נייער אינסטרומענט געשעפט אין ווילי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

נייער אינסטרומענט געשעפט אין ווילי

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 27, 2007 7:53 pm

איך האב געזען פערצופאל זייענדיג אין וויליאמסבורג היינט צוליב א שמחה, אז אויף דיוויזשאן עוועניו איז דא א נייער אידישער געשעפט וואס פארקויפט מוזיקאלישע אינסטרומענטן ווי פידלעך גיטארס און נאך, דאס ערשטע אין איר גלאררייכע היסטאריע (מיטן אויסנאם פון א גוי'ש געשעפט אמאל אויף בראדוועי און העוועמייער) פון די ירושלים דאמריקע וויליפעסט.

ביי אונז און פילאדעלפיע איז דא עטליכע אזוינע, אבער אלעס איז דארט נישט-אידיש ווי פארשטענדליך.

בלייבט איבער בלויז צו וואונטשן הצלחה און ברכה פאר דעם אייגנטומער, כאף די חברי הקרעטשמע וועלכע האבן שוין קענען געלערנט דעם פידל - דורך קרעמערס כסדרדיגע אויפדאטומען, וועלן זיך לאזן איינהאנדלן דעם היסטארישן אינסטרומענט מיוחס צו דוד המלך ע"ה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 28, 2007 11:15 pm

דער אינסטרומענט איז בטעות מיוחס צו דוד המלך, כמבואר אין איינע פון די דערנעבנדיגע אשכולות דא אינעם נגינה היכל. דער פידל איז אן איטאליענער אויפטרעף פון אומגעפער 400 יאר צוריק.

עס איז אבער יא ווערט צו באגריסן דעם נייעם געוועלב וואס איך האב טאקע מפי השמועה געהערט אז עס האט זיך געעפענט אין וויליאמסבורג מיין שטעטל, לאמיר אים אנווינטשן פיל הצלחה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מאי 30, 2007 11:51 am

נישט ערלויבט צו פארדרייען אן אשכול.

תוקן על ידי קרעטשמער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 05, 2007 1:12 pm

נעכטן נאכמיטאג האב איך אפגעשטאט א בליץ-באזיך אין דעם נייעם 'מוזיק אינסטרעמענט געשעפט', ס'ליגן דארט אויסגעלייגט קיבאורד'ס מכל המינים, גיטאר'ס, פידלען, דראם סעט'ס, און טראמפייטער'ס מכל המינים, ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן, זיצן דארט עטליכע בחורים וואס זענען נארוואס ארויסגעגאנגען פון חדר/ישיבה, און זענען זיך משמח, משמח ? קריכען אויף די נערווען פון די דורך גייער, און פראבירן אויס יעדעס קיבאורד, ווי גלייך דאס גייט זיי יעצט אפמאכן וואס צו קויפן, הגם ביי "סעם עש" האביך עס שוין געזעהן עטליכע מאל, אבער דא ביי אינז אידן איז דאס א נייע דערהער,

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פארן בעה"ב פונעם געשעפט (א וויזניצער אינגערמאן) ברכה און הצלחה וכל טוב.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איוואן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » מיטוואך יוני 13, 2007 6:24 pm

רעדענדיג די וואך מיטן באלעבאס זאגט ער אז ער האט נאך גרויסע פלענער אויף ווייטער, די פראבלעם דערווייל איז אז ער האט נאך מורא פון פראטעסטן פארענט פון זיין געשעפט.

זאל ער האבן הצלחה וברכה

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יוני 14, 2007 12:26 am

אויב מ'וועט נאך חליהל געווארן אז ער האט א רח"ל א אי מעיל אדרעס
דעמאלט איז א מצוה צו פארברענען די גאנצע סטאר
אינטסרומענטן מיט אי מעיל, רח"ל. נאכדעם קומט א קירכע
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 21, 2007 2:10 pm

תגובהדורך געצל » דאנארשטאג יוני 14, 2007 8:25 am

אונץ זענען טאקע אלע א צריך עיון גדול וועיגן די אינטערנעט
וד' הטוב ירחם עלינו

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 15, 2007 12:31 am

אינעם וויליאמסבורג בולעטין (וואס האט פאריגע וואך צום וויפלטן מאל געטוישט פארמאט, ויסעו ויחנו ויחנו ויסעו, אבי נישט אונטערצוגיין חלילה) איז דא די וואך אן אנאנס פון דעם געשעפט, און איך קען נישט אויפהערן לאכן פון די איינע שורה דארטן: מיר לערנען אייך אויס שפילן אויף א פידל אין 5 מינוט!

ס'טייטש אזוי: קרעמער ברויך נעמען (דערווייל) 24 לעקציעס פון חשוון ביז תמוז, און פראקטיצירן ארום 20 מינוט טעגליך, כדי צו כאפן דעם פארטל און אריינקומען אין שוואונג; אבער דער שמויגער בויגער וואס וועט אריינטרעטן אינעם געשעפט, וועט ביז 5 מינוט דערויף ארויסגיין א פידל שפילער.

געב מיר א בראחך.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג יוני 15, 2007 9:39 am

פארשטייסט נישט קרעמער, עס מיינט צו זאגן אז ער געט א לעקציע אויף א פידל נאר פינף מינוט און נישט מער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 1:18 am

פאריגע וואך האב איך דאס ערשטע מאל געזען דעם געשעפט, און טאקע פון אינעווייניג אויך. איך האב דארט איינגעהאנדעלט א פידל פאר א קרוב מיינער, און געהאט א געלעגנהייט צו הערן מפה קדשו פונעם פארקויפער אז יא, ער קען אין 5 מינוט אויסלערנען נאטן פאר ווער אימער... נאך א מימרא מפה קדשו: איך האב שוין אויסגעלערנט פידל פאר אנדערע בעפאר איך האב אליין געקענט!

אבער די געשעפט אליין איז ווערט צו באגריסן, א כרכא דכולא ביה אין ווינציגער ווי ד' על ד'! ווערט א באזוך פון איבעראל.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 2:28 pm

איך ווייס אויך פון איינער וואס איז זיך געגאנגען לערנען 5 מינוט אומזיסט! נאר אויב ער גייט אין יענע וואך קויפען א אינסטרומענט דארט, אז נישט בעט ער $25 פאר 5 מינוט (נישט קיין שלעכטע פרייז), ער עפנט דארט א גרויסע ביכל מיט בילדער אזש דו ווערסט אינגאנצן ערשטוינט, און ער זאגט דיך א כלל גדול בפידל, ואידך פירושא זיל גמור!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 2:33 pm

אויב מ'קען אויסלערנען די גאנצע תורה שטייענדיג אויף איין פוס
קען מען מעגליך אויסלערנען שפילן אויף א פידל, אויך אזוי לאנג.

מוזט נאר וויסן וואס איז דער כלל, און וואס איז דער "ואידך פירושא".. און נאכדעם טוה וואס קרעמער... זיל גמור" שווער און ביטער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 10:55 pm

ווער געדענקט אז איך האב אמאל געזוכט דעם ספר הניגונים פון חב"ד?

דא אין קרעטשמע האט מען געמאכט א זוך אקציע דערוועגן, און למעשה איז געבליבן אז עס איז נישט בנמצא היינטיגע טעג, פינטל.

דער נייער אינסטרומענט געשעפט האט מיר געזאגט מיט א חודש צוריק אז ער קען דאס יא פארשאפן.

היינט איז עס אנגעקומען: CHABAD MELODIES

אוי בין איך אנטוישט געווען צו זעהן א דינטשיגן באנד מיט 70 ניגונים'לעך, אנשטאט די באקאנטע 2 בענדער.

איך ווייס נישט וואס צו טאן - צוריקגעבן? אפשר איז דאס בעסער ווי גארנישט?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 11:05 pm

איך ווייס אפאר אירע וואס האבן דאס, כ'קען דיר אפשר מאכן קאפיס דערפון, אבער ס'וועט נעמען אפאר חדשים.... וד"ל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 11:09 pm

נע, זיי זיך נישט מטריח פאר מיר ח"ו. נאר אויב דו ווערסט געוואויר איינער וואס דארף עס שוין נישט, אדער א געשעפט וואס טראגט דאס נאך, מעלד מיר ביטע.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג ינואר 11, 2008 10:07 am

קרעמער האט געשריבן:נע, זיי זיך נישט מטריח פאר מיר ח"ו. נאר אויב דו ווערסט געוואויר איינער וואס דארף עס שוין נישט, אדער א געשעפט וואס טראגט דאס נאך, מעלד מיר ביטע.
איך געדענק אז יארען צוריק האב איך עס געזען אין היכל מנחם אין באראפארק.

גיי אריין דארט און פרעג זיי.

אדער אפשא פראביר זיין צו רופען אויפ'ן טעלעפאון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 11, 2008 11:15 am

איך האב שוין אהינגעשיקט א שליח, ביי זייערע יערליכע סעילס, זיי פארמאגן עס נישט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג ינואר 11, 2008 1:06 pm

איך גלייב אז זיי האבן עס אין זייער לייברערי און געווענטליך א זאך וואס איז שוין מער נישט אויף די מארקעט לאזען זיי קאפירען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 1:26 pm

איך זוך די נומער פונעם מוזיק געשעפט אין ווילי, איך קען עס נישט טרעפן אין ביזנעס דירעקטארי.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג אוקטובער 12, 2008 3:15 pm

וועגן דעם זיך לערנענן 5 מינוט איז פשט, אז ווען גייסטו אריין דארטן קענסטו ניטאמאל פארבלייבן דארט מער ווי דעם, די געשעפט איז אביסל גרעסער ווי א שוועמל און ברויך נישט געדויערן מער ווי א 'תוך כדי דיבור'ל' צו זעהן דעם גאנצן געשעפט,
אזוי איז קיין לופט דארטן נישט פארהאן און ווי לאנג קען מען דארטן זיין ווען נאך א דריי מינוט קומען אריין 2 יונגעלעך וואס דער ענגליש טיטשער האט זיי יעצט ארויסגעווארפן פון קלאס וכד' , נאך א 5 מינוט ווערט מען פון זיך אליין ארויסגעשטופט,

אבער עס איז דאך א געוואלדיגע דורכבראך און לאמיר האפן אז ער וועט זיך דארפן פארגרעסערן בקרוב,

בד"וו ער מאכט יעדע וואך א גורל אויף א צווייטע אינסטרומענט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 11:43 pm

איך דארף שוין נישט דעם נומער...

מיינס א חבר האט געוואלט קויפן א פידל, הערנדיג אז דער געשעפט איז פארמאכט געווען היינט, האט ער דאס געקויפט ערגעץ אנדערש.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 12:29 am

ווי האט ער עס צום סוף געקויפט?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 3:19 pm

וואס טוט זיך מיט דיין פידעלע, קרעמער?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:28 pm

ער האט עס געקויפט אין פלעטבוש ערגעץ
---

מיין פידעלע איז ב"ה אין ארדענונג, ער דארף נאר מער באנוצט ווערן

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:40 pm

אגב, די קעפל מעג שוין געטוישט ווערן, די געשעפט איז שוין גארנישט אזוי ניי...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט