין איז עס מורא'דיג.

אלזא געענדיגט מיט די הקדמות, אריין מיט סידי אין פלעיער (ח"ו מאכן א קאפי)

1) כל כל הנהנה מסעודת חתן

דאס איז דאך קיין ספק געווען אז די ערשטע צוויי ניגונים באלאנגן אויסשליסלעך פאר ווער דעניש ווי פאר פינקי וועבער. די אויגעלעך זענען ממש פארוויינט פון התרגשות אז מיכאל איז דא צוריק.. ווער האט געגלייבט אז נאך אזא לאנגע ברעיק וועט מיכאל דא זיין צוריק מיט נאך א נשמה פלאם אלבוים, און דערצו מיטן זעלבן פרישקייט און לעבעדיגקייט. די מוזיק איז אייזן גוט דא, מיכאל איז פריש, פרייליך און די כאר ארבעט פיין, מיכאל'ס הארמאני איז ריזיג. דער מנוסה האט לדעתי נישט אויסגעפעלט אבער ס'געבט צו צום פרייליכקייט פון די חתונה נאכט. דער רעיון איז זייער זיס און היבש דיפרענט. הגם ס'האט מיר גענומען אפאר מאל הערן דעם ניגון צו כאפן דעם סטייפלערס תשובה, אבער איינמאל כ'האב עס צוזאמגעשטעלט איז מיר ליכטיג געווארן.
דער ניגון איז בעסיקלי א גוטער אינטראו ניגון פאר בדחנים צו אנהייבן די גראמען ביי א חתונה.

2) ברודער

איך וועל אייך דערציילן דעם אמת, איך האב דעם סיפור געהערט פון הרב דזשעקאבסאן זעלבסט וואס האט דאס דערציילט ביי א מסיבה לטובת RCCS. רב דזשעקבסאן איז א ארטארישער רעדנער און דער ציבור באטייליגטע האבן געלאזט טרערן עטליכע מאל משך זיין דרשה, אבער דער הויעכפונקט איז געווען ווען ער האט דערציילט אט די געשיכטע. טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, דעם ניגון האב איך געהערט די ערשטע ווען כ'האב געקויפט דעם אלבוים, און איך האב נאכנישט געהאט געליינט דעם ביכל, אבער אינמיטן די ניגון האב איך אנגעהויבן כאפן אז דאס איז דער דער מעשה וואס הרב דזשעקבסאן האט דערציילט, איך בין ממש געשפרינגן פון התפעלות וויאזוי מ'האט דעם סיפור טראנספארמירט אין א ניגון, און נאכדערצו אזא הארציגע פינקי ניגון.

איז אזוי אויף די גראמען האב איך מיך טאקע אפגערעדט פאר איינעם תיכף נאכן הערן די ערשטע מאל אז ביי די ערשטע פאר פעלער האט מען אריינגערוקט צופיל ווערטער אויף צו ווייניג טאן. איך האב טאקע גענוצט וויכי'ס משל "איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפאו נישט" איז דא אן איבערפלוס פון ווערטער און אזוי ווייטער. אבער דער טאן איז עפעס משוגע צו ווערן, עס איז חידושים על גב חידושים. היינט ביי הלל האב איך מיך אונטערגעזינגן דעם תנועה אויף אנא ה', עס צונעמט דאס הארץ. מיכאל זינגט אויסטערליש גוט און טייטש גוט די ווערטער מיט די פאסיגע קרעכצן.

די טראמפייטעריי פון אנפאנג איז א געוואלדיגער אריינפיר צום ניגון, און די מוזיק עט לארדזש איז פיין.

פינקיס הארמאני איז לדעתי צופיל. איין צוויי מאל ער הארמאנייזד איז נאך חשוב און אינטערעסאנט. אבער דא איז עס טו מאטש. אז ער וויל זינגן דואט מיט מיכאל איז איין זאך, אבער סתם נאכשרייען מיכאל נאך וואס ער ענדיגט "אפילו עס זעט נישט אויס אזוי פיין" דאס פעלט נישט אויס.

3) ותתן לנו

זייענדיג א קליינער מבין אויף ליפא'ס סחורה איז שווער אריינצורעדן דא. די איידיע איז זייער זיס, גענוצט דעם שלאג ווארט פונעם המון עם "ס'איז יאמטעב אינדערוואכן" און אים צוזאמגעשטעלט מיטן עכטן יום טוב. דער ניגון וועט אודאי געוויס זעצן און באכענען ביי חתונות. ווייטער איז מיכאל אייזן שטארק, אפילו דער דריי אויף אראפ ביי לששון האט דאך אלע טעמים.

4) דו קענסט

נו מאטי אילאוויטש איז דאך שוין נישט קיין נייעס ביים ציבור אז ער קען. אבער צו מאכן אזא ניגון מיט אזוינע געוואלדיגע גראמען דאס דארף מען טאקע קענען. און מיכאל, אוי זינגט ער דאס גוט, ער ליגט דערין "ווייל ווי ס'דא א ווילן איז דא א וועג". +++ פאר דעם ניגון מיכאל און מאטי.

5) איך פלי די פיפט

איך האלט עס נישט ביים ריוויאוען, איך וועל נישט עפענען א קאנע ווערים...


6) סענדי קענדי
עס באדערט מיך. יא ס'באדערט. ווייסט פארוואס? ווייל ס'איז באמת א הערליכער ניגון, און א אלט באוויסטער סיפור וואס אסאך האבן שוין גענוצט, און מיכאל זינגט דאס סופער מעסטער גוט. אבער פארוואס די גהינם האט אויסגעפעלט דער מאדנער סענדי קענדי פזמון?!?! מיט אפאר קליינע טוישונגן אינעם פזמון וואלט דער ניגון געווען פון די טאפ 10. דערנאך באדערט מיך די גערעדעכץ וואס דא קומט פאר, פאר גערעדאכץ קען איך דאך קויפן א שמע בני טעיפ צו הערן דערציילן מעשיות. איך האב דאך געקויפט א מוזיק טעיפ געוואלד און געשריגן. דערנאך וואס דארף איך טון ווען איך וויל נאכזינגן דעם גאנצן ניגון? איך ברויך אויך זאגן די קענסט איבערדרייען די רעכענער, אאאאאיך האב נאך קיינעם נישט באגנבט?...

7) ראקעפעלער
איז פון מיינע בעסטע ניגונים אויף דעם טעיפ, עס איז א מורא'דיגע געדאנק, די גראמען זענען זייער גוט פון הערשל דייטש. דער נמשל איז עפעס וואס יעדער איד קען נוצן, אלעס איז דמיונות חלומות, והא ראי' אז א טשעק פון דעם קאלעכדיגן אזוי גערופענער ראקעפעלער האט דעם אידל געגעבן דעם שטופ צו גיין פאראויס, איז דאך זיכער אז מיר אידן וואס האבן דעם באשעפער אין הימל אלס אונזער רוקנביין און דאס איז דארף אונז געבן דעם גרעסטן שטופ צו גיין פראנאויס.

8) יברך
איז ביי מיר דערווייל גערעיט אלס דער בעסטער ניגון אויפן אלבוים. קודם איז דאך די מעשה הארץ רייסענד, די מוזיק איז אוט אוו דיס ווארלד, און דער קווייער איז דאך אזוי מין גוט. צל"ש פאר דודי פארקאש (אן אייניקל פון ר' עמרם בלוי) פארן דעליווערן דעם מעכטיגן סיפור. מיכאל זינגט דאך אויס אזוי מיכאל'יש, טייטש די ווערטער און ער שלעפט אונז אריין אין לאגער יענעם יו"ט אינדערפרי און מאלט אראפ דעם גענויען מצב ארום און ארום, "ס'איז יום טוב אינדערפרי איך בעט לאמיך נאאאך (א עכטע קרעכץ) דעי איין מאל!" יברך השם אוי אוי אוי וישמרעעך, יאר ה' פניו אליך וייייייחנך, ישא ה' פאאאאאניו אלך וישייים לך שלום!

9) ס'גוט געווען
אה יע, נישט סתם גוט! איך האב מיך געריבן די אויגן זען צו כ'ליין גוט, יא מיין חבר הירצקא'לע האט געמאכט די גראמען אויף דעם ניגון. דער ניגון באלאנגט נאך באמת אויף מיכאל'ס ערשטע נשמה פלאם. א עכט חסידישער סיפור מיטן גאנצן קנאק. הירצקא וואוו וואווו וואווו! און מיכאל איך האב הנאה אז דו האסט געהאט שכל צו נעמען די גראמען אויפן ריכטיגן פלאץ, איך קען נישט זען אז א צווייטער וואלט דיר אזאנס געקענט צושטעלן. די רעבעצין שפעטער קומט אריין אין קאך... מיכאל הארמאנייז הויעך איך שפרינג פון בענקל...

10) שמע ישראל

אויך איינס פון מיינע פעוואריטס. מיכאל הייבט אן דעם ניגון אויף דעם שרעקליך נידריגן טאן וואס נאר ער קען אזאנס באווייזן.
די גראמען איז פלאי פלאים ממש. די פזמונים זענען אייזן שטארק און מיכאל זינגט עס מיטן גאנצן הארץ. די מוזיק און כאר איז מעכטיג.


די לעצטע 2 ניגונים האב איך נאך קוים געהערט עטליכע מאל וועט דאס מוזן זיין אינעם המשך יבוא.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

אראסטאנט הערליכע ריפארט. יישר כח פארן זיך נעמען די מיה און אראפשרייבן א ריוויא, צי די הנאה פון די ליינערס.

די קענדי סענדי ניגון, ווען די אינגלעך הייסן ווען חיים און ער קויפט א צוקערל, וואלט עס ווערט געווען א מיליאן דאללער.

איך האב געמיינט ביים קויפן די טעיפ, אז די סענדי ניגון האט עפעס מיט די האריקעין, וויבאלד מיכאל וואוינט קאך אין סיגעיט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווען די מאמע מיט די געלע שטערנדלעל האט זיךגעטראפן אין די געשעפט אין בני בני ברק מיט איר פארלוירן זוהן, זענען די ארומיגע געווען סאך מער עמאושענעל ווי ווען דער טאטע האט יעצט געטראפן זיין ישעי'לע!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך מיין ס'איז נישט אזוי ווייט די סטיקן צו מעשיות פון צדיקים,
איך גלייך גראדע יא די ראקעפעלער מעשה,
און די אנדערע ווארימע פינקי מעשיות זענען אויך א היט געוונטליך,
ס'זאל אבער זיין א שיינע מעשה וואס רעט ווערטער,
די מוסר השכל נאך די דוכענען מעשה און נאך ישעי'-אברעמען מעשה הרג'עט מיר די אפעטיט.


אגב, איך פרוביר צו פארשטיין ביי די מעשה פון סענדי מענדי קענדי, וואס מיינט "סיפור ליפא שמעלצער".
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ס'געווען גוט איז גוט!
ס'איז דער אלטע מיכאל!
די ניגון, די מעשה, די גראמען, יאפס ס'איז געווען גוט!
די מוזיק ווען די רעביצין זעט איין איר בראך גיבט צו א געוואלד!

(אגב, צו יענע חתונה איז מען פון ווארשע און קראקע נישט געקומען...)
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס מיכאל רעד זיך אפ אז דער עולם מאכט קאפי'ס, די געשעפטן טענה'ן אז די סחורה גייט ווי חמץ-וואסער.

שוין אויסגעהערט א שיינע פאר מאל אבער איך דארף מיך אראפזעצן געבן א לאנגע ריוויא אויפן' סידי, מער ווייניגער עגרי איך היפש (נישט די סידי) מיט ארעסטאנט, אבער איך וואלט נאך געשריבן א לעבעדיגע ריוויא.

אויף דערווייל זענען מיינע פעיוואריטס:

ברודערל'ס הארץ
דוכנ'ען
ראקעפעלער

ליעסט פעיוואריט:

ומנוסהההההההההההההההההההה
"אויך קריגן א קענדי..."
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

משיח האט געשריבן:ווען די מאמע מיט די געלע שטערנדלעל האט זיךגעטראפן אין די געשעפט אין בני בני ברק מיט איר פארלוירן זוהן, זענען די ארומיגע געווען סאך מער עמאושענעל ווי ווען דער טאטע האט יעצט געטראפן זיין ישעי'לע!

;l;p-

ס'געפעלט מיר דיין צושטעל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

​אן אינטערסאנטע דיטעיל:
אינעם מענדי קענדי סענדי ניגון, זינגט ער קודם "יאנקל'ס טאטע צוויי טאג שפעטער​...." האט ער זיך געכאפט אז עס פעלט ס'מטבע, און דערנאך בדברי בעל הגראסערי "...ווייסטו דיין זון איז געווען דא היינט ביי מיר".
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

קנאפער ידען האט געשריבן:​אן אינטערסאנטע דיטעיל:
אינעם מענדי קענדי סענדי ניגון, זינגט ער קודם "יאנקל'ס טאטע צוויי טאג שפעטער​...." האט ער זיך געכאפט אז עס פעלט ס'מטבע, און דערנאך בדברי בעל הגראסערי "...ווייסטו דיין זון איז געווען דא היינט ביי מיר".


גוט גוט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

קנאפער ידען האט געשריבן:​אן אינטערסאנטע דיטעיל:
אינעם מענדי קענדי סענדי ניגון, זינגט ער קודם "יאנקל'ס טאטע צוויי טאג שפעטער​...." האט ער זיך געכאפט אז עס פעלט ס'מטבע, און דערנאך בדברי בעל הגראסערי "...ווייסטו דיין זון איז געווען דא היינט ביי מיר".



על כגון דא פלעגט מיין רבי זאגן אז א תורה מוז נישט שטימען.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

און ביי פינקי'ס ניגון קודם זענען זיי צוזאמען אין חדר הייסט עס דעם זעלבען גיל און מיטאמאל ווערט מען געוואר אז דער אברהמ'לע איז נאך געווען ביים קריג אבער ווי איז שעי'לע געוועזען בימי הזעם?
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

דו ווילסט הערן מעשיות, אדער דו ווילסט זיך מתוכח זיין?

וואס ווילסטע מיכאל זאל טוען אז אזוי איז געווען די מעשה??? זאל ער יעצט גיין טוישן פאקטן ווייל איינער אויף איי וועלט וועטעס בעסער פארשטיין???
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עס וואלט געווען פאסיג אז מען זאל ווען ארויסשרייבען אויפן דרויסענדיגען דעקל פינעם סידי ווער עס זענענן די מחברים פון די ניגונים.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אי"ה ביים הוצאה שלישית....
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, און יעצט קומט מיין רייע צו שרייבן עפעס איבער דעם נייעם סידי פון מכאל שניצלער.

צום אלעם ערשטן מוז איך מודיע זיין אז איך האב נישט באצאלט פאר די סידי. איי פון ווי האב איך עס, וועל איך אייך שוין זאגן. איך האב עס חלילה נישט גע'גנב'עט, איך האב עס פשוט באקומען א מתנה. יא, פלעין אזוי, באקומען א פרעזנט פון מיינעם א פרענד.

אבער אזוי ווי די אנדערע סידיס זיינע האב איך נישט באקומען, האב איך זיי טאקע נישט געהערט. איך האב פשוט נישט קיין געלט צו קויפן סידיס, אמאל אמאל קויף איך א סידי וואס איז שוין ארויסגעקומען א פאר יאר צוריק, און שטייט היינט אויף די סעיל רעקס אין די געשעפטן. אבער בדרך כלל קויף איך נישט קיין סידיס, און ממילא קען איך עס נישט פארגלייכן מיט די פריערדיגע, ווייל איך האב זיי נישט געהערט.

און יעצט וועל איך אנהייבן.

די ערשטע ניגון, כל המשמח איז זייער שיין, (פארשטייצעך אז אלעס דא איז לדעתי, איך מיין נישט שיין פאר יעדען, איך מיין שיין פאר מיר). דוקא מיר שטערט נישט דער דידשיטייזן דעם קול פאר אפאר סעקונדן, אבער דער נארישער בדוק ומנוסההה דאס שטערט מיך שוין יא, אבער וואס קען מען טוהן, זעהט אויס דאס האט ער געמאכט אלס א סגולה קעגן עין הרע.

חוץ מזה איז דער ניגון זייער שיין. סיי דער ניגון, סיי די איידיע, סיי די מעשה, און סיי די גראמען, און שטייצעך אז מכאל אליינס ראקט.

נעקסט
ניגון 2 אברהמ'לע
נו שוין, דא וואלט איך ווען געדארפט שרייבן א גאנצע דרשה און וויינען און לאזן טרערן, אבער איך האב נישט גענוג ציייט וועל איך עס טרייען צו מאכן קורצער.

עס איז קלאר אז דאס איז "דער ניגון" פון דעם סידי. פינקי'ס ווארימקייט און עמאושען קען קיינער ניטאמאל מעטשן, ווער רעדט נאך פון ביעטן.

דער ניגון רייסט ביי די קישקעס און ערוועקט די טיעפסטע אינערליכע געפיהלן, ברענגט זיי ארויף צו די סטרונעס פון די נשמה, און צושפילט זיי ווי אויף א פידל בחצות הלילה. איך האב פלעין נישט די ווערטער ארויסצוברענגען דעם חלק פון דעם ניגון.

אבער וואס יא. איז אזוי. דער מעשה אזוי ווי ער זינגט עס איז נישט אמת. און דאס באדערט מיך זייער, ווייל מען טאר נישט מאכן אזא ניגון פון אזא מעשה וואס איז נישט אמת.

איי פון ווי ווייס איך, פשוט, שעיה'לע גייט אין שפיטאל באזוכן זיין חבר פון חדר, דעם קליינעם שעפעלע וועלכער ווייס נישט צו ער גייט נאך איבערלעבן דעם טאג. און זאגט אים אז ער גייט עם געבן זיין ניר. מיסטעיק נומער איינס, קליינע שעפעלעך רעדן נאך נישט פון אזעלכע גרויסע זאכן ווי אוועק געבן א ניר.

פון דעם המשך פון די מעשה זעהט מען אז דער שעפעלע אין שפיטאל האט שוין געלעבט ביים מלחמה, ווידער שעיה'לע איז שוין געבוירן נאך די מלחמה, אויב אזוי וויאזוי גייען זיין אין די זעלבע קלאס. שוין אפגערעדט אז אויב איז אברהמ'עלע נאך א שעפעלע, דעמאלס וואס איז שעיה'לע וואס איז אסאך אינגער. סאו דאס איז מיסטעיק נומער צוויי.

אין די יארן גלייך נאך די מלחמה, ווען די קינדער זענען נאך געווען שעפעלעך, האט מען נאך נישט געמאכט אזוי אפט א ניר טרענספלענט, דאס איז ערשט געקומען יארן שפעטער. סאו דאס איז מיסטעיק נומער דריי, און די זאכן זאגן מיר אז די מעשה איז פלעין נישט אמת.

(קען זיין די מעשה איז געווען אנדערש און מען האט עס ארום געטוישט עס צו דראמאטיזירן, אבער דאס איז אויך א טעות. דערצייל עס אזוי ווי ס'איז געווען, און אויב איז דער אמת נישט גענוג אינטערעסאנט, דעמאלס זוך א צווייטע מעשה.)

נעקסט. עס איז מיר נישט געפאלן אז מען מאכט אזא עמאושאנעל ניגון אין וועלכען א איד איז גרייט נקמה צו נעמען אין זיינס א שונא (וועמען מען קען באמת נישט דן זיין) דורך לאזן יענעמס זוהן שטארבן.

נאך א זאך וואס באדערט מיך, (חוץ פון די גראמען, וועלכע איך האב באמערקט אז אנדערע האבן שוין אנגעצייגט. אבער דאס איז פינקי'ס סטייל. איך האלט אז פינקי'ס מעידשער כשרון ליגט נישט אין גראמען, נאר אין מאכן און אין גוט ארויסברענגען גאר ווארימע ניגונים) אז ווען דער טאטע ווערט געוואויער אז נתן פון ווארשע איז נישט נאר נישט קיין שלעכטער קאפא רשע מערדער, נאר האט זיך גאר איינגעשטעלט זיין לעבן בפועל צו ראטעווען זיין זוהן, און אים דערנאך אויפגעצויגן ווי אן אייגן קינד נישט קענענדיג טרעפן זיינע עלטערן, וואלט ער דאך געדארפט ארויפפאלן אויף נתן'ס האלז און אים האלזן און קושן און וויינען און קייכען, און אים איבערבעטן פארן חושד זיין און באדאנקען פארן ראטעווען...

בקיצור, אין דעם עריע פעלט זייער אסאך פון די עמאושן, ביי אזא ניגון מוז מען עס אריינלייגן, מען טאר עס נישט איבערלאזן פארן דמיון.

ובדרך אגב שוין, עס איז כמעט אומגלויבליך אז זיי האבן געוואוינט אין די זעלבע געגענט, און דער טאטע האט דאך געקענט נתן'ען, אז ער זאל נישט האבן אויסגעפונען ביז אהין איבער זיין פארלוירענעם אברהמ'עלע.

עכ"פ, דאס זענען מיינע בויכוויייען איבער די ניגון, אבער אחרי ככלות הכל איז דער ניגון איינס אין די וועלט, און איך האב עס שוין דערווייל איבערגעהערט אפאר מאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

איינער איך געדענק נישט ווער האט מעורר געווען אז מען וואלט ווען געדארפט זאגן, איך בין נתן אבער א קאפוי נישט, ער האט געוואלט ארויסנעמען די ווארט שלעכטע, אבער עס איז נישט גערעכט ווייל נתן איז יא געווען א קאפוי, נאר א שלעכטע איז ער נישט געווען.

די מעשה האב איך שוין לאנג געהערט, אבער טאקע אביסל אנדערשט.

און איך ווייס נישט וואס די עולם באדערט אזוי פינקי'ס הארמאני, עס צוגייט דאך פון מיין זייט זאלנער ווען הארמינייזן א גאנצע צייט
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דאכטצעך אז קיינער האט עס נישט ארויסגעברענגט אלץ פראבלעם מיטן פשט, נאר אלץ'ן אריינשטיפן צו סאך ווערטער אינעם גראם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

די מעשה נומער צוויי לויט וויאזוי ער לייגט עס אראפ האט נאך אסאך קשיות און סתירות,
איין קליינע, אויב איז דער אברהמעלע פארשיקט געווארן צוזאמען מיט אלע קינדער צו בלאק נומער איינס פארוואס האט ער פונקט אים געראטעוועט?
ויש עוד הרבה,
די מעשה איז אבער 100% אמת, געהערט אמאל ווי איינער פארציילט די מעשה פאר קינדער כמעט א שעה צייט,
איך געדענק שוין נישט בדיוק, אבער בערך אזוי:
דער אברהם איז געווען א בחור'ל וועלכע איז געווען מיט זיין פאטער אינעם זעלבן לאגער,
ער איז געווען א טראבל מעיקער און אפגעטון שפיצלעך וואס האט אויפגערעגט דעם דייטש,
דער נתן איז אויך געווען א איד אינעם לאגער, ער איז געווען אזא דאפעלטע אגענט, צו די דייטש האט ער זיך אהערגעשטעלט כאילו ער איז פון זייער אבער בלא יודעים פון קיינעם האט ער פיל מאל ארויסגעהאלפן,
ער איז געווען פארהאסט ביי די לאגער אידען, ווייל קיינער האט נישט געוואוסט אז ער טוט אסאך אינטערן טיש, מ'האט נאר געזען ווי ער חבר'ט זיך מיט די דייטשע פירערס פון די לאגער.
דער אברהמעלע האט אנגעמאכט טראבל, און די דייטשען האבן אים געזוכט צו אפרוימען,
מ'האט אים באהאלטן ערגעץ ווי, און די דייטשן זענען געווען אנטשלאכסן אים צו טרעפן,
דער נתן האט דאך אויך געוואוסט ווי ער באהאלט זיך, און ווען ער האט געהערט פון זיי אז מ'האלט אים ביים אפרוימען האט ער כאילו מיטגעארבעט מיט זיי און אים געגאנגען זוכן און אים געטראפן און אים אוועקגעריסן פון זיין פאטער - כדי אים צו ראטעווען,
איך געדענק נישט די גאנצע המשך הסיפור, און ווי דערמאנט איז עס געווען פפארציילט פאר קינדער ממילא זענען אסאך פרטים געווען געטוישט און צוגעלייגט,
אבער תוכן הדברים נאכדעם איז געווען ווי מיכאל זינגט אז ער האט אים באהאלטן און אים אויפגעהאלטן דורכאויס די מלחמה, און שפעטער געזוכט דעם פאטער און נישט געטראפן.
יארן שעפטער אין ארץ ישראל, ישעי' און אברהם האבן געוואוינט אין די זעלבע געגענט, און מען האט געברויכט געבן בלוט פאר דעם ר' אברהם,
ר' ישעי' האט געהאט די בלוט טייפ און געוואלט געבען בלוט,
אין שפיטאל האט ישעי''ס טאטע - דער מלמחמה איבערלעבער - געזען אז דער אברהם פארוועם זיין ישעי' וויל געבען בלוט איז גאר א זוהן פון דער שלעכטער נתן, איז אים שלעכט געווארן און נישט געלאזט זיין זוהן דאס טון,
ישעי' וועלכע האט קיינמאל נישט געהאט געהערט פון די מעשה האט נישט פארשטאנען פארוואס זיין פאטער איז דא געווארן אזוי בייז, ביז ער האט ארויסגעשלעפט פון זיין פאטער די סיבה,
ער איז געווארן פארוואונדערט וויל נתן האט אים נישט אויסגעזען ווי א שלעכטער מענטש בכלל,
איז ער שנעל געגאנגען פרעגן פון נתן אין פנים אויב דאס איז אמת,
ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש,
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפו נישט,
וכו' וכו',
די איבריגע איז היסטורי.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”