נייע חסיד'ישע טעיפ - בני היכלא

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

נייע חסיד'ישע טעיפ - בני היכלא

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מאי 20, 2007 3:38 pm

די טעיפ איז ערשט יעצט אדווערטייזט געווארן, אבער איך האב עס שוין געקויפט אין געשעפט ארום ל"ג בעומר צייט.
ס'איז אלט פארצייטישע ניגונים וואס מ'האט געזונגען בחצרות צדיקים פון הבעש"ט ותלמידיו, וואס מ'האט לעצטנס געטראפן די נאטן דערפון אין איינעם'ס אוצר.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 20, 2007 4:03 pm

איך גלויב אז עס איז בעלאני'ס, איי מין זינט ווען טרעפט מען אן אוצר, און מען הערט הערשט דערפון ווען מען וויל מאכן געלט דערויף, פארוואס האט דאס נישט געמאכט די פראנט פעידשעס פון אלע צייטונגן ווען מען האט עס געפונען???

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מאי 20, 2007 4:09 pm

רואיג, רואיג.
ס'איז געווען א איד וואס האט געהייסן ר' מאיר שמעון גשורי (אויב איך געדענק גוט דעם נאמען). ער פלעגט צוזאמקלויבן ניגונים פון דער אלטער היים, און דאס אוועקלייגן. צווישן אנדערן האט ער געהאט אסאך מאדזשיצער ניגונים, וואס א חלק דערפון זענען מיט יארן צוריק ארויסגעקומען אויף טעיפס, און א חלק איז געבליבן אויפ'ן פאפיר און ס'איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעגעבן געווארן.
ער האט געקליבן ניגונים פון פארשידענע הויפן, אבער נישט אויף אלעמען איז געווען אזא פארלאנג און ווער ס'זאל זיין גרייט משקיע צו זיין געלט דערינען.
אצינד האבן זיך געיאוועט אפאר יונגעלייט (דאכט זיך אז ר' דוד קאליש פירט עס אן, איך האב נישט דא דעם טעיפ ביי מיר), און האבן באשלאסן דאס ארויסצוגעבן.
זאג נישט אז זיי טוען עס פאר געלט, ווייל צופיל געלט מאכט מען נישט אויף אזא סארט טעיפ. כמעט קיינער דארף דאס נישט היינט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 20, 2007 4:15 pm

סאו וואס דרייען זיי א קאפ מיט 'געטראפן' 'אוצר' 'צייטן בעל שם', זאג קלאר עס קומט ארויס א טעיפ וואס איז נישט אזוי אינטערסאנט סאו ביז היינט האט עס קיינער נישט געוואלט ארויסגעבן, און איצט איז דא אינגעלייט וואס זענען גרייט צו דערלייגן געלט.
קענסט אפילו שרייבן אז עס איז אנגענומען ביי מאנכע אז עס אור אלטע נגונים קען זיין פון תלמידי בעש"ט, און ווער עס וויל עס קויפן וועט עס קויפן.
איים סיק ענד טייערד פון די היינטיגע קרעפ עדס...

זייער סיריעס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 3:00 pm

תגובהדורך זייער סיריעס » מיטוואך מארטש 07, 2018 9:31 pm

יאנאש האט געשריבן:סאו וואס דרייען זיי א קאפ מיט 'געטראפן' 'אוצר' 'צייטן בעל שם', זאג קלאר עס קומט ארויס א טעיפ וואס איז נישט אזוי אינטערסאנט סאו ביז היינט האט עס קיינער נישט געוואלט ארויסגעבן, און איצט איז דא אינגעלייט וואס זענען גרייט צו דערלייגן געלט.
קענסט אפילו שרייבן אז עס איז אנגענומען ביי מאנכע אז עס אור אלטע נגונים קען זיין פון תלמידי בעש"ט, און ווער עס וויל עס קויפן וועט עס קויפן.
איים סיק ענד טייערד פון די היינטיגע קרעפ עדס...

אז די האסט נישט קיין געפיל צו די אלטע סחורה מאך דיך נישט פאר א כלל סאיז דא א ציבור וואס איז יא אינטערעסירט דערין

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מארטש 07, 2018 10:02 pm

#ארויפברענגען_אלטע_אשכול אלערט
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 10 געסט